יעצט איז: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 3:20 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

וואס זאגט מען דעם גוי.

השקפה ענינים, און דעבאטעס ארום זיי

וואס זאגט מען דעם גוי.

הודעהדורך איבערלעבער » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:06 am

גייענדיג אזוי אין גאס אין א נישט אידישער געגנט, קומט צו צו מיר א גוי,און מיט א פאלשע העפליכקייט פרעגט מיר, צו ער קען אראפנעמען א פאר מינוט פון מיין צייט, אויף עפעס צו פרעגן.
איך פרובירנדיג צו זיין וואויל, זאג אים יא, על אף זייענדיג געיאגט.
הייבט ער אן, מיטן הקדמה אז ער האפט זיך נישט אנצוהערן פראוואקאטיו,(א תקוות עניים) אז ער האט געהערט פון א אידישער חבר זיינער, אז ביי אידן איז דא אזא געזעץ, אז ווען מען טרעפט אן אבידה ווענדט זיך עס, טאמער וואוינען דארט העכער פופציג פראצענט אידן, דארף מען עס צוריקגעבן, אויב אבער ס'איז ווייניגער נעמט מען עס פאר זיך. אלזא וויל ער וויסען אויב ס'איז ריכטיג.
איך נישט וויסענדיג וואס צו זאגן, און נאך דערצו זיך יאגנדיג, האב אים אפגעפטר'ט אז ס'איז מיר נישט באקאנט.
דער גוי האט מיר באדאנקט פאר מיין צייט, און נאך צוגיענדיגט אז ער האפט ער האט זיך נישט אנגעהערט פראוואקאטיו. נו אוודאי...
איז דער שאלה, וואס זאגט מען אים. מעג מען דאס מכחיש זיין? וואס זאגט מען יא?.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

הודעהדורך ראש הקהל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:19 pm

שאלה גדולה שאלת

איך וואלט געזאגט דעם גוי אז ווילאנג עס איז נאך דא א יכולת צו מקיים זיין השבת אבידה איז מען מחוייב צו משיב זיין די אבידה, אבער איינמאל עס איז א גוי'ס איז זייער שווער משיב צו זיין צום בעלים ווייל ווי קומט א איד פון ירושלים אדער מאנסי אן צו אן אפריקאנער אדער פראנצויזישער
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: וואס זאגט מען דעם גוי.

הודעהדורך איבערלעבער » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:04 pm

אין אנדערע ווערטער לייקענען אז ס'דא אזא דין. איז קודם כל ווער זאגט מ'מעג זיך מתכחש זיין צו די תורה, ( אפשר הייסט עס נאר באהאלטן די טעמי המצוות וואס דאס מעג מען?). והב', וייס איך נישט צו מקען היינט אזוי זאגן, פארגעס נישט אז ער האט עס געהערט פון א "אידישער" חבר.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: וואס זאגט מען דעם גוי.

הודעהדורך ראש הקהל » פרייטאג פעברואר 13, 2015 8:44 am

דיין שאלה איז נוגע לגבי אלע הלכות פון בין אדם לחבירו וואס איז נשתנה די הלכה ביים גוי.
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: וואס זאגט מען דעם גוי.

הודעהדורך איבערלעבער » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:39 pm

איך פארשטיי נישט קלאר וואס דו מיינסט צו זאגן. פרעגסט פארוואס דער גוי האט אנגעכאפט השבת אבידה? מעשה שהיה כך היה.
אין אמת'ן אריין איז דא א גרויסע חילוק פון השבת אבידה ביז אלע אנדערע הלכות אין בין אדם לחברו לגבי א גוי, בעת וואס איבעראל איז דא א איסור מדאו' או מדרבנן ולכה"פ אין רוח חכמים נוחה מהם, ביי אן אבידה איז גאר אסור צוריקצוגעבן.
און ווי שוין באמערקט זענען היינט דא אזעליכע וואס זענען מגלה סודות פון חדר.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: וואס זאגט מען דעם גוי.

הודעהדורך זייגער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:12 pm

ס'ווענט זיך
זייגער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 399
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 7:01 pm
האט שוין געדאנקט: 43 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 36 מאל

Re: וואס זאגט מען דעם גוי.

הודעהדורך איבערלעבער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:51 pm

זייגער האט געשריבן:ס'ווענט זיך

וואס ווענדט זיך? אין וואס???
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל


צוריק צו היכל השקפה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron