בלאט 1 פון 1

מעלדונג איבער דער עקזיסטענס פון קרעטשמע

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג יולי 23, 2017 2:13 pm
דורך אדמיניסטראטאר
ווי יעדער האט געזעהן איז קרעטשמע געווען אפליין צוליב רוטינע מעינטענענס און מיר אנשולדיגן זיך אויף דעם.

האט אבער פאסירט אז עס האט זיך היבש פארלענגערט די צייט וואס עס איז געווען דאון און מיר ווילן אייך מיטיילן די סיבה דערצו,

אזא סייט ווי קרעטשמע קאסט געלט און צייט און כוחות צו אויפהאלטן און דאס קען נאר זיין מעגליך אויב פילן מיר אז עס איז דא אן אינטערעסע ביים עולם און א געברויך פאר די סייט. האט זיך אבער אויסגעשטעלן אנדערשט עס זעט זיך נישט אן קיין גרויסע אינטערעסע פון די עולם צו האבן די סייט, האבן מיר באשלאסן עס צו האלטן פארמאכט אויף דערווייל ביז עס וועט זיין א צורך.

נאכן זיין פארמאכט א שטיק צייט האבן מיר אנגעהויבן באקומען אסאך פראגן און געבעטן אז מען זאל צוריקשטעלן די סייט האבן מיר עס צוריקגעשטעלן אויף דערווייל.

אבער, די איצטיגע שטאנד פון די סייט וועט זיך ווענדן אויף די אקטיווקייט פון די עולם, אויב וועט עס זייןאקטיוו און די עולם וועט שרייבןאון קאמענטירן וועלן מיר עס אפען האלטן און ווייטער גיין מיט די פלענער עס צו פארשענערן און מאכן נאך מער געשמאק ווי ביז היינט.

אויב אבער וועט עס זיין ווי ביז איצט לוינט זיך אונז נישט צו האלטן די סייט און עס וועט מוזן ענדגילטיג פארשפארט ווערן.

מיט האפענונג פאר פארשטענדעניש

די אדמיניסטראציע

Re: מעלדונג איבער דער עקזיסטענס פון קרעטשמע

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג יולי 23, 2017 3:43 pm
דורך האסטו געהערט אזאנס?
דער פארשטענדעניש ווערט אנגענומען, ווילאנג מ'דיעלט מיט פארשטענדליכע פארשטאנד.

Re: מעלדונג איבער דער עקזיסטענס פון קרעטשמע

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג יולי 23, 2017 5:50 pm
דורך יאהאן
איי עם אין!

Re: מעלדונג איבער דער עקזיסטענס פון קרעטשמע

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יולי 24, 2017 2:42 pm
דורך טישטוך
קוק אהער, אויב עס וואלט געווען אקטיוו וואלט דאך יעדער איינער געוען אקטיוו... מען מוז עס אדווערטייזן אביסעלע.

Re: מעלדונג איבער דער עקזיסטענס פון קרעטשמע

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יולי 25, 2017 8:25 am
דורך נייעס
ווי קען מען אדווערטייזען, מעלות ליכטיגע היים קינדליין ?

Re: מעלדונג איבער דער עקזיסטענס פון קרעטשמע

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג יולי 30, 2017 11:42 am
דורך קנאי
טישטוך האט געשריבן:קוק אהער, אויב עס וואלט געווען אקטיוו וואלט דאך יעדער איינער געוען אקטיוו... מען מוז עס אדווערטייזן אביסעלע.

א גוטן הרב טושטוך די קרעטשמע איז שוין אקטיוו... א וואך צייט ווי ביסטו ???

Re: מעלדונג איבער דער עקזיסטענס פון קרעטשמע

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יולי 31, 2017 6:24 am
דורך סקריקין
איך האב מורא אז ער איז געגאנגען פייפען צוזאמען מיט אסאך אנדערע :cry:

Re: מעלדונג איבער דער עקזיסטענס פון קרעטשמע

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יולי 31, 2017 6:44 am
דורך קנאי
עס ריקט זיך פאראויס די לעצטע תקופה ובשם השם נעשה ונצליח.