בלאט 11 פון 11

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג מאי 25, 2017 10:45 am
דורך שעפעלע
א מאן וועלכער איז געווען אין א טארגעט סטאר, פרובירנדיג צו קויפן א געבורטסטאג וואונטש קארטל פאר זיינס א פריינט, האט זיך געפונען מיט עפעס מער ווי וואס ער האט זיך געוואונטשן, נעמליך דער סטאר איז אינצווישן פארשפארט געווארן.
דער מאן האט זיך דערזען אליינס אינעם געשעפט, זייענדיג פארשפארט אונטער די גראטעס וועלכע האבן בלאקירט דעם וועג צו די ארויסגאנג טירן.
די געריר-שפיר אלארמען האבן זיך צעקלונגען, און פאר דעם מאן איז געווארן ביטער און זויער.
כדי מ'זאל אים נישט חושד זיין אין זיין א גנב, האט ער זיך דירעקט געשטעלט אונטער די זיכערהייט קאמעראס און האט אזוי גערופן די פאליציי פון זיין סעלפאון.
זיי האבן אראפגעשיקט דעם סטאר מענעדזשער אים צו באפרייען. די טארגעט פירמע האט זיך אנטשולדיגט פאר'ן אינצידענט.
דער מאן האט אויסגעדרוקט שטוינונג וואס ער האט נישט געהערט קיין שום מעלדונג אז די סטאר גייט זיך שוין שפארן פאר דער נאכט און ערשט איז ער א זעקס פיסיגער מאן, וואס שטארט ארויס הויך ביי די שעלווס און רייען, אלזא וויאזוי האבן די סטאר ארבעטער אים נישט באמערקט ביים פארשליסן דאס געשעפט.
ד'א

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג מאי 28, 2017 12:49 pm
דורך שעפעלע
די בריטישע רעגירונג האט נעכטן געמאלדן אז זיי האבן צוריק אראפגענידערט דעם טעראר אלערט שטאפל פון ״קריטיש״ צו ״ערנסט״, נאכדעם וואס זיי האבן געזען אז עס איז נישט פארהאן קיין ערנסטער געפאר פון נאך א באלדיגע טעראר אטאקע.
דער אלערט שטאפל איז געהעכערט געווארן אין די 24 שטונדן נאך דער שרעקליכער מאנטשעסטערער זעלבסטמארד אטאקע אין וועלכע 22 זענען אומגעקומען, וויבאלד די אויטאריטעטן האבן מורא געהאט אז די אטאקע איז מעגליך טייל פון א גרעסערן טעראר נעץ וואס פלאנירט באלדיגע פרישע אטאקעס.
פרייטאג האט מען נאך געהערט אז די אויטאריטעטן האבן געטראפן ממש א באמבע פאבריק אינעם היים פונעם מאנטשעסטער טעראריסט סאלמאן אבאדי, וואס האט געברענגט א זארג אז ער האט צוזאמגעשטעלט נאך באמבעס.
למעשה האבן נעכטן די אויטאריטעטן געזאגט אז זיי האבן שוין כמעט ארעסטירט יעדן מעגליכן פארבינדעטן מיט אבאדי׳ס טעראר אקטיוויטעטן און זיי זענען שוין כמעט פארטיג מיט דער אויספארשונג.
ד'א

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג מאי 29, 2017 11:10 am
דורך שעפעלע
די עף-בי-איי האט נעכטן באשטעטיגט אז זי פירט אן די אויספארשונג איבער אן אינצידענט וואס א פארשוין האט געשטאכן 2 מענטשן צום טויט נאכדעם וואס די 2 האבן פרובירט אים אפצושטעלן פון טשעפען א גרופע מוסולמענער גלויביגע.
דער אינצידענט האט פאסירט אויף א באן אין פארטלענד, ארעגאן וואו דער פארשוין דזשערעמי דזשאוסעף קריסטשען איז ארויפגעקומען, און ווי נאר ער האט באמערקט עטליכע מוסולמענער אויף דער באן, האט ער זיך גענומען שרייען ראסיסטישע און אנטי-מוסולמענער לאזונגען.
צוויי פאסאזשירן האבן זיך אויפגעשטעלט און פרובירט צו בארואיגן קריסטשען, אבער ער האט דאן ארויסגענומען א מעסער און געשטאכן די 2 צום טויט. די פאליציי זאגן אז קריסטשען האט א לאנגע קרימינאלע היסטאריע, אריינגערעכנט ראסיזם און עקסטרעמיסטישע אטאקעס.
ד'א

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג מאי 29, 2017 1:58 pm
דורך שעפעלע
אין ענגלאנד האט מען געהערט גרויס וואונדער ביים פאלק נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז די אמעריקאנער עף-בי-איי האט פארלאפענעם יאנואר שוין געווארנט די בריטישע שפיאנאזש באאמטע איבערן מאנטשעסטער טעראריסט סאלמאן אבאדי.
די עף-בי-איי האט געזאגט פאר די עם-איי-5 שפיאנאזש באאמטע, אז אבאדי פלאנירט א טעראר אטאקע, וואס דאן האט מען געמיינט אז אבאדי'ס פלאן איז אומצוברענגען א הויכראנגיקן פאליטישן פירער אין לאנד.
די בריטישע עם-איי-5 שפיאנאזש אגענטן האבן אויסגעפארשט די אינפארמאציע, וואס זיי האבן באקומען פון אמעריקע, אבער נישט טרעפנדיג קיין שום באווייזן אז אבאדי פלאנירט טאקע אן אטאקע, און האבן זיי זיך אפגעלאזט פון האלטן אן אויג אויף אבאדי.
די בריטישע אויטאריטעטן האבן דערווייל נישט קאמענטירט איבער'ן דורכפאל פון נישט האלטן קיין נאענט אויג אויף אבאדי'ן.
ד'א

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג מאי 30, 2017 10:16 am
דורך שעפעלע
א לענגערע "אסאשיעטעד פרעס" באריכט וואס איז נעכטן פובליצירט געווארן, דעקט אויף אז עס עקזיסטירט אן ערנסטער פראבלעם פון דראג פארברעכנס אינערהאלב די פעדעראלע "וועטעראנען אפעירס" דעפארטמענט, וועלכע גיט זיך אפ מיט אמעריקע'ס מיליטערישע וועטעראנען.
דער באריכט גיט צו דערקלערן, אז וויבאלד דער דעפארטמענט האנדלט מיט זעלנער וועלכע האבן געליטן ערנסטע פיזישע וואונדן און גייסטישע טראמא, זענען דא אין די וועטעראנען אפעירס אפיסעס גרויסע קוואנטומען פון גאר שטארקע מעדיצינען, און דעריבער באגייען פילע איינגעשטעלטע פארברעכנס מיט די מעדיצינען, אדער דערמיט וואס זיי נעמען עס פאר זיך אלס א דראג, אדער וואס זיי פארקויפן עס פאר גרויסע געלטער אויפ'ן שווארצן מארקעט.
בלויז אינעם לעצטן האלבן יאר זענען געעפנט געווארן פרישע 36 דראג אויספארשונגען אויף וועטעראנען אפעירס איינגעשטעלטע, און דער סך הכל אנגייענדיגע אויספארשונגען זענען נאענט צו 110.
ד'א

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג יוני 04, 2017 12:17 pm
דורך שעפעלע
די עף-בי-איי האט געלאזט אין גאנג א מאסיווע זוך אקציע נאך א קענטאקי לאיער וועלכער איז פארשוואונדן געווארן, געציילטע טעג איידער ער איז געווען געסקעדזשועלט צו ווערן פאראורטיילט פאר ערנסטע קרימינאליטעטן.
דער פארשוין עריק קאנן האט לאנגע יארן אנגעפירט א סוקסעספולן לאיער אפיס, זייענדיג פון די מערסט-באקאנטע אדוואקאטן ווען מ'האט געוואלט באקומען ״דיסעביליטי״ בענעפיטן פון דער פעדעראלער רעגירונג.
פעדעראלע אויספארשער האבן אבער פאראיאר אויפגעדעקט אז קאנן האט שטילערהייט געצאלט פאר א ריכטער און א דאקטער, זיי זאלן אינאיינעם באשטעטיגן דיסעביליטי אפליקאציעס, באזירט אויף פאלשע מעדיצינישע רעקארדס, און אלעס אינאיינעם האט קאנן ארויסגעשווינדלט פון דער פעדעראלער רעגירונג ארום 600 מיליאן דאלער פון יאר 993׳ ביז יעצט.
קאנן איז אין מערץ שוין איינגעגאנגען אויף אן אפמאך און מסכים געווען צו באצאלן מיליאנען דאלארן שטראף געלט, און אצינד האט ער געדארפט ווערן פאראורטיילט צו טורמע, אבער ער האט אויסגעטאן די ״טרעקינג״ מאשינקע און אנטרינען געווארן, ברענגענדיג אן ערנסטע פעדעראלע זוך אקציע.

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יוני 05, 2017 10:45 am
דורך מיין מיינונג
א שיסעריי איז פארגעקומען אין ארלענדאו, פלארידע, פינף טויטע, איינס פון זיי איז דער שיסער.

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יוני 05, 2017 12:26 pm
דורך שעפעלע
באאמטע אינעם "לעיק טשעמפלעין מעריטיים מוזעאום" וועלן אין די קומענדיגע וואכן אונטערנעמען די שווערע ארבעט פון ארויפשלעפן א היסטארישע שיף פון די טיפענישן פון טשעמפלעין טייך, וועלכע פליסט צווישן אמעריקע און קאנאדע, לענגאויס די סטעיטס ניו יארק און ווערמאנט, און דער מוזעאום וועט פרעזערווירן די היסטארישע שיף און עס ארויסשטעלן פאר'ן פובליק צו זען.
די רעדע איז פון דער "ספּיטפייער" שיף, וועלכע איז געבויעט געווארן דורכ'ן גענעראל בענעדיקט ארנאלד, וואס האט געקעמפט אויף דער זייט פון די אמעריקאנער רעוואלוציאנערן קעגן דער בריטישער אימפעריע ביים רעוואלוציאנערישן קריג, וואס האט זיך געענדיגט מיט דער גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן (וואס אגב האט ארנאלד דעפעקטירט אין יאר 780' און איז אריבער צו די בריטישע).
ארנאלד און זיינע זעלנער זענען געפארן מיט דער שיף אין יאר 777' אין טשעמפלעין טייך און האבן געשפילט א קריטישע ראלע אינעם אמעריקאנער זיג ביים "קאמף פון וואלקור איילענד", בעפאר'ן זינקען צו די טיפענישן צוליב די פילע לעכער וואס זי האט באקומען אין לויף פונעם קאמף.
יענער קאמף האט געשפילט א גרויסע ראלע אינעם אמעריקאנער זיג, וויבאלד נאכדעם וואס די אמעריקאנער רעוואלוציאנערן האבן עס געוואונען האט פראנקרייך אנערקענט די זעלבסטשטענדיגקייט פון די פאראייניגטע שטאטן.
ד'א

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהפארעפנטליכט: מוצ"ש יוני 10, 2017 11:09 pm
דורך מיין מיינונג
א קאר איז אריינגעפארן אין מענטשן פארנט פון די צענטראלע באן סטאנציע אין אמסטערדאם, 8 פארוואונדעט, צוויי דערפון ערנסט. דער דרייווער איז ארעסטירט.
די פאליציי זאגט אז דערוויל איז נישטא ״קיין שום״ צייכענעס אז עס איז געווען אן ״אטאקע״ פון אן ״עקסטרעמיסט״.

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יוני 12, 2017 1:58 pm
דורך שעפעלע
פונקט הארט בעפאר צענדליגער טויזנטער אידן וועלן ארויספארן צום אפסטעיט ניו יארק ראיאן צו פארברענגען דארטן די זומער מאנאטן, הערט מען אז די "ליפט" און "אובער" טעקסי-סערוויס פירמעס וועלן זיך אויסברייטערן און אנהייבן סערווירן קאסטומערס אינעם אפסטעיט ראיאן.
לויטן פלאן, וועלן די צוויי פירמעס אנהייבן סערוויסן דעם אפסטעיט ראיאן אום יוני 29, וואס וועט ארייננעמען באפעלא, ראטשעסטער, אלבאני, סיראקיוז, לאנג איילענד און נאך.
ביז יעצט זענען די צוויי פירמעס געווען ערלויבט נאר צו אפערירן אין ניו יארק סיטי, און דער סטעיט סענאט און לעגיסלאטור האט געשטימט עטליכע מאנאטן צוריק צו ערלויבן די פירמעס זיך אויסצוברייטערן קיין אפסטעיט.
דאס ברענגט אויך מיט דזשאב געלעגנהייטן קיין אפסטעיט, וויבאלד מענטשן וואס זענען אויטא אייגנטימער, קענען זיך איינשרייבן צו דינען אלס דרייווער אדער פאר "ליפט" אדער פאר "אובער" און פארדינען געלט אין דער זייט.
ד'א

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 13, 2017 11:53 am
דורך שעפעלע
צוויי גרויסע סייבער-סעקיוריטי פירמעס זענען נעכטן ארויסגעקומען מיט א פאראייניגטער שארפער ווארענונג צו רעגירונגען איבער דער וועלט און ספעציפיש צו דער אמעריקאנער פעדעראלער רעגירונג, אז זיי האבן אנטדעקט א קאמפיוטער ווירוס, אויף וועלכע העקערס און בייזוויליגע פארשוינען קענען גרינג לייגן זייער האנט, וואס האט די מעגליכקייט אויסצושאלטערן די עלעקטעריציטעט פון גאנצע שטעט, און איבערלאזן מיליאנען מענטשן אין דער טונקל, מיט בלויז א דרוק פון א קנעפל.
דער העקעריי וויירוס ווערט אנגערופן "קרעש אווערדרייוו" און עס ארבעט דורכדעם וואס דער ווירוס זאגט פאר די קאמפיוטערס וועלכע קאנטראלירן אלע עלעקטראנישע טראנסמישאנס אז זיי זאלן אפשטעלן די עלעקטעריציטעט פלוס.
די 2 פירמעס זאגן אז אט דער ווירוס איז גענוצט געווארן צו פאראורזאכן א קורצשלוס אויף כמעט גאנץ אוקראַינע פארלאפענעם דעצעמבער, און זיי ווארענען אז דאס קען גרינג פאסירן אין אמעריקע, אויב וועט מען נישט נעמען שריט צו פארשטארקערן די קאמפיוטער סיסטעמען ארום אמעריקע'ס עלעקטערישע סיסטעמען.
ד'א

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 13, 2017 11:55 am
דורך שעפעלע
אין אמעריקע עקזיסטירן צענדליגער באוואפנטע מיליצע גרופעס, וועלכע פאררופן זיך אלס פאטריאטישע אמעריקאנער בירגער וועמענ'ס ציל איז פשוט צו זיין גרייט מיט די נויטיגע מיליטערישע וואפנס און טאקטיקן צו פארטיידיגן דאס לאנד אין פאל אויב עפעס קאטאסטראפאל און אפּאקאליפּטיש פאסירט.
די סארט מיליצע גרופעס זענען שטארק אויפגעשטיגן און געוואקסן אין לויף פון די אכט יאר ווען באראק אבאמא איז געווען פרעזידענט, ווייל די גרופעס זענען געווענליך מער גענויגט צו דעם עקסטרעם-רעכטן לאגער פון אמעריקאנער פאליטיק.
אצינד צייגט א באריכט אז טראצדעם וואס רוב פון די סארט מיליצע גרופעס האבן געשטיצט דאנאלד טראמפ ביי די פארלאפענע וואלן, לייגן זיי נישט אראפ די וואפנס, ווייל זיי זענען נישט זיכער וואספארא צוקונפט זיין פרעזידענטשאפט האט.
דערווייל האלטן זיי ווייטער אן זייערע טרענירונגען אין די וועלדער פון אזעלכע סטעיטס ווי דזשארדזשיע, אלאבאמא, טענעסי און ענליכע.
ד'א