יעצט איז: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:28 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

הגאון הקדוש ר' יוחנן סופר מ'ערלוי זצוק"ל

סיפורים און עובדות איבער גדולי תורה וחסידות

הגאון הקדוש ר' יוחנן סופר מ'ערלוי זצוק"ל

הודעהדורך טהור עיניים » זונטאג פעברואר 21, 2016 11:44 pm

אוי וויי, יעצט באקומען דעם שרעקליכן טעלעפאן קאלל. מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ און איך בין צורודערט ביז גאר. איך האב זוי פיל צו שרייבן, אבער איך קען נישט יעצט, בלי"נ שרייבן ווען איך וועל אביסל קומען צו זיך.

אוי באשעפער, א אבידה שאין לה תמורה, אוי רוח אפינו משיח ה' נלכד בשחיתותם, אשר אמרנו בצילו נחי' בגוים...

איך זיץ און איך וויין, איך קען נישט קומען צו מיר, יא, איך הער שוין זייט לעצטן שבת אז דער הייליגער צדיק איז אין שפיטאל און זייט מאנטאג נאכט אז דער מצב איז זייער ערנסט, אבער איך האב נישט געקענט ארויפברענגען על דעתי אז אזא זאך איז אפילו א מעגליכקייט, און אצינד, אז עס האט פאקטיש פאסירט זיך איך און איך וויין. איך בין צושאקלט און צוטרייסלט.

אוי טאטע, אוי טאטע...
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: הגאון הקדוש ר' יוחנן סופר מ'ערלוי זצוק"ל

הודעהדורך איבערלעבער » מאנטאג פעברואר 22, 2016 10:37 am

בד''ה
אפאר קורצע שטריכן
תופס ישיבה געווען פאר זיבעציג יאר. איך קען משפחות וואס זענען שוין דריי דורות, זיידע'ס קינדער און איייניקלעך, תלמידים שגודלו על ברכיו.
ממשיך געווען דעם אמאליגן אונגערישער שטייגער פון רב, רבי, ראש הישיבה אינאיינעם, הרבצת תורה ויראה פסק הלכה ואגדה בבת אחת עם הנהגת קהל. בנוסף וואס ער האט שפעטער אנגעהויבן מנהג זיין באדמו''רות.
אין ערלוי דאווענט מען נוסח אשכנז מיטן בעלזער ניגון! כתר זאגט מען יא.
ער איז געווען א חבר מועצת גדולי התורה פאר פערציג יאר, ווען מ'האט פאר אפאר יאר צוריק באנייט דעם מועצג''ת איז ער געווען דער איינציגסטער פון די אלטע צייטן.
געווען פאררעכנט פון די מער רעכטע אין אגוד''י און געווען פון די זוילן פון שלומי אמונים.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: הגאון הקדוש ר' יוחנן סופר מ'ערלוי זצוק"ל

הודעהדורך נייעס » דינסטאג פעברואר 23, 2016 5:14 pm

בד"ה
הער מיר אז די נפטר איז געווען ממש אן אדם הגדול בענקים


איבערלעבער האט געשריבן:בד''ה

ער איז געווען א חבר מועצת גדולי התורה פאר פערציג יאר, ווען מ'האט פאר אפאר יאר צוריק באנייט דעם מועצג''ת איז ער געווען דער איינציגסטער פון די אלטע צייטן.
געווען פאררעכנט פון די מער רעכטע אין אגוד''י און געווען פון די זוילן פון שלומי אמונים.

מען דערמאנט נישט אין די שבעה /שלושים /יאר אזעלכע זאכן
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: הגאון הקדוש ר' יוחנן סופר מ'ערלוי זצוק"ל

הודעהדורך איבערלעבער » דינסטאג פעברואר 23, 2016 7:19 pm

???
אין אומרים בפני המת אלא דבריו של מת!
דער נפטר האט האט זיך געפירט בכל דרכיו לפי זיין דעת תורה ווי ער האט פארשטאנען בכוונתו לשם שמים, לפי ההשקפה הצרופה וואס ער האט מקבל געווען מאבותיו ורבותיו הק', וע''ז גאונו ותפארתו אז די פריערדיגע גדולי הדור האבן מחשיב געווען און זיך מתחשב געווען בדעתו שוין פאר פערציג יאר צוריק.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: הגאון הקדוש ר' יוחנן סופר מ'ערלוי זצוק"ל

הודעהדורך טהור עיניים » מיטוואך פעברואר 24, 2016 2:52 am

בס"ד

עס קומט מיר אן זייער שווער צו שרייבן זכר צדיק לברכה אויף מיין הייליגן רבי'ן דער ערלוי'ער רב, אבער ליידער שטיי איך ביי דעם ביטערן מאמענט אז איך מוז דאס שרייבן.

ובכן, נעם איך זיך דא צו די עבודה קשה פון שרייבן אפאר שורות איבער דעם אדם הגדול בענקים, הרב דומה למלאך ה' צבאות, קדוש ה' מיוחד רבינו יוחנן בן הרב משה סופר זכר צדיק וקדוש לברכה הרינו כפרת משכבו.

איך וויל ספעציעל ווידמען אביסל צייט און אנשטרענגען מיין פעדער צו באשרייבן אט דעם גרויסן מאן ווייל איך זעה אז די המון עם און דער סתם חסיד'ישע גאס האט נישט קיין השגה פון וואס פאר א גרויסן מענטשן מען רעדט דא.

בעצם וואלט איך געקענט ארויסברענגען שטארק דעם פוינט אז ער איז געווען דער "לעצטער" ממש וואס האט אויפגעשטעלט אליינס זיין קהילה און דאס אידישקייט נאך דעם גרויסן חורבן אייראפע. איך וואלט געקענט ארויסברענגען דעם נקודה אז ער איז דער "לעצטער" וואס האט געפירט אויפן דרך פון די אמאליגע אונגארישע רבנים די תלמידי החתם סופר והכתב סופר, ותלמידי תלמידיהם זכותם יגן עלינו.

אבער דער פראבלעם פון זיך שטעלן אויף דעם אז ער איז דער לעצטער וועט בעקיפין פארקלענערן דעם דמות פון דעם גרויסן מענטש, און קען חלילה געבן א בליק ווי כאילו זיין גאנצער גדלות איז נאר דאס וואס ער איז דער לעצטער אין דעם קאטעגאריע. און ווי בנוהג שבעולם, ובפרט אין ארץ ישראל, אז ווען א רב אדער רבי, ווי קליין ער זאל נאר זיין, ווערט אלט, איז דאס אליינס שוין גענוג א סיבה אים צו מאכן גאר גרויס און א קדוש וטהור.

און וויבאלד איך וויל נישט חלילה אז עס זאל זיך דא ארויסשטעלן אזא סארט בילד, דערפאר וויל איך נישט ארויסברענגען צו שטארק דעם נקודה פון דער "לעצטער".

אבער לגבי איין זאך וויל איך זיך יא באציען צו דעם וואס ער איז געווען דער לעצטער.

עס איז ידוע אז געווענליך אין די היסטאריע פון כלל ישראל, האט זיך זייער אפט געמאכט אז דער חותם פון א תקופה איז געווען א מענטש וואס איז געווען פיל גרעסער ווי די אנדערע בני דורו. אזוי ווערט אנגעוויזן אויף ר' האי גאון, אז ער איז געווען פיל גרעסער פון די אנדערע גאונים פאר אים, ווייל ער איז געווען דער חותם פון א תקופה. אזוי אויך איז געווארן אנגעוויזן אויף אנדערע גדולי ישראל.

אט דעם געדאנק קען זיכער געזאגט ווערן אויף דער גאון וצדיק דער ערלוי'ער רב זצ"ל. און דא וויל איך טאקע נעמען אפאר מינוט אראפצאלייגן, אזוי נאר אויפן שפיץ גאפל וואס דער איד איז געווען.

די טעכנישע פרטים פון זיין לעבן און יחוס האט מען שוין געברענגט דא. אבער איך וויל רעדן מער פון דעם מענטש, פון דעם פערזענליכקייט, פון זיין תורה, קדושה, תפילה, עבודה און גמילות חסדים און נאך און נאך און נאך.

דער רבי זצ"ל איז געווען אזא אדם השלם, ער האט פארמאגט אין זיך אזוי פיל שלימות, אז צווישן אלע זיינע זיבן זין אינאיינעם, טראץ וואס יעדער פון זיי האט זיך גאר אסאך מעלות, קען מען נישט אבער דאך נישט טרעפן די שלימות וואס דער איין פערזאן האט פארמאגט.

איך וועל אנהייבן מיטן אראפלייגן א טיפישער סדר היום פון יעדן גרינעם דינסטאג, אדער דאנערשטאג.

דער סדר היום

דער טאג האט זיך אנגעהויבן בערך פיר אזייגער ווען ער האט מקיים געווען דער יתגבר כארי. און בערך פיר דרייסיג פלעגט ער שוין קומען צו גיין אין ישיבה יעדן צופרי. אבער אזוי ווי דער דאקטער האט אים געזאגט אז עס איז געזונט פארן מענטש צו לויפן (מאכן עקסערסייז), האט ער געטראפן א געוואלדיגע עצה צו קענען לויפן אן צו דארפן פארשווענדן צייט אויף דעם.

אין בית המדרש אריין דארף מען דאך לויפן, און פאר די געזונט דארף מען אויך לויפן, איז דאך געוואלדיג: יעדן צופרי, ווען ער איז געקומען אין ישיבה, פלעגט ער לויפן, אבער ממש לויפן, פון זיין הויז ביז אין ישיבה, בערך פיר דרייסיג פארטאגס, ווען קיינער איז נאך נישט אויפן גאס, דעמאלס איז ער געקומען צו לויפן אין ישיבה.

די בחורים פלעגן אויפשטיין פרי פארטאגס זיך באהאלטן אויפן דאך פון ישיבה צו זעהן ווי דער רבי קומט צו לויפן. אבער מיט א חשק און א אימפעט ווי א קליין קינד, אט אזוי איז ער געלאפן, ביי די פופציג, זעכציג און אפילו ביי די פינף און זיבעציג (איך האב קיינמאל נישט מברר געווען פונקט ווען ער האט אויפגעהערט דאס לויפן).

געקומען אין ישיבה, איז ער תיכף געגאנגען אין מקוה, נישט פארפאסט קיין מקוה קיינמאל. און ווי אזוי דאס מקוה גיין האט אויסגעזעהן דאס איז שוין א פרשה פאר זיך. די לעקטערס אין מקוה זענען געווען גאר שוואך אזוי אז מען האט שווער געקענט זעהן דארט, און מיט דעם אלעם האט ער געהאלטן די אויגן צוגעמאכט פון ווען ער איז אריין ביז ער איז ארויס. כאטש וואס בדרך כלל איז קיינער נישט דארט געווען.

ער פלעגט גיין אין מקוה טאפנדיג די ווענט מיט די הענט און אזוי האט ער געמאכט זיין וועג דארט, אבער קיין אויג האט ער נישט געעפענט דארט.
געענדיגט מיט די מקוה איז ער ארויפגעקומען אויבן אין דארמיטארי אויפוועק די בחורים. (אין די עלטערע יארן פלעגט דאס שוין זיין פיל ווייניגער, אבער פון צייט צו צייט פלעגט ער אליינס אויפוועקן די בחורים אפילו אויף די עלטערע יארן).

אוי, ווי קען מען פארגעסן די ווארימקייט, די הייליגקייט, די ערליכקייט, דאס יראת שמים וועלכע האט זיך געגאסן פון דעם רבי'ן ווען ער פלעגט זיך ארום דרייען פון איין צימער צום צווייטן און זיך אונטערזינגען: ישראל עם קדוש, ישראל עם קדוש, שטייט אויף, שטייט אויף, צו עבודת הבורא, ישראל עם קדוש, ישראל עם קדוש, שטייט אויף, שטייט אויף, צו עבודת הבורא.

אדרבא, פרעגט אייך נאר נאך ביי סיי וועלכן תלמיד וועט איר הערן. דאס וועט בלייבן אין זכרון ביזן לעצטן טאג.

נאכ'ן אויפוועקן די בחורים איז ער תיכף געגאנגען צו זיך אין צימער און זיך געזעצט לערנען. פאר'ן דאווענען האט ער געטרונקען א קאווע און זיך אנגעטון די טלית און תפילין. זיבן אזייגער איז ער געשטאנען אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד און אנגעהויבן יגדל.

א שחרית ביים רבי'ן יעדן פשוט'ן טאג איז צוגעגאנגען בדחילו ורחימו, אויף אן אופן וואס איך וואלט געוואונטשן יעדן איד אויף יום כיפור. וואס הייסט, מען שטייט דאך פארן מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא און מען בעט זיך אויס ביי אים.

אבער ער איז דאך נישט נאר א רבי נאר אויך א ראש ישיבה. זיין פלאץ ביים דאווענען איז נישט געווען ביים מזרח, נאר דוקא ביים מערב וואנט. דארט, ביים מערב וואנט האט ער געהאט א שטענדער ווי ער איז געשטאנען גאנץ דאווענען. פון דארט האט ער זיך אומגעקוקט אויף זיינע תלמידים, זיינע באליבטע צאן קדשים און אכט געגעבן וויאזוי זיי דאווענען.

ביי שמונה עשרה אבער, ווי עס שטייט אין שולחן ערוך אז מען דארף שטיין ביים וואנט, איז ער אריבער קיין מזרח ווי ער האט אויך פארמאגט א שטענדער. אזוי האט ער אלץ משלב געווען צווישן זיין פונקציע פון רב, רבי, ראש ישיבה און ערליכער איד.

תיכף נאכ'ן דאווענען האט ער פארגעלערנט פאר די בחורים משניות און שולחן ערוך, און ערשט דערנאך איז מען אראפ אין חדר האוכל עסן פרישטאג.
אבער דער רבי איז אריין ביי זיך אין צימער און אנגעטון די ר"ת תפילין און זיך געזעצט ווייטער לערנען.

ווען דער סדר הלימוד האט זיך אנגעהויבן פלעגט ער אריינקומען אין בית המדרש, אנגעטון אין די ר"ת תפילין און זיך געדרייט צווישן די בחורים, און געכאפט א שמועס אין לערנען, מיט דעם און מיט יענעם. אזוי אויך האט מען געקענט צוגיין צו אים און רעדן אין יעדן מקצוע אין לערנען.

זיך ארום געדרייט אביסל צווישן די תלמידים און צוריק אין צימער לערנען די הייליגע תורה. בערך האלב עלעוו, עלעוו, פלעגט ער אויסטאן די ר"ת תפילין און דאן האט מען אים געברענגט פרישטאג.

נאך פרישטאג פלעגט ער פארלערנען פאר זיין שיעור (ביז די מיטעלע מ' יארן האט ער געהאט די עלטסטע שיעור אין ישיבה, און דאן האט ער עס געטוישט אז ער האט זיך אליינס אויסגעקליבן בחורים פון צווישן אלע יארגענג פון וועלכע ער האט זיך צאמגעשטעלט זיין שיעור).

בערך צוויי דריי אזייגער פלעגט ער אהיים גיין פאר בערך צוויי שעה און דערנאך צוריק געקומען אין ישיבה ווי ער איז געבליבן ביז צען עלעוו ביינאכט. (אין די לעצטע יארן, נאך וואס די רביצין אין אוועק, פלעגט ער אפט מאל אפילו די נאכמיטאג שעות בלייבן אין ישיבה, אדער צומאל בלייבן ביז גאר שפעט ביינאכט.)

אט דאס איז געווען זיין סדר היום דבר יום ביומו.

זמנים מיוחדים

יעדן ליל שישי האט מען געפראוועט אין ישיבה תיקון חצות. א גרויסער עולם בחורים איז סייווי אויפגעבליבן לערנען, און פונקט צו חצות פלעגט מען פארלעשן האלב פון די לעקטערס און דער רבי איז אריינגעקומען און זיך אוועק געזעצט אויף די טרעפ פון דעם ארון הקודש און אנגעהויבן תיקון חצות, מיט א לב נשבר און בכיות נוראות ווען טרערן גיסן זיך פון זיינע אויגן האט ער געקלאגט אויפן חורבן בית המקדש ווי א טאטע אויף א בן יחיד וואס איז נעבעך פלוצלינג אומגעקומען.

"אוי הקבצו ושמעו, בני יעקב כולכם, קרעו לבבכם ואל בגדיכם, כי בפשעכם שלחה אמכם, ותנו כבוד לה' אלוקיכם", "מי האיש החפץ חיים, וחיך אוכל יטעם לו...". (איך האף אז איך שרייב גוט, ווייל דאס ליגט מיר נאך אין זכרון פון דעמאלס).

פרייטאג האט דער רבי פארגעלערנט אין ישיבה א שיעור כללי, און ביי חצות פלעגט ער פארלערנען א חסיד'יש ספר, אלס הכנה צום שבת קודש הממשמש ובא.

איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן דעם ערשטן מאל וואס איך האב דאס געהערט. דער רבי האט פארגעלערנט דעמאלס א שטיקל עבודת ישראל. אבער דער שיעור האט זיך נישט אנגעהויבן מיט דעם דיבור המתחיל פון דעם פסוק. דער שיעור האט זיך אנגעהויבן מיט א שמועס: מיר דארפן דאנקען און לויבן דעם הייליגן באשעפער אז מיר האבן די זכיה צו לערנען אזא הייליגע תורה, אז מיר קענען היינט לערנען די תורה און די הייליגע ווערטער פון אזא הייליגער צדיק וקדוש ווי דער קאזשניצער מגיד.

און אזוי האט ער פאר די קומענדיגע פאר מינוט זיך נישט געקענט בארואיגן פון דעם גרויסן ריזיגן זכי' וואס מיר האבן אז מיר קענען לערנען זיין תורה און ווערן אנגעזאפט מיט די קדושה וואס ער האט אריינגעלייגט אין די ווערטער.

אט אזוי האט געלערנט א חסיד'יש ספר א איד וועלכער האט דוקא געהייסן אן אשכנז. א איד וועלכער האט כל ימיו געדאווענט נוסח אשכנז (און אין אלע זיינע בתי מדרשים דאווענט מען ביז היינט נוסח אשכנז) און האט קיינמאל נישט אנגעטון א גארטל צום דאווענען. הלוואי ווען איך זאל האבן אזא התעוררות כאטש איינמאל א יאר.

ווער רעדט נאך שבת. די באטע-טיש פרייטאג צו נאכטס. די שלש סעודות'ן שבת פארנאכטס, און דאס זינגען לדוד ברוך ה' צורי נאכדעם.

שלש סעודות תורה האט מען זיך נישט פארגעקוקט. עס איז געליגן פאר אים אזא קליינער שאפקעלע מיט עטליכע ספרים און ווען עס איז געקומען צייט צו זאגן פלעגט שטיל ווערן אין בית מדרש פאר עטליכע מינוט בשעת ווען דער רבי האט אריינגעקוקט אין איינעם פון די ספרים, און אמאל אין מער ווי איינס, און נאך עטליכע מינוט האט ער אנגעהויבן זאגן. שטיל, איידל, בקול דממה דקה, אבער אין בית מדרש האט געהערשט א שטילקייט אז מען האט אים געקענט הערן אין גאנצן בית מדרש, והיו הדברים שמחים כנתינתן מסיני.

ימים טובים ויומי דפגרא

ווער עס האט אמאל געוואלט זעהן וואס עס מיינט פונקט פארקערט פון מצוות אנשים מלומדה האט געדארפט קומען צוקוקן די עבודה פון דעם רבי'ן ביי די ימים טובים. יעדער יום טוב האט זיך געהאט זיין מהלך און זיין אייגענארטיגער עבודה.

א חנוכה לעכט צינדן, א מגילה ליינען, א תשעה באב, א ראש השנה. יעדע זאך איז צוגעגאנגען מיטן גאנצן ברען. ווי קען מען פארגעסן ווי תשעה באב האט מען געזעהן אויף דעם איד דעם חורבן בית המקדש. ער האט נישט געזעהן וואס טוט זיך ארום אים, ער האט נישט געהערט ווען מען האט גערעדט צו אים. וואס הייסט? דער בית המקדש איז דאך חרוב געווארן.

ווען עס איז געקומען צו חנוכה לעכט צינדן, זיין פנים האט געשיינט און געלאכטן ווי מיט טויזענט ליכט. אה, מיר האבן געוואונען די יוונים וועלכע האבן געוואלט משכיח זיין די תורה, מען האט באנייט דעם בית המקדש און געצינדן די ליכט. באמת זיין פנים האט געשטראלט פון שמחה.

אוי, ווען חודש אלול איז אנגעקומען, דעמאלס האט זיך אנגעהויבן די תשובה ביזנעס, אבער אויף אן אמת. (איך ווייס נישט פונקטליך אויף וואס ער האט תשובה געטאן, אבער עס האט אויסגעקוקט זייער ערנסט.) חודש אלול פלעגט ער פארלערנען פיר שיעורים יעדן טאג, אויסער די משניות און שולחן ערוך צופרי.

זיין ספרים שטוב און חידושי תורה

אז מען איז אריינגעקומען אין זיין שטוב אין ישיבה, ווי עס איז פריער געווען איין צימער, און שפעטער, סוף מ' יארן האט מען צוגעבויעט נאך א צימער,
זענען אלע פיר ווענט, פון ביידע צימערן, געווען באצירט מיט ספרים שענק, רוב ספרים זענען געווען אויסגעלערנט, און גאר אסאך פון זיי האבן געהאט אסאך הגהות אין זיי.

צוויי גאנצע פאליצעס זענען געווען באזעצט מיט ספרים וועלכע זענען בעצם געווען זיינע חידושי תורה וואס ער האט אליינס אפגעשריבן. און עס איז וויכטיג צו געדענקען אז די חידושי תורה נעמען נישט אריין זיינע של"ס תורות און אזוי אויך נישט זיינע תשובות. זיינע של"ס תורות פלעגט ער נישט אפשרייבן און ער פלעגט נישט מעתיק זיין זיינע תשובות פאר ער האט זיי ארויסגעשיקט, אזוי אז ביז בערך תש"ן, ווען די תלמידים האבן אנגעהויבן געהעריג אפשרייבן זיינע של"ס תורות און מעתיק זיין אלע תשובות, זענען רוב פון די חידושי תורה ליידער נישט געבליבן.

די צוויי פאליצעס מיט חידושי תורה זענען נאר די וואס ער האט יא אליינס אפגעשריבן.

(המשך יבוא בעז"ה)
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: הגאון הקדוש ר' יוחנן סופר מ'ערלוי זצוק"ל

הודעהדורך איבערלעבער » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 9:10 pm

א דאנק אייך פאר די פערזענליכע רירנדע שילדערונגען, איך האף איר וועט טאקע ממשיך זיין.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: הגאון הקדוש ר' יוחנן סופר מ'ערלוי זצוק"ל

הודעהדורך נייעס » מאנטאג פעברואר 29, 2016 9:07 am

איבערלעבער האט געשריבן:???
אין אומרים בפני המת אלא דבריו של מת!
דער נפטר האט האט זיך געפירט בכל דרכיו לפי זיין דעת תורה ווי ער האט פארשטאנען בכוונתו לשם שמים

ח"ו
דבריו של מת איז נישט קיין גרין ליין צו מתיר זיין רעדן פון אלדינגס

א מזרחיסטישער רבינער לייגט אראפ דעם נפטר ווי רב קוק, מעג מען דען חלילה נעמען רעדן קוקיסטישע שיטות יעצט?
הרבה פעמים שואלים: האם מרן הרב קוק היה מתנגד או חסידי, הרי מצד אביו היה מישיבת וולוז'ין ומצד אימו היה מחסידי חב"ד. אלא מרן הרב קוק שילב את כל העולמות, הוא היה כלל-ישראלי, התנגד לחלוקת עם ישראל לקבוצות, וכינה את הביטויים האלו, שמות הבעל (מאמרו מסע המחנות, במאמרי הראיה 76). בדומה לזה, האדמו"ר מערלוי היה ביחסים טובות מצד אחד עם העדה החרדית וסטמאר ומצד שני עם רבנים ציוניים, וגם תמך בהג"ר אריה שטרן לשמש כרבה של ירושלים. וכמובן גם עם הליטאים, הספרדים וכל החסידויות. הוא היה מאוד קרוב להג"ר עובדיה יוסף והגרי"ש אלישיב. זה החזון העתידי של עם ישראל כגוף אחד בלי חילוקים לקבוצות.
וכן האדמו"ר מערלוי, מצאצאי החת"ס שהתקרב מאוד להאדמו"ר מהר"א מבעלזא והאדמו"ר מסקווירא. הוא שילב את שני העולמות. כמתנגדים, הוא התפלל נוסח אשכנז ולא לבש גרטל אבל כחסידות, טבל במקווה כל יום, ערך טישים ורקד מצווה-טאנץ.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: הגאון הקדוש ר' יוחנן סופר מ'ערלוי זצוק"ל

הודעהדורך איבערלעבער » מאנטאג פעברואר 29, 2016 3:48 pm

אויף וועמען פרעגסטו? דער רב זצ"ל אליין האט אוודאי געהאלטן אז זיין אייגענע דעה איז אויסגעהאלטן, און אז מ'מעג רעדן דערפון.
אגב איז דאס אויך די דעה פון דעם מעינסטרים חרדי'שע אידן.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: הגאון הקדוש ר' יוחנן סופר מ'ערלוי זצוק"ל

הודעהדורך מגיד » זונטאג מאי 08, 2016 8:37 pm

זייער א שיינע הערכה רב טהור עיניים
ווען קומט די פארזעצונג?
מגיד
 
הודעות: 15
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:13 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: הגאון הקדוש ר' יוחנן סופר מ'ערלוי זצוק

הודעהדורך שלומיאל » מיטוואך יולי 20, 2016 3:39 pm

איבערלעבער האט געשריבן:א דאנק אייך פאר די פערזענליכע רירנדע שילדערונגען, איך האף איר וועט טאקע ממשיך זיין.
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל


צוריק צו ארזי הלבנון

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron