יעצט איז: פרייטאג יוני 23, 2017 9:45 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:01 pm

מוכאמאד עבאס זאגט אז נתניהו וויל זיך נישט טרעפן מיט אים אויף קיין געשפרעכן

שוין עטליכע יאר וואס דער פאלעסטינער פרעזידענט מוכאמעד עבאס האט זיך נישט געטראפן פערזענליך מיט'ן פרעמעיער פון מדינת ישראל בנימין נתניהו, טראץ דעם וואס נתניהו האט עטליכע מאל קלאר געמאכט אז ער איז גרייט זיך צו טרעפן מיט אים אן קיין תנאים, האט אבער מוכאמעד עבאס זיך אנטזאגט פון זיך טרעפן נאר אויב פארשריט ווערט געמאכט. מיט עטליכע וואכן צוריק האט דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין פארגעשלאגן א סאמיט אין רוסלאנד ווי די צוויי זייטן זאלן זיך טרעפן און אויסהאמערן א וועג וויאזוי מען קען פאראויס גיין מיט די שלום געשפרעכן. נתניהו האט אין די פארגאנגנהייט געזאגט אז ער איז אלעמאל גרייט זיך צו טרעפן מיט עבאס סיי ווי איבער די וועלט.
אבער עבאס זאגט אז דאס מאל האט נתניהו אנולירט דעם מיטינג וואס האט געזאלט פארקומען דעם פרייטאג, און די שטאב פון נתניהו האט געבעטן אז זיי ווילן דאס אפשטופן. אין די פארגאנגנהייט האט עבאס געזאגט אז ער איז גרייט זיך צו טרעפן מיט נתניהו נאר אויב ער שטעלט אפ די בויען אין די זידלונגען, אבער יעצט זאגט ער אויך אז ער איז גרייט זיך צו טרעפן מיט נתניהו סיי ווי, און סיי ווען, אבער ער זאגט אז נתניהו איז דער וואס וויל זיך נישט טרעפן אויף קיין געשפרעכן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:02 pm

באן צווישן ירושלים און תל אביב וועט זיין פארטיג אנהויב 2018

דער טראנספארטאציע מיניסטער ישראל כץ האט היינט געמאלדן אז די באן וואס וועט פארבינדען ירושלים מיט תל אביב און די גוש דן געגענטער אין ארץ ישראל וועט זיין פולקאם פערטיג אין אנהויב 2018, די באן וואס מען האט אנגעהויבן בויען אין 2010, וועט לעזן די טראפיק קריזיס וואס פלאגט מדינת ישראל צוליב די שווערע אנגעפאקטע שאסייען צווישן תל אביב און ירושלים וואס קען ברענגען דערצו אז טיילמאל קען נעמען א נסיעה פון ירושלים קיין תל אביב איבער א שעה. די נייע באן אנטשפרעכט צו לעזן דעם קריזיס און וועט אנקומען פון ירושלים קיין תל אביב אין ארום א האלבע שעה.

די באן וועט פארן פיר מאל א שעה, און וועט פירן יעדן טאג ארום 50,000 פאסאדשירן, די ליניע לויפט אויף א גאר קאמפליצירטע שטח, פיל מיט בערג און פעלזן, און דעריבער האט אויסגעפעלט ארום 15 מייל פון טונעלן און 8 בריקן. די הויפט סטאנציע וועט זיין קעגן איבער די "תחנה המרכזית" אין ירושלים, און וועט אויך אנקומען צו די לופטפעלד אין לוד, וואס וועט פארגרינגערן פאר די וואס רייזן קיין ארץ ישראל, אין די זעלבע צייט ווערט אויך פערטיג פארשידענע אנדערע באן ליניעס, וואס אנשטפרעכט צו שאפן א רעוואלוציע אין די צוריקגעבליבענע פאבליק טראנספארטאציע סיסטעם פון מדינת ישראל וואס איז גאר אינטערשטעליג פון די רעשט מיטגלידער אין די oecd אנטוויקלטע לענדער פאראיין, ווי די דורכשניט פון טראנספארטאציע נעמט אריין פון 30 ביז 60 פראצענט, און אין ארץ ישראל איז דאס בלויז 6 פראצענט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך שלומיאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:15 am

אנהייב 2018 מיינט אביסל מער ווי א יאר ארום
שטימט?
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך איבערלעבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:53 am

שלומיאל האט געשריבן:אנהייב 2018 מיינט אביסל מער ווי א יאר ארום
שטימט?

לכאורה שטימט עס אבער מען דארף קודם זיכער מאכן ביי אפאר גרויסע פראפעסארן.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 284
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 68 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 3:13 pm

מוכאמעד אבאס איז געוועזענער רוסישער KGB אגענט!!!

תל אביב – א מאסיווע אויפדעקונג שאקלט מדינת ישראל און די פאלעסטינער, נאכדעם וואס עס איז אפירגעקומען פון ארכיוון פונעם אמאליגן סאוויעטן פארבאנד אז דער פאלעסטינער אויטאריטעט פרעזידענט מוכאמעד אבאס האט אין די 1980'ער יארן געדינט אלס רוסישער שפיאן. לויט די אויפדעקונגען, האט אבאס זיך אויפגעהאלטן אין דמשק, סיריע, וואו ער האט שפיאנירט פאר רוסלאנד. אבאס האט דאן געארבעט אונטער מיכאאיל באדגאנאוו וועלכער האט זיך דאן געפונען אין דמשק און דינט היינט אלס רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין'ס ספעציעלער שליח צום מיטל מזרח.

די אלטע רוסישע קאמוניסטישע ארכיוון זענען ארויסגעגעבן געווארן דורכ'ן קעי-דזשי-בי אגענט וואסילי מיטראקין וועלכער האט אין די 1980'ער יארן דעפעקטירט פון רוסלאנד און ארויסגעשמוגלט די ארכיוון פון רוסלאנד, און יעצט האט "טשענעל 1" נייעס אגענטור באריכטעט די אויפדעקונגען. די פאלעסטינער אויטאריטעט האט רעאגירט צו די אויפדעקונגען, זאגנדיג אז די גאנצע זאך איז א הוילע ליגנט. די פאלעסטינער זאגן אז עס איז בלויז א פארזוך פון די מדינת ישראל מידיא צו פארשמירן דעם פנים פון אבאס און אונטערהאקן זיין אויטאריטעט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך נייעס » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 4:38 pm

בעלז פאר הבלין.jpg
בעלז פאר הבלין.jpg (111.06 KiB) געזעהן געווארן 2187 מאל
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך שלומיאל » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 11:59 am

וואס איז פשט דערפון?
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:34 pm

אקראם האסאן, א דרוזישער מיטגליד פון די מדינת ישראל פארלאמענט, איז ארויסגעקומען מיט א באשולדיגונג אז די מדינת ישראל מיליטער העלפט די על קאידא-פארבינדעטע ״על נוסרא פראנט״ אין סיריע. האסאן זאגט אז ער האט באווייזן אז מדינת ישראל׳ס פארטיידיגונגס מיניסטער אביגדור ליבערמאן פירט דירעקטע געשפרעכן מיט די על נוסרא פראנט, זיי ארויסצוהעלפן מיט׳ן באמבארדירן די דאקהאר ווילעדזש אין סיריע, וואו עס וואוינען אסאך דרוזישע.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:04 pm

ערשטע פאל פון זיקא אין ארץ ישראל - די מוניציפאליטעט "אשכול" אין ארץ ישראל האט געמאלדן אז די ערשטע פאל פון די זיקא וויירוס איז רעארדירט געווארן אין ארץ ישראל, און האבן ארויסגעגעבן א רייע אנווייזונגען זיך צו אפהיטן, אבער האבן אנגעצייכנט אז עס איז נישט קיין ערנסטע געפאר וויבאלד דער אנגעשטעקטער איז געווארן אנגעשטעקט אין אויסלאנד, און ער איז צוריקגעקומען ווען ער איז שוין אין שפעטער שטאפלן און קען שוין נישט אנשטעקן אנדערע. די מוניצאפליטעט האט געזאגט אז זיי ארבעטן צו טריקענען זומפן צו צוריקהאלטן מוסקיטאס צו פארשפרייטן דעם וויירוס.

JP
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 4:57 pm

געוועזענער פרעזידענט פון מדינת ישראל שמעון פערעס אין שווערע צושטאנד - איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט ערנסטע געזונטהייט פראבלעמען נאכ'ן ליידן א סטראוק, זיין אפיס האט קודם געזאגט אז ער געפונט זיך אין א סטאבילע צושטאנד און איז פולקאם ביי זיך, אבער שפעטער האט די שפיטאל געזאגט אז ער געפונט זיך אין א גאר שווערע צושטאנד, און עס איז שווער אים צו באהאנדלען צוליב זיין טיפע עלטער. שמעון פערעס איז א 93 יעריגער וועטעראן פאליטיקאנט, פון די גרינדער פון מדינת ישראל, און איז גאר רעספעקטירט איבער די וועלט. פילע וועלט פירער האבן געשיקט וואונטשן.

---

פארמערטע צאל ראקעטן קיין מדינת ישראל פון סיריע - טראץ די פייער אפשטעל אין סיריע זענען באריכטעט געווארן א פארמערטע צאל ראקעטן וואס פאלן פון סיריע אריין צו די מדינת ישראל גרעניץ, אין די לעצטע 24 שעה אליין זענען אריינגעפלויגן 3 אנטי טאנק ראקעטן אריבער די גרעניץ, און עס ווערט געשאצט אז עס איז נישט געצילט צו מדינת ישראל. אבער די ארמיי האט אפגעשלאסן די שאסיי ביים גרעניץ צוליב זיכערהייטס סיבות, אזוי אויך האט די מיליטער אטאקירט עטליכע פונקטן פון די סירישע מיליטער אויף די אנדערע זייט גרעניץ.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 4:58 pm

מדינת ישראל לייקנט באריכטן אז סיריע האט אראפגעשאסן איר פליגער

די סירישע מידיע האט איבערגעגעבן אז די מיליטער האט נעכטן אינדערפרי באוויזן צו אראפשיסן א מדינת ישראל קאמפס פליגער וואס איז געפלויגן אין סירישע לופט טעריטאריע, נאכדעם וואס די פליגער האט אטאקירט א פאזיציע פון די סירישע ארמיי נעבן די גולן בערג, די אנגעבליכע אטאקע איז פארגעקומען ארום 1:30 אינמיטן די נאכט. די סטעיטמענט פון די סירישע מיליטער האט געלויטעט אז זיי האבן אויך אראפגעשאסן א פילאטלאזע דראון. די צה"ל ווארטזאגער האבן אבער אפגעווארפן די געשיכטע און געזאגט אז עס איז א "טאטאלע ליגנט" און געזאגט אז די סירישע מיליטער האט טאקע פרובירט צו שיסן אנטי-עירקרעפט מיסילס אויף דעם פליגער און די דראון אבער עס איז געלונגען פאר ביידע זיך ארויסצודרייען און זיך אומקערן גאנצערהייט צו זייערע באזעס. די מדינת ישראל מיליטער האט באשטעטיגט אז זיי האבן פארניכטעט א סטאנציע פון די סירישע מיליטער נאכדעם וואס זיי האבן געשאסן ראקעטן אריין אין מדינת ישראל טעריטאריע.

אמעריקאנער פארטיידיגונגס אפמאך מיט מדינת ישראל אויף די סומע פון 38 ביליאן דאלער וועט ווערן אונטערגעשריבען קומענדיגע טעג

נאך א לענגערע צייט וואס מדינת ישראל און אמעריקע טוען פארהאנדלען, איז מען אנגעקומען צו א פארשטענדענישע איבער די יערליכע מיליטערישע הילף וואס אמעריקע וועט שענקן פאר מדינת ישראל, די פארהאנדלונגען גייען שוין אן א לענגערע צייט זינט אמעריקע האט געענדיגט די פארהאנדלונגען מיט איראן ווען אבאמא האט פארזיכערט מדינת ישראל צו פארגרעסערן די יערליכע הילף. אין אנהייב האט ביבי נתניהו פרובירט צו שלעפן די פארהאנדלונגען מיט די האפענונג צו שליסן די דיל מיט'ן נעקסטן פרעזידענט, אבער צום סוף האט אבאמא געאפערט א העכערע סכום און געשטעלט א תנאי אז מדינת ישראל וועט נישט גיין צו קאנגרעס בעטן צו העכערן די סומע, אין די לעצטע טעג האט זיך פארשלעפט די פארהאנדלונגען צוליב די עקשנות פון רעפאבליקאנער אין קאנגרעס צו העכערן די סומע, און הויפטזעכליך לינדזי גרעהעם.

לויט די יעצטיגע אפמאך וועט מדינת ישראל קריגן אזויפיל ווי 38$ ביליאן דאלער איבער די נעקסטע צען יאר, דאס וועט זיין די גרעסטע הילף פעקל פון אמעריקע פאר סיי וועלכע לאנד אין די היסטאריע. און מדינת ישראל'ס נאציאנאלע זיכערהייטס קאונסיל הויפט, יעקב נגל, געפונט זיך אין וואשינגטאן די-סי, וואו ער איז ערווארטעט אונטערצושרייבן דעם אפמאך אין די קומענדיגע טעג.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:45 pm

האט סיריע אראפגעשאסן א מדינת ישראל פליגער?

גולן – די סירישע מיליטער האט נעכטן געזאגט אז זי האט אראפגעשאסן א מדינת ישראל מיליטערישע פליגער און א מדינת ישראל מיליטערישע דראון וועלכע איז געפלויגן העכער סירישע טעריטאריע נעבן דעם גרעניץ מיט מדינת ישראל. די מדינת ישראל מיליטער האט מודה געווען אז די סירישע מיליטער האט געהאט ארויסגעשאסן צוויי מיסילס מיט'ן ציהל אראפצושיסן אן איזראעלישע דזשעט און דראון - אבער די סירישע מיסילס זענען דורכגעפאלן מיט זייער מיסיע.

דער אינצידענט קומט אינדערצייט וואס עס איז דא די אנגייענדע פייער אפשטעל אין סיריע, און די סעריע באמבעס וואס זענען געפאלן אין די לעצטערע טעג אריין פון סיריע צום גולן, צייגט ווי נאנט מדינת ישראל איז צום געפאר פון אייסיס און דער סירישער בירגער קריג – טראץ וואס ביז היינט איז קיין איין מדינת ישראל בירגער נישט געשעדיגט געווארן פון די אריינגעפאלענע סירישע באמבעס. די מדינת ישראל מיליטער שטעלט נאכאנאנד קלאר אז אויב עס פעלט זיך אויס, וועט זי פארטיידיגן איר גולן גרעניץ מיט'ן פולסטן מאכט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:46 pm

דער געוועזענער מדינת ישראל פרעזידענט שמעון פערעס איז נעכטן אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכ'ן ליידן א מאסיווע סטראוק. לויט זיינע נאנטע געהילפן געפונט ער זיך אין א קריטישן צושטאנד און איז געלייגט געווארן אויף א רעספירעיטאר.

--

אן אפמאך וועט ארויסגעשטעלט ווערן, אין וועלכע די אמעריקאנער רעגירונג וועט שענקען 38 ביליאן דאלער אין מיליטערישע הילף פאר מדינת ישראל, צעטיילט אין די קומענדיגע צען יאר. דער מאסיווער הילפס פעקעדזש איז פיל מער ווי מדינת ישראל באקומט ביז היינט פון אמעריקע.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך נייעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:10 pm

די ou איז ארויסגעקומען מיט א באגריסונג צום געלט אפמאך
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:50 pm

באנייטע כוואליע פון טעראר אין ארץ ישראל ה"י

די לעצטע פאר חדשים זענען געווען רואיג נאכדעם וואס עס איז געלונגען פאר די מדינת ישראל אויטאריטעטן צו באקעמפן די באניייטע אינטיפאדא. אבער אין די לעצטע 24 שעה זענען די פרואוון צו דורכפירן אטאקעס באנייט געווארן און טוט אויסרופן זארג ביי תושבי ארץ ישראל. עס האט זיך אנגעהויבן מיט דעם פאלעסטינער יונגטליכער וועלכע האט געוואלט שטעכן מתפללים ביי קבר רחל, און עס האט נאכגעפאלגט מיט עטליכע פרואוון צו דורכפירן אטאקס ביי שער שכם נעבן אלט-שטאט ירושלים אין וועלכע די פאליציי האט אומגעברענגט צוויי פאלעסטינער טעראריסטן, און אין קרית ארבע נעבן חברון האט א פאלעסטינער פרובירט צו איבערפארן א משפחה מיט זיין קאר. דאס קומט נאך די ענדע פון די "עיד-אל-אדחא" חגא פון די מוסלעמענער, ווען צה"ל טוט טיילווייז פארגרינגערן די זיכערהייטס מאנאסאמען אין פאלעסטינער געגענטער, און עס איז מעגליך אז דאס איז א רעזולטאט פון דעם. צה"ל האט שוין אין די לעצטע פאר שעה דורכגעפירט ברייטע ארעסטן אין עטליכע פאלעסטינער דערפער ווי זיי האבן פארהאלטן פארשידענע פארדעכטיגטע.

JP
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס פון ארצינו הקדושה, און פון מיטל מזרח

הודעהדורך לייבעלע לאוב » דינסטאג מערץ 28, 2017 5:45 am

פראנצויזישע באאמטע פארשן אויס א געוועזענע הויפט שפיאנאזש איינגעשטעלטער אינערהאלב זייער רעגירונג'ס אינטעלעדזשענס סערוויס אלץ פארדעכטיגטער אין א מוסד שפיאנאזש רינג אינערהאלב פראנקרייך. די פראנצוזישע רעגירונג באשולדיגט אז ער און נאך אנדערע אונטער ראנקיגע אגענטן זענען באארבעט געווארן דורך די איזרעלי מוסד שפיאנאזש אגענטור ווען די צוויי ארגעניזאציעס האבן געארבעט אויף א געמיינזאמע מיסיע צו זאמלען אינפארמאציע אויף סיריע'ס אסאדס' כעמישע וואפן מעגליכקייטן עטליכע יאר צוריק. יענע אקציע איז געווען סוקסעספול און, לויט די פראנצוזישע אויספארשער, זענען זייערע אגענטן שפעטער פילמירט געווארן אנהאלטן קאנטעקט מיט זייערע מוסד קאלעגעס.

דער א.ד. הויפט שפיאנאזש איינגעשטעלטער לייקענט די באשולדיגונגען און זאגט אז דאס באזוכן יענע מוסד אגענטן איז א בלויזע פערצופאל. די אויספארשער זאגן אבער אז ער האט זיי אויסגענארט פאריאר ווען ער האט געזאגט אז ער גייט קיין דובאי פאר א פאמיליע וואקאציע ווען ער איז עכט געגאנען קיין מדנ"י.

וויזוי עס זאל נישט זיין זענען עטליכע באאמטע אינערהאלב די מדנ"י אמבאסאדע אין פראנקרייך אהיימגעפארן נאך די אינצידענט.

די דיפלאמאטישע שטרייט מיט פראנקרייך קומט נאך א פריעדיגע מיט די רוסישע רעגירונג פאר צוויי וואכן צוריק וועלכע האט אפיציעל פארגעהאלטן די מדנ"י אמבאסאדער צו רוסלאנד איבער מדנ"י קריגס עראפלאנען וועלכע האבן באמבאדירט אין סיריע. לויט קוועלער האט מדנ"י גאר אויסגעדריקט אומצעפרידענהיייט מיט די פאקט אז רוסלאנד האט אויסגעשטאטעט אסאד מיט אנטי פלי געצייג מיסילס, וועלכע האבן טאקע פראבירט אראפצושיסן די מדנ"י עראפלאנען אבער זענען אראפגעקראכט געווארן דורך די חץ מיסיל פארטיידיגונגס סיסטעם.

---

אין די פאליטישע וועלט איז דארט גאנץ הייס ווען נתניהו איז אינגאנצן צעבונטעוועט און סטראשעט מיטן צעווארפן די קאאליציע ווייל משה כחלון וויל אים נישט נאכגעבן זיינע מאדנע קאפריזן.

עס האנדלט זיך וועגן דאס לאנד'ס 'בראודקעסטינג אויטאריטי' (רשת הקישור, מיינעך) וועלכע האט, לויט א 2014 געזעץ וועלכע נתניהו האט געשטיצט אין אנגעוויזן דערויף בשעת די וואלן, געדארפט עקספייערן און איבערגענומען ווערן דורך א נייע קאפאראציע מיט מער אויטאנאמיע און ווייניגער פלאץ פאר די רעגירונג זיך אריינצומישן. אויך האט די נייע פלאן געדארפט אוועקנעמען די שטייערן וואס די בירגער האבן געדארפט באצאלן, אפגעזעהן צו מען האט אפי געוואטשט די פראגראמען צוגעשטעלט דורך די אויטאריטעט. די אויטאריטעט פירט אן עטליכע ראדיאו און טעלעוויזיע סטאנציאנען און אירע באורד מעמבערס ווערן געשטעלט דורך די רעגירונס פאליטיקאנטן. די נייע רעפארמאציע איז אויפגענומען געווארן אלץ גאר א פאזיטיווע שריט פאר א מער פרייע פרעסע אינערהאלב מדנ"י, אויסער די פאר יוניאן גרופעס וואס האבן פראטעסטירט די טוישונגען.

למעשה, נאך די פארלאפענע 2015 וואלן ווי די מידיע איז געווען זייער בייעס קעגן ביבי און עס האט זיך אנגעהויבן א קאמף איבער די ישראל היום צייטונג, איז ביבי זייער האקל און אנגעצויגן איבער די אינהאלט פון די נייעס פראגראמען איבערן לאנד. ער האט שוין אין די לעצטע יאר געטון גאר מערקבארע שריט לטובת דזשורנאליסטן און מידיע קאמפעניס וועלכע שטייען אויס אים צו באריכטן אין א מער גינסטיגע ליכט. און דא האט זיך זיין פאראנויע אריבערגעצויגן צו די פרישע בראודקעסטינג קארפאראציע וועלכע ער האט אליין געלאזט פראדוצירן און אנגעהויבן פארלאנגען טוישונגען. צוערשט האט ער אפגעשטיפט די צייט ווען די נייע אגענטור וועט אנהייבן לויפן נייעס, דערנאך האט ער אונטער די קוליסן אנגעהויבן פארלאנגען אז געוויסע מענטשן זאלן פליען פון די פארזיצערשאפטן פאזיציעס אינערהאלב די נייע אגענטור. די שטרוי אויפן קעמל'ס רוקן איז געווען ווען עס איז געמאלדן געווארן פון די נייע אויטאריטעט - וועלכע גרייט זיך די גאנצע צייט צו צו קענען אנהייבן אירע פראגראמען - אז זיי נעמען אויף אלץ איינע פון זייערע דזשורנאליסטן די ווייב פון דער געוועזענע ליכוד חבר הסנסת גדעון סער. מיסעס סער איז א באוויסטע דזשורנאליסט מיט א שטארקע רעקארד צו זיין גאר אומפארטייאיש און זעלבסטשטענדיג און אירע רעפארטאזשן, אבער נתניהו מיט זיינן מאדנע און אומגעווענליכע התנהגות האט געהויבן א געוואלד און מיד אראפגעשטעלט די פיס, פארפירענדיג אז ער וויל אז די נייע סיסטעם זאל שוין סוספענדירט ווערן לכל הפחות אויף נאך א יאר. זיין טעאריע איז אז דאס אויפנעמען סער'ס ווייב איז א פערזענליכע פליק פאר אים און אז סער אליין וועבט עפעס קעגן אים.

נפתלי בנט, פון הבית היהודי, האט געזאגט אז ער האט נישט קיין פראבלעם מיט אבדזשעקטיווע דזשורנאליסטן און אז ער ווייסט נישט פארוואס דער ראש ממשלה איז אזוי אויסן איבער דעם ענין. משה גפני און יעקב ליצמאן זענען אין א סטעימענט מיט ש"ס ארויסגעקומען זאגן אז זיי זענען קעגן צעווארפן די רעגירונג.ליצמאן אליין האט שוין אמאל אפגעהאלטן נתניהו פון אדוכפירן א געזעץ וועלכע וואלט באגרעניצט צייטונגען קעגן אים.

דערווייל וויל נישט משה כחלון נאכגעבן ביבי און ער האלט נישט ביים סוספענדירן די נייע קארפאראציע, וואס זייענדיג דער פינאנץ מיניסטאר דארף ער באשטעטיגן די פרישע פאנדן פאר די אלטע אויטאריטעטע זאל מען נישט גיין פאראויס מיט די נייע אגענטור. ווי עס האלט יעצט וועט די אלטע אגענטור איבערגענומען ווערן דעם שבת (אדער מוצ"ש, ווייסעך נישט צו סטעיט טי ווי ארבעט דארט איבער שבת) וועלכע קומט אויס דעם ערשטן אפריל, "עיפריל פולס דעי".
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

פריערדיגע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron