יעצט איז: פרייטאג יוני 23, 2017 9:50 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 12:33 pm

IMG_20150903_122251.jpg
IMG_20150903_122251.jpg (173.68 KiB) געזעהן געווארן 3418 מאל

איר מיינט אודאי אז דאס איז א קאר וואס האט זיך איבערגעהיצט, ניין.
עטליכע בחורים זענען בטעות אריינגעפארן אין די אראבישע געגנט אין חברון, ווען מען האט זיי אנגעפאנגען צו אטאקירן זענען זיי אנטלאפן אויף די פיס און זיך אויסבאהאלטן אין א הויז ווארטנדיג אז די מיליטער זאל זיי ארויסטראגן.

די קאר האבן די אראבער וואנדאליזירט און דערנאך אנגעצינדן.

בשעת'ן וואנדאליזירן
IMG_20150903_122256.jpg
IMG_20150903_122256.jpg (146.18 KiB) געזעהן געווארן 3418 מאל
IMG_20150903_122259.jpg
IMG_20150903_122259.jpg (207.13 KiB) געזעהן געווארן 3418 מאל

(@kolhaolam)
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג יוני 24, 2016 4:25 pm

צוויי צען יעריגע קינדער האבן אנגעזייט אן ערנסטע טעראר פחד אין א שולע אין תל אביב, ווען זיי האבן זיך פארשטעלט ווי אראבישע טעראריסטן און אריינגעשטורעמט אין זייער קלאס מיט א רויט-פארשמירטע מעסער.
איבריג צו זאגן אז די קינדער זענען אריינגעפאלן אין א טויט שרעק און מען האט באלד אלארמירט די פריוואטע סעקיוריטי וועכטער פון די שולע, וועלכע זענען געקומען און אויסגעשטרעקט זייערע רעוואלווערס אין ריכטונג פון די 2 קינדער.
דאן האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז סתם געווען א שפיל. די מדינת ישראל ערציאונגס מיניסטעריום האט שארף פארדאמט דעם שפיל, זאגנדיג אז דאס קען פירן צו ערנסטע קאנסעקווענצן.

קה"א
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

שרעקעדיג ק"ה

הודעהדורך נייעס » מאנטאג יוני 27, 2016 1:49 pm

א שרעקעדיגע באריכט אינעם "הארץ" צייטונג האט נאכגעברענגט פון א הויכראנגיקן קאמאנדיר אינערהאלב די מדינת ישראל מיליטער, וועלכער זאגט אז די מדינת ישראל שפיאנאזש אגענטורן האבן אויפגעכאפט אז די כאמאס טעראר ארגאניזאציע גרייט צו א מאסיווע איבערפאל אויף מדינת ישראל שטעט, דורכ'ן גראבן פרישע טונעלן מיט עפענונגען אין מדינת ישראל טעריטאריע. כאמאס טרענירט א ספעציעלע איינהייט פון 100 טעראריסטן וועלכע וועלן דורכפירן דעם איבערפאל.
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יוני 27, 2016 3:46 pm

היינט איז א היסטארישע טאג אינעם מיטל מזרח, ווען די רעגירונגען פון טערקיי און מדינת ישראל וועלן אפיציעל מעלדן א באנייאונג פון פריינטליכע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער. דער דיעל צווישן די צוויי רעגירונגען ווערט שוין אויסגעארבעט אונטערן טיש פאר עטליכע מאנאטן, און אין די לעצטערע טעג האבן פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו און טערקישער פרעזידענט ערדאגאן מסכים געווען צו אלע דעטאלן פונעם דיעל.

טערקיי און מדינת ישראל האבן יארן לאנג געהאט גוטע באציאונגען, אבער דאס איז געקומען צו אן ענדע מיט 6 יאר צוריק, ווען א גרופע אקטיוויסטן פון טערקיי האבן געמאלדן אז זיי גייען קומען מיט א פלאטע פון שיפן און ברענגען הומאניטערישע הילף פאר די פאלעסטינער איינוואוינער אין עזה. מדינת ישראל האט געווארנט אז די שיפן פלאטע איז אומלעגאל, וויבאלד זיי וועלן צעברעכן א מיליטערישע בלאקאדע וואס איז דאן געווען איינגעשטעלט ארום עזה. די אקטיוויסטן האבן אפגעלאכט און זענען אריבערגעפארן די בלאקאדע. דאן האבן מדינת ישראל קאמאנדאס געשטורעמט דעם שיף און אומגעברענגט 9 פון די אקטיוויסטן, נאכ'ן ווערן אטאקירט מיט מעסערס און וואפנס דורך די אקטיוויסטן.

זינט יענע אינצידענט האבן מדינת ישראל און טערקיי אפגעהאקט באציאונגען און פארשלאסן די אמבאסאדעס אין זייערע לענדער. אצינד איז אויסגעהאמערט געווארן אן אפמאך וואס וועט באנייען די באציאונגען און די לענדער וועלן צוריקעפענען זייערע אמבאסאדעס איינער ביים צווייטן. די הויפט פונקט וואס האט געשטופט ביידע רעגירונגען צו אקצעפטירן דעם דיעל איז געווען דאס וואס מדינת ישראל האט זיך פארפליכטעט צו באצאלן 20 מיליאן דאלער פאר די פאמיליעס פון די 9 אומגעברענגטע אקטיוויסטן פונעם שיף, און טערקיי האט זיך פארפליכטעט אנצוהייבן אפקויפן מאסיווע קוואנטומען פון איזראעלי נאטורליכע גאז און אויל.

-קה"א-
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך נייעס » דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:47 pm

אן אראבישער מערדער האט היינט ערמארדעט רח"ל א אידיש 13 יעריג מיידל אין קרית ארבע
אלס נקמה האבן די ארטיגע מתנחלים רעאגירט מיט רייץ אקעגן די אראבער
מזרחי.JPG
מזרחי.JPG (57.48 KiB) געזעהן געווארן 3116 מאל
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » זונטאג יולי 03, 2016 1:43 pm

זיי זיכן נאך בלוט פארגיסונג? טיפשות אויפן העכסטן גראד! ראסטיגע שכל...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

ביבי באזיכט אוגאנדא -ק"ה-

הודעהדורך נייעס » זונטאג יולי 10, 2016 9:34 am

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט אפגעשטאט א היסטארישע באזוך אין די שטאט ענטעבי, אוגאנדע, באזוכנדיג ביים ארטיגן לופטפעלד וואו עס איז פארגעקומען די דראמאטישע משכונות פארכאפונג אויף א פליגער פול מיט מדינת ישראל בירגער און אידן מיט פערציג יאר צוריק. די משכונות דראמא האט זיך עווענטועל געענדיגט, ווען א ספעציעלע מיליטערישע איינהייט פון מדינת ישראל האט געשטורעמט דעם לופטפעלד און באפרייט אלע משכונות.
די טעראריסטן-היידזשעקער האבן געהאט גלייך באפרייט אלע משכונות פונעם פליגער, אויסער די מדינת ישראל בירגער און אידישע פאסאזשירן וועלכע האבן זיך געפונען אויפן פליגער. אלעס אינאיינעם זענען 3 פון די משכונות אומגעקומען אין לויף פון די דראמא. די אוגאנדער מיליטער האט דאן געשטיצט די טעראריסטן, וויבאלד די אוגאנדע רעגירונג איז דאן קאנטראלירט געווארן דורכ'ן בלוטיגן דיקטאטור אידי אמין, און 45 אוגאנדער זעלנער זענען אומגעקומען ביי די איזראעלישע רעטונגס אפעראציע.
אלע היידזשעקער זענען אויך אומגעברענגט געווארן, און דער איינציגסטער מדינת ישראל זעלנער וואס איז אומגעקומען ביי די אפעראציע איז געווען יונתן נתניהו, פרעמיער ביבי'ס ברודער, וועלכער האט אנגעפירט די גרופע קאמאנדא זעלנער ביי די אפעראציע. נתניהו האט נעכטן ביי זיין באזוך אויפגעטרעטן אינאיינעם מיטן אמטירנדן אוגאנדער פרעזידענט יאווערי מוסעוועני, וועלכער האט געזאגט אז טראץ וואס אזויפיל אוגאנדער זעלנער זענען אומגעקומען, איז מדינת ישראל געווען הונדערט פראצענט בארעכטיגט דורכצופירן די רעטונגס אפעראציע.
נתניהו'ס באזוך איז די סאמע ערשטע מאל וואס א מדינת ישראל פרעמיער באזוכט אינעם ענטעבי לופטפעלד ביים ארט פון די משכונות דראמא. נתניהו וועט אויך באזוכן אנדערע אפריקאנער לענדער, אריינגערעכנט קעניע, ראוואנדא און עטיאפיע, וואו ער האפט צו שאפן נייע פריינטשאפטן מיט אנדערע לענדער, בעיקר צו שליסן דיעלס צו פארקויפן פאר די לענדער מדינת ישראל פאבריצירטע וואפנס און מיליטערישע געצייג.א פארשעמטע פאקט איז נעכטן אויפגעדעקט געווארן, אז פאליציי לענגאויס גרויסע שטעט אין איראק האבן ביז היינט גענוצט פאלשע באמבע דערשפירער מאשינען ביי טשעקפוינטס, וויבאלד ס'איז פיל ביליגער ווי עכטע. פרעמיער מיניסטער אבאד האט דעריבער פארארדענט אז אין ליכט פון די באמבארדירונגען, זאל די פאליציי אנהייבן נוצן בלויז עכטע, ווייל דער געפאר אז טעראריסטן שמוגלען באמבעס אין באוואוינטע געגנטער איז גאר שטארק.
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יולי 11, 2016 1:04 pm

עגיפטן – דער אויסערן מיניסטער פון עגיפטן, מיניסטער סאמא שוקרי, האט נעכטן אפגעהאלטן א גאר זעלטענע באזוך אין מדינת ישראל, וואס איז געווען א צייכן פון די באנייטע נאנטשאפט צווישן די צוויי לענדער. שוקרי האט זיך פערזענליך געטראפן מיט פרעמיער מיניסטער נתניהו און האט פארלאנגט אז מדינת ישראל זאל באנייען די געשפרעכן מיט די פאלעסטינער איבער גרינדן א זעלבסטשטענדיגע לאנד פאר די פאלעסטינער.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יולי 11, 2016 1:05 pm

תל אביב – מדינת ישראל אטוירני דזשענעראל אביחי מאנדעלבליט האט געמאלדן נעכטן אז אן אפיציעל אויספארשונג איז געעפנט געווארן אויסצופארשן פארשידענע באשולדיגונגען קעגן פרעמיער מיניסטער נתניהו, אבער מאנדעלבליט האט קלאר געזאגט אז דאס איז נישט א קרימינאלע אויספארשונג. מאנדעלבליט האט נישט געוואלט קאמענטירן איבער וואס די אויספארשונג איז, אבער באריכטן אין איזראעלישע מידיא האבן געצייגט אז עס איז פארבינדן מיט אויפדעקונגען אז נתניהו איז מעגליך געווען פארמישט אין א מאסיווע "געלט וואשעריי" סקאנדאל.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יולי 13, 2016 12:13 pm

עזה – א מדינת ישראל בירגער איז היינט אריבערגעגאנגען דעם גרעניץ צווישן מדינת ישראל און עזה, אריין קיין עזה, און איז גלייך ארעסטירט געווארן דורך כאמאס טעראריסטן. די מדינת ישראל מיליטער זאגט אז זי פארשט דעם אינצידענט און לויט ערשטע אינפארמאציע, איז יענער מדינת ישראל בירגער גייסטיש צערודערט.

ערד – א 9 מאנאטיגע קינד איז נעכטן אומגעקומען נאכדעם וואס זיינע עלטערן האבן אים פארגעסן און איבערגעלאזט אין א הייסע קאר אין די שטאט ערד, מדינת ישראל. די פאליציי זאגן אז זיי פארשן דעם אינצידענט, וועלכע קומט נאך עטליכע ענליכע טראגעדיעס און נאכאנאנדע ווארענונגען פון די אויטאריטעטן נישט צו לאזן קינדער אין קאר אפילו פאר געציילטע מינוט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יולי 18, 2016 12:20 pm

טעראר פארמיטן אין ירושלים

ירושלים – חסדי ה׳ האבן פאסירט זונטאג פארטאגס אין ירושלים, ווען א שוידערליכע טעראר אטאקע איז פארמיטן געווארן אין די לעצטע מינוט. א טעראריסט האט געהאט מיט זיך א זאק אויפרייס מאטעריאל און מ׳האט אים געפונען ביים קינג דזשארדזש גאס אין ירושלים. ער איז ארעסטירט געווארן. די פאליציי זאגן אז ס׳איז מעגליך אז ער האט געוואלט ארויפטראגן דעם זאק אויף א באן.

2 זעלנער אומגעקומען אין גראנאט אינצידענט

צפון מדינת ישראל – צוויי מדינת ישראל זעלנער זענען אומגעקומען ווען א גראנאט האט אויפגעריסן פארנט פון זיי אינמיטן טרענירונגען אין צפון מדינת ישראל. איינער פון די 2 אומגעקומענע איז שלמה רינדונא ע״ה, א געבוירענער אין ניו דזשערסי. דער אינצידענט איז אונטער אויספארשונג, וויבאלד עס איז שטארק מעגליך אז פארנאכלעסיגקייט האט געפירט צו די טראגעדיע. די ערשטע באריכטן פון די מיליטער צייגן אז די גרופע זעלנער האבן טאקע נישט געוואוסט געהעריג וויאזוי צו באהאנדלען דעם גראנאט און אלס רעזולטאט האט עס עקספלאדירט.

-קה"א-
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך שלומיאל » מיטוואך יולי 20, 2016 10:23 am

חסדי השם כי לא תמנו
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יולי 27, 2016 1:21 pm

חברון – קוועלער אינערהאלב די מדינת ישראל מיליטער האבן נעכטן באשטעטיגט אז מדינת ישראל זעלנער האבן באוויזן אומצוברענגען דעם טעראריסט מוכאמעד פוקיא, וועלכער ווערט באשולדיגט אין דורכפירן די שיסעריי אויפן אויטא פון ר׳ מיכאל מארק הי״ד מיט א מאנאט צוריק, פון וועלכע ר׳ מיכאל איז אוועק און זיינע פאמיליע מיטגלידער זענען שווער פארוואונדעט געווארן.

דער טעראריסט האט זיך געהאט אויסבאהאלטן אינעם אראבישן שטעטל צאריף צווישן גוש עציון און חברון, און ווען די מדינת ישראל מיליטער האט באקומען אינפארמאציע איבער זיין באהעלטעניש, האבן זיי אונטערגענומען אן אפעראציע אים צו כאפן. ווען זיי זענען אנגעקומען, איז אנשטאנען א שיסעריי אויסטויש, און די פאליציי האבן געשאסן און אומגעברענגט פוקיא.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:08 pm

איזראעלי טוריסטן פארבאטן פון ירדן

ירדן – א גרופע אידישע טוריסטן וועלכע האבן געוואלט פארן פון מדינת ישראל קיין ירדן, זענען נישט אריינגעלאזט געווארן דורך די ירדנ׳ער קאסטומס באאמטע, וועלכע האבן דערקלערט אז טראגן יארמולקעס אין ירדן איז אומלעגאל. די אידן זאגן אז זיי האבן געוואלט גיין באזוכן אן ארט וואס לויט געוויסע מסורות איז דארטן דער קבר פון אהרן הכהן. די מדינת ישראל אויסערן מיניסטעריום האט געשיקט א מעסעדזש קיין ירדן אנצופרעגן איבער די אפיציעלע פאליסיס פון טרעוולען אין ירדן מיט יארמולקעס.

מדינת ישראל מוז צאלן פאר איראן

שווייץ – דער סופרים קאורט אין שווייץ האט געאורטיילט אז מדינת ישראל מוז באצאלן 1.2 ביליאן דאלער פאר די איראנער רעגירונג. דאס קומט צוליב א פארצויגענע געפעכט צווישן די איזראעלישע ״טראנס-אזיאטיק״ אויל פירמע און די איראנער רעגירונג-קאנטראלירטע אויל פירמע, וואס די 2 פירמעס האבן געהאט א דיעל צווישן זיך אין די 1960׳ער יארן אז מדינת ישראל וועט העלפן ליפערן איראנער אויל לענגאויס אייראפע, און מדינת ישראל האט צעבראכן דעם דיעל ווען עס האט אויסגעבראכן די איסלאמישע רעוואלוציע אין איראן אין 1979.

קה"א
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:17 pm

יו. ען. איינגעשטלטער ארעסטירט אין מדינת ישראל אויף טעראר קלאגעס

די שב"כ זיכערהייטס אגענטור אין מדינת ישראל האט היינט דינסטאג געמאלדן אז זי האט אנגעקלאגט א יו. ען. איינגעשטעלטער אין עזה אויף די באשולדיגונג פון אקטיוו שטיצן טעראר און ארבעטן צוזאמען מיט די כאמאס טעראר גרופע. דאס קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס זי האט אנגעקלאגט מיט ענדליכע קלאגעס די אנפירער פון א אמעריקאנע צדקה-ארגאניזאאציע אין עזה אויף ענדליכע קלאגעס. דער ארעסטירטער איז וואחיד בארש 38 יאר אלט, ער ארבעט אלס אינזשעניר פאר די UN דעוועלאפמענט אגענטור.

לויט די קלאגעס האט ער געהאלפן כאמאס בויען זייער אינפרוסטרוקטור וואס פעלט זיך אויס פאר זייערע טעראר אקטיוויטעטן. אזוי אויך האט ער גענוצט זיינע פארבינדוגען צו נוצן די פאנדן וואס די יו ען האט געשיקט קיין עזה צו איבערבויען די גאסן פון די כאמאס אנפירער. די מדינת ישראל אויסערן מיניסטאריום האט אינפארמירט די יו. ען. איבער די ארעסט, און גלייכצייטיג האט דני דנון דער אמבאסאדאר פון מדינת ישראל צו די יו. ען. שטארק פארדאמט די פאל און אויסגעדריקט זארג אויף די פילע פעלער אין וועלכע יו. ען. אנגעשטעלטע העלפן ארויס די כאמאס טעראר גרופע אין זייערע אקטיוויטעטן.

-JP-
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:44 pm

דראון אראפגעקראכט אין חיפה

חיפה – א קליינע דראון פליגער האט נעכטן פארמיטאג אראפגעקראכט אויף א הויז אין די אראבישע שטעטל זאלאפא אין חיפה. קיינער איז נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן, אבער דאס הויז איז ארויף אין פלאמען און דריי לאקאלע איינוואוינער זענען באהאנדלט געווארן אויפן ארט פאר אטעמען פראבלעמען. עס איז דערווייל נישט קלאר וואס דער דראון איז געווען און וואס ס'האט עס געברענגט אראפצוקראכן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:19 pm

שטעכעריי אטאקע אין ירושלים לאזט איבער ישיבה בחור פארוואונדעט

א שטעכעריי אטאקע האט פאסירט היינט אינערפרי אין ירושלים, ווען א ישיבה בחור וואס איז געווען אויפ'ן וועג צו מתפלל זיין אויפ'ן הר הזיתים איז געשטאכן געווארן דורך א אראבער אין די א-טור געגענט אין מזרח ירושלים. דער טעראריסט האט אים געשטאכן מיט א שרויפען-ציער עטליכע מאל אין די ריקן און אין האלז און איז אנטלאפן, דער בחור איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל און א פארבעסערטע צושטאנד און איז ערווארטעט צו באפרייט ווערן נאך פאר שבת. דער בחור וועלכע געהערט צו די סלונימער חסידות איז געווען אויפ'ן וועג צום ציון פון הגה"ק בעל נתיבות שלום מסלונים זצ"ל וואס היינט פאלט אויס זיין יארצייט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:01 am

מארטאר באמבעס זענען געפלויגן נעכטן נאכמיטאג פון סיריע אריין צום מדינת ישראל גולן ראיאן. די מדינת ישראל מיליטער האט רעאגירט מיט'ן צוריקשיסן עטליכע באמבעס, צילנדיג צו פארניכטן א סירישע ראקעטן ארויסשיסער.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:46 pm

סטעיט דעפארטמענט געט ארויס שארפע פארדאמונג איבער פרישע פראיעקט אין חברון

מדינת ישראל האט לעצטנס געמאלדן א פרישע פראיעקט וואס וועט געבויעט ווערן פאר אידישע משפחות אין חברון, אויף א פלאץ ווי עס איז געווען אין די פארגאנגענהייט א פאלעסטינער באס סטאנציע.

די פראיעקט וועט זיין דאס ערשטע מאל אין צענדליגע יארן וואס מדינת ישראל ערלויבט דאס בויען פרישע הייזער אין חברון, ביז יעצט האט די רעגירונג גאר שטארק איינגעצוימט דאס וואוינען אין חברון פאר אידן, צוליב דעם וואס עס איז גרויסע שטאט מיט אראבער און זייער א פיינטליכע באפלקערונג, און עס וואוינען דארט בלויז עטליכע צענדליגע אידן צווישן טויזענטער אראבער. עס איז כדאי צו דערמאנען אז חברון איז געווען פון די גרויסע אידישע יישובים אין ארץ ישראל, און עס איז געווארן אויסגעליידיגט פון אירע אידישע איינוואוינער נאך די שרעקליכע פאגראמען אין יאר תרפ"ט.

די סטעיט דעפארטמענט האט זיך אנגעשלאסן אין די אייראפעישע פאראיין, און ארויסקגעגעבן א כמעט פרעצעדנטלאז שארפע פארדאמונג אויף דעם בוי פראיעקט, און געזאגט "אז דאס איז גאר א דעסטראקטיווע שריט און דאס לייגט אין צווייפל מדינת ישראל'ס גרייטקייט פאר א צוויי שטאטן לעזונג" מדינת ישראל ווארטזאגער זאגן אז די פראעיקט וועט דינען פאר פאמיליעס וואס וואינען שוין דארטן און צוליב די מאראטאריום וואוינען זיי אין שווערע אומשטענדן, און מאביל היימען און דאס גלייכן.

פוטין זוכט צו צוזאמענברענגען נתניהו און אבאס אויף א שלום סאמיט אין מאסקווע

די קרעמעלין האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט נעכטן אפגעהאלטן א לענגערע געשפרעך מיט פרעמעיאר מיניסטער בנימין נתניהו ווי עס איז אויסגעשמועס געווארן צו פארשטערקערן קאאפעראציע צווישן די צוויי לענדער, און אזוי אויך איבער וויאזוי צו פאראויס צו גיין מיט די שלום פלענער מיט די פאלעסטינער. דאס קומט נאכדעם וואס די צוויי פירער האבן זיך שוין געטראפן 4 מאל אין די לעצטע יאר, און זיי האבן כסדר'דיגע פארבינדונגען טעלעפאניש. דאס קומט נאכדעם וואס דער עגיפטישער פרעזידענט אל-סיסי האט פאריגע וואך געזאגט א פוטין זוכט צו פאראויסברענגען א סאמיט אין מאסקווע צווישן בנימין נתניהו און מוכאמאד אבאס צו דיסקוטירן וועגן וויאזוי צו פאראויסגיין מיט די שלום געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער. דאס איז קענטליך א פרואוו פון פוטין צו פארשטערקערן זיין אנזעהן אין די וועלט און שטעלט רוסלאנד אלס די טאטע פון די מיטל מזרח.

שטורעם אין ארץ ישראל ווען מאסיווע בוי ארבעט איז מחלל שם שמים און מחלל שבת אויף א גרויסן פארנעם אין תל אביב

אין תל אביב גייען דורך גרויסע בוי-ארבעט אנגעפירט דורך די רעגירונג. און צום גרויסן ווייטאג פון לאקאלע יראי השם האבן זיי באמערקט אז מען ארבעט דארטן בעצם יום השבת.

עס איז אומדערהערט אז די אפיציעלע רעגירונג זאל אפען און גראב פארשוועכן שבת, און א פראטעסט האט זיך דערהערט, ערליכע אידן האבן אין פארשידענע פארמען אויסגעדרוקט זייער פראטעסט קעגן דעם חילול שבת קודש.

די בוי פראיעקטן ווערן דורכגעפירט דורך די טראנספארטאציע מיניסטעריום וואס בויעט דארט א באן סטאנציע. דער טראנספארטאציע מיניסטאר איז ישראל כ"ץ פון די ליכוד פארטיי. די עסקנים האבן אים שארף פארדאמט, אבער ער האט אפגעשאקלט די שולד און געזאגט אז דער פרעמיער מיניסטאר איז דער לעצטער ווערט און עס ליגט אין זיינע הענט. און די עסקנים טוען אלעס צו אויסדרוקן די שארפסטע התנגדות פון ערליכע אידן.

די אנפירער פון די פרומע פארטייען האבן אריינגעגעבן זייער אפיציעלע אנקלאגע צו די מדינה פירער אויף אלע שטאפלען צו פאדערן א זאפארטיגע ענדע צום שאנדפולן אקט און אידן זענען אנטשלאסן צו באקעמפן די עוולה און שענקען א נצחון פארן שבת.

אין א שמועס מיט אן ארץ ישראל'דיגן עסקן איז די נושא גאר ערנסט גענומען ביי אלע ערליכע קרייזן און עס איז אין פלאן צו קעמפן עד הסוף למען כבוד השבת.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:47 pm

מדינת ישראל האט פארקויפט וואפנס פאר ארגענטינע

לאנדאן - די בריטישע אויסערן מיניסטעריום האט פארעפנטליכט א הויפן דאקומענטן וואס דעקן אויף אז מדינת ישראל האט אין 1982 פארקויפט וואפנס פאר די דיקטאטורישע רעזשים אין ארגענטינע, וועלכע איז דאן געווען פארוויקלט אין א קריג מיט ענגלאנד איבער די פאלקלאנד אינזלען. מדינת ישראל און ענגלאנד זענען אין יענע יארן געווען ברוגז איינער אויפן צווייטן, צוליב וואס ענגלאנד האט נישט געשטיצט מדינת ישראל ביים ערשטן לבנון קריג, און אלס נקמה האט דער דעמאלטדיגער פרעמיער מיניסטער מנחם בעגין באשטעטיגט דאס פארקויפן פילע האקעלע און געפארפולע וואפנס פאר די רעזשים אין ארגענטינע.

זעלנער פארוואונדעט אין אטאקע נעבן יצהר

מערב ברעג - א מדינת ישראל זעלנער איז נעכטן פארמיטאג פארוואונדעט געווארן אין א שטעכעריי נעבן דעם שטעטל יצהר אין מערב ברעג. די אטאקע האט פאסירט ווען עטליכע פאלעסטינער זענען דורכגעפארן מיט א קאר און ארויסגעשאסן שטיינער. ווען דער זעלנער האט אנגעהויבן נאכלויפן די שטיינער ווארפער, האט איינער פון זיי אטאקירט דעם זעלנער און אים געשטאכן.

סטעיט דעפארטמענט ווארנט קעגן רייזן אין עזה

עזה - דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר אלע אמעריקאנער בירגער נישט צו פארן קיין עזה און אויב מ'געפונט זיך דארטן, צו אנטלויפן וואס שנעלער. אינעם סטעיטמענט דערקלערט דער סטעיט דעפארטמענט אז עזה ווערט קאנטראלירט דורך די טעראר ארגאניזאציע כאמאס און דעריבער איז א געפאר זיך דארטן צו דרייען. די ווארענונג קומט נאך די ראקעט אטאקע וואס טעראריסטן האבן דורכגעפירט אנהייב וואך אויף שדרות, וואס מדינת ישראל האט רעאגירט מיט מער ווי 30 באמבארדירונגען.

״האלווא״ פון מדינת ישראל באיקאטירט

בעלגיע - אין א ווייטערדיגע שריט אינעם קאמפיין צו באיקאטירן פראדוקטן פון מדינת ישראל, האט די ״בריסל עירליינס״ אין בעלגיע געמאלדן אז זי וועט מער נישט סערווירן די האלווא נאש פון די איזראעלי פירמע ״אחווה״, וויבאלד עס ווערט פראדוצירט אין די קאנטראווערסיאלע אידישע ישובים וואס עקזיסטירן אין אראבישע טעריטאריעס. די עירליין זאגט אז זי איז אויסגעשטאנען דרוק פון די ״פאלעסטינער סאלידאריטעט״ ארגאניזאציע און זי פארשטייט דעם פראבלעם מיט׳ן סערווירן די נאש פאר אירע פאסאזשירן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך מיין מיינונג » זונטאג אוגוסט 28, 2016 6:12 pm

#מידיע_בייעס

די באיקאט איז אויף זאכן פראדוצירט אין די שטחים וואס די וועלט אנערקענט נישט אלס איזראעל, נישט אויף "פראדוקטן פון מדינת ישראל".
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » זונטאג אוגוסט 28, 2016 7:43 pm

די מדינת ישראל מיליטער האט נעכטן ארעסטירט 2 אראבישע יוגענטליכע אינעם מערב ברעג אין באזונדערע אינצידענטן, טרעפנדיג אין זייערע טעשער גרויסע מעסערס. די מיליטער גלייבט אז א סעריע שוידערליכע אטאקעס זענען פארמיטן געווארן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך שלומיאל » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:40 am

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו
דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן און שומר ומציל זיין
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:57 pm

דירעקטע געשפרעכן צווישן נתנינהו און אבאס אין מאסקווע

מאסקווע – נאך לאנגע יארן וואס די פירער פון מדינת ישראל און די פאלעסטינער אויטאריטעט האבן זיך שוין נישט געטראפן און געפירט קיין שום דירעקטע שלום געשפרעכן צווישן זיך, איז ערווארטעט אז פרעמיער מיניסטער נתניהו און פאלעסטינער אויטאריטעט פירער מוכאמעד אבאס וועלן זיך טרעפן פאר א זעלטענע און היסטארישע שלום זיצונג, וואס וועט פארקומען אין מאסקווע קומענדיגן אקטאבער.

די נייעס איבער די ווארשיינליכע דירעקטע צוזאמטרעף צווישן נתניהו און אבאס קומט איין וואך נאכדעם וואס דער עגיפטישער פרעזידענט אבדעל פאטאח על סיסי האט געזאגט אז אין געשפרעכן מיט הויכראנגיקע איינגעשטעלטע אינערהאלב די רוסישע רעגירונג, האט ער געהערט אז פוטין וויל זיין דער גאסטגעבער פאר א פרישע רונדע שלום געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער. עס איז ערווארטעט אז פארשטייער פון די פאלעסטינער און פון מדינת ישראל וועלן זיך טרעפן פאר א סעריע זיצונגען אויסצוארבעטן גענוי וואס נתניהו און אבאס וועלן דיסקוסירן.

קה"א
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:01 pm

א נייע אנקעטע צייגט אז יאיר לפיד און זיין פארטיי יש עתיד לויפט פאראויס פון ליכוד אין שפיץ פון בנימין נתיניהו, לויט די נייע אנקעטע, אויב וואלטן די וואלן אפגעהאלטן געווארן היינט וואלט ליכוד ארויסגעקומען מיט 22 מאנדאטן, און יש עתיד מיט 24 מאנדאטן. אזוי אויך קומט אריין גאנץ שטארק די "בית היהודי" פארטיי פון נפתלי באנעט מיט 24 מאנדאטן. און "ישראל ביתנו" פון אביגדול ליבערמאן מיט 10 מאנדאטן. טראץ די פאליטישע איבעראשונג מאכט די אנקעטע נישט קיין גרויסע חילוק, ווייל די רעכטע בלאק האלט אן איר שטארקייט, און עס איז שווער צו זעהן וויאזוי לפיד קען צוזאמענשטעלן א קאאליציע אן די חרדים, וואס וועלן זיך נישט צושטעלן צו אים.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

פריערדיגענעקסטע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron