א מאן וועלכער איז געווען אין א טארגעט סטאר, פרובירנדיג צו קויפן א געבורטסטאג וואונטש קארטל פאר זיינס א פריינט, האט זיך געפונען מיט עפעס מער ווי וואס ער האט זיך געוואונטשן, נעמליך דער סטאר איז אינצווישן פארשפארט געווארן.
דער מאן האט זיך דערזען אליינס אינעם געשעפט, זייענדיג פארשפארט אונטער די גראטעס וועלכע האבן בלאקירט דעם וועג צו די ארויסגאנג טירן.
די געריר-שפיר אלארמען האבן זיך צעקלונגען, און פאר דעם מאן איז געווארן ביטער און זויער.
כדי מ'זאל אים נישט חושד זיין אין זיין א גנב, האט ער זיך דירעקט געשטעלט אונטער די זיכערהייט קאמעראס און האט אזוי גערופן די פאליציי פון זיין סעלפאון.
זיי האבן אראפגעשיקט דעם סטאר מענעדזשער אים צו באפרייען. די טארגעט פירמע האט זיך אנטשולדיגט פאר'ן אינצידענט.
דער מאן האט אויסגעדרוקט שטוינונג וואס ער האט נישט געהערט קיין שום מעלדונג אז די סטאר גייט זיך שוין שפארן פאר דער נאכט און ערשט איז ער א זעקס פיסיגער מאן, וואס שטארט ארויס הויך ביי די שעלווס און רייען, אלזא וויאזוי האבן די סטאר ארבעטער אים נישט באמערקט ביים פארשליסן דאס געשעפט.
ד'א