יעצט איז: זונטאג אוגוסט 20, 2017 1:41 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

טעגליכע נייעס בולעטין

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:48 pm

וואשינגטאן – א טראנזיט אפיציר אינעם וואשינגטאן די-סי געגנט איז אנגעקלאגט געווארן אויף טעראר קלאגעס אז ער האט פרובירט צו שטיצן די אייסיס טעראר גרופע. דער איז דער סאמע-ערשטער אמעריקאנער רעגירונג אפיציר אנגעקלאגט צו ווערן אויף טעראר קלאגעס. דער אפיציר, ניקאלעס יאנג, האט איינגעקויפט גיפט קארטלעך אין ווערד פון 250 דאלער וואס ער האט געוואלט אז אייסיס זאל דאס קענען נוצן איינצוקויפן סמארטפאון עפּפּס און אנדערע קאמיוניקאציע מיטלען. די עף-בי-איי געהאט אונטערגעשטעלט אן אינפארמאנט וואס יאנג האט געמיינט אז יענער איז א שליח פון אייסיס, און יאנג איז ארעסטירט געווארן נעכטן אינדערפרי. ער איז שוין געווארן נאכגעקוקט זינט 2010 דורך פעדעראלע אגענטן, און האט פרובירט אין יאר 2011 צו פארן קיין ליביע.


וואשינגטאן – א באריכט פון די פעדעראלע רעגירונג צייגט אז זייט יאר 2001 זענען געשטיגן די צאל אמעריקאנער מיליטערישע וועטעראנען וואס באגייען זעלבסטמארד מיט א דריטל, און דאס קומט ווארשיינליך צוליב די צוויי לאנג-פארצויגענע מלחמות וואס אמעריקע פירט אין איראק און אין אפגאניסטאן. בלויז אין יאר 2014 זענען געווען אזויפיל ווי צוואנציג וועטעראנען וואס זענען טעגליך באגאנגען זעלבסטמארד, וואס האט באטראפן א סך הכל פון ארום זיבן און אהאלב טויזנט זעלבסטמארדן אין לויף פונעם יאר.


וואשינגטאן – פרעזידענט אבאמא האט נעכטן געמאלדן אז ער האט געשניטן די טורמע אורטיילן פון אזויפיל ווי 214 ארעסטאנטן וועלכע זיצן אין פעדעראלע טורמעס אויף נישט-הארבע דראג פארבינדעטע קלאגעס, וואס איז די סאמע גרעסטע ציפער פון טורמע שניטן וואס סיי וועלכער פרעזידענט האט פארארדענט אין איין טאג זינט יאר 1900. אלעס אינאיינעם האט שוין אבאמא געשניטן טורמע טערמינען פון מער ווי 500 ארעסטאנטן, וואס איז טייל פון זיין קאמפיין צו פארגרינגערן טורמע אורטיילן אויף מינדערוויכטיגע דראג פארברעכער.


טעהראן – דער ״וואל סטריט דזשורנאל״ דעקט אויף אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט געשיקט אזויפיל ווי 400 מיליאן דאלער קעש דורך א פליגער קיין איראן אום יאנואר, אינעם זעלבן טאג וואס די איראנער רעזשים האט באפרייט 4 אמעריקאנער ארעסטאנטן. לויטן באריכט איז די 400 מיליאן דאלער קעש באשטאנען פון אייראפעאישע יוראס, שווייצער פראנק און אמעריקאנער דאלארן, פארשטעקט אין האלצערנע קאסטענעס. די אבאמא אדמיניסטראציע לייקנט דעם באריכט, און זאגן אז די געלטער וואס זענען געשיקט געווארן איז נישט געווען קיין אויסלייז געלט, נאר איז געווען די ערשטע פעימענט פון 1.7 ביליאן דאלער וואס די "אינטערנאציאנאלע געריכט" האט שוין יארן צוריק געאורטיילט אז אמעריקע דארף באצאלן פאר איראן צוליב א דורכגעפאלענע וואפנס אפמאך אין די 1970'ער יארן.


דוביי – א פליגער וועלכע איז געקומען פון אינדיע קיין דוביי נעכטן אינדערפרי האט געמאכט אן עמורדזשענסי קראך לאנדונג אינעם דוביי לופטפעלד, ווען א פייער האט אויסגעבראכן אינעם פליגער. דער גאנצער פליגער איז זייער שנעל איינגעהילט געווארן אין העלישע פלאמען און שווארצע רויעך האט געשפריצט פון אלע זייטן, וואס האט געברענגט א שרעק אז עס זענען נישטא קיין איבערלעבער פונעם פייער. למעשה האט מען וואונדערליך געהערט אז אלע 282 פאסאזשירן און 18 פלי מאנשאפט איינגעשטעלטע האבן איבערגעלעבט דעם פייער. א פייערלעשער וועלכער האט באקעמפט דעם פייער איז יא שפעטער אומגעקומען אין שפיטאל נאכ'ן ליידן ברען וואונדן און אטעמען פראבלעמען.


לאנדאן – נעכטן ביינאכט האט פאסירט א מעגליכע טעראר אטאקע אין לאנדאן, ענגלאנד, ווען א פארשוין האט געשטורעמט די ראסעל סקווער געגנט מיט א מעסער און אנגעהויבן אטאקירן און שטעכן אומשולדיגע פוסגייער. אלעס אינאיינעם האט דער פארשוין באוויזן צו שטעכן 6 מענטשן און די פאליציי זענען באלד אנגעקומען און ארעסטירט דעם פארשוין נאך א קורצע געיעג. איינער פון די 6 פארוואונדעטע זענען שפעטער אומגעקומען פון די וואונדן. די פאליציי שליסן נישט אויס טעראר, אבער שרייבנדיג די שורות שפעט מיטוואך נאכט, זאגן פאליציי קוועלער אז דער פארשוין איז מעגליך געווען גייסטיש צערודערט און אז די אטאקע האט מעגליך גארנישט מיט טעראר.


לאנדאן – די רעגירונג באאמטע אין ענגלאנד האבן געמאלדן – נאך בעפאר די נעכטיגע שטעכעריי אטאקע – אז פרישע 600 באוואפנטע פאליציי אפיצירן וועלן ארויסגעשטעלט ווערן לענגאויס לאנדאן, אין רעאקציע צו די לעצטערע טעראר אטאקעס אין אייראפע. דאס קומט 2 טעג נאכדעם וואס דער לאנדאנער פאליציי הויפט האט געווארנט אז א טעראר אטאקע אויף לאנדאן איז בלויז א פראגע פון צייט.


רוים – די רעגירונג אין איטאליע האט געזאגט אז זי וועט זיך צושטעלן צו אמעריקע׳ס באמבארדירונג מיסיע קעגן אייסיס אין ליביע, אויב וועט אמעריקע בעטן. איטאליע געפונט זיך זייער נאנט צו ליביע און די אבאמא אדמיניסטראציע האט שוין אויסגעדרוקט אינטערעסע אין נוצן מיליטערישע באזעס אין איטאליע פאר אמעריקאנער פליגערס אין די ליביער אנטי-אייסיס מיסיע.


קוועלער אינערהאלב די אבאמא אדמיניסטראציע זאגן אז די געשפרעכן צווישן אמעריקע און מדינת ישראל איבער א מיליטערישע הילפס פעקל פאר מדינת ישראל גייען ווייטער אן, און מען האפט אין די קומענדיגע טעג צו מעלדן א מאסיווע פרישע הילפס פעקל.


פענטאגאן סעקרעטאר עשטאן קארטער האט געמאלדן א באשלוס פון די אבאמא אדמיניסראציע נישט צו באצאלן פאר פאקיסטאן 300 מיליאן דאלער וואס אמעריקע דארף עכט באצאלן אין ספעציעלע מיליטערישע צאלונגען, וויבאלד די פאקיסטאנער רעגירונג האט זיך דערווייל אנטזאגט צו קעמפן קעגן די געפארפולע האקאני נעטווארק טעראר גרופע.

-קה"א-
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך נייעס » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 9:13 am

קול העולם:

סאן פראנציסקא – אויטאריטעטן אין סאן פראנציסקא האבן נעכטן באשטעטיגט אז דער צוואנציג יעריגער קאלווין ריילי איז געשאסן געווארן צום טויט אינעם אקוואטיק פארק אין דער שטאט, שפעט מוצאי שבת אינמיטן דער נאכט, ווען ער האט דארטן שפאצירט און איז געווען פארטיפט און אריינגעטון אין שפילן דעם גאר פאפולערן "פאוקימאן גאו" געים. די פאליציי זאגן אז דערווייל זענען נישטא קיין שום באווייזן איבער מאטיוון פון דערשיסן ריילי, אבער די מארד צייגט די געפארפולקייט פון זיין אזוי שטארק אריינגעטון אינעם שפיל, אז מען זעהט נישט וואס טוט זיך ארום זיך.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך נייעס » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:59 pm

פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 1:17 pm

רוסלאנד – נעכטן האט מען געהערט א היסטארישע אנטוויקלונג, וואס וועט מעגליך ברענגען נאנטער א לעזונג צו די לאנגיעריגע מיסטעריע איבער וויאזוי דער חסיד אומות העולם ראאול וואלענבערג איז געשטארבן. וואלענבערג איז באקאנט איבער דעם וואס ער האט געדינט אלס שוועדישער דיפלאמאט אין נאצי-אקופירטע אונגארן און האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן דורכ'ן ארויסגעבן טויזנטער פאלשע פאספארטן און שוץ-פאפירן פאר אונגארישע אידן, וואס דורכדעם האבן זיך טויזנטער אידן געראטעוועט זייערע לעבנס פון זיכערן טויט דורך די נאציס ימ"ש.

וואלענבערג איז אין 1945 געכאפט און ארעסטירט געווארן דורך די רוסישע מיליטער, און מען האט מער קיינמאל נישט געהערט פון אים. שפעטער האט מען געהערט אז אין 1947 איז ער געשטארבן פון נאטורליכע אורזאכן בשעת'ן זיין אונטער ארעסט פון די רוסן. זיין טויט איז געווען פארוויקלט אין גרויס מיסטעריע, און אצינד האפט מען אז די מיסטעריע וועט געלעזט ווערן, צוליב א נייע בוך וואס איז פארעפנטליכט געווארן. דער בוך איז ארויסגעגעבן געווארן דורך ווערא סאראווע, אייניקל פון איגאר סעראוו, דער רוסישער קעי-דזשי-בי הויפט וועלכער האט געפירט די קעי-דזשי-בי אין די 1950'ער יארן.

דער בוך איז א צוזאמשטעל פון א טאגבוך וואס סעראוו האט געשריבן, און צווישן די נאטיצן שרייבט ער "איך בין נישט מסופק קיין איין רגע נישט, און איך בין זיכער אז וואלענבערג איז נישט געשטארבן פערצופאל, נאר דערמארדעט געווארן", און סעראוו גייט ווייטער און זאגט אז ער האט אינפארמאציע אז דער קאמוניסטישער פירער דזשאוסעף סטאלין זעלבסט האט פארארדענט דאס אומברענגען וואלענבערג. וואס בלייבט אבער א מיסטעריע אפילו מיט'ן בוך, איז פארוואס די רוסן האבן געזוכט פטור צו ווערן פון וואלענבערג.

-

קענסאס – א שרעקליכער אינצידענט האט נעכטן פאסירט ווען א צוועלעף יעריג קינד איז אומגעקומען ביים זיך אראפגליטשן אויף די "ווערוקט" ("פאררוקט" אויף די דייטשע שפראך) וואסער-גליטשער אין די שליטערבאן פארק אין קענסאס סיטי, קענסאס, וואס דער גליטשער ווערט באטראכט אלס די וועלטס-העכסטע וואסער-גליטשער, שטייענדיג ביי 168 פוס אין דער לופטן. דאס קינד איז אידענטיפיצירט געווארן אלס קעיליב שוואב, א קינד פונעם רעפובליקאנער קענסאס סטעיט לעגיסלאטור מיטגליד סקאט שוואב. דער פארק וועט היינט מאנטאג זיין פארשפארט פאר אויספארשונגען.

-

פלארידע – דער רעפובליקאנער פלארידע גאווערנאר ריק סקאט האט שארף אראפגעריסן די פעדעראלע רעגירונג און קאנגרעס איבער דעם וואס זיי האבן דערווייל נאכנישט באשטעטיגט די פרישע מיליאנען דאלארן אין הילפס געלטער צו באקעמפן די זיקא וויירוס. פלארידע האט שוין באקומען אפאר מיליאן דאלער פאריגע וואך, זינט עס איז באקאנט געווארן אז די סטעיט פארמאגט פופצן זיקא וויירוס פעלער, אבער דערווייל ווארט מען אז קאנגרעס זאל באשטעטיגן 1.1 ביליאן דאלער צו העלפן פירמעס און ארגאניזאציעס וועלכע ארבעטן אויפצוקומען מיט וואקסינען און לעזונגען אפצושטעלן די פארשפרייטונג. נעכטן האט מען אויך געהערט שארפע קריטיק פונעם דעמאקראטישן סענאטאר טשאק שומער, וועלכער האט געזאגט אז קאנגרעס זאל אפשטעלן זייער זומער וואקאציע און קומען קיין וואשינגטאן צו באשטעטיגן דעם זיקא וויירוס פאנד.

-

וואשינגטאן – א באריכט נעכטן האט געצייגט אז פרעזידענט אבאמא גרייט זיך אין די קומענדיגע טעג צו מעלדן א נייע מאסיווע פלאן פאר די עקזיסטירנדע אמעריקאנער "סייבער קאמענד", וועלכע איז א גרופע מיליטערישע עקספערטן וועמענס אויפגאבע עס איז צו פארטיידיגן אמעריקע'ס קאמפיוטער סיסטעמען פון מאסיווע אטאקעס דורך אנדערע לענדער. אונטער'ן נייעם פלאן, וועט דער "סייבער קאמענד" ווערן אפיציעל א דעפארטמענט אינערהאלב דעם פענטאגאן, וואס באדייט אז זי וועט האבן פיל מער מיליטערישע מאכט און איר אויפגאבע וועט זיין אויפצוקומען מיט פאקטישע וואפנס וויאזוי צו פארטיידיגן אמעריקע פון די קומענדיגע קריג, וואס מיליטערישע עקספערטן זאגן אז מלחמות וועלן אינעם צוקונפט ווערן געפירט דורך קאמפיוטערס.

-

אפגאניסטאן – אייסיס טעראריסטן אין אפגאניסטאן האבן פארעפנטליכט בילדער פון אמעריקאנער וואפנס וואס זיי האבן פארכאפט. אייסיס זאגט אז די וואפנס האבן באלאנגט פאר אמעריקאנער זעלנער, און מיליטערישע עקספערטן באשטעטיגן טאקע אז די וואפנס אויף די בילדער, וואס נעמט אריין א ראקעט ארויסשיסער, עטליכע רעוואלווערס און הויפנס אמוניציע, זעען טאקע אויס ווי אמעריקאנער וואפנס וואס אמעריקאנער זעלנער האבן גענוצט אין אפגאניסטאן. באזונדער האט אייסיס געוויזן אז זיי האבן אן אידענטיפיקאציע קארטל פון אן אמעריקאנער זעלנער ביים נאמען רייען לארסאן. די אמעריקאנער מיליטערישע קאמאנדירן אין אפגאניסטאן האבן אבער געזאגט אז לארסאן איז נישט פארכאפט געווארן, נאר געפונט זיך אינאיינעם מיט זיינע קאלעגע זעלנער. מען פארשט וויאזוי אייסיס האט געלייגט א האנט אויף די וואפנס.

-

קובא – די קובאנער רעגירונג האט נעכטן ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי באשולדיגן די אבאמא אדמיניסטראציע איבער דעם וואס מען הערט לעצטנס פון מער און מער פעלער אז קובאנער בירגער פרובירן צו אנטלויפן פון קובא און אנקומען קיין פלארידע, דורכ'ן דורכשווימען מיט קליינע שיפלעך דעם געפארפולן 90-מייליגן וועג צווישן די צוויי לענדער. קובא זאגט אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט לויזער געמאכט די אימיגראציע געזעצן, און וועגן דעם ווילן אסאך מער קובאנער אויסנוצן דעם שוואכן אימיגראציע סיסטעם און זיך אריינשלייכן אומלעגאל קיין אמעריקע.

-

מעסעדאניע – א מאסיווע רעגנשטורעם איז באפאלן דאס לענדל מעסעדאניע, וואס אפילו לאקאלע וועטער עקספערטן זענען געכאפט געווארן אין סורפרייז מיט די ווילדקייט מיט וועלכע דער שטורעם איז באפאלן דאס לאנד, און עס איז באצייכנט געווארן אז א וואסער באמבע איז באפאלן מעסעדאניע. אלעס אינאיינעם זענען 21 אומגעקומען פון די מאסיווע שטורעמעס און נאכפאלגענדע פארפלייצונגען, און נאנט צו דרייסיג זענען פארוואונדעט געווארן. דעפיוטי פרעמיער מיניסטער ניקאלע טאדאראוו האט געזאגט אז די רעגירונג האט דערקלערט א סטעיט אוו עמורדזשענסי אין גאנצן לאנד – א לענדל פון 2 מיליאן בירגער וואס האט ביז נישט לאנג צוריק באלאנגט פאר יאגוסלאוויע.

-

בולגאריע – די פראנצויזישע רעגירונג האט געזאגט אז זי וועט פרובירן צו נוצן עטליכע אייראפעאישע רעגולאציעס, מיט'ן ציהל צו צווינגען בולגאריע אז זיי זאלן אויסליפערן א טעראר פארדעכטיגטן וועלכער איז דארטן לעצטנס ארעסטירט געווארן אויף קלאגעס אז ער האט פרובירט צו פארן קיין סיריע זיך אנצושליסן אין אייסיס. פראנקרייך זאגט אז דער טעראר פארדעכטיגטער מוראד האמיד איז א לאנג-געזוכטער פארשוין, ווערנדיג פארדעכטיגט אין ארויסהעלפן די קואטשי ברידער וועלכע האבן דורכגעפירט די ברוטאלע שיסעריי טעראר אטאקע אויפן טשארלי העבדא צייטונג אין פראנקרייך פאראיאר. האמיד איז ארעסטירט געווארן אין פראנקרייך אין די טעג נאך די טשארלי העבדא אטאקע, אבער איז באפרייט געווארן נאכדעם וואס מ'האט נישט געטראפן קיין באווייזן אז ער איז פארבינדן מיט טעראר. אצינד אז בולגאריע זאגט אז האמיד האט פרובירט זיך אנצושליסן אין אייסיס, וויל פראנקרייך אים האבן אונטער זייער ארעסט אין פארבינדונג מיט די טשארלי העבדא אטאקע.

-

בראזיל – אין אינטערעסאנטע אנעקדאט ווערט באריכטעט איבער די אלימפּיק געימס וואס האבן זיך שבת אנגעהויבן אין ריא, בראזיל. צווישן די פילע לענדער וועלכע נעמען אנטייל אין די געימס, איז אויך דא א ספעציעלע "פּליטים אלימפּיק טיעם" וואס רעפרעזענטירט סירישע פליטים פון איבער די וועלט. א מיטגליד פון די פליטים טיעם איז יוסרא מארדיני, וועלכע איז א פראפעסיאנאלע שווימערין. איר געשיכטע איז מערקווירדיג, וויבאלד מיט א יאר צוריק איז זי געווען אויף א פליטים שיף פון סיריע קיין גריכנלאנד, און דער שיף האט אנגעהויבן זינקען. מארדיני איז אריינגעשפרונגען אין וואסער, זייענדיג א פראפעסיאנאלע שווימערין, און זי האט געשלעפט דעם שיף פאר 3 שעה, שווימענדיג צום בארטן, און אדאנק איר האבן אלע 18 פליטים אויפן שיף איבערגעלעבט. (זי איז למעשה שבת געשניטן געווארן פון די אלימפּיק געימס.)

-
אוקריינע – 3 אידישע חב"ד קאונסלערס אין א קעמפ וואס חב"ד האט היי יאר אוועקגעשטעלט אין זיטאמיר, אוקריינע, זענען נעכטן שווער פארוואונדעט געווארן אין א קאר עקסידענט. מען האט פארשפרייט די פאלגענדע נעמען מתפלל צו זיין: מנוחה מינדל בת דבורה, זעלדא בת רבקה און חנה בת רבקה, לרפואה שלימה בקרוב.

-

בראזיל – די אינטערנאציאנאלע אלימפיק קאמיטע האט נעכטן ארויסגעגעבן א שארפן סטעיטמענט צו פארדאמען די אלימפיק טיעם פון לבנון, נאכדעם וואס די לעבאנעזער שפילער האבן געטשעפעט און פארשעמט די מדינת ישראל אלימפיק טיעם. דאס האט פאסירט ווען די לעבאנעזער טיעם איז געזיצן פלאצירט אויף א באס וואס איז אויך געווען דעזיגנירט פאר די איזראעלישע שפילער, אבער די לעבאנעזער האבן נישט געוואלט ארויפלאזן די איזראעלישע.

-

די איראנער רעגירונג האט ארויסגעגעבן א פארבאט אויף דעם גאר פאפולערן ״פּאוקימאן גאו״ געים, זאגנדיג אז זי וועט נישט ערלויבן אירע בירגער צו שפילן דעם געים, צוליב ״סעקיוריטי אורזאכן״.

-
די אייסיס טעראר גרופע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די שטעכעריי טעראר אטאקע שבת אין טשארלערוי, בעלגיע, וואו א טעראריסט האט געשטאכן און פארוואונדעט 2 פאליציי אפיצירן. אייסיס זאגט אז דער טעראריסט איז געווען א ״זעלנער פונעם איסלאמישן קאליפאט״. די לאקאלע בעלגישע פאליציי באאמטע זאגן אז דער טעראריסט האט געהאט א לאנגע היסטאריע פון קרימינאליטעטן.

-קה"א-
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:06 pm

"זייגער באמבע" מוסולמענער פאמיליע קלאגט
טעקסאס – די מוסולמענער פאמיליע אין טעקסאס, וועלכע איז געווען אין אינטערנאציאנאלע העדליינס פאראיאר נאכדעם וואס זייער קינד איז ארויסגעווארפן געווארן פון סקול פאר'ן ברענגען א זייגער וואס האט אויסגעזען ווי א באמבע, האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן די דאלאס סקול דיסטריקט באאמטע, זאגנדיג אז זיי האבן דיסקרימינירט קעגן זייער קינד, אכמעד מוכאמעד, און אים ארויסגעווארפן פון סקול צוליב זיין רעליגיע, מיינענדיג אז ווייל ער איז א מוסולמענער, איז די זייגער וואס ער האט געברענגט א באמבע.

מאסיווע דעלטא עירליינס פארשפעטיגונגען
ניו יארק – די דעלטא עירליינס פירערשאפט האט געווארנט אז אירע קאסטומערס זאלן ערווארטן אין די קומענדיגע טאג-צוויי מאסיווע פארשפעטיגונגען און מעגליכע קענסעלעישאנס, נאכדעם וואס נעכטן אינדערפרי איז אויסגעשאלטערט געווארן דער גאנצער קאמפיוטער סיסטעם פון "דעלטא" און אלע געסקעדזשולטע פלי רייזעס פון די עירליין זענען געברענגט געווארן צו א טאטאלע אפשטעל פאר עטליכע שעה. נעכטן זענען הונדערטער רייזעס געקענסלט געווארן, נאכדעם וואס דער קאמפיוטער סיסטעם איז צוריקגעברענגט געווארן אין קראפט, וויבאלד די עירליין זאגט אז עס וועט דויערן עטליכע טעג צו קענען סארטירן אלע געקענסלטע און פארשפעטיגטע רייזעס וואס איז געקומען אדאנק דעם אויסשאלטערונג.

טעסלא קאר ראטעוועט אייגענטומער
מיזורי – עטליכע וואכן נאכדעם וואס אן אמעריקאנער איז אומגעקומען ווען די "אויטא-פילאט" סיסטעם אין זיין עלעקטראנישע "טעסלא" אויטא האט געברענגט אז דער קאר זאל קראכן אין א בוים, האט מען נעכטן געהערט פון א וואונדערליכע געשיכטע וויאזוי אזא טעסלא קאר האט געראטעוועט דאס לעבן פון איר דרייווער. דזשאשוע ניעלי האט געדרייווט זיין נייעם טעסלא קאר אויף א הייוועי אין ברענסאן, מיזורי, ווען ער האט געליטן אן ערנסטע "בלוט-קלאט" און האט נישט געקענט ווייטער דרייוון. ער האט באלד אקטיוויזירט דעם "אויטא-פילאט" אינעם קאר אז ס'זאל פארן צום נאנטסטן שפיטאל, און דער קאר איז אליינס צוגעפארן צום שפיטאל, א וועג פון 20 מייל, און ניעלי האט איבערגעלעבט אדאנק דעם קאר.

70 טויט נאך פאקיסטאן שפיטאל אטאקע
פאקיסטאן – אמווייניגסטנס 70 מענטשן, אריינגערעכנט פאפולערע זשורנאליסטן און לויערס, זענען אומגעקומען ווען א מאכטפולע באמבע האט אויפגעריסן ביי א שפיטאל אין קועטא, דער הויפטשטאט פונעם באלוכיסטאן ראיאן אין פאקיסטאן. די באמבע איז ספעציעל אונטערגעשטעלט געווארן ביים שפיטאל בשעת עס איז פארגעקומען דארטן א קלאג צערעמאניע פאר א באקאנטן לויער אינעם געגנט וועלכער איז געשאסן געווארן עטליכע טעג צוריק, און פילע זשורנאליסטן און לויערס זענען געווען פארזאמלט אינעם שפיטאל. פאקיסטאן׳ס פרעמיער מיניסטער נאוואז שאריף האט דערקלערט אז די רעגירונג וועט נישט רוען ביז מען וועט כאפן די פאראנטווארטליכע. דזשאמאט אול אכראר, א שפּלינטער גרופע פון די פאקיסטאנער טאליבאן, האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע.

יאפאן'ס עמפּעראר וויל אפטרעטן
יאפאן – דער יאפאנעזער עמפּעראר אקיהיטא (וועלכער איז ווי דער קעניג אין לאנד) האט געגעבן א זעלטענע רעדע וואו ער האט געמאלדן אז ער וויל אויפגעבן זיין פאזיציע און דאס איבערגעבן פאר זיין זוהן, צוליב געזונטהייט פראבלעמען וואס ער ליידט. דערווייל איז נאכנישט געווען אין יאפאנ׳ס היסטאריע אן עמפּעראר וואס האט אפגעטרעטן פון אמט, און די יאפאנעזער רעגירונג וועט דארפן איבערמאכן די געזעצן צו ערלויבן אקיהיטא אפצוטרעטן.

אויסלענדישע פארכאפט אין אפגאניסטאן
אפגאניסטאן – די אפגאנער רעגירונג זאגט אז צוויי אויסלענדישע בירגער, אן אויסטראלישער און אן אמעריקאנער, זענען געקידנעפט געווארן דורך א גרופע פון זעקס פארשוינען אין א שטעטל אינדרויסן פון קאבול. די צוויי זענען פראפעסארן וועלכע זענען געקומען קיין אפגאניסטאן צו געבן לעקציעס אין די קאבול יוניווערסיטי. עס איז דערווייל נישט קלאר ווער עס איז פאראנטווארטליך פאר די קידנעפינג, אבער די אפגאנער רעגירונג זאגט אז די סארט קידנעפינגס האבן זיך אנטוויקלט אלס א גאר אפטע פראבלעם. אין יוני איז אן אינדיער וואלונטיר געקידנעפט געווארן דורך א לאקאלע באוואפנטע באנדע און איז באפרייט געווארן 4 וואכן שפעטער.

פיליפינען וויל פארבאטן טראמפ
פיליפינען – א מיטגליד פונעם פארלאמענט אין די פיליפינען האט אריינגעגעבן א געזעץ פארשלאג וועלכע רופט אז דער פארלאמענט זאל אפיציעל דערקלערן אז דער אמעריקאנער פרעזידענט קאנדידאט דאנעלד טראמפ טאר נישט באזוכן די פיליפינען. דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט אויסגערעכנט די פיליפינען ווען ער האט ארומגערעדט איבער אימיגראנטן וועלכע שלייכן זיך אריין קיין אמעריקע פון "טעראר לענדער". טראמפ פארמאגט נישט קיין שום ביזנעסער אין די פיליפינען, אויסער וואס א לאקאלער ריעל עסטעיט דעוועלאפער בויט א 150 מיליאן דאלערדיגע "טראמפ טאוער" וואס ער האט געצאלט מיליאנען דאלארן פאר טראמפ אים צו לאזן נוצן זיין נאמען.

סאודי אראביע העלפט דייטשלאנד
ריאד – אין א זעלטענע ערשיינונג פון אנטי-טעראר קאאפעראציע, האט די סאודי אראביע רעגירונג געזאגט אז זי העלפט ארויס די רעגירונג אין דייטשלאנד אויסצופארשן די לעצטערע סעריע טעראר אטאקעס וואס האבן פאסירט אין דייטשלאנד. סאודי אראביע זאגט אז זי האט שוין דערווייל באוויזן נאכצוגיין די סעלפאונס פון איינעם פון די טעראריסטן פון די לעצטערע אטאקעס אין דייטשלאנד – זי האט נישט געזאגט ספעציפיש וועלכע – און עס שטעלט זיך ארויס אז יענער האט געמאכט אומצאליגע טעלעפאן קאללס און געהאט אנדערע קאמיוניקאציעס מיט א סעלפאון וואס באלאנגט צו אן אייסיס טעראריסט אין סיריע.

-קה"א-
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:09 pm

אן איינוואוינער אין סטעטן איילענד זאגט אז עטליכע אנטי-טראמפ וואנדאלן האבן פארברענט א גרויסן צוועלעף פוסיגן טראמפ שילד וואס ער האט געהאט ארויסגעשטעלט אויף זיין פראפערטי. סעם פּיראזאלא זאגט אז ער וועט בויען נאך פיל א גרעסערן שילד.
-----------------------------
די עף-בי-איי האט נעכטן אויסגעפארשט א באמבע געפאר ביים "בענק אוו אמעריקע" וואלקנקראצער געביידע אין אטלאנטא, דזשארדזשיע. די סטראשע איז אנגעקומען אין א בריוו נעכטן אינדערפרי. אן אונטערזוכונג אויף די געביידע האט זיך געענדיגט אנע רעזולטאטן.
-----------------------------
פלארידע סטעיט באאמטע האבן געזאגט אז זיי פארשן א פרישע פאל פון זיקא וויירוס אין די סטעיט, און דאסמאל איז עס אינדרויסן פון מיאמי. לויט די יעצטיגע אינפארמאציע, האט יענער באזוכט אין מיאמי דעיד קאונטי און דארטן איז ער אנגעשטעקט געווארן מיט די זיקא וויירוס.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:43 pm

"על פאראו" שווארצע קעסטל געפונען
באהאמעס – דער ״שווארצער קעסטל״ פונעם געזונקענעם אמעריקאנער על-פאראו שיף איז ענדליך ארויפגעברענגט געווארן פון די וואסער טיפענישן, און מען האפט אז עס וועט שיינען א ליכט אויף וואס עס האט פאסירט מיטן מאסיוון שיף. דער שיף איז געפארן אינעם אטלאנטיק פאראיאר אקטאבער, ווען עס איז פארכאפט געווארן אין שווערע כוואליעס פונעם האריקעין וואקין. אלע 33 אויפן שיף זענען אומגעקומען.

21 פלארידע זיקא פעלער
מיאמי – פלארידע סטעיט באאמטע האבן נעכטן געמאלדן אז נאך 4 מענטשן זענען דיאגנאזירט געווארן מיט זיקא וויירוס פון לאקאלע מאסקיטאס, ברענגענדיג דעם סך הכל פון לאקאלע זיקא וויירוס אנגעשטעקטע אין די סטעיט צו 21. פלארידע גאווערנאר ריק סקאט זאגט אז די 4 פרישע פעלער זענען אין די זעלבע זאנע ווי די ערשטע פעלער, וואס ס׳איז דא דערויף א פעדעראלע טרעוול פארבאט.

בלאגאיעוויטש צוריק אין די העדליינס
אילינאי – דער מאדנער געוועזענער גאווערנאר פון אילינאי, ראד בלאגאיעוויטש, איז צוריק געווען אין די העדליינס נעכטן, ווען א ריכטער האט זיך אנטזאגט צו פארגרינגערן זיין פערצן יאר טורמע אורטייל. פאר די וועלכע געדענקען נישט: בלאגאיעוויטש האט געדינט אלס גאווערנאר פון אילינאי בשעת ווען באראק אבאמא איז געלאפן פאר פרעזידענט אין 08'. אבאמא האט דאן געדינט אלס סענאטאר, וואס האט באדייטעט אז אויב ער געווינט די פרעזידענטשאפט, וועט ער אויטאמאטיש ווערן אויס סענאטאר, און לויט אילינאי געזעצן, האט גאווערנאר בלאגאיעוויטש געקענט אליינס אריינשטעלן איינעם אלס אן ערזאץ אויף אבאמא'ס סענאט זיץ, אריינגערעכנט זיך אליינס. בלאגאיעוויטש האט דאן פרובירט ממש צו פארקויפן אבאמא'ס ליידיגע סענאט זיץ, אין אויסטויש פאר געלט און טובות. ער איז ארעסטירט געווארן און פאראורטיילט געווארן צו 14 יאר טורמע.

אמעריקע שיקט הילף פאר לבנון
לבנון – די אמעריקאנער רעגירונג האט געשיקט פאר די לבנון ארמיי 50 מיליטערישע טראקס, 50 ארטילערי מאשינען און 50 גראנאט ארויסשיסער, מיטן ציהל צו העלפן לבנון זיך פארטיידיגן קעגן מיליטאנטן גרופעס אין דערנעבנדיגן סיריע. די פרישע מיליטערישע הילף איז ווערד 50 מיליאן דאלער, וואס באדייט אז אמעריקע האט שוין היי יאר געשיקט 220 מיליאן דאלער מיליטערישע הילף פאר לבנון און דאס לאנד איז אצינד די פינפט-גרעסטע בענעפיטירער פון אמעריקאנער מיליטערישע הילף.

16 יאר הונגער סטרייק געענדיגט
אינדיע – אייראם שארמילא, א יומען רייטס אקטיוויסטקע אין מאניפּור, אינדיע, האט געברענגט אן ענדע צו איר זעכצן-יעריגע הונגער סטרייק (זי איז די גאנצע זעכצן יאר געפיטערט געווארן דורך רערן, זייענדיג אונטער ארעסט), און האט געמאלדן אז זי וועט לויפן פאר א פאליטישע אמט אין די היימשטאט מאניפּור. זי האט 16 יאר צוריק דערקלערט דעם הונגער סטרייק צו פראטעסטירן מענטשן-רעכט פארלעצונגען דורך די אינדיער מיליטער אינעם ראיאן.

זעלנער אנטלאפן פון אפגאנער אייסיס אטאקע
אפגאניסטאן – די אמעריקאנער מיליטער האט צום ערשטן מאל רעאגירט איבער דעם וואס אייסיס האט פארעפנטליכט עטליכע טעג צוריק בילדער פון אמעריקאנער וואפנס און א זעלנער׳ס אידענטיפיקאציע קארטל וואס זיי האבן באוויזן צו פארכאפן אין אפגאניסטאן. דער פענטאגאן זאגט אז א גרופע אמעריקאנער זעלנער האבן ארויסגעהאלפן אפגאנער זעלנער אין נאנגאראר פראווינץ, ווען זיי זענען פלוצלינג געקומען אונטער א סורפרייז אטאקע, און זענען געווען געצווינגען איבערצולאזן זייערע וואפנס און אנטלויפן.

ערדואן און פוטין זיך געטראפן
מאסקווע – נעכטן איז פארגעקומען א פערזענליכע צוזאמטרעף צווישן דעם טערקישן פרעזידענט ראסיפ ערדואן און דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, אין פוטין'ס פרעזידענטליכע פאלאץ. דער צוזאמטרעף האט געטראגן א שטארקע באדייט, וויבאלד עס איז געווען די ערשטע פאקטישע שריט צו נארמאליזירן באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, א האלבע יאר נאכדעם וואס טערקיי האט אראפגעשאסן א רוסישע מיליטערישע פליגער וועלכע זי האט געזאגט האט פארלעצט איר לופט טעריטאריע. דער צוזאמטרעף צווישן ערדואן און פוטין ווערט זייער נאנט באטראכט דורך מערב וועלט עקספערטן, וויבאלד עס איז א פאראייניגונג צווישן צוויי לאנד פירער וועלכע האבן פיינט אמעריקע און זיי קענען מעגליך שליסן אן אליאנץ פון אנטי-אמעריקאנער לענדער.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:44 pm

פרישע סאטעליט בילדער צייגן אז די כינעזער רעגירונג איז געווארן מער אגרעסיוו אויף די אינזלען אינעם סאוט טשיינע ים, און זי בויט אויף די אינזלען פארשידענע סטרוקטורן וועלכע זענען קעגן אינטערנאציאנאלע געזעצן. כינע, יאפאן און נאך עטליכע לענדער שלאגן זיך ארום איבער די אינזלען.

=

פאליציי אויספארשער זאגן אז דאס קינד וואס איז אומגעקומען אויפן וואסער גליטשער אין קענסאס, איז אומגעקומען נאכ'ן ליידן א פאטאלע וואונד אויפן גענאק. פילע וועלכע זענען שוין געווען אויפן גליטשער דערציילן יעצט אז די פארשידענע שטריק פונעם גליטשער זענען טאקע לויז און אומזיכער.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך שלומיאל » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 12:01 pm

WOW שרייבסט דאך מיט זאפט
איך דארף מער נישט הערן קול מבשר
דא איז די נייעס אזוי גוט שיין באשריבן און אסאך נייעס מעלד אפילו נישט זלמי פון קולעי וואסער
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:22 pm

מיימאנעדיס שפיטאל צענטער באריכטעט פארלוסטן ווייניגער ווי געראכטן

נאכ'ן ליידן גאר א שווערע פינאנציעלע יאר אין 2015 מיט פארלוסטן פון 4.2 מיליאן דאלער אין צווייטן קווארטאל, טוט היינט די מיימאנידיס שפיטאל מעלדן אז זייער פינאנציעלע אויסקוק פון די ערשטע העלפט פון 2016 קוקט אויס בעסער ווי געראכטן, אבער נאך אלץ האבן זיי פארלוירן א טאטאל פון 1.5 מיליאן דאלער אין לויף פון די ערשטע זעקס חדשים פון 2016, דאס איז א דאנק א העכערונג פון 5.6% אין פאציענט איינקופט.
די שפיטאל האט געזאגט פאר פאליטיקא אז זיי זענען צופרידן פון די נייע באריכט און דאס שטימט מיט איר אלגעמיינע עקאנאמישע פלאן, און אויב וועלן זיי זיך האלטן צו דעם גאנג וועלן זיי אויפהערן פארלירן געלט אין ענדע 2017, דאס איז א פארשידענע אינוועסטמענט'ס וואס וועט פארברייטערן די סערוויסעס וואס די שפיטאל שטעלט צו, א דאנק א נייע פאדיאטריק טראומע צענטער, און אזוי אויך א פרישע 3 מיליאן דאלערדיגע פראגראם צו באקעמפן קענסער.

JP
-
טוויטער נישט שולדיג איבער אייסיס רעטאריק

סאן פראנציסקא – די אינטערנעט פירמע "טוויטער" האט נעכטן געפייערט א זיג אין געריכט, ווען א ריכטער האט דערקלערט אז די פירמע קען נישט געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פאר פארשידענע טעראריסטישע רעטאריק וואס פארשוינען שרייבן אויף "טוויטער".
דער אורטייל פונעם ריכטער איז געקומען איבער דעם וואס די אלמנה פון אן אמעריקאנער מאן האט געוואלט באקומען קאמפענסאציע פון טוויטער, זאגנדיג אז איר מאן איז אומגעקומען אין ירדן אין אן אייסיס אטאקע, און די אייסיס טעראריסטן נוצן טוויטער צו דיסקוסירן פלענער און צו רעקרוטירן פרישע יוגענטליכע. דער ריכטער האט דערקלערט אז "טוויטער" איז נישט לעגאל פאראנטווארטליך פאר אזעלכע זאכן.

מער מאריכואנא טעסטס ערלויבט

וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג'ס "פוד ענד דראג" אדמיניסטראציע האט נעכטן געמאלדן אז זי וועט ערלויבן אז מען זאל דורכפירן מער טעסטס אויף די מאריכואנא געוויקס, צו דערגיין צי עס איז טאקע אזוי שעדליך ווי עס ווערט אראפגעמאלן אדער איז עס אן אומשעדליכע דראג וועלכע קען גאר בענעפיטירן אסאך מענטשן.
עטליכע סטעיטס ערלויבן שוין מאריכואנא באנוץ, אבער אויפן פעדעראלן שטאפל איז עס נאך אלץ פארבאטן. די פעדעראלע רעגירונג האט געזאגט אז דערווייל איז זי נישט גרייט צו דערקלערן אז מאריכואנא איז אומשעדליך, אבער מעגליך מיט די פרישע טעסטס, וועט זי קומען א טריט נאנטער דאס צו דערקלערן.

2 באזונדערע אטאקעס אין טערקיי

טערקיי – נאנט צו צוואנציג זענען אומגעקומען און צענדליגער אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן פון 2 באזונדערע טעראר אויפרייסן. איינס האט געצילט א פאליציי באס נעבן א שפיטאל אין א שטעטל נישט ווייט פונעם גרעניץ צווישן טערקיי און סיריע, און די צווייטע אויפרייס האט געצילט א בריק אין שטאט דיארבאקור, אויך נאנט צום גרעניץ מיט סיריע.

דשורנאליסטן באס אין בראזיל אטאקירט

בראזיל – א באס וועלכע האט געפירט זשורנאליסטן אין ריא, בראזיל - וועלכע געפונען זיך דארטן צו דעקן די אינטערנאציאנאלע אלימפּיק געימס, איז באשאסן געווארן מיט עטליכע קוילן דינסטאג ביינאכט. קיינער פון די זשורנאליסטן זענען נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן, און די לאקאלע פאליציי האט געזאגט אז זי פארשט דעם אינצידענט און איז נישט זיכער צי עס זענען טאקע געווען קוילן אדער פשוט'ע שטיינער.

אנטי-טעראר אבלאוועס אין דייטשלאנד

דייטשלאנד – אנטי-טעראר פאליציי אפיצירן האבן דורכגעפירט אבלאוועס אין פיר שטעט לענגאויס דייטשלאנד, ארעסטירנדיג א גרויסע צאל פארדעכטיגטע אין פרא-אייסיס אקטיוויטעטן. די מאסן ארעסטן זענען געקומען געציילטע שעה נאכדעם וואס די דייטשע אויטאריטעטן האבן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט א הויכראנגיקן אייסיס אגענט אין מוטערשטאדט, דייטשלאנד, וועלכער איז א 24 יעריגער סירישער בירגער וואס וואוינט אין א פליטים לאגער אין דייטשלאנד און ער האט פלאנירט מאסיווע אטאקעס.

ניי-געבוירענע קינדער געשטארבן אין באגדאד שפיטאל

באגדאד – א שרעקליכער פייער האט אויסגעבראכן אינעם יארמוק שפיטאל אין באגדאד, ווען עטליכע דראנטן האבן מאלפונקציאנירט, און אזויפיל ווי 11 ניי-געבוירענע קינדער זענען אומגעקומען. די איראקער געזונטהייט מיניסטעריום זאגט אז זי וועט דורכפירן א דרינגליכע אויספארשונג, אבער זי גלייבט נישט אז דאס איז געווען אן אונטערגעשטעלטע פייער, נאר טאקע אן עלעקטערישע פראבלעם.

אלימפּיק שווים-באסיין געווארן גרינע קאליר

בראזיל – איינס פון די שווים באסיינען וואס ווערן גענוצט ביי די אלימפּיק געימס אין ריא, בראזיל זענען דינסטאג געווארן א גאר שטארק גרינע קאליר, ברענגענדיג א שרעק און זארג ביי די שווימערס - וויבאלד עס איז געווען א זארג פון זיקא וויירוס אין בראזיל בעפאר די אלימפּיק געימס האבן זיך אנגעהויבן. די אלימפּיקס ארגאניזירער האבן אבער נעכטן געזאגט אז די גרינע קאליר האט זיך געמאכט צוליב נאטורליכע ״אלדזשי״ באקטעריע אין די וואסער, און עס איז נישט קיין שום געזונטהייט געפאר.

45 טויזנט אייסיס קעמפער אומגעבראכט

סיריע – דער אמעריקאנער גענעראל שאן מעקפארלענד האט נעכטן געזאגט אז אלעס אינאיינעם זענען שוין 45 טויזנט אייסיס טעראריסטן אומגעקומען אין סיריע און איראק זינט דער אנהייב פונעם אמעריקאנער אנטי-אייסיס אפעראציע אינעם ראיאן. מעקפארלענד זאגט אז אייסיס פארמאגט יעצט צווישן 15 טויזנט און 30 טויזנט זעלנער אויפן פראנט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:42 pm

די פראצעס פון דילאן רוף דער 22 יעריגער וואס האט דורכגעפירט א שיסעריי אין א קירכע אין טשארלסטאן מיט א יאר צוריק, איז נעכטן אריין אין א פרישע פאזע, און די רעגירונג האט אריינגעגעבן באוויזן אז ער האט געטון די פארברעך פון זיין אייגענע געוויסן און איז נישט ראדיקאליזירט געווארן דורך אנדערע, די באוויזן צייגן אז ער האט זיך אליין ראידקליזירט און האט פארעפנטליכט פילע ארטיקלען אויף די אינטערנעט אין וועלכע ער רופט פאר די מארד פון שווארצע און פון אלע וואס זענען נישט פון די ווייסע ראסע.

רוסישע העקערס האבן אינפילטרירט די אמעריקאנער מידיא, אריינגערעכנט די ניו יארק טיימס און אנדערע מידיא קוועלער. די רוסישע העקערס האלטן אויף אמעריקע מיט נייעס נאכדעם ווי זיי האבן אנטדעקט די דעמאקראטישע אימעילס און געמאכט א שטורעם. אמעריקאנער זיכערהייט אינסטאנצן אין שפיץ פון די עף בי איי פארשט העפטיג אויס די נייע קוואל פון סייבער פארברעכן און פרובירן צו לייגן א יד אויף די רוסישע באנדיטן. עס איז ווארשיינליך פארבינדען צו די מלחמה וואס דאנאלד טראמפ פירט לעצטנס קעגן דעם צייטונג.

א טאג נאכדעם וואס די דראג ריז פייזער האט פארעפנטליכט אז זיי וועלן אפקויפן מעדיוויעט פאר די סכום פון 14 ביליאן דאלער. איז היינט געקומען גאר שארפע קריטיק אויף די פירמע פון דעם געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט און סענאטאר בערני סאנדערס אויף וואס ער רופט אן "אכזריות'דיגע געלדגייציגקייט" ער זאגט אז די טריטמענט וואס זיי פארקויפן פאר קענסער קאסט 129,000 דאלער, וואס איז 4 מאל די פרייז וויפיל עס קאסט אין אנדערע לענדער, ער האט גערופן פאר פייזער צו אראפלאזן די פרייזן, און ארויסגעברענגט אז א פערטל פון די קראנקע קענען זיך היינט נישט ערלויבן קיין מעדיצינען.

א טאטע און דריי קינדער זענען היינט אינדערפרי אומגעקומען אין א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין זייער אפארטמענט אין שיקאגא, פאליציי שאצט אז עס איז געווען א ארסאן אטאקע און די דירה איז אונטערגעצינדען דורך א שכן וואס האט געהאט מיט זיי א געפעכט, איינע פון די דריי איז געווען א פיצל קינד וואס איז אומגעקומען אינאיינעם מיט איר פאטער ווען ער האט פרובירט צו זיך ראטעווען דורך ארויסטאנצן פון דעם דריטן שטאק.

עטליכע לענדער אין אייראפע אריינגערעכנט פראנקרייך און דייטשלאנד האבן אונטערגענומען א מיסיע צו אריינשטעלן אין קראפט נייע געזעצן וואס וועט צווינגען די קאמוניקאציע פירמעס וואס ערצייגן אפליקאציעס צו פארבינדען מענטשן אנליין אז מען זאל נישט קענען באהאלטן די מעסעדעשעס דורך ענקריפשען, זיי טוען זיך אנלייגן אויף וואטסאפ און אזוי אויך אויף די מעסעדשינג אפליקאציע טעלעגראם וואס האט א מעגליכקייט צו באהאלטן די מעסעדשעס אז די פירמע זאל עס נישט קענען ליינען, זיי ווילן אז די רעגירונג זאל קענען האבן צוטריט צו אזעלכע אפליקאציעס, וואס איז שוין אין די פארגאנגענהייט גענוצט געווארן דורך ראדיקאלן און אייסיס טעראריסטן פאר קאמיוניקאציע.

א אמעריקאנער סאלדאט איז אומגעקומען נעכטן אין די אפגאניסטאנער העלמונד פראווינץ, ווען א שאסיי-זייט באמבע האט אויפגעריסן און אונטערגעצינדען די פאטראל טרעקל אין וועלכע ער איז געפארן אינאיינעם מיט אפגאנער סאלדאטן, אין די אינצידענט זענען פארוואונדעט געווארן אויך זעקס אפגאנער סאלדאטן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

מאסיווע ערדציטערניש אויפגעטרייסלט איטאליע

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:27 pm

רוים - געביידעס אין רוים, איטאליע האבן זיך נעכטן שפעט ביינאכט געשאקלט פאר גאנצע צוואנציג סעקונדעס נאכדעם וואס אן ערדציטערניש ביי א שטארקקייט פון 6.1 אויפן ריכטערוואג האט פאסירט אין לאנד. באריכטן שרייבנדיג די שורות דינסטאג נאכט האבן געצייגט אז עס זענען פארהאן מאסיווע בלעקאוטס אין עטליכע איטאליענער שטעט, און פילע געביידעס זענען אומגעפאלן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 7:04 pm

נאכפאלגנדיג די ערד ציטערניש אין איטאליע האט א גאר שווערע ערדציטערניש פון 6.8 אויפן ריכטער וואג באטראפן מיאנמאר, די הויפט שטאט פון בורמא. היינט מיטוואך, און עס איז נאך אומקלאר וויפיל קרבנות זענען געפאלן. אבער דריי געפאלענע זענען שוין באשטעטיגט געווארן דורך די אינסטאנצן.

מדינת ישראל האט ארעסטירט א ברעסלאווער חסיד פון די שובו בנים פראקציע נאכדעם וואס ער האט ארגאניזירט א קבוצה וואס האט זיך אומלעגאל אריינגעכאפט קיין שכם צו מתפלל זיין אויף קבר יוסף הצדיק, אזעלכע סארט אקציעס וואס ווערט כסדר דורכגעפירט אויף די רוף פון זייער פירער האט שוין ליידער געקאסט אסאך אידיש בלוט און שטעלט אריין די גרופע אין א באלדיגע געפאר און קען האבן שווערע קאנסעקווענצן און אויפפלאמען די געגענט.

די וויסנשאפטליכע וועלט איז אין עקסטאז מיט די נייעס אז עס איז געפונען געווארן א נייע פלאנעט "פראקסימא סענטאורי" זי איז גאר נאנט צו אונזער פלאנעט, און די נאנטקייט צו די זון מיינט אז עס איז דארט פארהאן די מעגליכקייט פאר לעבעדיגע באשעפענישן צו איבערלעבן. די נייעס איז פון די גרעסטע אסטראנאמישע געשעענישן אין די לעצטע דורות און איז אפיציעל באשטעטיגט געווארן דורך די העכסטע אסטראנאמישע אויטאריטעטן.

א פרישע באריכט צייגט אז טראמפ האט אויסגעגעבן אזוי פיל ווי 55,000$ פון ביישטייערונג געלטער צו זיין קאמפיין צו איינקויפן, נישט מער און נישט ווייניגער זיין אייגענע ביכל וואס ער האט געשריבן "די קונץ פון א דיל" עס איז געגעבן געווארן אלס געשאנק פאר ביישטייערער אבער אויטאריטעטן קוקן אריין דערין אויב עס איז לעגאל צו נוצן ביישטייערונג געלטער פאר אזעלכע צוועקן.

די בריטישע מעדיע איז פארנומען מיט א פרישע אויפדעקונג אז דער פרעמעיער מיניסטער פון מדינת ישראל מנחם בעגין האט שטילערהייט געשטיצט די ארגענטינער מיליטער קעגן די בריטישע מיליטער ביי די קריג איבער די פאלקלאנד אינזלעך, אין 1982, ארגענטינע איז דעמאלטס געווען א דיקטאטוריש לאנד. און מדינת ישראל האט מיט דעם געזוכט צו נקמה נעמען אין ענגלאנד צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געשטיצט מדינת ישראל ביים ערשטן לבנון קריג.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: מאסיווע ערדציטערניש אויפגעטרייסלט איטאליע

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 1:54 pm

יאהאן האט געשריבן:רוים - געביידעס אין רוים, איטאליע האבן זיך נעכטן שפעט ביינאכט געשאקלט פאר גאנצע צוואנציג סעקונדעס נאכדעם וואס אן ערדציטערניש ביי א שטארקקייט פון 6.1 אויפן ריכטערוואג האט פאסירט אין לאנד. באריכטן שרייבנדיג די שורות דינסטאג נאכט האבן געצייגט אז עס זענען פארהאן מאסיווע בלעקאוטס אין עטליכע איטאליענער שטעט, און פילע געביידעס זענען אומגעפאלן.

א 4.3 אויפן ריכטער וואג עפטער שאק האט נארוואס נאכגעפאלגט פאראורזאכנדיג מער שאדן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 6:33 pm

נעכטן מיטוואך האט די קאר פירמע "פארד" געמאלדן אז זיי טוען צוריקרופן 113,000 קארס נאכדעם וואס עס איז אנדעקט געווארן אין די גאז פאמפ וואס קען שעדיגן די קאר. די ריקאל נעמט אריין ארום 88,000 קארס פון 2013 ביז 2015 און נעמט אריין די מאדעל טאורוס, פלעקס, און נאך עטליכע ווייניגער באנוצטע מאדעלן.

עטליכע שפיטעלער אין ארלאנדא פלארדיע וואס האבן באהאנדלט די צענדליגע פארוואונדעטע ביי די לעצטע טעראר שיסעריי אטאקע מיט 2 מאנאטן צוריק האבן געמיינזאם געמאלדן אז זיי וועלן אויסמעקן אלע חובות פון די פארוואונדעטע און נישט רעכענען קיין געלט פאר די באהאנדלונג, די טאטאלע חוב ווערט געשאצט ביי ארום 12 מיליאן דאלער, און פילע פון די פארוואנדעטע האבן נישט געהאט די געלט צו באצאלן.

די טראמפ קאמפיין ברייטערט אויס אירע אקטיוויטעטן אין ארץ ישראל מיט א פרישע אפיס אין רמת גן, דאס וועט זיין איר דריטע אפיס אין מדינת ישראל. און לויט די פלענער וועט א פערטע קאמפיין אפיס געעפנט ווערן אין די קומענדיגע וואכן, די טראמפ קאמפיין לייגט אריין אסאך כוחות אין די אויסלענדישע שטימערן, און ספעציעל אין מדינת ישראל ווי די אמעריקאנער בירגער וואס וואוינען דארט זענען מיינסטנס טראמפ שטיצער.

נישט קיין וואלד און נישט קיין בערן: נאך א לענגערע צייט וואס עס האט אנגעצינדן דעם דמיון פון פילע היסטאריקער, האט די פוילישע רעגירונג געמאלדן אז נאכ'ן גרונטליך אונטערזוכן דעם ארט ווי עס האט זיך געזאלט געפונען א היסטארישע אוצר. און לויט געוויסע עדות איז עס דארט אין א באן וואס געפונט זיך אין א טונעל, די לעצטע וואכן האט די פוילישע רעגירונג אראפגעשיקט באאמטע צו אונטערזוכן, און זיי האבן היינט געמאלדן אז עס איז דארט נישטא קיין טונעל און נישט קיין באן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: מאסיווע ערדציטערניש אויפגעטרייסלט איטאליע

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:49 pm

יאהאן האט געשריבן:רוים - געביידעס אין רוים, איטאליע האבן זיך נעכטן שפעט ביינאכט געשאקלט פאר גאנצע צוואנציג סעקונדעס נאכדעם וואס אן ערדציטערניש ביי א שטארקקייט פון 6.1 אויפן ריכטערוואג האט פאסירט אין לאנד. באריכטן שרייבנדיג די שורות דינסטאג נאכט האבן געצייגט אז עס זענען פארהאן מאסיווע בלעקאוטס אין עטליכע איטאליענער שטעט, און פילע געביידעס זענען אומגעפאלן.

מער זוכענישן אין די ברוכווארג ביים ערד-ציטערניש אין איטאליע צייגט די גרויסקייט פון די טראגעדיע

אין איטאליע ארבעטן די רעטונגס ארבעטער זייער שווער צו ארויסראטעווען איבערלעבער פון אונטער די ברוכווארג, נאכדעם וואס א שווערע ערד-ציטערניש האט געמאכט א חורבן, אומגעברענגט מענטשן און צעווארפן בנינים. די רעטונגס ארבעט געט א קלארערע בילד איבער די גרויסקייט פון די טראגעדיע, נאכדעם ווי מען טרעפט מער און מער מענטשליכע קרבנות אין די ברוכווארג.

רעטונגס איינהייטן מיט שמעק הינט וואס קענען גוט דערשמעקן ווי אונטער די חורבנות איז פארהאן א מענטש, ארבעטן פלייסיג צו אויפגראבן מענטשן וואס זענען שטעקן אונטער די ברוכווארג פון אראפגעפאלענע געביידעס. נאכן ארויסשלעפן אסאך מענטשן שטעלט זיך ארויס אז די טראגעדיע איז פיל גרעסער ווי געשאצט, און אזויפיל ווי צוויי הונדערט איין און פערציג נפשות זענען שוין באשטעטיגט טויט.

די ערד-ציטערניש האט פאסירט דינסטיג נאכט אין צענטער פון איטאליע אום 3:30 פארטאגס, און האט באטראפן דריי ראיאנען, אומבעריא, לאזיא, און מארטשא. ווי אסאך הייזער זענען אומגעפאלן. די שטאט אמעריטשא איז א היסטארישע שטאט, מיט אסאך בנינים נאך פון די מיטל אלטער יארן, און די פאקט אז עס רעדט זיך פון אלטע שווערע הייזער און שמאלע געסלעך האט געמאכט די ארבעט פון צונויפקלויבן די ברוכווארג אסאך שווערער.

די רעטונג אגענטן האבן געגראבן מיט שוועריגקייטן, געשלעפטו שווערע שטיינער און ארויסגעשלעפט לעבעדיגע איבערלעבער, שווער געשעדיגטע מענטשן און טויטע קערפער. א גרויסע רעטונגס אפעראציע האט זיך קאנצעטרירט ארום א האטעל געביידע אין אמעריטצע, וואס פארמאגט א גאר בארימטע איטאליענע רעסטוראנט און ציעט אסאך מענטשן. די פלאץ איז געווען פיל מיט מענטשן און געברענגט אסאך קרבנות.

דער מעיאר פון אמעטריצע האט איבערגעגעבן אז זיבעציג געסט וואס זענען געווען ביים האטעל זענען געווארן באגראבן אונטער די ברוכווארג. און די מערהייט פון זיי זענען געראטעוועט געווארן און גענומען געווארן צו שפיטעלער. איטאליעס ציווילע שוץ האט געמאלדן אז די צאל טויטע איז צוויי הונדערט איין און פערציג, מיט אנדערע צוויי הונדערט און פיר און זעכציג אין שפיטאל מיט וואונדן. אבער האבן נישט געמאלדן די נומער פון מענטשן וואס פעלן.

די שטעט ארום וואס זענען נישט באטראפן געווארן האבן אריינגענומען פליטים פון די ערד-ציטערניש. און די כאאס אין די גאנצע געגענט איז גרויס. איטאליע ליידט אסאך פון ערד-ציטערנישן, און דער איטאליענישער פרעמיער מיניסטאר מאטטעא רענזי וועלכער איז געפארן צו די קאטאסטראפע זאנע צו באדאנקען די רעטונגס ארבעטער און טרייסטן די קרבנות האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז עס איז ווייט נישט גענוג וואס איטאליע איז סוקסעספול מיט שנעל אויפגראבן די ברוכווארג, די מאדערנע לאנד דארף אויפקומען מיט וועגן צו קענען ווארענען פאר ערד-ציטערנישן, מאכן זיכער אז די געביידעס זענען גענוג שטארק צו איבערקומען א ציטערניש, און די רעגירונג וועט אינוועסטירן אין דעם.

עקספערטן זאגן אז זיבעציג פראצענט פון איטאליעס בנינים זענען נישט באשיצט פאר אן ערדציטערניש, און זענען פארצייטיש. די געזעצן און רעקעמאנדאציעס שטופן פאר העכערע בויען סטאנדארטן אבער גאר גרויסע טיילן פון איטאליע זענען זייער אלט, און אלעס איבערמאכן איז זייער שווער, און דעריבער ווערן נישט די רעקאמאנדאציעס גענומען ערנסט און זיי ווערן נעלם אין די ביוראקראטישע שפיל.

א מאמענט פון עמאציע האט זיך אפגעשפילט ווען מיטוואך, זיבעצן שעה נאך די ערד-ציטערניש האבן פייער-קעמפער ארויסגעשלעפט א צען יעריג קינד לעבעדיגערהייט פון אונטער די ברוכווארט. דאס קינד איז געליגן פאר'חלשט און אפגעמאטערט און יעדער האט אפלאדירט מיט טרערן ווען מען האט געראטעוועט דאס קינד. די רעטונגס ארבעטער וואס האבן נעבעך ארויסגעשלעפט אזויפיל קערפער האבן זיך אזוי געפרייט צו ראטעווען לעבנס און זעהן א קינד ארויסקריכן פון חורבן צום לעבן.

JP
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:46 pm

טערקיי שיקט אריין ערד טרופן אין סיריע

סיריע - עס איז שטארק מעגליך אז דער גאנצער צוקונפט פונעם מיטל מזרח ראיאן האט זיך נעכטן געטוישט, נאכדעם וואס טערקיי האט אונטערגענומען א מאסיווע אפענסיווע און אריינגעשיקט איר מיליטער קיין סיריע. די טערקישע רעגירונג זאגט אז דער ציהל פון אירע ערד טרופן אין סיריע, וועלכע האבן דורכגעשטורעמט דעם גרעניץ מיט טאנקען און ארטילערי טראקס, איז פשוט אוועקצוכאפן פון אייסיס טעראריסטן קאנטראל פון עטליכע קריטישע שטעט נעבן דעם גרעניץ צווישן סיריע און טערקיי.

די טערקישע אפעראציעס ווערט דורכגעפירט מיט די דירעקטע שטיצע פון די אמעריקאנער מיליטער, וועלכע האט אנגעהויבן דורכפירן באמבארדירונגען אויף אייסיס ציהלן לענגאויס די שטעטלעך וואו די טערקישע מיליטער קעמפט. אבער אין די זעלבע צייט הערט מען זארג פון אינטערנאציאנאלע עקספערטן, וועלכע זאגן אז טערקיי׳ס ציהל מיט די ערד אפענסיווע איז אויך צו טשעפען די אנטי-טערקיי קורדן וועלכע האבן אויסגענוצט דעם אייסיס כאאס זיך אויסצושפרייטן אינעם גרעניץ ראיאן מיט טערקיי. אמעריקע שטיצט די קורדישע רעבעלן און נוצט די רעבעלן אין קאמפן קעגן אייסיס, וואס דעריבער איז מעגליך אז עס וועט זיין אן אינטערעסן-קאנפליקט צווישן אמעריקע און טערקיי, און אמעריקע וועט מוזן אויסוועלן צי זי וויל ווייטער שטיצן די קורדן אדער פארלאז די קורדן און שטיצן טערקיי.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: מאסיווע ערדציטערניש אויפגעטרייסלט איטאליע

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:50 pm

יאהאן האט געשריבן:
יאהאן האט געשריבן:רוים - געביידעס אין רוים, איטאליע האבן זיך נעכטן שפעט ביינאכט געשאקלט פאר גאנצע צוואנציג סעקונדעס נאכדעם וואס אן ערדציטערניש ביי א שטארקקייט פון 6.1 אויפן ריכטערוואג האט פאסירט אין לאנד. באריכטן שרייבנדיג די שורות דינסטאג נאכט האבן געצייגט אז עס זענען פארהאן מאסיווע בלעקאוטס אין עטליכע איטאליענער שטעט, און פילע געביידעס זענען אומגעפאלן.

מער זוכענישן אין די ברוכווארג ביים ערד-ציטערניש אין איטאליע צייגט די גרויסקייט פון די טראגעדיע

אין איטאליע ארבעטן די רעטונגס ארבעטער זייער שווער צו ארויסראטעווען איבערלעבער פון אונטער די ברוכווארג, נאכדעם וואס א שווערע ערד-ציטערניש האט געמאכט א חורבן, אומגעברענגט מענטשן און צעווארפן בנינים. די רעטונגס ארבעט געט א קלארערע בילד איבער די גרויסקייט פון די טראגעדיע, נאכדעם ווי מען טרעפט מער און מער מענטשליכע קרבנות אין די ברוכווארג.

רעטונגס איינהייטן מיט שמעק הינט וואס קענען גוט דערשמעקן ווי אונטער די חורבנות איז פארהאן א מענטש, ארבעטן פלייסיג צו אויפגראבן מענטשן וואס זענען שטעקן אונטער די ברוכווארג פון אראפגעפאלענע געביידעס. נאכן ארויסשלעפן אסאך מענטשן שטעלט זיך ארויס אז די טראגעדיע איז פיל גרעסער ווי געשאצט, און אזויפיל ווי צוויי הונדערט איין און פערציג נפשות זענען שוין באשטעטיגט טויט.

די ערד-ציטערניש האט פאסירט דינסטיג נאכט אין צענטער פון איטאליע אום 3:30 פארטאגס, און האט באטראפן דריי ראיאנען, אומבעריא, לאזיא, און מארטשא. ווי אסאך הייזער זענען אומגעפאלן. די שטאט אמעריטשא איז א היסטארישע שטאט, מיט אסאך בנינים נאך פון די מיטל אלטער יארן, און די פאקט אז עס רעדט זיך פון אלטע שווערע הייזער און שמאלע געסלעך האט געמאכט די ארבעט פון צונויפקלויבן די ברוכווארג אסאך שווערער.

די רעטונג אגענטן האבן געגראבן מיט שוועריגקייטן, געשלעפטו שווערע שטיינער און ארויסגעשלעפט לעבעדיגע איבערלעבער, שווער געשעדיגטע מענטשן און טויטע קערפער. א גרויסע רעטונגס אפעראציע האט זיך קאנצעטרירט ארום א האטעל געביידע אין אמעריטצע, וואס פארמאגט א גאר בארימטע איטאליענע רעסטוראנט און ציעט אסאך מענטשן. די פלאץ איז געווען פיל מיט מענטשן און געברענגט אסאך קרבנות.

דער מעיאר פון אמעטריצע האט איבערגעגעבן אז זיבעציג געסט וואס זענען געווען ביים האטעל זענען געווארן באגראבן אונטער די ברוכווארג. און די מערהייט פון זיי זענען געראטעוועט געווארן און גענומען געווארן צו שפיטעלער. איטאליעס ציווילע שוץ האט געמאלדן אז די צאל טויטע איז צוויי הונדערט איין און פערציג, מיט אנדערע צוויי הונדערט און פיר און זעכציג אין שפיטאל מיט וואונדן. אבער האבן נישט געמאלדן די נומער פון מענטשן וואס פעלן.

די שטעט ארום וואס זענען נישט באטראפן געווארן האבן אריינגענומען פליטים פון די ערד-ציטערניש. און די כאאס אין די גאנצע געגענט איז גרויס. איטאליע ליידט אסאך פון ערד-ציטערנישן, און דער איטאליענישער פרעמיער מיניסטאר מאטטעא רענזי וועלכער איז געפארן צו די קאטאסטראפע זאנע צו באדאנקען די רעטונגס ארבעטער און טרייסטן די קרבנות האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז עס איז ווייט נישט גענוג וואס איטאליע איז סוקסעספול מיט שנעל אויפגראבן די ברוכווארג, די מאדערנע לאנד דארף אויפקומען מיט וועגן צו קענען ווארענען פאר ערד-ציטערנישן, מאכן זיכער אז די געביידעס זענען גענוג שטארק צו איבערקומען א ציטערניש, און די רעגירונג וועט אינוועסטירן אין דעם.

עקספערטן זאגן אז זיבעציג פראצענט פון איטאליעס בנינים זענען נישט באשיצט פאר אן ערדציטערניש, און זענען פארצייטיש. די געזעצן און רעקעמאנדאציעס שטופן פאר העכערע בויען סטאנדארטן אבער גאר גרויסע טיילן פון איטאליע זענען זייער אלט, און אלעס איבערמאכן איז זייער שווער, און דעריבער ווערן נישט די רעקאמאנדאציעס גענומען ערנסט און זיי ווערן נעלם אין די ביוראקראטישע שפיל.

א מאמענט פון עמאציע האט זיך אפגעשפילט ווען מיטוואך, זיבעצן שעה נאך די ערד-ציטערניש האבן פייער-קעמפער ארויסגעשלעפט א צען יעריג קינד לעבעדיגערהייט פון אונטער די ברוכווארט. דאס קינד איז געליגן פאר'חלשט און אפגעמאטערט און יעדער האט אפלאדירט מיט טרערן ווען מען האט געראטעוועט דאס קינד. די רעטונגס ארבעטער וואס האבן נעבעך ארויסגעשלעפט אזויפיל קערפער האבן זיך אזוי געפרייט צו ראטעווען לעבנס און זעהן א קינד ארויסקריכן פון חורבן צום לעבן.

JP

צאל פאטאליטעטן אין איטאליע ערדציטערניש: נאנט צו 300

איטאליע - דער ציפער פון אומגעקומענע פונעם שטארקן ערדציטערניש וואס האט דינסטאג ביינאכט באטראפן טיילן פון איטאליע, איז נעכטן ביינאכט געשטיגן צו 247, און די לאקאלע רעגירונג באאמטע האבן געווארנט אז עס וועט שטייגן נאכמער, וויבאלד עס זענען נאך פארהאן צענדליגער פארכאפטע אונטער הויפענעס ברוכווארג. איטאליע זיצט אויף טעריטאריע וואו צוויי אונטערערדישע ״טעלערס״ קומען זיך צוזאם, און וועגן דעם שטייט זי אויס א גאר גרויסע שטענדיגע געפאר פון ערדציטערנישן. די סאמע טויטליכסטע ערדציטערניש אין איטאליע אין מאדערנע היסטאריע איז געווען אין 1908, מיט אכציג טויזנט פאטאליטעטן.

קה"א
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך שלומיאל » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:31 pm

שוין נאנט צו 300 טויטע און קולמע האט געמאלדן גלייך נאך די ערד ציטערניש אז ס'איז נישטא קיין באריכטן פון טויטע, געשעדיגטע, אדער שאדנס.
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 4:33 pm

בלויז א טאג נאכדעם וואס טערקיי האט איינגעפעדימט אירע אפעראציעס אויף די סירישע באדן, האט שוין די אינוואזיע געקאסט פאר טערקיי א בלוטיגע פרייז. דאס קומט אבער נישט פון אייסיס נאר פון די קורדישע רעבעלן וואס זענען איבערצייגט אז נישט אייסיס איז די אמת'ע ציל פון די מיליטערישע אקציעס נאר די קורדישע מיליטאנטן גרופעס וואס טערקיי זוכט צו אויסראטן. די טראק-באמבע אטאקע איז פארגעקומען אינעם טערקישן פראווינץ פון סירנאק, דער פרעמעיער מיניסטאר פון טערקיי יאלדירין האט געזאגט אז די קורדישע אפאזיציע איז פאראנטווארטליך פאר די אטאקע, און האט אויך צוגעלייגט "טערקיי וועט באשיצן אירע גרעניצן, און די זעלבע צייט די גרעניצן פון סיריע, און מען וועט נישט לאזן די טעראריסטן דערקלערן זעלבסשטענדיגקייט" די קורדן זענען א פאלק וואס וואוינען איבער די גאנצע שטח וואס גרעניצט זיך מיט סיריע, טערקיי, איראן, און איראק, און זיי קעמפן פאר זייער רעכט צו האבן א אייגענע לאנד. א רעכט וואס ווערט אונטערדריקט דורך די פיר לענדער וואס טראץ זייערע מיינונגס פארשידנהייט, ארבעטן זיי אינאיינעם קעגן דעם קורדישן פאלק.

--

די סאודישע לופט אטאקעס אין תימן האבן געקאסט נאכאמאל דאס לעבן פון ציווילע קרבנות, דאסמאל דאס לעבן פון 11 איינוואוינער אין די שטאט סעדה, די קרבנות רעכענען אריין פרויען און קינדער. און עס איז ערווארטעט צו שטייגן נאכדעם וואס מען וועט אונטערזוכן די ברוכווארג פון די צוויי געביידעס וואס זענען געווארן איינגעווארפן אין די אטאקעס. די לופט אטאקעס גייען אן טעגליך, און איז צוזאמענארבעט פון עטליכע לענדער אינעם פערסישן גאלף וואס זוכן צו אפשלאגן די פארזוך פון איראן צו געוועלטיגן אויף תימן דורך זייער אליאירטע הוטי רעבעלן.

--

פרעזידענט אבאמא האט היינט געשאפן דעם גרעסטן "נאטור רעזערוואר" אין די וועלט, ביי די ברעגעס פון זיין היימשטאט האוואי, ער האט אויסגעברייטערט א עקזיסטירנדע רעזערוואר פון די מארין פיר-פאכיג צו אזוי גרויס ווי 582,578 פון לאנד און יבשה, אין די פלעצער איז נישט ערלויבט צו כאפן פיש, אדער גראבן פאר אויל און דאס גלייכן, דאס קומט צו באשיצן די ענווייערמענט און איז ארגינעל דעזיגנירט געווארן דורך פרעזידענט בוש, אלעס אינאיינעם האט שוין פרעזידענט אבאמא גענוצט זיין עקזעקיוטיווע מאכט צו באשיצען אזויפיל ווי 548 מיליאן אקער-לאנד, איבער דאפלט פון סיי וועלכע פרעזידענט אין די היסטאריע.

--

טויזענטער דאקומענטן וואס זענען געווען קלאסיפיצירט זענען היינט ארויסגעגעבן געווארן דורך די סי.איי.ע. פאר די פאבליק, די דאקומענטן זענען פון די 70ער יארן דורכאויס די טערמינען פון דשעראלד פארד און ריטשארד ניקסאן. צווישן די דאקומענטן געפונט זיך גאר אינטרעסאנטע דעטאלן איבער די ניקסאן רעזיגנאציע, און אזוי אויך זענען דארט פארהאן אסאך דאקומענטן איבער די יום כיפור מלחמה, און מען זעהט דארט אז די אמעריקאנער רעגירונג איז געווען ביי די מיינונג אז עס וועט נישט אויסברעכן קיין מלחמה.

--

צום ערשטן מאל אין צענדליגע יאר וועט זיך עפענען א לופט פארבינדונג צווישן קובא און די פאראייניגטע שטאטן, די לופט ליניע וועט פליען צווישן פארט לורדעיל פלארידע צו די צענטראלע קובאנער שטאט סענטע קלארא, די ערשטע פליגער וועט ארויספליען דעם קומענדיגן מיטוואך אוגוסט 31, דאס איז בלויז די אנהייב פון א געפלאנטע 110 טעגליכע פליגער פארבינדונג צווישן די לענדער, און צייגט אויף א באנייטע אויפבליה פון אמעריקאנער טוריזם אין קובא נאכדעם וואס פרעזידענט אבאמא האט באשלאסן צו אראפנעמען די סאנקציעס.

--

א געריכט אין פראנקרייך האט געאורטיילט אז די קאמפ פון לאקאלע באאמטע אין פראנקרייך קעגן די מוסלעמענישע שווים קליידער איז אומלעגאל, דאס קומט נאכדעם וואס 15 ראיאנען אין פראנקרייך האבן דאס פארבאטן ביי זייערע ים בארטנס, און האבן גענוצט פאליציי דאס צו אינפארסירן, אז זאך וואס איז גאר קאנטראווערסיאל, די געריכט האט געאורטיילט אז די לאקאלע באהערדע האבן נישט די רעכט דאס צו אינפאריסרן און עס פארלעצט פרייהייט פון רעליגיע.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

די אמעריקאנער דילעמע צווישן טערקיי און די קורדן

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 4:36 pm

עס איז שווער צו טרעפן א בעסערע ביישפיל צו די קאמפליצירטע אויסערן פאליטיק פון וואשינגטאן ווי די אינוואזיע וואס אמעריקע און טערקיי האבן אונטערגענומען די וואך. דאס אילוסטרירט די גאר דעליקאטע און שווערע אויסערן פאליטיק וואס אמעריקע שפילט איבער די וועלט, און הויפזעכליך אין מיטל מזרח.

די אפיציעלע ציהל פון די אפעראציע איז צו באקעמפן אייסיס אין איינע פון די אינציגע פארבליבענע געביטן ווי זי שטייט נאך שטארק, ביי די סירישע און טערקישע גרעניץ, די מיסיע איז צו אפשניידן די סופליי ליניעס וואס ברענגט זיי ווארפן און פראדוקטן, און זיי עווענטועל דערשטיקן, פארטרייבן, און פארניכטן.

אבער דאס איז ווייט פון איינפאך, נעמנדיג אין באטראכט אז ווער עס וואוינט אין די געגענט זענען די קורדן, א אור-אלטע פאלק וואס לעבט אין מיטל מזרח נאך פאר די אראבער זענען דארטן, און בלויז צוליב די אומגעלונגענע סייקס-פיקא אפמאך האבן זיי קיינמאל נישט באקומען א אייגן לאנד. זיי זענען צושפרייט אין 4 חלקים, אין סיריע, איראן, איראק און טערקיי, זיי לעכצן נאך א אייגענע היימלאנד אבער די אלע לענדער טוען זיי אקטיוו אונטערדריקן און אויסלעשן זייערע נאציאנאלע אספיראציעס.

די כאאס וואס קומט פאר אין סיריע און אין איראק האט ווידער אויפגעוועקט דאס ווילן ביים קורדישן פאלק פאר פרייהייט, אבער נישט בלויז צוליב נאציאנאלע שטאלץ נאר אויך ווייל זיי זעען אז זיי קענען זיך נישט פארלאזן מער צו זיין געסט ביי אנדערע און זיי דארפן זיך אליין באשיצן אין די דשאנגעל וואס רופט זיך די מיטל מזרח.

די קריג האט געגעבן א באנייטע האפענונג פאר די קורדן צו עררייכן א אייגענע היימלאנד, די וועלט האט געזען אז די קורדן זענען געווען די בראווסטע קעמפער קעגן אייסיס, און די איינציגע רעבעלן גרופעס וואס די מערב וועלט קען געטרויען זענען די קורדן וואס קעמפן מיט קוראדש און זענען נישט ראדיקאל.

און טאקע דאס איז וואס טערקיי ציטערט, איר ארויסגיין אין קריג מיט אייסיס איז בלויז א שפיל, ווען די אמת'ע סיבה פון די פלוצלינגע אפעראציע איז צו אפשטעלן די טערקישע קורדן פון זיך פאראייניגן מיט זייערע ברודער אין סיריע אין איראק און פארעמען אינאיינעם א "קורדיסטאן"
עס איז קלאר אז טערקיי האט איין ציל מיט די מיליטערישע אפעראציע און אמעריקע אן אנדערע. די קורדן זענען א נאטורליכע פריינט פאר אמעריקע, און האבן זיך ארויסגעוויזן אלס לאיאלע און בראווע קעמפער, און אמעריקע דארף זוכן זיי צו שטארקן, און א עווענטועלע קורדיסטאן וועט זיין בלויז גוט פאר אמעריקע.

אבער די ציל פון טערקיי איז צו ווייטער שטופן די סירישע קורדן פון די טערקישע גרעניץ אז זיי זאלן זיך נישט קענען פאראייניגן מיט זייערע ברודער אין טערקיי, צו אפשוואכן יעדע סארט מיליטערישע כוח פון די קורדן, [לויט געוויסע אנאליסטן האט טערקיי אין אנהייב געשטיצט אייסיס מיט די האפענונג אז זיי וועלן פארטרייבן די קורדן פון די גרעניץ]

און אינמיטן געפונט זיך אמעריקע, טערקיי דארף איר הילף, טערקיי איז א לאנגע יעריגע אליאירטע מיליטערשיע כוח, און א רעלאטיוו סטאבילע לאנד, צו זאל אמעריקע שטיצן טערקיי טראץ איר אכזריות'דיגע קאמפ קעגן די קורדישע מינאריטעט? טראץ די לעצטע פאראדע פון ארעסטן און פייניגונגען פון יעדער וואס זאגט א ווארט קעגן ארדואן? טראץ די ווילדע רעטאריק פון ארדואן קעגן אמעריקע און די מערב וועלט?

די ענטפער איז געקומען אין פארעם פון א באזוך וואס וויצע פרעזידענט ביידען האט אפגעשטאט אין אנקארא דעם מיטוואך, און איז געווען א הילכיגע יא, אמעריקע טוט בעפארצוגן מאכט איבער יושר, א כפרה די קורדן מיט זייער לעגיטימע אספיראציע פאר זעלבסשטענדיגקייט, אמעריקאנער אויסערן פאליסי לאזט נישט נעמען א ריזיקע פון זיך צוקריגן מיט א נוקלאערע מאכט כדי צו שטיצן א שוואכע פריינט, נישט קיין חילוק ווי געטריי יענער איז.

די דילעמע איז נישט גרינג, עס איז לייכט זיך צו צוקריגן מיט טערקיי, און אמעריקע האט אלע סיבות דערצו, דאס לאנד ריקט זיך אין א ריכטונג פון ווערן א פולשטענדיגע דיקטאטוריש לאנד, ארדואן אונטערדיקט מיט אכזריות זיינע אייגענע בירגער, און פירט זיך אויף ברוטאל צו זיינע קורדישע איינוואוינער.

אבער פון די אנדערע זייט וואגשאל ליגן אויך פארקערטע סיבות, טערקיי איז א נוקלאערע מאכט, און אז אמעריקע וועט איר ווייזן דעם רוקן ווען זי בעט הילף, שטייט רוסלאנד גרייט מיט אפענע ארעמ'ס און טערקיי ווערט א חלק פון די בונד וואס נעמט אריין רוסלאנד-איראן און די אסאד רעזשים.

אמעריקע האט שוין א שוואכע רעפוטאציע מיט'ן באשיצן אירע פריינט און זיך אוועקדרייען פון טערקיי וועט נישט צוגעבן פאר איר קיין רעספעקט, און אמעריקע האט באשלאסן צו נעמען דעם מער זיכערע וועג, נעמליך צו אראפשלינגען די אומבאקוועמליכקייט און צושטאפן דעם נאז, און אויסשטרעקן א האנט פאר ארדואן און זיין רעזשים. אמעריקע נעמט א אקטיווע טייל אין די פרישע מיליטערישע אפעראציעס וואס די קורדן זענען א טייל פון אירע צילן.

עס איז ווארשיינליך די בעסערע אויסוואל סטראטעגיש און דיפלאמאטיש, אבער איז עס אויך יושר'דיג און הומאניש? צו טוט אמעריקע מיט דעם טרעטן אויף אירע אייגענע ווערדן פון פרייהייט און רחמנות? דאס וועט היסטאריע משפט'ן.

JP
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

קאלאמביע: א שיין פון האפענונג

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 4:37 pm

די וואך האט פאסירט עפעס וואס האט נישט באקומען גענוג דעקונג אין די נייעס, נעמליך א היסטארישע דורכברוך אין א קאנפליק וואס ציהט זיך שוין איבער 50 יאר, וואס האט שוין געקאסט הונדערטער טויזענטער לעבנס, און איז איינע פון די לענגסט פארצויגענע ברודער קריגן אין היסטאריע, די קאמפ צווישן די רעגירונג און קאלאביע און די רעבעלן פון די אפאזיציע וואס רופן זיך "באוואפנטע קרעפטן פון קאלאמביע" צוויי פראקציעס וואס האבן שוין פארגאסן שווערע טייכן פון בלוט, און האבן געמיינזאם באשלאסן צו לייגן א ענדע צום בלוט פארגיסונג און זיך זעצן ביים פארהאנדלונגס טיש.

אונטער דעם אפמאך וועלן די רעבעלן ווערן א לעגיטימע פאליטישע מאכט אין קאלאמביע, זיי וועלן זיך קענען פארמעסטן אין די וואלן און זיין א חלק פון די פאליטישע פראצעס. דאס אז די רעגירונג האט געהאט די דרייסט צו זיך זעצן ביים טיש מיט וועם זיי האבן נעכטן געפירט בלוטיגע מלחמה און זיי אנגערופן טעראריסטן איז אליין היסטאריש, אבער נאך מער פון דעם איז די פאקט אז דאס שליסט נישט נאר א לאנגיעריגע קריג אין קאלאמביע נאר שליסט א יובל פון מלחמות און בלוט פארגיסונג איבער גאנץ דרום אמעריקע.

אין די 1980ער יארן זענען בלוטיגע ברודער קריגן פארגעקומען אין די לענג און די ברייט פון דרום אמעריקע, אמעריקע האט אינוואדירט פאנאמע און גרענאדא, ענגלאנד האט געפירט א קריג מיט ארגענטינע איבער די פאלקלאנד אינזלען, און ברודער קריג זענען פארגעקומען אין גוואטאמאלע, אל סאלוואדאר, פערו און ניקאראגווא, אין די אלע לענדער האט מען שוין לאנג ארפאגעלייגט די געווער און אצינד איז געקומען די רייע אויף קאלאמביע.

די ברודער-קריגן איבער דרום אמעריקע האבן געקאסט צענדליגע מיליאנען לעבנס, אבער נאך אזויפיל יארן פון בלוט פארגיסונג ווערט מען מיד, דאס האט פאסירט אין אייראפע ווען נאך הונדערטער יארן פון מלחמות האבן אלע צדדים איינגעזען ווי זינלאז קריג איז און וויאזוי אין באוואפנטע קאמפן איז נאר דא פארלירער און נישט קיין געווינער, היסטאריע האט געוויזן אז נאך לאנגע און בלוטיגע קריג קען קומען א לאנגע און דויערהאפטיגע תקופה פון פרידן און רואיגקייט.

און דאס איז וואס האט פאסירט צו דרום אמעריקע, א קאנטינענט וואס איז געווען א מלחמה-זאנע ביז עטליכע יאר צוריק, און היינט לעבט מען אין רוב לענדער אין פרידן [פארשטייט זיך רעלאטיוו, עס איז נאך דא דיקטאטורן, קארופציע און ארימקייט] און אזוי ווי עס האט פאסירט אין אייראפע נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, דאס זעלביגע האט פאסירט צו דעם ראיאן, און די אפמאך אין קאלאמביע איז די ענדגילטיגע צייכן אויף די ערשיינונג.

אינטרעסאנט אז אלע מלחמות איבער די וועלט שפילט זיך יעצט אפ אין די ראיאן אין אזיע און אפריקע צווישן ניגעריע און פאקיסטאן, דאס רעכנט אריין די בלוט באד אין סיריע, די שלאכטן אין סודאן און נאך לענדער אין אפריקע, אבער די פרעצעדענט אין קאלאמביע איז קלאר, עווענטועל קומען מענטשן צו די החלטה אז פארגיסן בלוט ברענגט נישט קיין לעזונגען, דעריבער איז קאלאמביע א שיין פון האפענונג וואס שיינט אריבער ביז די אנדערע זייט פונעם פלאנעט ביז די חורבות פון אלעפא, און געט האפענונג פאר א בעסערע צוקונפט.

JP
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » זונטאג אוגוסט 28, 2016 7:39 pm

בענגלאדעש אטאקע מייסטערקאפ טויט

בענגלאדעש - די פאליציי אין בענגלאדעש האבן געמאלדן אז זיי האבן דורכגעפירט א סוקסעספולע אפעראציע אין וועלכע זיי האבן אומגעברענגט דריי טעראריסטן, אריינגערעכנט דער מייסטערקאפ וועלכער האט פלאנירט און אנגעפירט די טעראר אטאקע וואס האט פאסירט מיט א חודש צוריק אויף א טייערן רעסטוראנט אינעם ארטיגן הויפטשטאט דאקא, אין וועלכע 22 זענען אומגעקומען, כמעט אלע אויסלענדישע. די קאנטער-טעראר אפעראציע קומט איין טאג בעפאר אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט דזשאן קערי גייט באזוכן אין בענגלאדעש, צו דיסקוסירן מיט די רעגירונג וויאזוי אמעריקע קען זיי העלפן באקעמפן דעם אויפשטייג פון איסלאמישע ראדיקאליזם אין לאנד.

איראן: טויט-שטראף אומאפעקטיוו קעגן דראגס

טעהראן - א הויכראנגיקער יוסטיץ איינגעשטעלטער אין די איראנער רעגירונג איז ארויסגעקומען און געזאגט אז דאס נוצן טויט שטראף קעגן אזעלכע וואס ווערן געכאפט מיטן האנדלען, קויפן און פארקויפן דראגס, העלפט נישט באקעמפן דעם דראגס פראבלעם, און עס מאכט נישט אז מענטשן זאלן זיך אפהאלטן פון די האנדלעריי צוליב׳ן שרעק אז זיי וועלן הינגעריכטעט ווערן אויב מ׳וועט זיי כאפן. דאס איז א זעלטענע סטעיטמענט, פאר א הויכראנגיקן איינגעשטעלטן אין א רעגירונג וואס איז באקאנט אלס איינס פון די לענדער וואו מען נוצט גאר אפט טויט שטראף. פאראיאר זענען 1000 מענטשן הינגעריכטעט געווארן אין איראן, 90 פראצענט דערפון אויף דראגס קלאגעס.

מינע-גרעבער קריזיס אין באליוויע

באליוויע - אן ערנסטע קריזיס פלאגט דאס לאנד באליוויע, נאכדעם וואס טויזנטער מינע גרעבער זענען געגאנגען אויף א ווילדן סטרייק, און עטליכע פון זיי האבן געקידנעפט און דערמארדעט דעם נאציאנאלן דעפיוטי אינערן מיניסטער ראדאלפאו אילאנעס. די מינע ארבעטער זענען ברוגז אז די רעגירונג קאנטראלירט די מינעס און לאזט נישט די מינע אייגענטימער צו טאן ביזנעס מיט פריוואטע פירמעס איבער דער וועלט, וואו זיי קענען מאכן פיל גרעסערע פראפיטן. א גרופע מינע ארבעטער האבן געקידנעפט מיניסטער אילאנעס און ער איז געפונען געווארן טויט, וואס דער מעדיקל עקזעמינאר זאגט אז ער איז געשטארבן דורכן דערשטיקט ווערן. 40 מינע גרעבער זענען ארעסטירט געווארן איבער אילאנעס׳ס טויט, און די סטרייקנדע ארבעטער בלאקירן עטליכע גרויסע נאציאנאלע הייוועיס אלס פראטעסט קעגן די ארעסטן.

איטאליע עפנט אויספארשונג איבער ערדציטערניש

איטאליע - אן ערדציטערניש איז נישט געווענליך עפעס וואס מען קען אויספארשן, אבער די איטאליענער רעגירונג האט נעכטן געזאגט אז זי וועט אויספארשן טיילן פון די אפעקטס וואס האבן נאכגעפאלגט נאכן ערדציטערניש. נעכטן, בשעת דער ציפער אומגעקומענע האט געגרייכט אזויפיל ווי 290, האט די איטאליענער רעגירונג געזאגט אז זי וועט פארשן וויאזוי עס איז אויסגענוצט געווארן 700 טויזנט דאלער וואס די רעגירונג האט אויסגעגעבן אין 2009 איבערצובויען א סעריע געביידעס נאך א דעמאלטדיגע טויטליכע ערדציטערניש. די געביידעס האבן געזאלט איבערגעבויט ווערן אויף א וועג צו קענען דורכלעבן אן ערדציטערניש און דא האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי זענען צוזאמגעפאלן. די רעגירונג וויל וויסן צי דאס געלט איז גוט אויסגעגעבן געווארן.

שרעקעדיגע ״סאוט-וועסט״ עמורדזשענסי לאנדונג

פלארידע - א סאוטוועסט פליגער מיט 99 פאסאזשירן דערויף, פארנדיג נעכטן פון ניו ארליענס, לואיזיאנא קיין ארלענדא, פלארידע, איז געווען געצווינגען צו מאכן אן עמורדזשענסי לאנדונג אין פּענסעקאולע, פלארידע ווען איינס פון די מאטארן פונעם פליגער האבן עקספּלאדירט. דער פליגער האט זיך שטארק געווארפן, אבער קיינער פון די פאסאזשירן און פלי מאנשאפט זענען נישט פארוואונדעט געווארן. פאסאזשירן וועלכע זענען געזיצן נעבן די פליגלען האבן שפעטער דערציילט ווי שרעקעדיג עס האט אויסגעזען, ווען דער מאטאר האט אויפגעריסן און שטיקער דערפון זענען אראפגעפלויגן.

בלוט דאנעישאנס געטעסט פאר זיקא וויירוס

וואשינגטאן - די פעדעראלע ״עף-די-עי״ געזונטהייט אגענטור האט געזאגט אז דער געפאר אז זיקא מאסקיטאס געפונען זיך שוין פארשפרייט אין אמעריקע איז גאר ערנסט, אויף אזוי ווייט אז פון היינט און ווייטער וועט יעדער וואס וויל געבן בלוט דאונעישאנס, דארפן קודם געטעסט ווערן צי ער האט זיקא, ווייל אויב יא, איז דא א זארג אז ס׳וועט טראנספערירט ווערן דורך די בלוט צו אנדערע מענטשן וואס וועלן באקומען די בלוט. דאס קומט נאכדעם וואס די זיקא וויירוס איז אפיציעל פארשפרייט דורך לאקאלע מאסקיטאס אין די גאנצע סטעיט פלארידע, מיט א זארג אז עס וועט זיך אריבערכאפן אויך צו די ארומיגע גאלף סטעיטס, און אין ניו יארק האט מען געהערט פרישע פעלער אין וועסטשעסטער און ראקלענד קאונטיס - טראץ נישט פון לאקאלע מאסקיטאס, נאר פון טרעוולערס.

שווינדלערייען מיט ״ארלענדא אטאקע״ געלטער

ארלענדא - די ״אסאשיעטעד פּרעס״ האט פארעפנטליכט א באריכט איבער אן אויספארשונג וואס זי האט דורכגעפירט אויף די אומצאליגע ״גאו פאנד מי״ פאנדרעיזינג קאמפיינס וואס מענטשן האבן געעפנט אין די טעג און וואכן נאך די ארלענד טעראר אטאקע, וואו 49 זענען אומגעקומען און 55 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. אלעס אינאיינעם זענען געווען אזויפיל ווי 430 פאנדרעיזינג קאמפיינס אויף ״גאו פאנד מי״ פאר די פאמיליעס און פארוואונדעטע אין די אטאקעס און עס איז אויפגעטריבן געווארן דארטן א קאלעקטיווע 8 מיליאן דאלער, אבער די פאמיליעס און פארוואונדעטע האבן כמעט נאכנישט געזען גארנישט פון דאס געלט. עס ברענגט אויף ערנסטע זארגן אז שווינדלערס נוצן ״גאו פאנד מי״ צו רייטן אויף מענטשנ׳ס געפילן, ספעציפיש נאך טראגעדיעס און אטאקעס.

פון טורמע אורטייל צו זעלבסט-טויט שטראף...

אהייא - א פארשוין אין אהייא האט זיך זעלבסט פאראורטיילט צו טויט געציילטע מינוטן נאכדעם וואס ער איז פאראורטיילט געווארן צו דרייצן יאר טורמע. דאס האט פאסירט אין אהייא, וואו א ריכטער האט פאראורטיילט זשעיסאן בינקאוויז צו 13 יאר טורמע איבער דעם וואס ער האט געשאסן א פערזאן פאראיאר. אויפן וועג ארויס פון געריכט, האט בינקאוויז באוויזן זיך ארויסצורייסן פון זיינע פאליצייאישע באגלייטער, ארויסגעשפרונגען אויף א טאראסע פונעם געריכט געביידע, און אראפגעשפרונגען צו זיין טויט.

קה"א
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יאהאן » זונטאג אוגוסט 28, 2016 7:40 pm

עלטסטער מענטש אויף דער וועלט: 145 יאר אלט

אינדיאנעזיע - ביז היינט האט מען געמיינט אז דער עלטסטער מענטש אויף דער וועלט איז ארום 115 יאר אלט און דער טיטול איז שטענדיג אריבערגעגאנגען פון איינער צום צווייטן. יעצט שטעלט זיך אבער ארויס אז עס איז פארהאן א מענטש וועלכער לעבט שוין אזויפיל ווי 145 יאר! די אייראפעאישע מידיא איז נעכטן געווען וואך מיט׳ן פערזאן מאבא גוטא פון אינדיאנעזיע, וועלכער איז 145 יאר אלט. גוטא פארמאגט אפיציעלע רעגירונג געבורט דאקומענטן וואס צייגן אז זיין געבורטס טאג איז דעצעמבער יאר 1870! גוט זאגט אז ער גרייט זיך שוין 25 יאר צו שטארבן און די איינציגסטע זאך וואס ער וויל איז: שטארבן...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך שלומיאל » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:21 am

WOW
איך גלויב עס נישט

145 יאר און ער איז נאך ביים פולן דעת?
נאך מער אינטערסאנט איז אז ער פארמגט ניטאמאל א רצון צו לעבן
געווענדליך אז מ'האט נישט קיין חיות און ענערדשי אנצוגיין קען מען נישט אנציען צו לאנג
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל

פריערדיגענעקסטע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron