Switch to full style
קאמפיוטער און טעכנאלאגיע, נייעס און הילף
שרייב א תגובה

סעמסאנג געלעקסי ס6 - Samsung Galaxy S6

פרייטאג פעברואר 27, 2015 10:17 am

גוט מארגן טייערע חברים!
דעם אשכול גרינד איך פאר אלעס ארום די נייע ס6 פון סעמסאנג.

היינט האט ארויסגערינען די נייעס אז סעמסאנג גרייט זיך ארויסצוגעבן צוויי ווערסיעס פון די ס6.
א ספרינט ארבעטער האט ארויסגעשטעלט בילדער פון די צוויי ווערסיעס פון די ס6 און די ס6 עדזש.
סעמסאנג האט שטארקע דרוק אז די ס6 זאל זיין אינגאנצן אנדערש פון די ס5, נאכדעם וואס ביים ארויסגעגעבן די ס5 האבן זיי פארלוירן אסאך קוסטומערס צוליב דעם וואס ס'איז זייער ענדליך צו זיין פארגייער, די ס4.

Re: סעמסאנג געלעקסי ס6 - Samsung Galaxy S6

מוצ"ש פעברואר 28, 2015 4:38 pm

בילד

מוצ"ש פעברואר 28, 2015 7:36 pm

קנאפער ידען באייוועלט האט געשריבן:לכאורה גייט טאקע זיין א זעקסטער מיט עפעס אזא סארט עדזש, אבער דער בילד האט דערמיט גארנישט... דאס איז פונעם געלעקסי נאוט עדזש וועלכער איז שוין אינדרויסן א גוטע פינעף חדשים. דער זעקסטער גייט דאך מסתם נישט קומען מיט א סטיילאוס.

Re: סעמסאנג געלעקסי ס6 - Samsung Galaxy S6

זונטאג מערץ 01, 2015 4:10 am

מיט וואס איז דער אייפון 6 געווען אזוי סוקסעספול אז סעמסאנג זיכט אזוי נאכצולויפען און נאכמאכען עפל

Re: סעמסאנג געלעקסי ס6 - Samsung Galaxy S6

זונטאג מערץ 01, 2015 7:48 am

Yiddish האט געשריבן:מיט וואס איז דער אייפון 6 געווען אזוי סוקסעספול אז סעמסאנג זיכט אזוי נאכצולויפען און נאכמאכען עפל

זייט אייך מסביר
וואו שטייט דא אז עס גייט זיין ענליך צום אייפאון, אז דו פרעגסט אזא שאלה?

Re: סעמסאנג געלעקסי ס6 - Samsung Galaxy S6

זונטאג מערץ 01, 2015 6:16 pm

עס זעהט אויס ווי א געיעג צווישן סעמסאנג און עפל, ניין?

Re: סעמסאנג געלעקסי ס6 - Samsung Galaxy S6

זונטאג מערץ 01, 2015 8:30 pm

אין די אשכול ווערט דערווייל בכלל נישט דערמאנט ספעקס פון די פאון (חוץ די עדזש, ביי איין מאדעל) אז מען זאל קענען אריינטראכטן צו זיי מאכן נאך עפל צו נישט, אויב דו ווייסט געוויסע ספעקס וואס ענדלען צום אייפאון שרייב זיי, דערנאך וועסטו קענען פרעגן וואס עס פעהלט אויס.

זונטאג מערץ 01, 2015 8:36 pm

לויט די באריכטן וועט עס נישט האבן קיין עס די סלאט, ווי אויך וועט מען נישט קענען ארויסנעמן די בעטערי דערפון

Re: סעמסאנג געלעקסי ס6 - Samsung Galaxy S6

דינסטאג מערץ 03, 2015 8:27 am

טעכנעלאגיע האט געשריבן:לויט די באריכטן וועט עס נישט האבן קיין עס די סלאט, ווי אויך וועט מען נישט קענען ארויסנעמן די בעטערי דערפון
עס דארף צו זיין א מעלה ?
שרייב א תגובה