בלאט 2 פון 2

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:14 am
דורך שלומיאל
יאהאן האט געשריבן:אפדעיט: די פארשלאג איז געווארן אנגענומען, און ווערט באטראכט דורך מייקראסאפט!

זיי האבן געפרעגט אויב ס'איז וויכטיג צו ארבעטן אויך אויף טעמי המקרא ווייל אויב יא קען עס דויערן לענגער

מ'האט זיי געענטפערט אז קודם זאלן זיי ארבעטן אויף די נקודות

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 3:34 pm
דורך יאהאן
"עפל" האט נעכטן ארויסגעשטעלט איר נייע "אייפאון 7" און צווישן די פארשידענע זאכן וואס זי האט געטוישט, איז דאס אז עס וועט מער נישט האבן א באזונדערע פלאץ איינצושטעקן "עירפאונס", און אז די "אייפאון 7" וועט קענען איינגעטינקען ווערן אין וואסער.

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:58 pm
דורך יאהאן
פעדעראלע רעגירונג ווארנט איבער ״געלעקסי נאוט 7״ סכנה צו אויפרייסן יעדע ליאדע מנוט!

וואשינגטאן - די פעדעראלע קאנסומער סעיפטי פראטעקשאן אגענטור האט ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר אמעריקאנער בירגער, אז די וועלכע פארמאגן דעם געלעקסי נאוט-7 סמארטפאון, זאלן דאס בכלל נישט אנצינדן אפילו פאר א סעקונדע, וויבאלד עס איז דא א געפאר אז דער פאון קען עקספלאדירן - ווי סעמסאנג האט שוין אנערקענט און פאררופן א ריקאל. אין די זעלבע צייט האט מען געהערט פון גרויסע אמעריקאנער עירליינס אז זיי וועלן מער נישט לאזן פאסאזשירן בכלל אנצינדן די נאוט-7 פאונס ווילאנג מען געפונט זיך אויפן פליגער. אינדוסטריע עקספערטן שאצן אז דער גאנצער סקאנדאל מיט די עקספלאדירנדע נאוט-7 פאונס וועט אפקאסטן פאר סעמסאנג 5 ביליאן דאלער.

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:00 pm
דורך שלומיאל
ווייס מיר שוין לאנג אז די סמארט-פאונס פארברענען די נשמה
איצט ווער מיר געוואויר אז אויך די גוף קען עס פארברענען

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:22 pm
דורך יאהאן
סעמסאנג האט ארויסגעגעבן אן אפדעיט פאר די געלעקסי 7 וואס גיבט די אפציע צו טשארדשן די בעטערי בלויז ביז %60, דאס איז -לויט די קאמפעני- פארזיכערט אז עס וועט נישט אויפרייסן.

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:53 pm
דורך יאהאן
סעמסאנג מאכט "נאוט-7" ריקאל אפיציעל

וואשינגטאן – די סעמסאנג טעכנאלאגיע פירמע האט נעכטן געמאכט זייער ריקאל אויף די פעלערהאפטיגע "געלעקסי נאוט 7" סמארטפאונס אפיציעל, מיט'ן דערקלערן אינאיינעם מיט די פעדעראלע קאנסומער סעיפטי באאמטע אז יעדער וואס האט געקויפט די נייע נאוט-7 סמארטפאון זאל דאס צוריקשיקן צו די פירמע און מען וועט אים שיקן פאר אומזיסט א נייע – צוליב וואס דער סמארטפאון פארמאגט א פעלערהאפטיגע באטערי וועלכע קען עקספלאדירן. אין די זעלבע צייט האט סעמסאנג געזאגט אז פון איר ביז יעצטיגע אומאפיציעלע ריקאל האבן בלויז דרייצן פראצענט קאסטומערס צוריקגעשיקט זייערע פעלערהאפטיגע נאוט-7 פאונס, וואס באדייט אז הונדערטער טויזנטער קאסטומערס דרייען זיך מיט די געפארפולע פאונס אין טאש.

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:01 pm
דורך יאהאן
סעמסאנג אָנגעקלאָגט איבער סמארטפאון

באוקע רעטאון, פלארידע – א פלארידע איינוואוינער האט אנגעקלאגט די סעמסאנג פירמע זאגנדיג אז ער האט געליטן שווערע צווייטע-גראד בריען צו זיין פוס, נאכדעם וואס זיין סעמסאנג סמארטפאון האט אויפגעריסן אין זיין טאש. דאס קומט נאכדעם וואס סעמסאנג האט צוריקגערופן מיליאנען סמארטפאונס צוליב די פראבלעמען מיט זיי. סעמסאנג האט שוין באקומען 92 באריכטן פון איבערגעהיצטע בעטעריס, וועלכע האבן אויפגעריסן אין האבן אנגעהויבן ברענען, אריינגערעכענט 26 פעלער אין וועלכע מענטשן זענען געשעדיגט געווארן. עס איז דאס ערשטע מאל וואס סעמסאנג ווערט אנגעקלאגט דורך אן אמעריקאנער אין צוזאמהאנג מיט'ן סמארטפאון צוריקרוף. דער 28 יעריגער מאן זאגט אז עס האט פאסירט ווען ער האט שפאצירט אין א קאסטקא סטאר, ווען דער סמארטפאון האט זיך גענומען ברענען אין זיין טאש, אפבריענדיג זיין פוס, און אויך זיין הענט ווען ער האט דאס ארויסגעשלעפט און אַוועקגעוואָרפן.

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:27 pm
דורך יאהאן
500 מיליאן "יאהו" אקאונטס געהעקט

וואשינגטאן – "יאהו" האט נעכטן געמאלדן אז אזויפיל ווי 500 מיליאן פון אירע באניצער אקאונטס זענען געהעקט געווארן, אין אן אנטוויקלונג וואס ווערט באצייכנט אלס די גרעסטע העקעריי אין היסטאריע, קוקנדיג אויפן ציפער וויפיל מענטשן עס האט אפעקטירט. יאהו זאגט אז די העקעריי האט שוין פאסירט אינמיטן יאר 14', און די העקערס האבן באוויזן צו רויבן נעמען, אדרעסן, טעלעפאן נומערן, געבורט דאטומען, און אנדערע האקעלע אינפארמאציע פון די הונדערטער מיליאנען באניצער. יאהו זאגט אז זי פארשט די העקעריי, וואס זי איז חושד אז א געוויסע פיינטליכע רעגירונג האט עס געטון.

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:29 pm
דורך מיין מיינונג
צוויי יאר האט געדויערט ביז זיי האבן געזען די העקינג?

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:31 pm
דורך יאהאן
יא, סאפיסטעקירטע העקער טוען עס זייער 'קלין' און אסאך מאל קען נעמען "יארן" מען זאל עס אויפכאפן.

א באריכט גיבן אן אז ווערייזאן וואס וויל אפקויפן YAHOO פאר 4.8 ביליאן דאלער טראכט שוין איבער זייער ווייטערדיגע שריט נאך די אויפדעקונג.
http://money.cnn.com/2016/09/22/technol ... ta-breach/

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 9:48 pm
דורך מיין מיינונג
יאהאן האט געשריבן:פעדעראלע רעגירונג ווארנט איבער ״געלעקסי נאוט 7״ סכנה צו אויפרייסן יעדע ליאדע מנוט!

וואשינגטאן - די פעדעראלע קאנסומער סעיפטי פראטעקשאן אגענטור האט ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר אמעריקאנער בירגער, אז די וועלכע פארמאגן דעם געלעקסי נאוט-7 סמארטפאון, זאלן דאס בכלל נישט אנצינדן אפילו פאר א סעקונדע, וויבאלד עס איז דא א געפאר אז דער פאון קען עקספלאדירן - ווי סעמסאנג האט שוין אנערקענט און פאררופן א ריקאל. אין די זעלבע צייט האט מען געהערט פון גרויסע אמעריקאנער עירליינס אז זיי וועלן מער נישט לאזן פאסאזשירן בכלל אנצינדן די נאוט-7 פאונס ווילאנג מען געפונט זיך אויפן פליגער. אינדוסטריע עקספערטן שאצן אז דער גאנצער סקאנדאל מיט די עקספלאדירנדע נאוט-7 פאונס וועט אפקאסטן פאר סעמסאנג 5 ביליאן דאלער.

היינט האט א פאסאנזשיר אויף א סאוטוועסט פליגער אויסגעפאלגט די באפעל פון די פליגער מאנשאפט צו פארלעשן די עלעקראנישע אפאראטן, און הארט פארן זיך הייבן פון לואיסוויל, קענטאקי האט ער פארלאשן זיין "סעמסאנג נאוט 7", תיכף דערנאך האט ער געהערט מאדנע קולות ארויסקומען דערפון. ביז וואו-וואס-ווען האט די כלי זיך גענומען רייכערן און ער האט עס אראפגעווארפן. קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, אבער די רויעך האט פארלאנגט אז מען זאל עוואקואירן די פליגער.

מרת גרין, אשת בעל העובדא, דערציילט אז דאס איז שוין א "ריפלעיסמענט" כלי, ער האט שוין צוריקגעשיקט זיין דעפעקטיווע כלי און באקומען פון סעמסאנג א נייע, און די נייע איז וואס האט איצט אויפגעריסן. אויב שטעלט זיך דאס ארויס אלס ריכטיג, קומט ר׳ מיכאל אריין אין בילד: "ס׳גרויסע בושות!..." סעמסאנג וויל נישט גלייבן אז דאס איז געווען א "נייע" נאוט 7 און ווארט צו באקומען די אויפגעריסענע כלי קלארצושטעלן וואס, און מיט וואס, עס האט פאסירט.

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 10:20 pm
דורך יאהאן
דאס איז גאר שלעכטע נייעס פאר סעמסאנג אויב ווערט עס פעסטגעשטעלט.

ר׳ מיכאל?

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 10:23 pm
דורך מיין מיינונג
יאהאן האט געשריבן:ר׳ מיכאל?

יא

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:26 am
דורך יאהאן
:P

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך יאנואר 11, 2017 12:44 pm
דורך מיין מיינונג
Nokia, די סעלפאון פאבריצירער וואס איז געבליבן צוריקגעבליבן ביי די סמארטפאון עפאכע, האבן היינט אנאנסירט א פרישע כלי, Nokia 6. עס ארבעט אויף די ענדרויד 7.1 אפערעיטינג סיסטעם, האט א 5.5 אינטש סקרין און 4 גיגעבייט RAM.
עס איז היינט געווארן ריליסד אין כינע.

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יאנואר 23, 2017 9:54 am
דורך מיין מיינונג
סעמסאנג באשטעטיגט אז די פראבלעם פון די נאוט 7 איז די בעטערי

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יאנואר 23, 2017 12:48 pm
דורך יאהאן
נחמה פורתא...כ'האף זיי וועלן מאכן א פול ריקאווערי פונעם קלאפ, אבער אויב געשעהט נאך "איין" פאל מיט א נייע בעטערי קענען זיי זאגן די קדיש נאך א סיום...

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג מאי 28, 2017 1:05 pm
דורך שעפעלע
צענדליגער גרויסע אמעריקאנער טעכנאלאגיע פירמעס, האבן זיך פאראייניגט און געשיקט א בריוו צו קאנגרעס, צו פארלאנגען מער אינטערנעט פריוואטקייט.
דער בריוו קומט בעפאר דער דערווארטעטער העפטיגע דעבאטע וואס וועט פארקומען אין קאנגרעס אין די קומענדיגע שטיק צייט, ווייל קאנגרעס וועט דארפן נאכאמאל באנייען דעם ״אויסערן שפיאנאזש סורוועילענס אקט״, וואס איז באשטעטיגט געווארן נאך סעפטעמבער עלעווען צו ערלויבן מער שפיאנאזש אין אויסלאנד און אין אמעריקע.
א הויפט זארג פון די טעכנאלאגיע פירמעס איז ״סעקשאן 702״ פונעם געזעץ וואס ערלויבט די רעגירונג צו זאמלען הויפנס אינטערנעט דאטא, פון אויסלענדישע און אמעריקאנער אינאיינעם, און נאכזוכן דערין פאר מעגליכע טעראר אקטיוויטעטן, אן דעם וואס מ'זאל דארפן ארויסנעמען א באזונדערע געריכט ערלויבעניש דערפאר.
די טעכנאלאגיע פירמעס זאגן אז דאס איז נישט קאנסטיטוציאנעל אויסגעהאלטן.
ד'א

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך יולי 26, 2017 3:29 pm
דורך קנאי
למעשה ווער איז גערעכט איבער די שומרים קארדס עס איז חוצפה אדער נישט

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך יולי 26, 2017 3:37 pm
דורך נייעס
ווער זענען אינז צו פסקענען

Re: טעכנעלאגיע נייעס

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך יולי 26, 2017 3:46 pm
דורך קנאי
א דעה מעג מען האבען