בלאט 1 פון 1

תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג אוגוסט 28, 2016 3:21 pm
דורך בוקי בן יגלי
בס"ד

(איך האב קודם געוואלט שרייבן מער, אבער איך זעה אז עס דויערט לענגער ווי איך האב געוואלט, וועל איך קודם לייגן וואס איך האב געשריבן דערווייל, וקמא קמא דיכתוב ידי וועל איך עס ארויפשטעלן. קודם זאל זיין עפעס...)

תולדות החסידות לדורותיהם

הקדמה

שוין א לאנגע צייט וואס איך פרוביר זיך צו מאכן א גראדן, טרוקענעם סדר אין דעם ענין פון דעם הייליגן בעל שם טוב און זיינע תלמידים, און תלמידי תלמידים. וויפיל איך הער און רעד דערפון, פעלט מיר נאך א קלארן סדר אין די עניינים. אויף וויפיל איך האב געזוכט האב איך נישט געפונען אז עס זאל זיין א ספר וועלכער צולייגט דאס אויף קליין געלט מיט א שיינעם קלארן סדר, דבר דבור על אופניו.

וויל איך אלזא אנהייבן אן אשכול איבער דעם גאנצן סוגיא און זעהן צו מיר קענען צוזאמען אויסשטעלן א שיינעם סדר אין די עניינים.

דעם סדר האשכול וואלט איך געוואלט מאכן אזוי: איך וויל אנהייבן מיט א צדיק, דאס מאל דער בעל שם טוב הקדוש. איך וויל נישט אריינגיין אין קיין מעשיות, דירעקט נישט. איך וויל נאר באשרייבן די טעכנישע פרטים פון זיין לעבן אויף וויפיל מען ווייסט, און אין קורצע שורות וועגן זיין לעבן און שאפן, בכלליות, אן אריין גיין אין צופיל פרטים.

נאכ'ן שרייבן איבער דעם צדיק בכלליות, וואלט איך געוואלט שרייבן ווער זענען געווען זיינע קינדער, תלמידים, המשכה נאך אים, אויב עס איז געווען, א שלשלת, א גאנצער באוועגונג, וויפיל דורות האט זיך עס געצויגן, אויף וואס האט די חסידות\שלשלת געלייגט א דגוש, וואס זענען געווען די חילוקים צווישן פארשידענע חסידות'ן פון די זעלבע שלשלת, וגו' וכו'.

דערנאך, ווען מען דערמאנט א געוויסע הויף\חסידות צום ערשטן מאל (לדוגמא, אז קוידינאוו איז געווען א ענף פון לעכאוויטש) זאל מען תיכף, צוזאמען מיט דעם, אויך עפענען א נייעם אשכול איבער דעם נייעם חסידות (אין דעם פאל קוידינאוו), און גלייך לינקען צו דעם נייעם אשכול אזוי ארום וועט דער ערשטער אשכול נישט פארפארן צו אנדערע חסידות'ן, און דארט, אין דעם נייעם אשכול, וועט מען ווייטער ציען דעם ענין איבער דעם פריש-דערמאנטן הויף.

אין דעם ערשטן אשכול ווידער, זאל מען ווייטער נאר רעדן איבער דעם ערשטן מקום.

נאך דעם ערשטן מאמר אין דעם אשכול, וועלכעס וועט זיין א כלליות'דיגער מאמר איבער דעם חסידות, וועט מען קענען ווייטער ציען דעם שמועס איבער דעם מקום, צולייגן מעשיות, עניינים מנהגים, וואס מען וויל. יעדעס מאל וואס עס וועט צוקומען א פרישע שטיקל אינפארמאציע וועלכע האט דירעקט א שייכות צו דעם ערשטן, כלליות'דיגן מאמר איבער דעם מקום, וועט מען עס צולייגן צו דעם ערשטן מאמר.

אזוי ארום וועט אויסקומען, אז ביי יעדען אשכול פון א חסידות, ווען איינער וועט עס אויפעפענען צום ערשטן מאל, און אפלייענען דעם ערשטן מאמר, וועט ער שוין האבן א כלליות'דיגן בילד איבער דעם גאנצן חסידות, און דערנאך וועט ער קענען לייענען ווייטער צו טרעפן מעשיות און שיינע זאכן.

פארשטייט זיך אז דאס איז א פארשלאג, אויב דער עולם וועט וועלן אנדערש וועט מען מאכן וואס דער עולם וויל (עולם?...).

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג אוגוסט 28, 2016 8:07 pm
דורך יאהאן
בוקי, פאנג אן עס וועט זיכער זיין א אינטרעסאנטע טעמע, אויב וועלן זיין געניג שרייבער און אינפארמאציע.

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג אוגוסט 28, 2016 9:27 pm
דורך בולעטין
א דאנק אייך בן יגלי זייט ממשיך, עס קוקט אויס אינטערסאנט

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:36 am
דורך איבערלעבער
אדרבא, הייבט אן וגם אני לא אמנע ידי, בלי״נ.

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:48 am
דורך יאהאן
בוקי, כעדיר אויסזאגן א סוד, איינער הערט ? אקעי קיינער הערט נישט... דער 'איבערלעבער' האט אסאך צוצוגעבן צו דיזע אשכול והדומה לה, מיט זיין אנוועזנהייט וועט עס בליען מיט אסאך אינהאלטסרייכע אינפארמאציע, כאפ די געלעגנהייט און פאנג שוין אן...

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:02 am
דורך איבערלעבער
העי, פון וואו ווייסטו?

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:21 pm
דורך יאהאן
ששש... גילוי...

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:23 pm
דורך יאהאן
נא, וואס איז געווארן בוקי? מיר ווארטן!

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:37 pm
דורך טהור עיניים
איך ווארט אויך.

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:39 pm
דורך בוקי בן יגלי
מיר האבן נישט פארגעסן, מיר ווארטן צום באשעפער ער זאל שענקען אביסל צייט און אביסל ישוב הדעת, האפענטליך וועט מען עפעס מאכן אין די קומענדיגע פאר טעג.

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:16 am
דורך שלומיאל
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קענען מוציא זיין מכח אל הפועל דיינע גוטע פלענער און אונז בארייכערן מיט דיינע ברייטע ידיעות

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:34 pm
דורך נייעס
בוקי בן יגלי האט געשריבן:מיר האבן נישט פארגעסן, מיר ווארטן צום באשעפער ער זאל שענקען אביסל צייט און אביסל ישוב הדעת, האפענטליך וועט מען עפעס מאכן אין די קומענדיגע פאר טעג.

יישר כח פאר דיין אנשטרעגונג, ענדערש אביסל שפעטער ארויסקומען מיט א שענערע ווערק.

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:33 pm
דורך יאהאן
בוקי, קערעלעך פון יואש און ווארצלען פון ווייטאג אין מיין הארץ על עזבם את קרעטשמתינו! :cry:
געדענק איר זענט נאך וועלקאם און מיר וועלן אייך אויפנעמען מיט פרייד.

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג יוני 04, 2017 2:11 pm
דורך יאהאן
בוקי! ס'הערטסעך?..

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג יוני 04, 2017 10:30 pm
דורך האסטו געהערט אזאנס?
זייער א גוטע איידיע, מיר וועלן אויך פרובירן אי"ה צוצולייגן א פלייצע, ווי ווייט אונזער באגרעניצטע ידיעה וועט ערמעגליכן.

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יוני 05, 2017 1:49 am
דורך בוקי בן יגלי
אוי, דער עולם צימבלט מיך.

דער אמת איז אז איך טראכט שוין פון דעם פאר יארן, אבער איך קום נישט אן. איך האב געמיינט אז איך וועל דא עפענען אזא אשכול וועט עס מיר געבן א שטופ, אבער דערווייל שלעפ איך זיך נאך.

אבער יעצט, אז דער עולם צימבלט, וועל איך בלי"נ זיך פרובירן נעמען דערצו.

איך נעם זיך פאר צו טרייען בעסער.

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יוני 05, 2017 11:40 pm
דורך יאהאן
מיר קוקן שטארק ארויס דערויף!

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 06, 2017 12:38 pm
דורך בוקי בן יגלי
אקעי, גיט א קוק, איך האב "עפעס" אנגעהויבן צו טון. עס וועט מיר געדויערן א וויילע, צייט איז נישט פון די זאכן פון וועלכע איך האב בשפע, אבער באמת איז דאס א פראיעקט וואס איך האב שוין גאר לאנג חשק צו טאן, און אז דער עולם שטופט אביסל העלפט עס. איז ווי געזאגט. איך הייב אן צו טון אין דעם, אבער עס וועט געדויערן אביסל ביז איך וועל האב פאקטישע סחורה.

צום ווידערזעהן ליבע ברודער

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 06, 2017 1:45 pm
דורך האסטו געהערט אזאנס?
ג ע ש ט ו פ ט ! ! !

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 06, 2017 2:37 pm
דורך היטל
שששטטטטטטטווווופפפפפפפפפפ !!!!!!!

Re: תולדות החסידות לדורותיהם

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יוני 08, 2017 3:29 am
דורך בוקי בן יגלי
איך האב שוין אנגעהויבן שרייבן, אבער דערווייל האט עפעס פאסירט און איך האב אפגעשריבן עפעס אנדערש, לייענט דערווייל אין דעם נייעם אשכול