בלאט 1 פון 1

נייעס פון טוויטער

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג מערץ 17, 2015 4:55 pm
דורך טעכנעלאגיע
טוויטער האט צוגעלייגט אן אפציע צו העלפן באנוצער איבערגעבן אומלעגאלע אינהאלט צו די לאקאלע געזעץ ענפארסמענט אגענטורן.

די אפציע איז געווארן צוגעלייגט צו די עקזיסטירענדע באריכט דעם טוויט אפציע. נאכן באריכטן א טוויט צו די טוויטער באהערדע, האט די באנוצער די אפציע צו באקומען אן אימעיל מיט די תוכן הבאריכט, וואס ענהאלט די טוויט, א לינק דערצו, די צייט וואס איז געווארן געטוויט און א לינק צו די באנוצער וואס האט עס געשיקט.

די באריכט, וואס איז געצילט אז ס'זאל אנקומען צו די געזעץ ענפארסמענט אגענטורן, האט אויך א לינק צו טוויטערס טערמינען זייטל וואו ס'ווערט ארומגערעדט איבער וויאזוי מ'מעג נוצן פריוואטע אינפארמאציע.

ס'איז אויף דער וואס באריכט עס די החלטה אויב ער וויל עס איבערגעבן פאר די לאקאלע באהערדע.


בשעת'ן דיוועלעפן די אפציע האט טוויטער באקומען פאזיטיווע 'פידבעק' פון א רייע אגענטורן.


פאר מער: דא

Re: נייעס פון טוויטער

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 11:14 am
דורך האסטו געהערט אזאנס?
ב"ה איינער נעמט שוין קעיר.