יעצט איז: פרייטאג יוני 23, 2017 1:07 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

שחיטה מונחת

תורה וחסידות, והמסתעף.

שחיטה מונחת

הודעהדורך יא יא » זונטאג אוגוסט 23, 2015 3:50 pm

איך וויל דא נאכזאגן א סטעיטמענט פונעם סאטמאר רב שליט"א (מהר"א)

איך וויל הערן וואס דער עולם (די אלע וואס האסן סתם אזוי קעגן אים זאלן פליז נישט מגיב זיין)

האט די סאטמאר רב געזאגט אזוי, איך האב עס געהערט אויף קול סאטמאר

ער האט גערעדט בנוגע וואס ק"ק קיט"ל סאטמאר מאנסי ברענגט ארויף כשרות אין מאנסי צו א העכערע מדריגה דורך דעם וואס זייי עפענען א פלייש געשעפט וואס איז אויסדריקלעך אונטער די בעלות פון קהל און נישט פון קיין יחיד

האט ער געזאגט צווישן אנדערע

איך האב אסאך מאל געטראכט אז ווען די פעטער ז"ל (הד"י מסאטמאר זצ"ל) האט געלעבט איז נישט שייך געווען צו מאכן שחיטה מונחת אזוי איז געווען היינט מיט די טעכניק און קאמפיוטערס איז עס גרינגער

ווען ס'וואלט שייך געווען שחיטה מונחת אינעם פעטער'ס צייטן וואלט ער נישט געלאזט מאכן קיין שחיטה עומדת איך זאג עס זייער קלאר ווער ס'האט אים געקענט פארשטייט דאס אויך אזוי

ווי איך פארשטיי די מעלה פון שחיטה מונחת אז די בהמה וועגט בכלל נישט אראפ אויף די מעסער איז דאך א משונהדיגן הידור אין שחיטה מילא לכוארה איז דער סאטמאר רב שליט"א הייליג גערעכט מיט די סטעיטמענט

וויל איך הערן פון אנדערע וואס זיי זאגן דערויף ?
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך טהור עיניים » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 12:26 am

ר' יא, עס איז א הידור, אבער נישט א משונה'דיגע הידור.

די הלכה זאגט קליפ און קלאר אז שחיטה עומדת איז כשר וישר לכתחילה שבלכתחילה ולמהדרין מן המהדרין. יא, אמת, אין בית המקדש פלעגט מען שחט'ן שחיטה מונחת, און דאס איז טאקע דער בעסטער וועג, אבער עומדת איז אויך 'לכתחילה'.

און ווען מען שחט עומדת וועגט עס אויך בכלל נישט אראפ אויף די מעסער ווייל די קאפ פון די בהמה איז צוגעבונדן אדער ווערט עס אונטערגעהאלטן מיט א אייזערנעם האלטער אזוי אז עס וועגט בכלל נישט, גארנישט, אראפ אויפן מעסער.

אלזא, נאכאמאל, א הידור איז עס, אבער נישט ווער ווייסט וואס.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך איבערלעבער » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 9:09 am

ר' טהור; ס'נישט פונקט אזוי ווי דו זאגסט. למעשה איז דא א ש''ך וואס זאגט אז לכתחילה דארף יא זיין מונחת און ער זאגט אז אזוי איז מבואר בגמרא. אבער די אחרונים שטעלן זיך שוין אויף דעם ש''ך אז אין די גמרא איז מבואר פארקערט. וצריך לומר אז מיטן ווארט '' לכתחילה'' האט דער ש''ך געמיינט נאר מלשון '' יותר טוב''. ודו''ק
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 284
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 68 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך עסקן » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:58 pm

אין הלכה שטייט אז עס איז בעסער לכתחילה

אבער בזמנינו וואס די בהמה קען זיך נישט ווארפן איז דא וואס זאגן אז ביידע איז אייניג
סאטמארע רבי מהר"א האלט אז אפי' בזמנינו איז מונחת א שטארקע הידור
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך יא יא » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:10 pm

לויט די תירוצים וואלט איך געזאגט אז סאטמאר רב שליט"א (הנ"ל) איז שטארק גערעכט מיט זיין מיינונג אז זיין פעטער ז"ל (הד"י מסאטמאר) וואלט דוקא אויסגעוועלט שחיטה מונחת וואס איז קלאר מער מהודר אין הלכה ווי 'איז ידוע איז די סאטמאר רב ז"ל הד"י שטארק געזוכט צו גיין מיט'ן בעסטן און מהודרדיגסטן אופן לויט די הלכה (פראקטיש גערעדט איז שווער צו זאגן אז סיי עומד און סיי מונחת זאל זיין אינגאנצן אייניג אויפ'ן מונחתדיג'ן אופן קען מען נישטאמאל טראכטן אז די בהמה ליינט זיך אן)
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך עסקן » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 11:57 am

יא יא האט געשריבן:לויט די תירוצים וואלט איך געזאגט אז סאטמאר רב שליט"א (הנ"ל) איז שטארק גערעכט מיט זיין מיינונג אז זיין פעטער ז"ל (הד"י מסאטמאר) וואלט דוקא אויסגעוועלט שחיטה מונחת וואס איז קלאר מער מהודר אין הלכה ווי 'איז ידוע איז די סאטמאר רב ז"ל הד"י שטארק געזוכט צו גיין מיט'ן בעסטן און מהודרדיגסטן אופן לויט די הלכה (פראקטיש גערעדט איז שווער צו זאגן אז סיי עומד און סיי מונחת זאל זיין אינגאנצן אייניג אויפ'ן מונחתדיג'ן אופן קען מען נישטאמאל טראכטן אז די בהמה ליינט זיך אן)


רבי איד גייט פרעגט אייך נאך בעסער
בזמנינו איז זייער אסאך תלוי אינעם מציאות ה'באקס אויב איז די באקס א גיטער דאן אין עומדת זייער גוט
אויב איז דער באקס נישט א גיטער איז מונחת אויך שווער

איך בין נישט קיין פוסק אדער א בעל מכשיר איך זאג נאר וואס אסאך שוחטים מובהקים זאגן פון פראקטיק
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך טהור עיניים » דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 1:09 am

ר' יא יא,

הערט מיך גוט אויס, אויב געהערסטו צו דעם מהר"א קאמפאני וואס שרייט אז שחיטה מונחת איז דער זאך און דעריבער וואלט זיכער דער פעטער דאס איינגעפירט, דאן ענדיג איך דא. ווייל העכער פון פארטיי איז נישט דא גארנישט. אויב אבער נישט, דאן זייט מוחל און קוקט נאך אין שמלה חדשה סי' ו', סעיפים ז' און ח', און דארט וועט איר זעהן אז שחט'ן עומדת אזוי ווי מען שחט היינט, אז דער קאפ איז צוגעבונדן אויף ארויף, אזוי אז די בהמה קען זיך כמעט נישט רירן, איז נישט קיין שום פראבלעם.

אין געוויסע מקומות מאכט גאר דעם באקס אזוי אז דער גאנצער בהמה ווערט אויפגעהויבן אין די לופט אזוי אז עס איז נישט דא קיין שום חשש. וכידוע איז דער שמלה חדשה דער פוסק אחרון ווען עס קומט צו שחיטה.

עכ"פ, שחט'ן עומדת איז כשר לכתחילה ולמהדרין. כאטש עס איז קלאר אז עס איז א שיינער הידור צו האבן שחיטה מונחת, איך מאך עס נישט אוועק. איז אבער דא פילע אנדערע זאכן ביי שחיטה וואס זענען אסאך פריער און אסאך וויכטיגע און שטייען זיכער פיל פיל העכער אויפן לייטער פון וויכטיגקייטן וואס מען דארף איינפירן און מתקן זיין ביי שחיטה.

ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווען דער דברי יואל האט געלעבט און ער וואלט ווען געקענט באמת איינפירן ביי שחיטה עס זאל זיין אזוי ווי ער האט באמת געוואלט וואלט ער גאר אסאך זאכן געטוישט פאר ער וואלט אנגעקומען צו מונחת.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך עסקן » דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:01 pm

טהור עיניים האט געשריבן:כאטש עס איז קלאר אז עס איז א שיינער הידור צו האבן שחיטה מונחת, איך מאך עס נישט אוועק. איז אבער דא פילע אנדערע זאכן ביי שחיטה וואס זענען אסאך פריער און אסאך וויכטיגע און שטייען זיכער פיל פיל העכער אויפן לייטער פון וויכטיגקייטן וואס מען דארף איינפירן און מתקן זיין ביי שחיטה.
.

פון ווי ביסטו אזוי קלאר אין דעם
ביסט באהאווענט אין שחיטה?
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:13 pm

איך בין נישט באהאוונט אין הלכות שחיטה דערפאר קען איך נישט אריינרעדן אין די עצם דיון, כ'וויל נאר אנצייגן וואס מיין אויג האט אויפגעכאפט.

דאס איז וויאזוי די אשכול הייבט זיך אן
יא יא האט געשריבן:ווען ס'וואלט שייך געווען שחיטה מונחת אינעם פעטער'ס צייטן וואלט ער נישט געלאזט מאכן קיין שחיטה עומדת איך זאג עס זייער קלאר ווער ס'האט אים געקענט פארשטייט דאס אויך אזוי


און דאס איז נאכן אנפרעגן און הערן אז ס'נישט "ממש" אזוי
יא יא האט געשריבן:לויט די תירוצים וואלט איך געזאגט אז סאטמאר רב שליט"א (הנ"ל) איז שטארק גערעכט מיט זיין מיינונג אז זיין פעטער ז"ל (הד"י מסאטמאר) וואלט דוקא אויסגעוועלט שחיטה מונחת וואס איז קלאר מער מהודר אין הלכה ווי 'איז ידוע איז די סאטמאר רב ז"ל הד"י שטארק געזוכט צו גיין מיט'ן בעסטן און מהודרדיגסטן אופן לויט די הלכה (פראקטיש גערעדט איז שווער צו זאגן אז סיי עומד און סיי מונחת זאל זיין אינגאנצן אייניג אויפ'ן מונחתדיג'ן אופן קען מען נישטאמאל טראכטן אז די בהמה ליינט זיך אן)

אין מיינע אויגן איז דא א גרויסע חילוק צווישן אויסוועלן איין סארט און נישט לאזן די צווייטע

ברוך השם
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך טהור עיניים » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 4:00 am

עסקן האט געשריבן:
טהור עיניים האט געשריבן:כאטש עס איז קלאר אז עס איז א שיינער הידור צו האבן שחיטה מונחת, איך מאך עס נישט אוועק. איז אבער דא פילע אנדערע זאכן ביי שחיטה וואס זענען אסאך פריער און אסאך וויכטיגע און שטייען זיכער פיל פיל העכער אויפן לייטער פון וויכטיגקייטן וואס מען דארף איינפירן און מתקן זיין ביי שחיטה.
.

פון ווי ביסטו אזוי קלאר אין דעם
ביסט באהאווענט אין שחיטה?


קוק נאך אין שמלה חדשה אין דעם זעלבן מקום וואס איך האב פריער אנגעצייכנט וועסטו זעהן אז עס איז א הידור. אבער נאר א הידור. נישט א גרעסערע לכתחילה אין הלכה. פארשטיי גוט, עס איז א גרויסע נפק"מ צווישן א הידור און א מער הלכה'דיגע מער לכתחילה.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך טהור עיניים » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 4:01 am

ר' כן כן, ביי מונחת קען מען אפילו נישט טראכטן אז די בהמה לאנט זיך אן, אבער די בהמה קען זיך נאך אלץ שאקלען.

און נאכאמאל, עס זענען דא וויכטיגערע זאכן ביי שחיטה וועלכע דארפן האבן אן העכערע פריאריטעט.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך יא יא » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 11:56 am

לאמיר זאגן אז ס'איז טאקע די זעלבע ממש און ס'איז נישטא קיין שום חילוק

און מ'לייגט פאר פאר רבי'ן ז"ל אונז קען מיר האבן 1) שחיטה מונחת וואס בזמניהם איז עס געווען די אויסגעהאלטענסטע און מער אויסגעהאלטן ווי עומדת אדער קענען מיר האבן די 2) שחיטה עומדת וואס בזמנינו איז עס אויך אזוי ווי מונחת

וואס וואלט ער אויסגעוועלט ?

מיין מיינונג אז ער וואלט אויסגעוועלט מונחת נישטא קיין שום סברא צו זאגן אז נישט (חוץ אז ס'גייט יעצט נתחדש ווערן.......)

סאטמאר רב שליט"א'ס מיינונג אז ער וואלט געגאנגען אזוי ווייט אז ער וואלט נישט געלאזט עומדת (מסתם ווייסט ער וואס ער רעדט -לכוארה ווייל אין שחיטה האלט ער אז די רבי וואלט געגאנגען די מערסטע עקסטרעים והבן פאר ווער ס'האט געקענט סאטמאר רב הד"י ז"ל'ס מהלך- אבער אי"ך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט צו זאגן מיט דעם וידי מסולקת צו פארענטפערן סאטמאר רב'ס דיבורים )

עכ"פ האלט איך אז די סאטמאר רב ז"ל וואלט זיכער געוואלט מונחת אויב אזוי וועל מיר אויף דעם יו"ט אי"ה זוכן צו קויפן מונחת בעז"ה
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך טהור עיניים » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 1:12 pm

איך האב קיינמאלל נישט געזאגט אז דער בעל דברי יואל וואלט נישט געוואלט ענדערש מונחת, און לכאורה איז אדמו"ר מהר"א איז גערעכט מיט דעם, אבער ער וואלט אויך נישט מסכים געווען מיט אסאך אנדערע זאכן וואס איז היינט סטאנדארט ביי שחיטה, וד"ל.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך גרויזאמער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 1:28 pm

געזען פריער א איד אין בוטשער קויפן מונחת, א גאנצן וועג ביזן רעדזשיסטיר האט ער זיך אונטערגעברימט ''נידער מיט זאלי! נידער מיט זאלי!, כ'וועל עם ווייזן!''.... איז דאס געווען יא יא? :lol:
גרויזאמער
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 110
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 4:43 pm
האט שוין געדאנקט: 34 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 26 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך יא יא » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 9:07 pm

טאמער די גוטע וויץ בארואיגט דיין געוויסנביסן אז דו ביסט ניט פון די גליקליכע וואס קענען טון וואס רבינו הק' וואלט געטון בין איך צופרידן פיל דיך בעסער

ווי זוי האט דער סאטמאר רב ז"ל (השני) געזאגט מ'דארף אלס קוקן און טראכטן וואס די פעטער וואלט געטאן אין אזא פאל
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 9:13 pm

כ'האב הנאה פון אייך ר' יאיא, איר זענט אזוי זיכער מיט אייער מסקנא (וואס איך פלאג מיר נאך עס צו פארשטיין. די אין אייער לעצטע תגובה, מיט די נומערן) אז איר האלט שוין אז יענער האט א קאמפלעקס אז זיינע דיינים (און אייערע אמאליגע) פארשטייען נישט וואס דער רבי וואלט געטון...
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך גרויזאמער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 10:33 pm

יא יא האט געשריבן:טאמער די גוטע וויץ בארואיגט דיין געוויסנביסן אז דו ביסט ניט פון די גליקליכע וואס קענען טון וואס רבינו הק' וואלט געטון בין איך צופרידן פיל דיך

:lol: :lol: :lol: :lol:
Ur cash!!!!
גרויזאמער
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 110
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 4:43 pm
האט שוין געדאנקט: 34 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 26 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך יא יא » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:13 pm

הער מיך אויס דערווייל איז דא יעדער מודה אז עכ"פ בימי החז"ל איז מונחת געווען בעסער

און פון דעם האב איך געצויגן מיין מסקנא נאכן הערן דברי התעוררות בזה פון א ערליכען יוד אז דער דברי יואל פון סאטמאר וואלט זיכער גענוצט נאר מונחת (איר מוזט נישט מסכים זיין דערצו)

(יעצט וואס די דיינים האלטן ווייס איך נישט אבער ס'מוז נישט זיין אז זיי האבן א פראבלעים מיט מונחת זיי האבן ענדערש א פראבלעים מיט אהרן טייטלבוים אבער איך וויל נישט פארדרייען די אשכול)

גראדע היינט אין ביהמ"ד האב איך גערעדט מיט א פרומען סאטמארען איד און איך האב אים איבערגעזאגט די ווערטער פון ר' אהרן זאגט ער מיר "און איך זאג דיר אז די רבי ז"ל (הד"י) וואלט בכלל נישט געגעסן קיין גסות ווען ער ווייסט ווען די אמת וואס האט זיך אפגעטון ביי די שחיטה
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך שלומיאל » מיטוואך יוני 15, 2016 11:08 am

יא יא האט געשריבן:ער האט גערעדט בנוגע וואס ק"ק קיט"ל סאטמאר מאנסי ברענגט ארויף כשרות אין מאנסי צו א העכערע מדריגה דורך דעם וואס זייי עפענען א פלייש געשעפט וואס איז אויסדריקלעך אונטער די בעלות פון קהל און נישט פון קיין יחיד

פון וואו פלעגן זיי נעמען פלייש ביז דעמאלס?
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך יא יא » מיטוואך יוני 15, 2016 2:10 pm

פון קי בוטשער
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך שלומיאל » מיטוואך יוני 15, 2016 2:29 pm

אויב אזוי פארוואס איז די נייע סאטמארע מאנסי בוטשער א העכערע דרגא אין כשרות?
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך לטובה » מיטוואך יוני 15, 2016 3:11 pm

וואס גייט טאקע פאר מיט די פלייש ביי בוטשער מהרא?
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: שחיטה מונחת

הודעהדורך יא יא » מיטוואך יוני 15, 2016 3:22 pm

שלומיאל האט געשריבן:אויב אזוי פארוואס איז די נייע סאטמארע מאנסי בוטשער א העכערע דרגא אין כשרות?


אלס מאנסי אויס

די איינציגסטע בוטשער אין מאנסי וואס באלאנגט נישט צו קיין יחיד
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל


צוריק צו עולם התורה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט