בלאט 7 פון 7

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 4:41 pm
דורך יאהאן
אנקעטעס ווייזן אז קלינטאן האט געווינען די לעצטע דיבאטע מיט א היבשע אויבערהאנט

איך האב שוין אויפגעגעבן אויף דאנעלד טראמפ, הילערי קלינטאן איז אונזער 45טע פרעזידענט...

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג אקטאבער 30, 2016 1:19 pm
דורך יאהאן
די FBI האט געטראפן פרישע אימעילס אויף א קאמפיאטער וואס זיי פארשן יעצט אויס צו עס האט הילערי ביסברויכן.

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג אקטאבער 30, 2016 9:11 pm
דורך נייעס
קיקט שוין יא אויס א שטיקל מעגליכקייט פאר טראמפ עס צו מאכן

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 5:10 pm
דורך יאהאן
א שטיקל מעגליכקייט איז דא אבער עס וועט ווארשיינדליך נישט פאסירן, אחוץ אויב קומט אפיר עפעס אויסערארנטליך וואס זאל אינגאנצן אונטערברענגען קלינטאן

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 12:29 pm
דורך יא יא
ווילאנג ער לויפט האט ער א מעגליכקייט אבער זיין מעגליכקייט איז יעצט געשטיגן פון 0 צו 50

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 4:19 pm
דורך יאהאן
עס איז קלאר אז זיין מאמענטאם ווערט שטערקע און שטערקער אויף א גאר שטארקע פארנעם!

געווינען? קען זיין אבער נאך אלץ א שוועכע שטאנס נעמנדיג אין באטראכט אז די עלעקטאראלע מאפע איז נישט אזוי אויף זיין זייט, קלינטאן שטייט היבש בעסער

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 1:59 pm
דורך יא יא
גערעכט

די שאלה איז נאר צו די סטעיטס האבן זיך געטוישט ?

נאך מער ער דארף נישט מער ווי עטליכע פון די סטעיטס אויב גייט ער ווי ביז יעצט און ס'שטעלט זיך נישט אפ (וויטש דאזענט מעיק סענס) קען אים נאך געלונגען צו מאכן די זאך

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 10:21 pm
דורך יאהאן
די שטעט טוישן זיך אין גרויסן לטובתו! די שאלה צו עס וועט אנהאלטן אדער ס'איז געווען א ספייק און שוין

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 12:48 am
דורך יאהאן
די עלעקשאן איז יעצט תלוי [אין גרויסן גאט! יעעע... ביגטיים!] אין אפאר שטעט ווי פלארידע ניו העמפשער פענסילוועניע.
ס'איז קריטיש! די טשאנסן זענען דערווייל אויף קלינטאל'ס זייט.

כוסעין באמבא פראטעסטירט אממ... כ'מיין קאמפיינט פאר 'קאראפשן און ליגנט' עי... ניין... כ'מיין 'האופ און טשעינדש' יוש... ניין... כ'מייציזאגן הילערי קלינטאן, ער שלעפט ארויס ריזיגע מאסטן אויפגעהייטערטע מענטשן!

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 12:09 pm
דורך נייעס
יאהאן ווען גייסטי זיין מער צוקלאפט
אויב קלינטאן פארלירט אדער טראמפ

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 1:14 pm
דורך יאהאן
איך גיי (האפנטליך) נישט זיין צוקלאפט אפגעזען די אויסגאנג פון די וואלן זינט איך בין א איד און מיר ווייסן אז השי"ת פירט די וועלט און וויאזוי ער פירט אזוי דארף זיין און נאר אזוי איז גוט!
אבער אויב חילעריע (קרעדיט: אייוועלט...) געווינט גיי איך זיין פארוואונדערט און זייער נייגעריג ווי אזוי דאס גייט זיין גוט... איך קען דאס נישט זען פאסירן דערווייל...

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג נאוועמבער 06, 2016 2:44 pm
דורך יא יא
טאמער זי געווינט גייט גארנישט געשען ספעציעיל חוץ אז אמעריקא גייט ווערן לינקער און מער ליבעראל און ס'גייט זיין נאך אפאר דיעלס אונטערן טיש מיט אנדערע פירער פון די וועלט פון די בעסטע ביז די ערגסטע דאס מערסטע וועט מען דארפן א ברעקזיט און יארן פון יעצט

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:25 am
דורך שעפעלע
מה נאמר ומה נדבר :(
איך האב שוין אויפגעגעבן
הילערי וועט דאס מאכן

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:51 pm
דורך יאהאן
ברעיקינג! יאהאן פון קרעטשמע האט נארוואס 'געקאאלט' די עלעקשאן פאר "הילערי ראדהאם קלינטאן" וואס האט געווינען די פרעזידענטליכע וואלן צום ווייסע הויז!
די אנדערע נייעס סטאנציעס זענען ערווארטעט עס צו מעלדן מארגן אזא צייט צוליב טעכנישע סיבות.

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 9:17 pm
דורך שעפעלע
יאהאן ס'איז פיינע נייעס ב''ה מען טאר נישט אויף געבן
טראמפ גייט אויף גיטע טרעקס!!!!!!!!!!
:P
א נחת צו זעהן

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 10:55 pm
דורך יאהאן
יא דאס איז אמת! טראמפ האט יעצט אויף די מנוט א 94% (נישט קיין טעות! פיר און ניינציג!) צו זיין די קומענדיגע פרעזידענט!!!

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 12:41 am
דורך יאהאן
ברעיקינג!!! 'יאהאן ענד קא.' איז פרייליך ביך גאר צו מעלדן אז מיר זענען געווען "ראנג" מיטן פאראויסזאגן אז קלינטאן גייט געווינען, די איצטיגע מציאות איז אז "דאנעלד טראמפ" איז די 45סטע פרעזידענט עלעקט פון די יונייטעד סטעיטס!!!
יחי!

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 1:05 pm
דורך יאהאן
די וואלן זענען אפציעל אווער! דאנעלד טראמפ האט נעכטן געגעבן זיין וויקטארי ספיעטש, און הילערי האט היינט געגעבן איר קאנסעשאן ספיעטש!

איך ווארט שוין אויף די נעקסטע וואלן...

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 7:32 pm
דורך איבערלעבער
איבערלעבער האט געשריבן:מיין פרעדיקציע= אויב לויפט ער קעגן קלינטאן געווינט ער, אבער קעגן סענדערס נישט.

דאס האב איך געשריבן פעברואר 24 אויפן ערשטן בלאט פונעם דאזיגן אשכול.

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:16 am
דורך נייעס
שטוינענדע נייעס ווי ווייט טראמפ האט אראפגעריקט קלינטאן פין די מאפע

ד"י
יא, מען האלט שוין 3 וואכן נאך די פרעזידענט וואלן, אבער מישיגען עלעקשאן באאמטע האבן ביז נעכטן נאכנישט אפיציעל געהאט דערקלערט ווער עס האט געוואונען די סטעיט, צוליב דעם שמאלן דיפערענץ אין אפגעגעבענע שטימען צווישן טראמפ און קלינטאן. נעכטן איז אפיציעל דערקלערט געווארן אז דאנאלד טראמפ האט געוואונען מישיגען, קריגנדיג 47.6 פראצענט (2,279,543 שטימען) קעגן 47.4 פראצענט (2,268,839 שטימען) פאר פרוי קלינטאן. עס איז דאס ערשטע מאל וואס א רעפובליקאנער געווינט מישיגען זינט 988', ווען דזשארדזש עיטש בוש האט געוואונען די סטעיט. טראמפ האט באקומען די פרישע 16 עלעקטארעל שטימען פון מישיגען און אין סך הכל האט טראמפ באקומען 306 עלעקטארעל שטימען און קלינטאן 232.