יעצט איז: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:41 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:42 pm

אויבערהאנט פון דעמאקראטן צווישן רעגיסטרירטע וויילער אין דריי סווינג סטעיטס פארקלענערט

די צאל רעגיסטרירטע רעפאבליקאנער אדער דעמאקראטן אין א סטעיט טוט נישט אלעמאל רעפלעקטירן די אויסגאנג פון די וואלן אבער עס צייגט ווי די פרישע וויילער טוען נייגן, און אין דעם אספעקט איז דא גוטע נייעס פאר די רעפאבליקאנער, אין דריי באזונדערע סווינג סטעיטס איז דא א שטארקע אויפשטייג פון פרישע רעגיסטרירטע וויילער פאר די רעפאבליקאנער, און זיי טוען פארקלענערן די אויבערהאנט פון די דעמאקראטן.

אין פלארידע האבן די דעמאקראטן געהאט א אויבערהאנט מיט 557,544 רעגיסטרירטע וויילער אין 2012 ווען אבאמא איז געלאפן פאר ווידערערוויילונג, און ער האט געווינען מיט א אויבערהאנט פון 74,309 שטימען, וואס מיינט אז די אויסגאנג האט רעפלעקטירט א שוואכקייט אין פארגלייך צו די אויבערהאנט אין רעגיסטרירטע וויילער. אבער פרישע ציפערן צייגן אז די אויבערהאנט אין רעגיסטרירטע וויילער איז פארקלענערט געווארן או שטייט אצינד ביי 259,000 נאכדעם וואס די רעפאבליקאנער האבן צוגעלייגט אין די לעצטע יארן אורם 300,000 פרישע וויילער, און ארום האלב פון דעם אין די לעצטע יאר.

אינטרעסאנט צו זען וויאזוי דאס צוטיילט זיך לויט די דעמאגראפיקס, די דעמאקראטן האבן פארלוירן ארום 195,000 ווייסע וויילער זינט 2012, און די רעפאבליקאנער האבן צובאקומען ארום 149,000 ווייסע וויילער, און די זעלבע צייט האבן די דעמאקראטן צובאקומען פרישע 93,000 היספאנישע שטימען, דאטא אנאליטיקס צייגן אז די היספאנישע מאכן אויס ארום דריי פערטל פון וויילער וועלכע וויילן צום ערשטן מאל.

אזוי אויך אין נארט קאראליינע וואס ראמני האט שמאל געווינען אין 2012 טראץ א מערהייט פון רעגיסטרירטע דעמאקראטן, צייגן פרישע ציפערן אז די דעמאקראטן האבן פארקלענערט זייער אויבערהאנט מיט א שיין ביסל, עס איז געשטאנען אין 2012 ביי 765,000 און איז געשניטען געווארן זינט דאן מיט ארום 123,000 און די רעפאבליקאנער האלטן אויך די מאיאריטעט פון די פאבליק אפיסעס אין די סטעיט. די זעלבע פאסירט אויך אין פענסילוואניע וואס איז א סווינג סטעיט, ווי די רעפאבליקאנער האבן די לעצטע יאר רעגיסטרירט מיט ארום 83,000 מער וויילער.


א פרישע פלייץ פון טראמפ קאמפיין עדס מאלט ארום קלינטאן ווי א אנטי-דשאבס קאנדידאט

די דאנאלד טראמפ קאמפיין טוט יעצט אינוועסטירן פרישע 10 מיליאן דאלער אין קאמפיין עד'ס, די גרעסטע קויף פון עדס זינט די אנהייב פון זיין קאמפיין, די עד'ס וועלן לויפן אין 5 שטאטן. דאס קומט נאכדעם וואס די קאמפיין האט א לענגערע צייט זיך פארזוימט פון קויפן עד'ס אויף טעלעוויזיע, און זיך פארלאזט אויף די פובליסיטי וואס דער קאנדידאט באקומט סיי ווי פון די מידיע.

די קעפל פון די עדס ליינט זיך "צוויי אמעריקע'ס" און טוט זיך קאנצעטרירן באזונדער אויף פארשידענע אישו'ס אריינגערעכנט, עקאנאמיע, זיכערהייט, און די עד'ס איבער די עקאנאמיע טוט שטארק אטאקירן איר רעקארד אויף דשאבס דורכאויס אירע יארן אלס סענאטאר אין ניו יארק, די עד וועט לויפן אין די בעטלגראונד סטעיטס, נעוואדע, ניו העמפשיר, אייאווע, ווירדזשיניע, און קאלאראדא. דאס קומט נאכדעם וואס ענדליכע עד'ס לויפן שוין אין פלארידע, פענסילוועניע, אהייא, און נארט קאראליינע.


טראמפ זוימט זיך פון ארויסלייגן זיין איבערגעמאכטע אימיגראציע פלאן

נאכדעם וואס ער און זיין קאמפיין זאגן שוין צו מער ווי א וואך אז דאנאלד טראמפ וועט ארויסלייגן א פרישע און מער באלאנסירטע פלאטפארמע איבער אימיגראציע, א זאך וואס האט געברענגט אסאך דעקונג אין די פרעסע און אסאך גערעדעכץ אין די פאליטישע וועלט. און במשך די וואך האט ער געדרייט אהער און אהין איבער די פונקטליכע דעטאלן, און ווען ער איז געפרעגט געווארן האט ער כסדר געענטפערט אז מען זאל ווארטן און זען אויף די קומענדיגע טעג ווען ער וועט פארעפנטליכן די פונקטליכע פלאן.

טראמפ זוכט צו שפילן א דאפלטע שפיל, סיי צו אנהאלטן די שטיצע ביי זיין באזע וואס זייער הויפט טעמע איז אימיגראציע, און סיי צווישן זעלבסטשענדיגע וויילער און מינטאריטעטן וואס זענען דערשראקן פון זיינע פלענער צו פארטרייבן 11 מיליאן מענטשן, דעריבער האט ער געזאגט אז אונטער זיין פלאן וועלן "די גוטע" קענען דא בלייבן, אן מסביר זיין ספעציפיש ווער זענען די גוטע און ווער זענען די שלעכטע, עס איז נאכנישט קלאר אויב ער וויל אויפשטעלן די דעפארטאציע קראפט וואס ער האט צוגעזאגט.

JP
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 3:20 pm

טראמפ קריגט גוטע נייעס אין סווינג סטעיטס

פענסילוועניע – אנקעטעס פון די "עמערסאן קאלעדזש" פירמע אין דריי סווינג סטעיטס האבן נעכטן געברענגט גוטע נייעס פאר דאנעלד טראמפ, ווען די אנקעטעס צייגן אז טראמפ רוקט זיך נאנטער צו הילערי קלינטאן אין די וויכטיגע סטעיטס פון אהייא, פענסילוועניע און מישיגען. אין אהייא שטייען טראמפ און קלינטאן אייניג מיט 43 פראצענט יעדער פון זיי; אין מישיגען האט קלינטאן 45 פראצענט און טראמפ 40 פראצענט און אין פענסילוועניע האט קלינטאן 46 פראצענט און טראמפ 43 פראצענט. די אנקעטע צייגט אויך אז צווישן אינדעפענדענט וויילער, האט טראמפ א שטארקע אויבערהאנט אין אהייא און א קליינע אויבערהאנט אין מישיגען און פענסילוועניע.

רעפובליקאנער בייסן זיך נאך די ליפן

וואשינגטאן – די רעפובליקאנער וויילער זענען נאך אלץ נישט צעפרידן מיט'ן פאקט אז טראמפ איז דער נאמינירטער פרעזידענט קאנדידאט פון זייער פארטיי. די נייע "יו-גאוו" אנקעטע צייגט אז 54 פראצענט זאגן אז טראמפ איז נישט דער בעסטער אויסוואל פאר זייער פארטיי, און בלויז 35 פראצענט זאגן אז זיי זענען יא צעפרידן מיט טראמפ אין שפיץ פון די פארטיי. דאס איז ערגערע ציפערן פאר טראמפ, ווען מיט 2 מאנאטן צוריק האט די זעלבע אנקעטע געצייגט אז בלויז 44 פראצענט רעפובליקאנער זענען נישט צעפרידן מיט טראמפ. 15 פראצענט רעפובליקאנער זאגן אז זיי וואלטן ענדערש גענומען טעד קרוז און 14 פראצענט זאגן אז זיי וואלטן ענדערש גענומען מארקא רוביא.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

טראמפ פאראויס פון קלינטאן!

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 4:53 pm

אצינד הייבט זיך אן די לעצטע פאזע פון די וואלן, מענטשן קומען צוריק פון זייער זומער וואקאציע, און לייגן צו מער קאפ צו די פאליטישע פראצעס, און דאס קומט אין א גאר שווערע מאמענט פאר הילערי קלינטאן. נאכדעם וואס פאר לאנגע וואכן איז זי געווען פאראויס אין אלע אנקעטעס האט זיך דאס רעדל געדרייט פאר איר, און אצינד לויפט דאנאלד טראמפ אייניג מיט איר און אפילו מיט געציילטע פונקטן פאראויס.

נאכדעם וואס ער איז דעם פארגאנגענעם פרייטאג געווען מיט 5 פונקטן פאראויס אין א עמערסאן אנקעטע, איז היינט ערשינען א סי. ען. ען. אנקעטע אין וועלכע טראמפ איז מיט 2 פונקטן פאראויס. דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ טוט אין די לעצטע וואכן זיך ערהוילן פון עטליכע גאר שווערע וואכן וואס איז אריבער איוף זיין קאמפיין. אנגעהויבן פון די געווענליכע שפרונג וואס קלינטאן האט באקומען נאך איר קאנווענשאן, און דאן עטליכע קאנטראווערסיעס אין וועלכע טראמפ האט זיך פארפלאנטערט אין קריגערייען מיט א מיליטערישע פאמיליע, און אפגעזאגט עטליכע קאמפיין איינגעשטעלטע.

אין די לעצטע וואכן האט טראמפ באוויזן צו סטאביליזירן זיין קאמפיין, און טוט קאמפיינען אן אויפהער אין פארשידענע וויכטיגע סטעיטס, אין די צייט וואס קלינטאן איז נישט געקומען קיין סך אין די פאבליק. און האט שטייטערהייט זיך צוריקגעכאפט אין די אנקעטעס און יעצט איז אים ענליך געלונגען צו פארלויפן דעם וועג פאר הילערי קלינטאן וואס ווערט געפלאגט פון שווערע סקאנדאלן און האט א פראבלעם מיט געווינען די צוטרוי פונעם פאבליק. אצינד גייט קלינטאן ארויס שטערקער קאמפיינען און איר קאמפיין האפט אז זי וועט זיך צוריקכאפן אין די אנקעטעס.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 4:54 pm

קלינטאן האלט אן שטארקייט ביי מינאריטעטן

א טיפערע בליק אין די אנקעטעס צייגט אז עס אנהאלטן נישט קיין דראמאטישע טויש, די זעלבע דעמאגראפישע באפעלקערונגען וואס האבן געשטיצט יעדע פון די קאנדידאטן טוען זיך האלטן צו זייער קאנדידאט. קלינטאן איז נאך אלץ שטארק פאראויס צווישן פרויען וויילער, און אזוי מיט מינאריטעטן, און אזעלכע וואס האבן קאלעדש דעגריס. טראמפ איז גאר שטארק פאראויס צווישן ווייסע מענער, און צווישן אזעלכע וואס האבן נישט קיין קאלעדש דעגרי, דאס רעכנט אריין אסאך בלויע-קאלנער ארבעטער פון די מידוועסט שטאטן.

די אנקעטעס צייגן אז די אנשטרענגונגען וואס טראמפ האט געמאכט צו אפעליקן צו מינאריטעטן האט דערווייל נישט קיין סך געהאלפן, און קלינטאן איז גאר שטארק פארויס אין יעדע עטנישע גרופע פון מינאריטעטן, אבער אין די זעלבע צייט האט אים דאס געהאלפן מיט זעלבסשטענדיגע וויילער, וואס האבן אפגעקויפט זיין צוזאג אז ער וועט זיין ווייעך איבער אימיגראציע, און אזוי אויך זיין באזוך קיין מעקסיקא האט געהאלפן פארבעסערן זיין אויסקוק, און ער איז פאראויס צווישן זעלבסשטענדיגע וויילער מיט איבער 50% און קלינטאן האלט ביי בלויז ארום 24% צוישן זעלבסשטענדיגע וויילער.

אבער אין די זעלבע צייט איז וויכטיג צו באטאנען אז אין די קריטישע סווינג סטעיטס לויפט נאך אלץ קלינטאן היבש פאראויס, און אזעלכע שטאטן ווי פלארידע, פענסילוועניע, קלאראדא, נעוואדע. אבער אויך דארטן ווערט די פארמעסט שמעלער, און די שאנסן פון טראמפ צו געווינען ווערט בעסער און בעסער.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:05 pm

88 מיליטערישע פירער אינדארסירן טראמפ

וואשינגטאן – דער קאמפיין פון דאנעלד טראמפ האט נעכטן ארויסגעגעבן א בריוו וועלכע איז אונטערגעשריבן געווארן דורך 88 רעטייערטע אמעריקאנער מיליטערישע פיגורן וועלכע אינדארסירן טראמפ פאר פרעזידענט. צווישן די 88 מיליטערישע פערזענליכקייט זענען דא 4 גענעראלן וועלכע זענען פיר-שטערנדיגע גענעראלן און 14 3-שטערנדיגע גענעראלן. דער בריוו און מאסיווער אינדארסמענט איז ארגאניזירט געווארן דורך מאיאר גענעראל סידני שאונאו און אדמיראל טשארלס וויליאמס, און אינעם בריוו דערקלערן די 88 אונטערגעשריבענע אז טראמפ איז די פאסיגסטע אויסוואל צו דינען אלס "קאמאנדיר אין טשיף".

טראמפ: קלינטאן גלייכט אימיגראנטן מער ווי וועטעראנען

אהייא – שטייענדיג אין א טאג וואס אנקעטעס האבן געצייגט אז דער פארמעסט צווישן קלינטאן און טראמפ ווערט שמאל און טראמפ האט ערנסטע שאנסן צו באזיגן קלינטאן, האט זיך טראמפ ארויסגעלאזט אויף א סעריע פרישע אטאקע ליניעס קעגן קלינטאן. צווישן אנדערן האט טראמפ אינדארסירט דאס וואס קלינטאן וויל לעגאליזירן די מיליאנען אימיגראנטן וועלכע געפונען זיך אין אמעריקע אומלעגאל, זאגנדיג "הילערי קלינטאן גלייכט מער די אומלעגאלע אימיגראנטן ווי די אמעריקאנער מיליטערישע וועטעראנען", וואס די וועטעראנען אישו איז א צענטערפונקט פון טראמפ'ס קאמפיין פון די ערשטע מינוט וואס ער האט דערקלערט זיין קאנדידאטור.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך שלומיאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:10 am

גראדע היינט איז ארויסגעקומען פרישע אנקעטעס וואס איז בעסער פאר קלינטאן.
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 153 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 3:32 pm

קלינטאן און טראמפ אנטיילגענומען ביי "מיליטערישע" פארום

ניו יארק – נעכטן איז פארגעקומען אן אינטערעסאנטן פארום צו דיסקוסירן די אמעריקאנער מיליטער, אויפן מיליטערישן אינטרעפיד שיף אין ניו יארק סיטי, וואו קלינטאן האט אויפגעטרעטן א האלבע שעה און דערנאך האט טראמפ אויפגעטרעטן א האלבע שעה. דער פארום איז אפגעהאלטן געווארן געציילטע וואכן בעפאר טראמפ און קלינטאן וועלן זיך טרעפן אויפן דעבאטע פלאטפארמע דירעקט איינער קעגן צווייטן, און טראץ וואס זיי זענען נעכטן נישט ערשינען צוזאמען אויפן פאדיום, איז דאס באטראכט געווארן ווי א צוגרייטונג צו די דעבאטעס.

צווישן די פארשידענע מאמענטן אינעם אווענט, אט זענען עטליכע הויכפונקטן: טראמפ האט געזאגט אז זיין ערפארונג צו קענען פירן די מיליטער קומט פונעם פאקט אז ער האט געבויט א גרויסע קאמפאני, און אז ער האט די נויטיגע פאליסיס, זייענדיג קעגן דעם איראק קריג שוין פון גאנץ אנהייב. מען האט געפרעגט טראמפ איבער דאס וואס ער האט אמאל געזאגט אז ער ווייסט מער איבער אייסיס ווי די אמעריקאנער גענעראלן ווייסן, און טראמפ האט רעאגירט אז די גענעראלן אונטער אבאמא און קלינטאן זענען נישט געווען סוקסעספול, און זענען צעטראטן געווארן.

טראמפ האט געזאגט אז וויבאלד ער האט א גאר ערנסטע שאנס צו געווינען די פרעזידענטשאפט, וויל ער נישט אריינגיין קלאר און זאגן וואס זיין קאנטער-טעראריזם פלאן איז, ווייל דער שונא הערט זיך צו. ער האט פארטיידיגט דאס וואס ער האט אויסגעלויבט דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, זאגנדיג אז אויב פוטין זאגט גוטע זאכן אויף אים, וועט ער זאגן די זעלבע אויף פוטין. טראמפ האט צוגעלייגט אז אמעריקע וועטבענעפיטירן פון ווערן נאנטער מיט רוסלאנד, וויבאלד רוסלאנד וויל באזיגן אייסיס פונקט אזוי שטארק ווי אמעריקע וויל. טראמפ האט געזאגט אז די אמעריקאנער וויילער קענען זיין רואיג און פארזיכערט אז ווען ער קומט אריין אינעם אוועל אפיס, וועט ער זיין הונדערט פראצענט צוגעגרייט.

ווען קלינטאן האט געהאט איר האלבע שעה, האט זי געזאגט אז "א שטיינערנע סארט סטאביליטעט" איז די וויכטיגסטע קוואליטעט וואס דער אמעריקאנער "קאמאנדיר אין טשיף" דארף האבן. מען האט איר באזונדער געדרוקט איבער איר אימעיל סקאנדאל און דער פאקט אז זי האט גענוצט א פריוואטן אימעיל סערווער אלס סעקרעטערי אוו סטעיט, און קלינטאן האט דערויף געזאגט "עס וואלט ווען טאקע נישט געדארפט געטאן ווערן אזוי", אבער זי האט געזאגט קלאר אז איר אימעיל סיסטעם האט נישט געשטעלט נעשאנעל סעקיוריטי אין א געפאר. מען האט איר געפרעגט איבער דעם וואס זי האט געשטימט אלס סענאטאר צו אויטאריזירן דעם איראק קריג, און זי האט אנערקענט אז עס איז געווען א טעות. זי האט דאן געזאגט אז טראמפ שפרינגט ארום מיט זיין פאזיציע, ווען א מינוט זאגט ער אז ער האט געשטיצט דעם קריג און א מינוט זאגט ער אז ער איז געווען דערקעגן.

קלינטאן האט פארטיידיגט דעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן, זאגנדיג אז מען דארף זיך טאקע אומגיין מיט איראן זייער פארזיכטיג און מען קען זיי נישט געטרויען. זי האט געזאגט אז צו באזיגן אייסיס איז איר העכסטע קאנטער-טעראריזם פריאריטעט, אבער האט קלאר געזאגט אז זי איז קעגן דעם געדאנק פון אריינשיקן אמעריקאנער קאמפס טרופן צום ראיאן פון איראק און סיריע, אנצייגנדיג אז דאס איז געווען דער טעות פונעם איראק קריג. זי האט פארשפראכן אז אמעריקע וועט באקעמפן אייסיס אפילו אנדעם וואס עס וועלן זיין אמעריקאנער טרופן אויף דער ערד אין סיריע. ווען מען האט איר געפרעגט איבער איר ערפארונג אין מיליטערישע אישוס, האט זי צווישן אנדערן ארויסגעהויבן איר ראלע אין פלאנירן די פארכאפונג און מארד פונעם על קאידא פירער אסאמא בין לאדין.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 3:58 pm

שלומיאל האט געשריבן:גראדע היינט איז ארויסגעקומען פרישע אנקעטעס וואס איז בעסער פאר קלינטאן.


La Times
קלינטאן 45.5
טראמפ 44.4

רעסמיוסען
קלינטאן 43
טראמפ 39
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 5:22 pm

דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דעקט אויף: פאועל האט געראטן קלינטאן צו נוצן פריוואטע אימעיל

קאנגרעסמאן אליע קאמינג וועלכער איז דער הויפט דעמאקראט אין די קאמיטע וואס געט זיך אפ מיט אויספארשן די אימעיל קאנטראווערסיע פון הילערי קלינטאן האט היינט ארויסגעגעבן די אימעיל טראנסקריפט אין וועלכע מען זעט א אויסטויש צווישן הילערי קלינטאן און געוועזענער סעקערטערי אף סטעיט קאלין פאועל.

אין די אימעיל פרעגט זי אים אן איבער נוצן איר פריוואטע בלעקבערי נאכדעם וואס זי גייט אריין אין אמט און שטייט אין שפיץ פון די סטעיט דעפארטמענט, פאועל ענטפערט איר אז ער אליין נוצט עטליכע פריוואטע דעווייסעס, און ער גייט ווייטער און געט איר דעטאלירטע אנווייזונגען וויאזוי זי קען אויסשפילן די סיסטעם און אויסקרויזן די זיכערהייט סיסטעם פון די סטעיט דעפארטמענט, ער זאגט דארט קלאר אז ער אליין שרייבט זיך אויך מיט אויסלענדישע פירער און דיפלאמאטן דורך זיין פריוואטע קאנטע.

פאועל האט אין די פארגאנגענהייט געלייקנט אז ער זאל האבן געגעבן פאר קלינטאן אזעלכע ראט, און זיין ווארטזאגער האט פרובירט צו פארענטפערן אז פאועל האט נישט גענוצט די אימעיל פאר אפיציעלע צווען און זאכן וואס זענען קאנפידענשעל, און זאגן אז אין זיין צייט איז נאכנישט געווען קיין געהעריגע סיסטעם אין די סטעיט דעפארטמענט צו זיך ספראווען מיט די געברויך פון די סעקערטערי צו נוצן איר פריוואטע אימעילס.

קלינטאן האלט אפ פרעסע קאנפערענץ צום ערשטן מאל אין 10 חדשים

אלס טייל פון איר באנייטע קאמפיין זיך צו באוויזן מער אין די עפנטליכקייט זינט לעיבאר דעי האט היינט די פרעזידענטליכע קאנדידאט הילערי קלינטאן אפגעהאלטן א עפנטליכע פרעסע קאנפערענץ פאר די מידיע, דאס קומט נאכדעם וואס זי איז קריטיקירט געווארן דורך די מידיע אויף די פאקט אז עס איז אריבער 278 טעג זינט זי האט אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ.

קלינטאן האט געעפנט די פרעסע קאנפערענץ מיט'ן אראפרייסן די סטעיטמענטס וועלכע דאנאלד טראמפ האט נעכטן געמאכט ביי די פארום, אין וועלכע ער האט געזאגט אז ער האט נישט קיין צוטרוי אין די גענעראלן פון די אמעריקאנער מיליטער, און אזוי אויך אויף דעם וואס ער האט אויסגעלויבט דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין אלס א "שטארקע פירער" זי האט געזאגט אז זיין באמערקונג אז פוטין איז בעסער פונעם אמעריקאנער פרעזידענט איז "אומפאטריאטיש".

זי האט דאן גענומען פראגעס פון רעפארטער'ס אויף א רייע טעמעס, די פרעסע קאנפערענץ היינט האט אנגעהאלטן פאר 15 מינוט און זי האט גענומען 6 פראגעס, אבער מערקווירדיג אז קיין איינע פון די פראגעס איז נישט געווען איבער די אימעיל סקאנדאל, און אזוי אויך נישט איבער איר געזונטהייט וואס ווערט געשטעלט אונטער פראגע צייכן דורך רעפאבליקאנער. די פאקט אז מען האט איר נישט געפרעגט די פראגעס דינט אלס באווייז דורך רעפאבליקאנער אז די מידיע ארבעט אינאיינעם מיט די קלינטאן קאמפיין.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:01 pm

הילערי באליידיגט און פארשעמט טראמפ שטיצער

ניו יארק - א מאסיווע סקאנדאל אנטוויקלט זיך ארום הילערי קלינטאן, נאכדעם וואס עס איז אפירגעקומען א רעקארדירונג וויאזוי זי האט ביי א פריוואטע פאנדרעיזינג פארטי אין ניו יארק אפאר טעג צוריק געזאגט אז האלב פון טראמפ׳ס שטיצער זענען ״פארדאמטע״, צולייגנדיג אז זיי זענען ראסיסטן און אנדערע פארשעמנדע נעמען. הילערי איז באלד פארדאמט געווארן, און דער טראמפ קאמפיין זאגט אז דערמיט וואס הילערי באצייכנט האלב פון טראמפ׳ס שטיצער מיט פארשעמנדע טערמינען, מיינט צו זאגן אז זי באטראכט מיליאנען נארמאלע שווער-ארבעטנדע אמעריקאנער בירגער אלס געמיינע און אומפארשעמטע.

קלינטאן האט זיך אנטשולדיגט, זאגנדיג אין א סטעיטמענט אז זי האט זיך פאררעדט און אז מיליאנען פון טראמפ׳ס שטיצער זענען אייגענטליך ארנטליכע און וואוילע אמעריקאנער. אבער הילערי׳ס אנטשולדיגונג קומט שוין צו שפעט, ווען דער טראמפ קאמפיין האט שוין אנגעהויבן אויפטרייבן גרויסע געלטער דורך איר טשעפע ווערטער, און פילע באצייכענען הילערי׳ס ווערטער אלס איר ״47 פראצענט״ קאמענטאר, דערמאנענדיג וואס ראמני האט אין 2012 געזאגט אז 47 פראצענט אמעריקאנער וועלן סייווי שטימען פאר אבאמא וויבאלד זיי באקומען רעגירונג פראגראמען.

טראמפ: איינזינקען איראנער שיפלעך

פלארידע - דאנעלד טראמפ האט ביי א רעדע אין פלארידע געזאגט אז אלס פרעזידענט וועט ער פארארדענען די מיליטער אז סיי וועלכע איראנער שיפל טשעפעט און סעקירט אמעריקאנער מיליטערישע שיפן אין אינטערנאציאנאלע וואסערן, זאל באלד באמבארדירט ווערן און געזינקען ווערן. טראמפ זאגט אז די ״פיצעלע״ איראנער שיפן מיינען אז זיי קענען טשעפען ״אונזערע הערליכע גרויסע דעסטרויערס״ ווייל אבאמא האט אפגעשוואכט אמעריקע׳ס אויסזעהן איבער די וועלט.

רויטערס: קלינטאן איז אויף געהאקטע צרות

וואשינגטאן - די רויטערס נייעס אגענטור פירט א ספעציעלע פראיעקט ״סטעיטס אוו די נעישאן״ דורך וועלכע זי האלטן חשבון אויפן מצב אין אלע סטעיטס איבער די פרעזידענטליכע וואלן צווישן הילערי קלינטאן און דאנעלד טראמפ, און נעכטן האט רויטערס געזאגט אז אירע לעצטערע ציפערן, צייגן אז קלינטאן איז אויף ערנסטע צרות. קלינטאן האט יעצט בלויז אן 83 פראצענט שאנס צו געווינען די וואלן, וואס איז נאך אלץ א הויכע ציפער אבער פיל ווייניגער ווי די 95 פראצענט שאנס וואס רויטערס האט איר געגעבן מיט א מאנאט צוריק. אויך צייגן רויטערס׳ ציפערן אז אהייא און פלארידע זענען מער נישט גענויגט לטובת הילערי, און טראמפ האט די זעלבע שאנסן צו געווינען די 2 סטעיטס.

הויכע ערווארטונגען פון קלינטאן ביי די דעבאטעס
א פרישע אנקעטע צייגט אז אמעריקאנער האבן הויכע ערווארטונגען פון הילערי קלינטאן ווען עס קומט צו די דעבאטעס. א סי. ען. ען. אנקעטע צייגט אז 53% זענען ביי די מיינונג אז זיי וועט לייכטערהייט געווינען דאנאלד טראמפ, און בלויז 43% קלערן אזוי אויף דאנאלד טראמפ, דאס קומט שטייענדיג 2 וואכן בעפאר די ערשטע דעבאטע.

דאס איז נישט קיין גוטע נייעס פאר קלינטאן, ווייל דאס מיינט אז זי ווערט געהאלטן צו א הויכע סטאנדארט און אפילו א קליינע דורכפאל וועט ווערן פאררעכנט פאר א פארלוסט, דאס קומט נאכדעם וואס אירע שטיצער זענען אנטוישט פון איר האנדלונג מיט די "פארום" אין ניו יארק מיט צוויי טעג צוריק וואס איז געווען א צייכן אויף וויאזוי זי דעבאטעס קען זיך אויסשפילן.

שטייגנדע קריטיק אויף דאנאלד טראמפ פאר'ן אויסלויבן פוטין
ביי די קאמענדער אין טשיף פארום אויף די אינטרעפיד שיף אין ניו יארק האט דאנאלד טראמפ ווידערהאלט זיין שעצונג פאר פוטין, און געזאגט אז ער שעצט אים מער ווי אבאמא ווייל "ער איז א שטארקע פירער" הילערי קלינטאן האט שארף פארדאמט דעם סטעיטמענט ביי א פרעסע קאנפערענץ נעכטן און געזאגט "איך וואונדער זיך וואס ראנאלד רעיגען וואלט געזאגט אויף א אמריקאנער פרעזידענט קאנדידאט וואס לויבט אויס דעם רוסישן פירער און פארשעמט אונזער פרעזידענט" אבער א טאג נאכדעם האט ער געטון די זעלבע זאך, ער האט אין א אינטערוויו פאר די rt נייעס קאנאל איבערגעזאגט די זעלבע קאמענטארן, זיין קאמפיין מענעדשער האט היינט געזאגט "ער מיינט אים נישט צו אויסלויבן ער ברענגט ארויס א פאקט אז ער איז א שטערקערע פירער".
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך שלומיאל » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 4:49 pm

יאהאן האט געשריבן:רויטערס: קלינטאן איז אויף געהאקטע צרות

וואשינגטאן - די רויטערס נייעס אגענטור פירט א ספעציעלע פראיעקט ״סטעיטס אוו די נעישאן״ דורך וועלכע זי האלטן חשבון אויפן מצב אין אלע סטעיטס איבער די פרעזידענטליכע וואלן צווישן הילערי קלינטאן און דאנעלד טראמפ, און נעכטן האט רויטערס געזאגט אז אירע לעצטערע ציפערן, צייגן אז קלינטאן איז אויף ערנסטע צרות. קלינטאן האט יעצט בלויז אן 83 פראצענט שאנס צו געווינען די וואלן, וואס איז נאך אלץ א הויכע ציפער אבער פיל ווייניגער ווי די 95 פראצענט שאנס וואס רויטערס האט איר געגעבן מיט א מאנאט צוריק. אויך צייגן רויטערס׳ ציפערן אז אהייא און פלארידע זענען מער נישט גענויגט לטובת הילערי, און טראמפ האט די זעלבע שאנסן צו געווינען די 2 סטעיטס.

געקאפיט ווארט ביי ווארט פון @פאליק פון אייוועלט
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p1295445
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 153 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 4:53 pm

פאלטער נישט איין אז איך און דער פאליק האבן עס געקאפיט פון די זעלבע פלאץ, הא?...
עס קומט פון קול העולם טעגליך אימעיל פון וואו איך ברענג נאך אסאך.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 9:04 pm

יאהאן האט געשריבן:הילערי באליידיגט און פארשעמט טראמפ שטיצער

ניו יארק - א מאסיווע סקאנדאל אנטוויקלט זיך ארום הילערי קלינטאן, נאכדעם וואס עס איז אפירגעקומען א רעקארדירונג וויאזוי זי האט ביי א פריוואטע פאנדרעיזינג פארטי אין ניו יארק אפאר טעג צוריק געזאגט אז האלב פון טראמפ׳ס שטיצער זענען ״פארדאמטע״, צולייגנדיג אז זיי זענען ראסיסטן און אנדערע פארשעמנדע נעמען. הילערי איז באלד פארדאמט געווארן, און דער טראמפ קאמפיין זאגט אז דערמיט וואס הילערי באצייכנט האלב פון טראמפ׳ס שטיצער מיט פארשעמנדע טערמינען, מיינט צו זאגן אז זי באטראכט מיליאנען נארמאלע שווער-ארבעטנדע אמעריקאנער בירגער אלס געמיינע און אומפארשעמטע.

קלינטאן האט זיך אנטשולדיגט, זאגנדיג אין א סטעיטמענט אז זי האט זיך פאררעדט און אז מיליאנען פון טראמפ׳ס שטיצער זענען אייגענטליך ארנטליכע און וואוילע אמעריקאנער. אבער הילערי׳ס אנטשולדיגונג קומט שוין צו שפעט, ווען דער טראמפ קאמפיין האט שוין אנגעהויבן אויפטרייבן גרויסע געלטער דורך איר טשעפע ווערטער, און פילע באצייכענען הילערי׳ס ווערטער אלס איר ״47 פראצענט״ קאמענטאר, דערמאנענדיג וואס ראמני האט אין 2012 געזאגט אז 47 פראצענט אמעריקאנער וועלן סייווי שטימען פאר אבאמא וויבאלד זיי באקומען רעגירונג פראגראמען.

ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:23 pm

פארמעסט ווערט שמעלער אין פלארידע

פלארידע – א פרישע "סי בי עס" אנקעטע צייגט אז דער פארמעסט צווישן הילערי קלינטאן און דאנעלד טראמפ אין די סווינג סטעיט פלארידע ווערט שמעלער. לויט די נייע אנקעטע קריגט קלינטאן 44 פראצענט און טראמפ 42 פראצענט, וואס באדייט אן אויבערהאנט פון צוויי פראצענט פאר קלינטאן. מיט א מאנאט צוריק האט הילערי געהאט א פינף פראצענט אויבערהאנט אין די סטעיט.

דזשיל סטיין: כ׳וואלט נישט אומגעברענגט בין לאדין

ניו יארק - שטייענדיג אינעם יארטאג פון די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, האט די גרין פארטיי פרעזידענט קאנדידאט דזשיל סטיין אדרעסירט די אישו פון על קאידא און דער פאקט אז אונטער פרעזידענט אבאמא און הילערי קלינטאן האט אמעריקע געכאפט און אומגעברענגט אסאמא בין לאדין. סטיין האט געזאגט אז ווען זי איז ווען פרעזידענט, וואלט זי נישט פארארדענט אומצוברענגען בין לאדין, נאר וואלט געהייסן אים כאפן לעבעדיגערהייט און וואלט אים געשטעלט פאר א פראצעס אינעם אמעריקאנער געריכט סיסטעם.

קה"א
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:55 am

טראמפ׳ס קלינטאן ראטגעבער

ניו יארק - דער טראמפ קאמפיין האט נעכטן געמאלדן אז זי האט אויפגענומען דזשעימס וואוסלי אלס טראמפ׳ס נייער העכסטער נעשאנעל סעקיוריטי ראטגעבער. וואוסלי האט געדינט אלס סי-איי-עי דירעקטאר אונטער פרעזידענט ביל קלינטאן און דעריבער איז עס א שטארקע פאטש פאר הילערי. וואוסלי האט נעכטן געגעבן אן אינטערוויו פאר ״סי-ען-ען״ וואו ער האט ערקלערט אז ער האט באשלאסן צו שטיצן טראמפ וויבאלד ער האלט פיל מער פון טראמפ׳ס פלאן פאר מיליטערישע שפענדונג.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:49 pm

טראמפ: פרעזידענט אבאמא איז געבוירן אין אמעריקע

דאנאלד טראמפ האט זיך פאפולער געמאכט אינערהאלב די רעפאבליקאנער קרייזן מיט זיין שטיין אין שפיץ פון די "בירטער" באוועגונג, ראדיקאלע רעפאבליקאנער וואס זענען געווען איבערצייגט אז אבאמא איז נישט קיין עכטער אמעריקאנער און איז נישט געבוירן געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן. עס איז נישט געווען בלויז א לעגאלע פראגע, נאר האט געזאלט מיינען אז אבאמא'ס גאנצע פרעזידענטשאפט איז א קאנספיראציע, און ער איז נישט קיין פאטריאטישע אמעריקאנער, און זיינע אינטערעסן זענען נישט פאר אמעריקע און איר בירגער. טראמפ האט אנגעטראגן 5 מיליאן דאלער אויב אבאמא געט ארויס זיין געבורטס-שיין, און ווען ער האט עס ארויסגעגעבן האט ער ווייטער פארפירט אז עס איז פאלש.

פילע אמעריקאנער קוקן אן די בירטער באוועגונג אלס ראיסיסטיש און האלטן אז די סיבה פארוואס מען האט בכלל ארויפגעברענגט די פראגע איז צוליב דעם וואס ער איז שווארץ. טראמפ האט נישט אויפגעברענגט צופיל די גאנצע זאך זינט ער לויפט פאר פרעזידענט, אבער האט זיך אויך אנטזאגט צו קאמענטירן אויב ער גלייבט שוין אז אבאמא איז געבוירן אין אמעריקע, ער האט אויך אנגעדייטעט עטליכע מאל אז אבאמא סימפאטיזירט מיט מוסלעמענער טעראריסטן און נאך די ארלאנדא אטאקעס האט ער געזאגט "איך ווייס נישט אויב אבאמא וויל אפשלאגן טעראר, איך ווייס נישט, עפעס גייט פאר" א סטעיטמענט וועלכע איז שארף פארדאמט געווארן.

אבער אין די באנייטע באמיאונגען פון זיין קאמפיין אים צו מאכן ווייניגער קאנטראווערסיאל האבן זיי באשלאסן אז טראמפ קען זיך שיידן פון די בירטער באוועגונג, און האבן אין א סטעיטמענט געזאגט אז זייער קאנדידאט גלייבט אז אבאמא איז געבוירן אין אמעריקע. היינט אינדערפרי האט טראמפ אליין אין א רעדע ענדגילטיג געזאגט אז פרעזידענט אבאמא איז געבוירן אין אמעריקע, פעריעד.

#גוט מארגן
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

אנאליז

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:52 pm

די פאראדאקס פון שוואכע ערווארטונגען, די שטארקייט פון טראמפ

טראמפ האט זיך היינט אויפגעשטעלט פאר אמעריקע און געזאגט פינף ווערטער "פרעזידענט אבאמא איז געבוירן אין אמעריקע, פיריאד" און מיט דעם האט ער אפיציעל געשלאסן די דעבאטע איבער זיין שטיצע פאר די בירטער באוועגונג. דאס זעלבע האט ער געטון אין מעקסיקא ווען ער האט געזאגט "איך האב זייער שטארקע ליבשאפט און רעספעקט פאר די מעקסיקאנער באפעלקערונג אין אמעריקע" און מיט דעם אפגעווישט לאנגע חדשים פון שארפע רייד און שמוץ-ווארפעריי אויף די מעקסיקאנער-אמעריקאנער באפעלקערונג אין אמעריקע.

דאס איז עפעס וואס קיין שום פאליטיקאנט אין אמעריקע קען זיך נישט ערלויבן, מען קען זיין אויף ביידע זייטן פון א דעבאטע, און האבן צוויי מיינונגען אין די זעלבע צייט, און די פאבליק קויפט עס. גארנישט אין די יעצטיגע וואל-סעזאן ארבעט לויט די געזעץ בוך פון פאליטיק'ס, און נארמאלע צייטן וואלט אז קאנדידאט געווארן אפגעצייכנט אלס "פליפ-פלאפער" און נישט געהאט די מינדעסטע שאנס אנצוקומען נאנט צום ווייסן הויז, אבער 2016 זעהט אויס צו זיין א אנדערע מעשה.

טראמפ איז נישט קיין רעפאבליקאנער, און אויך נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ליבעראל און נישט קיין קאנסערוואטיווער. ער טוט אפיציעל אינדארסירן פינאנציעלע פאליסיס וואס זענען אלע יארן געווען פארמיאוס'ט ביי די רעפאבליקאנער און קאנסערוואטיוון, און אין די זעלבע צייט טוט ער אויך אויסדרוקן ראדיקאלע קאנסערוואטיווע געדאנקען, און די באן פארט ווייטער. בלויז די וואך האט ער אינדארסירט א פלאן פון באצאלן מאמעס פון קליינער קינדער א באצאלטע וואקאציע נאך געבורט, און דעי-קעיר, א פלאן וועלכע אפילו דעמאקראטן פלעגן שטיין ווייט דערפון אין די קאפיטאליסטישע אמעריקע, אבער טראמפ קען זיך ערלויבן.

די זעלבע איז מיט אויסערן פאליטיק'ס, ווען אבאמא האט אין 2008 געזאגט אז מען דארף פרובירן צן אנקניפן בעסערע פארבינדונגען מיט אמעריקע'ס פיינט איז ער באצייכנט געווארן דורך די יעצטיגע טראמפ שטיצער אלס "אומערפארן" אין בעסטן פאל, און אנטי-אמעריקאנער אין בעסטן פאל, אבער טראמפ וועט אויסלויבן רוסלאנד, נארט קארעא, און אטאקירן פרעזידענט בוש איבער די מלחמה אין עיראק, און אים אנרופן ליגענער, א זאך וואס אפילו אבאמא האט נישט געטון. און וואונדער איבער וואונדער, די רעפאבליקאנער האבן אים ווייטער ליב. ווייל טראמפ קען זיך ערלויבן.

טראמפ קען זיך ערלויבן, צו טוישן פאליסי אזוי ווי אונטער וועש, צו זאגן זאכן וואס קיינער אין פאליטיקס האט נאכנישט געזאגט. און ער שטייגט נאר אין די אנקעטעס, מען וועט אים מוחל זיין אויף אלעס, מען וועט אים פארענטפערן. וואס ליגט אונטער דעם?

עס פאדערט ענדערש א פסיכלאגישע אנאליז ווי א פאליטישע. טראמפ געניסט פון א אויסערגעווענליכע פאפולאריטעט ביי זיינע שטיצער, ער איז נישט בלויז א פאליטישע פיגור נאר א שטערן וועם זיי גלייכן צו אויסהערן און גלייכן אים פערזענליך, זיינער ראליס ציען צו מאסן וואס מען האט נאכנישט געזען אין פאליטישע היסטאריע. אבער די פאקט אז ער קען זיך ערלויבן קומט צוליב דעם וואס ער האט באוויזן צו אראפברענגען די ערווארטונגען פון אים.

די פאליטישע געים איז נישט א געים פון וועלכער קאנדידאט איז בעסער, נאר ליבערשט א שפיל פון ווער געווינט. עס איז א שפיל פון ערווארטונגען. מען קוקט א גאנצע צייט לויט וואס די פובליק האט ערווארטעט און ווי נאנט איז מען אנגעקומען צו די ערווארטונגען.
צום ביישפיל א פאליטיקאנט וואס הייסט א שוואכער רעדנער, און געט א נישקשה'דיגע דרשה וועט באקומען מער אפלאדיסמענטן און די מידיא וועט קאמפלימענטירן זיין דרשה פיל מער ווי דעם גאר גוטן רעדנער וואס האט געגעבן א גוטע דרשה ווי געווענליך.

דאס ברענגט צו אן אינטערסאנטן פאראדאקס אז ווי שוואכער, אלס בעסערע שאנסן האט מען צו הייסן א זיגער.

אזוי ווי דאס קינד וואס רוהט נישט איין קיין מינוט באקומט א קאמפלימענט אז ער האט נישט מאקסימיזירט זיין קאמאנדעווען רוטין, אין די צייט וואס דער צדיק'ל וועט ווערן קאמענטירט אויף דאס מינדעסטע אפנויג פון זיין זיידענעם כאראקטער.

א פאליטיקאנט וואס הייסט א שוואכער דעבאטירער, קומט אריין צו די דעבאטעס שוואכער, די רעפאבליקאנער זענען אריינגעקומען אין די אלגעמיינע וואלן נאכדעם וואס א מאיאריטעט רעפאבליקאנער האבן אייגענטליך געשטימט פאר אנדערע קאנדידאטן אין די פריימעריס, זיי האבן מורא געהאט אז טראמפ וועט ברענגען "בושות פאר די משפחה" אבער יעדעס מאל וואס טראמפ עפנט דאס מויל און זאגט עפעס וואס איז נישט קיין בושות שעפט מען נחת.

אזוי האט א טעלעוויזיע פיגור, א לץ און א בדחן, באוויזן צו טוישן אלעס וואס מיר ווייסן איבער פאליטיק'ס, ער האט איבערגעוויזן אז פאליטיקס איז נישט בלויז פאליטיק'ס נאר אויך א פסיכאלאגישע שפיל וואס מיר אביסל כאריזמע און כיטרע שטיקעס קען מען אנקומען צו די העכסטע פאזיציע אין לאנד.

JP
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:55 pm

טראמפ דזשוניער פאררעדט זיך

ניו יארק – דער זוהן פון דאנעלד טראמפ ווערט שארף פארדאמט נאכדעם וואס ער האט געלאזט פאלן אן אומסענסיטיווע סטעיטמענט, דערמאנענדיג די גאז קאמערן פון אוישוויץ ביים אטאקירן הילערי קלינטאן. דאנעלד טראמפ דזשוניער האט געזאגט אין אן אינטערוויו אז די אמעריקאנער מידיא שטיצט און העלפט קלינטאן, און זיי האבן פארדעקט דעם פאקט אז די דעמאקראטישע פארטיי האט געשטערט בערני סענדערס פון געווינען די רעפובליקאנער נאמינאציע. דער יונגער טראמפ האט געזאגט אז אויב וואלטן די רעפובליקאנער געטאן דאס וואס די דעמאקראטן האבן געטאן פאר סענדערס, וואלט די מידיא שוין אנגעהייצט די גאז קאמערן און אריינגעווארפן דארטן די רעפובליקאנער.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך שלומיאל » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:13 pm

וועלכער זון? עריק טראמפ?
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 153 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:28 pm

ער הייסט ":דאנעלד טראמפ דשוניער" זיין טאטע איז "דאנעלד טראמפ סיניער".
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך שלומיאל » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:42 pm

אה
דער זון וואס וויל לויפן פאר מעיאר אין נוי יארק
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 153 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:00 pm

טראמפ וויל קלאגן "ניו יארק טיימס"

ניו יארק – דאנאלד טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער און זיינע אדוואקאטן דיסקוסירן ערנסט די מעגליכקייט פון אנקלאגן דעם ניו יארק טיימס, איבער דעם וואס דער טיימס פארעפנטליכט כמעט יעדן איינציגן טאג פרישע נעגאטיווע אויפדעקונגען קעגן אים. טראמפ'ס שארפע ווערטער איז געקומען אלס רעאקציע צו אן ארטיקל אינעם טיימס שבת, וואס האט אויפגעדעקט אז טראמפ האט אויפגעבויט זיין ריעל עסטעיט אימפעריע אין מאנהעטן דורכ'ן נוצן געלטער, אזויפיל ווי 885 מיליאן דאלער, וואס ער האט באקומען פון שטייער קרעדיטס.

פענס פארעפנטליכט דאקטער בריוו
אינדיאנא – דאקטער מייקל באסק, דער דאקטער וועלכער באהאנדלט דעם רעפובליקאנער וויצע פרעזידענט קאנדידאט מייק פענס, האט נעכטן פארעפנטליכט א בריוו אין וועלכע ער שרייבט אז פענס איז א געזונטער 57 יעריגער, און אז זיין לעצטע פיזיקעל עקזעם האט נישט געצייגט קיין שום פראבלעמען מיט פענס' געזונט-צושטאנד. דער בריוו קומט נאכדעם וואס טראמפ, קלינטאן און טים קעין האבן אלע ארויסגעגעבן טיילווייזע מעדיצינישע רעקארדס אלס רעזולטאט פון דעם וואס קלינטאן איז צוזאמגעפאלן פאריגע וואך זונטאג.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך מיין מיינונג » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:21 pm

יאהאן האט געשריבן:ער הייסט ":דאנעלד טראמפ דשוניער" זיין טאטע איז "דאנעלד טראמפ סיניער".

די טראמפס זענען ספרדי׳שע? :P
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 743
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 4:22 pm

קלינטאן קאמפיין ארבעט שווער אין פענסילעוועניע

ווי נענטער מען קומט אן צו די וואלן קומען אנאליסטן צו די מסקנה אז אין די יעצטיגע וואלן איז פענסילוועניע די וויכטיגסטע בעטלגראונד סטעיט. און טראץ וואס די דעמאקראטן האבן דארט געווינען די לעצטע וואלן, טוען די לעצטע אנקעטעס ארויסרופן זארג צווישן די דעמאקראטן.

במשך דעם זומער האט אויסגעקוקט אז קלינטאן איז פארזיכערט דארט מיט א געווינס אבער אין די לעצטע וואכן האט זיך דאס בילד פארערגערט פאר איר, און לויט טייל אנקעטעס איז זי מיט בלויז 2-3 פונקטן פאראויס, אראפ פון א מאסיווע 15 פונקטן אויבערהאנט במשך דעם זומער. אבער די קלינטאן קאמפיין קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן די סטעיט, וואס וועט באדייטען א זיכערע פארלוסט, און האט זיך גענומען מיט א באנייטע אימפעט צו פארזיכערן א געווינס דארט, די קאמפיין האט אראפגעברענגט פרעזידענט אבאמא, דשאו ביידען, און ביל קלינטאן קאמפיינען פאר הילערי קלינטאן אין פילאדעלפיע.

אזוי אויך טוט די קלינטאן קאמפיין העפטיג ארבעטן צו רעקרוטן וואלונטירן איבער די סטעיט, בלויז אין די נאכט פון די ראלי וואס אבאמא האט אפגעהאלטן האבן זיך אויפגעשריבן 750 וואלונטירן. די קלינטאן קאמפיין איז אפטימיסטייש אז זייער סאפיסטיקירטע אפאראט פון וואלונטירן און ארבעטער וועט זיי ברענגען א געווינס.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 4:24 pm

מיין מיינונג האט געשריבן:
יאהאן האט געשריבן:ער הייסט ":דאנעלד טראמפ דשוניער" זיין טאטע איז "דאנעלד טראמפ סיניער".

די טראמפס זענען ספרדי׳שע? :P

וואס? ווילסטעך משדך זיין מיטעם?..
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

פריערדיגענעקסטע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron