Switch to full style
נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט
שרייב א תגובה

Re: די מלחמה איבערן געזעץ פון גיוס בני הישיבות

מיטוואך יוני 15, 2016 10:56 am

בולעטין האט געשריבן:עס איז א חידוש אזעלכע ווערטער צו הערן פון קלויזענבורגע רבי.

פארוואס איז עס א חידוש?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 11:25 am

אויב אינער קען מיר מסביר זיין וואס ס'פשט פין די גאנצע מצב וועגן גיוס,איך קום אריין אין בית מדרש אפאר ארץ ישראל'דיגער אידן קימען צי צו מיר אין זעצן זיך ארויף אויף מיר אין זיי וואקן נישט אוועק ביז איך גיב זיי $180 קיין צוויי ברירות האב איך נישט ווייל דער קריכט נישט אראפ אין ער איז מיר מסביר אז ס'שלעפט אריין קרוב צי א מיליאן דאלער מיט מיין שאלה ווי די געלט גייט זאגט ער מיר וואס הייסט וואס איז די שאלה מען העלפט ארויס די בחורים מען גיבט זיי חיזוק אין ווען ספעלט אויס מאכט מען א הפגנה :roll:

אפאר טעג שפעטער האב איך געהאט א ארץ ישראל'דיגער איד ביי מיר אינדערהיים, אזוי אינמיטן שמיסען פרעג איך אים וואס טיט אין ארץ ישראל ווען גיוס ?
ער נעמט זיך לאכן אין ער זאגט מיר מסתמא פרעגסטו וועגן מען לויפט דא ארום נאך געלט אין מען שלעפט ארויס גרויסע סכומים,
זאגט מיר די איד ווייטער איך פרעג דיר ווי גייט די געלט קיינער ווייסט נישט סאיז א גרופע אינגעלייט וואס מאכן חתונה קינדער אין זיי דארפן פרנסה!!!!

[b] מה נאמר ומה נדבר[/b]

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 12:16 pm

דער א"י איד ביי דיא אינדערהיים
ברויך דען נישט חתונה מאכן? אים איז לייכטער פון דיר צו נעמען א דאלאר אויב ער חוזק'ט אפ פון די גיוס פראבלעים

דאס איז זיכער אז די הוצאת המערכה להציל מגזירת גיוס קאסט אסאך
עס איז היינט דא 3 באזע'ס וואס טיען דערפאר
קענסט געבן פאר וועם די האלטסט פאר ריכטיג
הלוואי זאל זיין נאך 5 אזעלכע אפיסעס וואס באפאסן זיך מיט דעם.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 12:28 pm

שעפעלע שאלה גדולה שאלת!

בולעטין, אדבה זאג מיר, וואס קאסט דא אזוי סאך געלט?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 12:30 pm

און וואס איז פשט פון מאכן יעדע האלבע יאר די זעלבע קאמפיין, מיט די זעלבע גרויסע התחייבות, מיט די זעלבע שקרים? מיט א בלעכענעם פנים כאילו עס איז די ערשטע מאל!

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 12:47 pm

יאהאן האט געשריבן:בולעטין, אדבה זאג מיר, וואס קאסט דא אזוי סאך געלט?


אז די פרעגסט מסתמא ביסטו שוין אמאל געווען אינוואלווד אין אזעלכע עסקים

ווי ביסטי שוין געווען פארמישט?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 12:51 pm

מיין מיינונג האט געשריבן:און וואס איז פשט פון מאכן יעדע האלבע יאר די זעלבע קאמפיין, מיט די זעלבע גרויסע התחייבות


עס קימען 3 אנדערע שלוחים
עס וואלט ווען געדארפט קומען 1 משלחת פאר אלע 3

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 1:15 pm

איך בין זיי דן לכף זכות, פשוט זיי האבן אסאך קינדער קע"ה ,
א יעדע 6 חדשים מאכן זיי חתונה אין מען דארף קויפן דירות פאר ד קינדער,
נא וואס זאל מען טוהן, גיין ארבעטן חס מלהזכיר האט מען נישט קיין אנדערע ברירה

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 1:18 pm

וואס זיכסטי צו טשעפען אידן?
נאכדערצי אין א פארום,
איטס עי שעים

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 1:20 pm

בולעטין האט געשריבן:
יאהאן האט געשריבן:בולעטין, אדבה זאג מיר, וואס קאסט דא אזוי סאך געלט?


אז די פרעגסט מסתמא ביסטו שוין אמאל געווען אינוואלווד אין אזעלכע עסקים

ווי ביסטי שוין געווען פארמישט?

דעס איז א תירץ אויף מיין קשיא ?


אדרבה אויב די ווייסטווי די געלט גייט לאז אונז וויסן!

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 1:23 pm

קיקט נישט אויס ווי די ווילסט וויסן
ביסט דא צו וויי טון אידן
גיי זיך בעסערע טעמעס

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 1:33 pm

חס וחלילה הרב בולעטין איך בין די לעצטע מענטש וואס וועט ווי טוהן איינעם,
אין גלייב מיר איך האב זיי נישט געמאכט שלעכט פילן אין איך האב זיי געגעבן א שיינע נתינה
(אין איך האב אינזין געהאט אז ס'זאל זיין לשם מצות הכנסת חתן כלה)
אבער מיין שאלה איז נאר פארוואס מען דארף אזויפיל געלט,
אין צווייטנס אפ' אויב מען דארף אזויפיל געלט איז דא א דיין אדער א רב וואס האלט חשבון אויף די געלטער ?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 1:39 pm

ביי וועלכע מוסד , ארג. וכדומה זיצט א רב אדער דיין ביים טישל פינעם רואה חשבון?

,,,

וויפיל פארשטייסטו אז ס'דארף יא קאסטן
10? 50? 100? 500?
אדער עס קאסט גארנישט

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 1:43 pm

וויי טון אידן? איך טרעף נישט קיין רמז דערצו און שעפעלע׳ס רייד
עס איז נישט קיין סוד אז מען נוצט אויס די מרחק צו פארקויפן לאקשן פארן ציבור, און די עסקנים זאלן וויסן אז די וועלט ווערט קלענער פון טאג צו טאג און עס גייט קומען א טאג וואס זיי גייען ליידן דערפון, און טראסט האבן זיי שוין לאנג פארלוירן
סא, ווי איידער פארשרייען א שעפעלע וואס מאכט א הלצה זאלן זיי ענדערש זיך נעמען אין די האנט אריין און אויפהערן מיט בלאזערייען און נאר פירן קאמפיינען וואס זענען פארשטענדליך און אמת

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 1:47 pm

וואס איז נישט פארשטענדליך
וואס איז נישט אמת

וויפיל פארשטייסטו אז ס'דארף יא קאסטן
10? 50? 100? 500?
אדער עס קאסט גארנישט

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

זונטאג יאנואר 22, 2017 6:33 pm

@שעפעלע טייערער, אויב האסטו זיך געלאזט, זענען זיי גערעכט.
#צאנך_מיד_ גוזזים

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

מאנטאג יאנואר 23, 2017 12:18 am

בולעטין האט געשריבן:
יאהאן האט געשריבן:בולעטין, אדבה זאג מיר, וואס קאסט דא אזוי סאך געלט?


אז די פרעגסט מסתמא ביסטו שוין אמאל געווען אינוואלווד אין אזעלכע עסקים

ווי ביסטי שוין געווען פארמישט?

דאס איז א תירוץ אויף א קשיא?

---

קיינער זוכט נישט קיינעם וויי צו טון, דא גייט פאר א א מאסיווע ברעינוואשונג אפעראציע אויף א גאר גאר אויסנאמליכער פארנעם אויף א צוועק וואס ווייניג אמעריקאנער אידן ווייסן באמת וואס דארט גייט פאר אן דעם וואס די מוח שווענקער מאכט א "מצב" בבחינת "הרוצה לשקר ירחיק עדותו"... וואס מאכט נאטורליך טראכטן אז די צוועק מאנט שווערע מיליאנען.
איז דא אזאנע אידן וואס ווען זיי זעהן נאר א רויט און געלע צעטל מיט א אלטע בילד ווי א פאליציימאן ארעסטירט א מוחה מיט "אויפשוידערנדע" טעקסט ווערן זיי ווייסט זיי שוין פאר "א פאקט" אז די צעטלעך זענען גאר "אונטערגעשאצט" און זיי ליידיגן זיך אויס די טאשן פון די מאגערע כולל געלט און ס'גייט א רויך!

מה עשה הקב"ה ער האט באשאפן דעם מענטש מיט א מעכאניזם וואס טראגט די נאמען "מוח" אין דעם האט דער ער אריינגעלייגט אזא סאבסטאנס וואס האט א סייענטיפישע נאמען "שכל" וואס די פאנקציע דערפין איז צו ערלויבן די מענטש צו טראכטן, איז דא געוויסע מענטשן וואס פירן זיך עס צו ניצן פון צייט צו צייט און זיי קען מען נישט אזוי שנעל ברענוואשן מיט דברים של מה בכך.
אט די מענטשן האבן אויפגעברענגט א שטארקע טענה אויף די גאנצע קאמפיין "וואס דארף מען אזוי סאך געלט???" א תירוץ? איז נישטא דערווייל וואס יא? "די טוסט וויי אידן! דו זוכסט וויי צו טון אידן".

דיסקלעימער: איך זאג נישט אז דאס איז א הוילע סקעם ח"ו, ס'איז קלאר אז מ'דארף העלפן די אידן אין א"י מיט וואס אימער שייך בנוגע ענין הגיוס, אבער די רעדע דא איז צו ס'איז נישט צופיל "איבערגעטריבן" מיט פערזענדליכע נגיעות און פריוואטע אינטערעסן, און ווען איינער פרעגט דארף מען אים קענען קלאר ענפערן, אז נישט דארף מען זיין גערישט אויף אזא ריספאנס...

Re: די מלחמה איבערן געזעץ פון גיוס בני הישיבות

מאנטאג מערץ 27, 2017 8:03 pm

אדמו״ר מהר״א מסאטמאר האט היינט גערעדט א דרשה אין ישיבה זיך אפצוטרייסלען פון די אומרואיגע מחאות אין ירושלים

Re: די מלחמה איבערן געזעץ פון גיוס בני הישיבות

מיטוואך מערץ 29, 2017 12:47 am

שטארקע הפגנה היינט פארגעקומען

Re: די מלחמה איבערן געזעץ פון גיוס בני הישיבות

מיטוואך מערץ 29, 2017 12:55 am

סאטמאר רבי האט זייער שטארק און גוט גערעדט

Re: די מלחמה איבערן געזעץ פון גיוס בני הישיבות

דאנערשטאג מערץ 30, 2017 10:24 pm

ער האט פארשעמט זיין עולם

Re: די מלחמה איבערן געזעץ פון גיוס בני הישיבות

מאנטאג מאי 15, 2017 11:03 pm

זיך פריער אנגעשטויסן און א פרישע קאמפיין, פון מטה המאבק.
IMG_0753.JPG
טויזנט דאלער!!!

די פראבלעם איז נאר אז איך געדענק שוין נישט צי זיי האבן אויך קאמפיינט דעמאלטס...
קוקט מיר אויס ווי עס דארף פשוט דינען אלס ענטפער צו די מרכז עזרה וייעוץ קאמפיין מיט וואס די גאסן זענען באהאנגען.


דאס איז חוץ די פרישע קאמפיין ״מלבוש ישע״, אויף וואס איך האף צו אויסשמועסן מיינע מאטעמאטישע קשיות בקרוב
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.

Re: די מלחמה איבערן געזעץ פון גיוס בני הישיבות

דינסטאג מאי 16, 2017 12:48 am

מטה המאבק
גייט שוין אן א לאנגע צייט מיט פעולות
אין די צייט וואס מהר''א קהילה איז כסדר פארנימען נאר אינטער איין פעולה פינעם עזרה ויעוץ אפיס
איז דא נאך עטליכע אפיסעס וואס טוען פארשידענע פעולות
פון די קאסע אין לאנדאן געט מען פאר אלע צוגלייך
אין אמעריקא קומען אלע אפיסעס באזינדער נאך געלט
ווען נאך צען אידן זאלן באזינדער עפענען אפיסעס צו ראטעווען פון גיוס וואלט עס געווען א גיטע זאך
עס איז זייער א שווערע סיטואציע דארט

Re: די מלחמה איבערן געזעץ פון גיוס בני הישיבות

דינסטאג מאי 16, 2017 11:17 am

איך גיי אויך אן מיט פעולות.
איין פעולה.
נאך אפיסעס.
קאסע אין לאנדאן.

און איך זאל פארשטיין וואס איר שרייבט?

אפאר וואכן צוריק איז געווען א קאמפיין פון $360 פאר קרן הגיוס און מטה המאבק, דעמאלטס איז געווען דא א רייבעריי וועגן די קראנטקייט פון זייערע קאמפיינען - וועלכע איר האט זיי געשטיצט, צו מיין וואונדער זענען זיי פלוצלינג נאכאמאל אויף די ארענע מיט א ״טויזענט דאלער״ קאמפיין. די $360 געלטער האבן זיך שוין אויסגענוצט? וואס טויזענט דאלער? האב איך געשריבן אז אפשר דינט עס אלס זה לעומת זה... ״מיר טוהן אויך...״

און די מלבוש ישע, וויפיל פראצענט פון חתונות ווערן געשנארעט? ביי וויפיל פון די קומען די חתנים אראפ? וויפיל פראצענט פון די ״הונדערטער״ וואס שטעלן זיך נישט זענען חתנים? וויפיל פון די חתנים וואלט מען געשנארעט פאר זייערע חתונות? און קיין איינס פון די טאטעס קענען נישט קומען? דרייט א קאפ א צווייטן. און ר׳ טודרוס זילבער און ר׳ ישראל דוד הארפענעס פון חוץ לארץ גייען זיכער מאכן אז די ״גאנצע״ געלט קומט אן צו חתנים. איי די אפיס מיט די ליפלעטן? אה, פארדעם איז דא נדבנים... חודש׳ליך? אפשר נעמט מען די געלט פון געבן דזשאבס פאר אינגעלייט, באצאלן רענט פאר אפיסעס, גראפיקער און דרוקערייעו און מען געבט עס אנשטאט תיכף פאר די חתנים?...
צוויי פונקטן טרעף אין די קאמפיין. איינס א שטעך פאר מהר״א, און צוויי אוועקשטעלן אז עס זאל זיין א פשטות אז ״יעדער״ געבט א דאלער פאר יעדע חתן יעדע מאל ער טרעפט אים.

אוי זענען זיי עתיד ליתן את הדין!

Re: די מלחמה איבערן געזעץ פון גיוס בני הישיבות

דינסטאג מאי 16, 2017 11:26 am

מיין מיינונג האט געשריבן:
אפאר וואכן צוריק איז געווען א קאמפיין פון $360 פאר קרן הגיוס און מטה המאבק,
להד"ם
מטה המאבק האט דא נישט געמאכט קיין 360 קאמפיין


און די מלבוש ישע, וויפיל פראצענט פון חתונות ווערן געשנארעט? ביי וויפיל פון די קומען די חתנים אראפ? וויפיל פראצענט פון די ״הונדערטער״ וואס שטעלן זיך נישט זענען חתנים? וויפיל פון די חתנים וואלט מען געשנארעט פאר זייערע חתונות? און קיין איינס פון די טאטעס קענען נישט קומען? דרייט א קאפ א צווייטן. און ר׳ טודרוס זילבער און ר׳ ישראל דוד הארפענעס פון חוץ לארץ גייען זיכער מאכן אז די ״גאנצע״ געלט קומט אן צו חתנים. איי די אפיס מיט די ליפלעטן? אה, פארדעם איז דא נדבנים... חודש׳ליך? אפשר נעמט מען די געלט פון געבן דזשאבס פאר אינגעלייט, באצאלן רענט פאר אפיסעס, גראפיקער און דרוקערייעו און מען געבט עס אנשטאט תיכף פאר די חתנים?...
צוויי פונקטן טרעף אין די קאמפיין. איינס א שטעך פאר מהר״א, און צוויי אוועקשטעלן אז עס זאל זיין א פשטות אז ״יעדער״ געבט א דאלער פאר יעדע חתן יעדע מאל ער טרעפט אים.

אוי זענען זיי עתיד ליתן את הדין!
איר זענט געהעריג פאריקט
ליתן את הדין? פארוואס ווייל מען העלפט אידן?

קרן הצלה/שומרי החומות, וכו' זענען אויך עתיד ליתן.. ?
שרייב א תגובה