יעצט איז: מוצ"ש יוני 24, 2017 4:47 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

טעסלא מאטארס

קאמפיוטער און טעכנאלאגיע, נייעס און הילף

טעסלא מאטארס

הודעהדורך טהור עיניים » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:12 am

טעסלא מאטארס איז באמת ווערט א גאנצן ארטיקל, און נישט סתם איינס נאר גאר א געלונגענס, אבער איך האב נישט די צייט יעצט עס צו טאן, וועל איך פשוט שרייבן אפאר ווערטער, ספעציעל יעצט אז עס איז דא נייעס.

טעסלא מאטארס איז א קאר קאמפאני וועלכע פראדוצירט אויטאס וועלכע פארן בלויז אויף עלעקטריק. נישט ווי די הייברידס וועלכע זענען שוין פון עטליכע פירמעס, וועלכע לויפן א צוזאמשטעל פון גאזאלין און עלעקטריק, לויפן די טעסלא אויטאס בלויז אויף עלעקטריק.

די טעסלא אויטאס, דערווייל, ווערן פראדוצירט אויף זייער א הויכן קוואליטעט, דערווייל זענען זייערע קארס זייער טייער און איז דעריבער נישט קיין אפציע פאר דעם פשוט'ן המון עם, אבער עס איז דאך אינטערעסאנט צו זעהן וואס דארט טוט זיך, סיי ווייל עס איז א רעוואלוציע אין דעם וועלט פון קארס און סיי ווייל די קאמפאני אליינס איז זייער א געלונגענע קאמפאני.

דערווייל פראדוצירן זיי צוויי אדער דריי מינים קארס, זייער קארס האבן נישט קיין ענדשין אזוי ווי אנדערע קארס, אנשטאט, פארנט פון דעם קאר, ווי ביי די אנדערע קארס ליגט די ענדשין, איז דא דארט פלאץ פאר געפעק.

אנשטאט דעם איז דא אונטער דעם קאר, לענגאויס דעם גאנצן אונטן פון דעם קאר, א גרויסער ריזיגער בעטערי וועלכע גיט די פאוער פאר דעם קאר.

כרגע קענען זייערע קארס פארן בערך 250 מייל פאר מען דארף עס צוריק אנפולן, און דאס איז א שטיקל חסרון, כאטש רוב מענטשן פארן נישט אזוי פיל אין א טאג, איז עס אבער א זאך וואס מאכט נערוועז מענטשן. ספעציעל יעצט ווען עס איז נאך נישט דא גענוג טשארדשינג סטעישאנס.

צו טשארדשן א טעסלא קאר, קען מען טון אויף צוויי וועגן, אדער דורך א פשוט'ע פלאג ביי דיר אינדערהיים, און דאס דויערט אכט שעה אנצופולן אינגאנצן, אבער זיי האבן אויך אויפגעשטעלט איבער אמעריקא א נעטווארק פון סופער טשארדשינג סטעישאנס, ביי וועלכע עס געדויערט אינגאנצן א האלבע שעה אנצופולן.

די סופער טשארדשינג סטעישאנס מערן זיך צוביסלעך, און ווי מער סטעישאנס זיי וועלן האבן, אלס גרינגער וועט זיין פאר זיי צו פארקויפן קארס.

די לעצטע טעג אבער זענען זיי ארויסגעקומען מיט א נייעם דורכברוך, אז זיי גייען קענען אויפהייבן דעם נומער פון מייל פער טשארדש צו 400. דאס איז גאר גוטע נייעס. ווייל ערשטנס, איז דא גאר ווייניג מענטשן וועלכע פארן אזוי פיל אין איין טאג, ווידער, אפילו אויב איינער פארט אזא מרחק, לאמיר זאגן אויף א לאנגע נסיעה, איז דאך פשוט אז נאך א פאר שעה פארן שטעלט זיך דער מענטש סייווי אפ, זיך אפרוען אפאר מינוט, גיין אין ביה"כ, און דערווייל, ביז וואס ווען ווי, איז שוין דער קאר פולי געטשארדשט פון דעם סופער טשארדשער, וועלכע איז אגב, פריי פון אפצאל. אנדערש ווי גאז וואס קאסט יא געלט.

דער יעצטיגער דורכברוך גייט נאך נישט אפעקטירן אלע קארס, דערווייל האבן זיי עס נאר געמאכט אוועילעבל פאר איין מאדעל, דעם ערשטן וואס זיי האבן פראדוצירט, דער ראודסטער, א מאדעל וועלכע זיי מאכן שוין נישט היינט, און במשך די גאנצע צייט פון איר פראדוקציע האבן זיי נאר פארדוצירט בערך 2 און האלב טויזענט פון דעם. אבער מיט דעם אלעם איז עס א שטארקער דורכברוך וועלכע איז באגריסנס ווערט און עס גיט האפענונג אז ביי די אנדערע אויטאס וועט עס אויך נאכפאלגן.

טעסלא איז היינט דער גרעסטער דעוועלאפער און מחדש פון באטערי טעכנאלאגיע. כהיום קויפן זיי זייערע באטעריס פון אנדערע, אבער זיי רעדן שוין אפאר יאר פון אויפשטעלן אן אייגענעם פלענט צו פראדוצירן באטעריס, וועלכע וועט זיי העלפן, סיי אין טעכנאלאגיע, צו פראדוצירן בעסערע בעטעריס מיט א לענגערן רעינדש, און אזוי אויך אז זיי זאלן עס קענען געבן ביליגער.

מיט אפאר חדשים צוריק האבן זיי ענדליך אויסגעקליבן דעם ארט ווי זיי גייען בויען דעם נייעם פלענט, אין די סטעיט נעוואדע.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: טעסלא מאטארס

הודעהדורך בולעטין » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:40 am

עס איז מוראדיגע נייעס ייש''כ טהור'ל פאר די באריכט, דאס מיינט אז אין נאנטע צוקנופט זענען אלע גאז סטאנציעס א פארגאנגענהייט?
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 386
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: טעסלא מאטארס

הודעהדורך טהור עיניים » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:38 pm

נאך נישט אזוי שנעל. יעדעס מאל גאז גייט אראפ איז דאס א קלאפ פאר אזעלכע ענטערפרייזעס ווי טעסלא מאטארס. אבער עס איז נאך אלס גוטע נייעס. דער ס"ה איז אז גאז איז א זאך וואס נוצט זיך אויס, שאדט פאר די ענווייראמענט, און מען דארף צוקומען צו אנדערע לענדער פאר דעם. ווידער עלקטרי נישט. און אין דעם ליגט דער עווענטועלער הצלחה פון די זאך.

אבער לכאורה וועט נאך נעמען א שיינע פאר יאר ביז אזא סארט קאר וועט זיין א דבר השוה לכל נפש.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: טעסלא מאטארס

הודעהדורך בולעטין » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:43 pm

די אייסיס ברענגן שטארק אראפ די גאז פרייזן
מען וועט קודם ברויכען אפענדיגען מיט די טעראר גרופע פון אייסיס צו קענען פאראויסרוקען די אריינקום פינעם נייעם קאר
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 386
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: טעסלא מאטארס

הודעהדורך שלומיאל » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:49 pm

הערליכע באשרייבונג טהורל', ווי וואנט מאר.
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: טעסלא מאטארס

הודעהדורך טהור עיניים » דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:35 am

אין די לעצטע טעג האט טעסלא מודיע געווען צוויי נייעסן. איינס, אז זיי ארבעטן אויף א פאטענט וואס וועט שפארן ארבעט און עגמת נפש פאר בעלי בתים פון זייערע אויטאס.

מיט דעם נייעם פאטענט וועט דער בעה"ב פון א טעסלא קאר (אויב האט ער א גאראדש אדער דרייוועי) קענען אינסטאלירן אזא ספעציעלן סנעיק טשארדשער, וואס ווען דער בעה"ב וועט פארקן זיין קאר, וועט דער סנעיק זיך אליינס ארויסריקן פון זיין פלאץ, זיך אריינפלאגן אין דעם קאר און עס טשארדשן און זיך צוריק לייגן שלאפן ווען דער קאר וועט זיין פול.

דאס וועט קודם שפארן ארבעט, אבער אויסער דעם וועט עס פארזיכערן אז דער בעה"ב טרעפט זיך נישט צופרי מיט א לערן באטערי, ווייל ער האט נעכטן פארגעסן עס איינצופלאגן.

דאס צווייטע נייעס איז אז זיי האבן לעצטענס אויפגעשטעלט נאך אסאך סופער טשארדשינג סטעישאנס. איינס פון די נייע סופער טשארדשינג סטעישאנס איז אין ניו דשוירזי אויפן רט. 17 פארנדיג נארט, (ווי עס פלעגט אמאל זיין א 6ט עוועניו עלעקטראניקס), זיי האבן דארט אויפגעשטעלט א נייעם שאו רום, און אינדרויסן האבן זיי אויפגעשטעלט א סופער טשארדשינג סטעישאן.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: טעסלא מאטארס

הודעהדורך השר מקוצי » דינסטאג יאנואר 06, 2015 7:33 am

דעס איז גאר גוטע נייעס, ווילאנג בערך גייט דויערן אז די קאר זאל אריינגיין אין באנוץ ביים ציבור
מיר טראגן נישט קיין אחריות אויף אינזערע ארטיקלען און תגובות
השר מקוצי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 234
הצטרף: פרייטאג יוני 27, 2014 2:34 pm
האט שוין געדאנקט: 52 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: טעסלא מאטארס

הודעהדורך טהור עיניים » מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:36 am

עס איז שווער צו זאגן. קודם איז געז יעצט אראפ, דאס ארבעט שוין אקעגן טעסלא, און אויסער דעם איז עס דערווייל א לוקזשערי אייטעם. דער פרייז פון א טעסלא הייבט זיך אן ביי 70 אלפים און איינער וואס ערלויבט זיך שוין צו צאלן אזוי פיל ענדיגט נישט ביי זיבעציג נאר ביי ערגעץ צווישן אכציג און נייציג. סאו דערווייל איז עס דער דאמעין פון גבירים און אידעאליסטן, אבער מען קען נישט וויסן.

איך האלט אז מען דארף קוקן אין דעם ריכטונג ווייל אפילו אויב געז איז כרגע ביליג, וועט עס אבער נישט בלייבן אזוי, דעריבער האלט איך אז מען דארף זיך מער אריינלייגן אין דעם, און איך האף אויך אז טעסלא וועט ארויסקומען מיט ביליגערע ווערסיעס פון זייערע קארס אויך.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל


צוריק צו קאמפיוטער און טעכנאלאגיע

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron