יעצט איז: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 9:04 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

אויפהערן טיילן בָּאנוּסֶעס

תורה וחסידות, והמסתעף.

אויפהערן טיילן בָּאנוּסֶעס

הודעהדורך לטובה » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:36 am

פאר ווער עס קען נאכנישט די ענגלישער שפראך, וועלן אונז ערשטנס מסביר זיין דער ווארט ‘בָּאנוּס’:

‘בָּאנוּס’ = באצאלן מער/א מתנה פאר אן ארבייטער, מער פון וואס עס קומט זיך באמת.
צום ביישפיל:
דער שטייגער פון די קעלנער )-די וואס טיילן דער עסן( אויף חתונה’ס איז, צו צוה גיין צום בעל שמחה, און אים בעטן אביסל געלט- א מתנה פאר זייער סערווירן ־ אויסער וואס זיי באקומען
פון דעם קייטרינג אליין. און אפילו זיי ווייסן גאנץ גוט אז עס קומט זיי גארנישט, )והא ראיה, דער טשונלנט איז פארברענט געווארן ווייל זיי האבן עס נאכגעלאזט...( אבער זיי פרובירן אויס צו-נוצן
דאס אפענער הארץ פון דער מחותן, און זיי פרובירן אויס צו קוועטשן דאס לעצטער פרוטה וואס דער מחותן האט צוזאם געשטעלט אין וויליאמסבורג ]מחותנים שטייט גרייט! לאזט זיך נישט...[

און צו אונזער ענין:

אויך אין עבודת ה’, אין די וועג פון עמלק צו בעטן ‘בָּאנוּססֶעס’, אבער נישט ווי די ביישפיל פון די קעלנער- וואס פאר זיי איז דער ‘בָּאנוּס’ נאר צוגעלייט צו זייער באצאל, נאר ביי עמלק איז אנדערש- זיין גאנצער פרנסה איז געבויט נאר אויף די באנוסעס וואס מיר טיילן אים פאר זיין ‘איבער-געגעבענע’ ארבייט- ווען נישט אונזער בָּאנוּסעס וואלט ער שוין פון לאנג געשטארבן...

און דער געבעטענע מסקנא; געבט נישט קיין פרנסה פאר עמלק! הערט אויף אים צו געבן באנוסעס!
און אין אנדערע ווערטער:
ווען אונז רעדן אין די טעג אויף מחיית עמלק, מיינט עס אז אונז דערמאנען זיך צו אויף הערן טיילן באנוסעס- ווייל אזוי וועט עמלק ממילא אויסגעמעקט ווערן! אבער די שטיקל איז צו שארף פאר דעם
אנפאנג, און דערפאר, ביטע ליינט ווייטער, וועט איר קענען ארויס האבן ‘דעם ענין’.
.
און יעצט וועלן מיר ערקלערן א קליין ביסל, וואס זענען די באנוסעס וואס אונז שענקען דעם עמלק.

ווען דער יצר הרע איז מצליח אונז צו אריין ווארפן אין זיין נֶעץ, און ער איז אונז מכשיל מיט א עבירה: אונזער שטייגער איז צו אים שענקען א ‘באנוס’- א צייכענונג פאר זיין גרויס הצלחה, און אלץ א ‘שטיצן
געשאנק’ פאר זיין קומעדיגר וועג...

צום ביישפיל:
ווען ער איז מצליח צו אונז מכשיל זיין מיט ביטול תורה, און ער שלעפט אונז ארויס צו א הויפט וויכטיגער שיחת-חברים וואס ציהט זיך פאר שעות לאנג- שענקען אונז אים א ‘באנוס’ פון נאך צווי דריי שעה פון
ביטול תורה, פאר אומזיסט! א פעקעדז’ דיעל...

ווען ער איז מצליח צו אונז מכשיל זיין אין גאס, און עס גייט אים גוט אונז איין צו-רעדן נישט אראפ צו נעמען די אויגן- שענקען אונז אים א ‘באנוס’, אז אין דער קומעדיגער מאל וואס מיר גייען אין גאס, זענען אונז שוין אָטָאמַאטִישׂ מזלזל אין שמירת עיניים ־ אונז זענען סייוי נישט פון די ‘עובדים’...


און אזוי ווייטער.
.
און דאס איז נאך דער אנפאנג! א ערגערע און שלעכטערע באנוס איז דא, דער ‘עצבות באנוס’:

ווען ער איז מצליח צו אונז אריין ווארפן אין זיין נעץ ־ סיי אין א איסור סיי אין א היתר ־ שענקען אונז א באנוס פון עצבות. און כדי צו צוה ענדיגן זיין געשמאק פון די נייער רויב, לייגן אונז
צוה אביסל עצבות- אונז קייען אין קאפ )אדער מיט דעם מויל( אונזער נפילה, ביז צום קומעדיגע נפילה...
.
עס ענדיגט זיך נישט דא! דער ערגסטע איז די באנוס פון מוותר זיין אויף אונזערע גוטע רצונות ]קרי: יאוש![ ווען ער איז מצליח צו אונז אראפ ווארפן פון א גוטער זאך, שענקען
אונז אים א ‘באנוס’, און אונז הערן אויף צו וועלן די גוטע זאך!

אנשטאט’ס אונז זאלן אים טויטן אויפן פלאץ, דורך א הרהור תשובה און נייער התחדשות, געבן אונז אים זיין געשמאק- עצבות און מרה שחורה... מען ענדיגט צו זיין קאניבאלישער סעודה )קאניבאל עסן מענטשן פלייש...( מיט אביסל געשמאקער קאמפאט פון חלישות הדעת און שוואכקייט... א געשמאקע נאש... )באמערקט: דאס איז נישט זיין קאמפאט, דאס איז זיין עיקר סעודה!(



עמלק - זיין גאנצער פרנסה איז געבויט נאר אויף די באנוסעס וואס מיר טיילן אים פאר זיין ‘איבער-געגעבענע’ ארבייט - ווען נישט אונזער בָּאנ סּעס ו וואלט ער שוין פון לאנג געשטארבן...

אויב ער איז מצליח צו בטל’נען א יונגערמאן פון צו לערנען א חודש צוויי, געבט אים דער יונגערמאן א ‘באנוס’, און ער איז מחליט צו אוועק שטופן זיין צייט מיט ‘בירורי ענינים’ ]אין עבודת ה’, אדער להבדיל אין לעצטיגע פאליטיק[ און הערט אויף צו פלאנען פלענער אין התמדת און ידיעת התורה...

אויב איז ער מכשיל א יונגערמאן איינס צוויי מאל, געבט אים דער יונגערמאן א באנוס- ער רופט אויס מיט א זיכערקייט אז “קדושה” איז נישט צו אונזער דור... עס צומישט די קאפ פון עבודת ה’...

און אויב איז ער מצליח אונז צו ‘צוה-קלעבן’ צום בעט ביי די צייט פון חצות פאר א שטיק צייט, און ער איז ‘מסדר’ א תירוץ ־ דער כולל שטערט אים פון אויפשטיין- שענקען אונז אים מיט גרויס כבוד א באנוס,
און אונז זענען מוותר אויף די גוטער רצונות פון אויפשטיין חצות...

אויב איז ער מצליח צו אונז שלעפן א יאר צוויי מיט זיינע שטותים, שענקען אונז אים א באנוס- אונז הערן-אויף צו חלומ’ען אין די קומעדיגע צען יאר )א צענטער...( אויף א ערנסטע און אמת’ר טויש אין
עבודת ה’.
און קורצן: א פעקעדז’ דיעל וועלט קאמפיין! קויף צווי יאר, באקום צען!
און יעצט טייערע ליינער:

עס איז נישט קיין געלעכטער, עס איז נישט א ווערטל!
די באנוס טוהט וויי דער אויבישטער, און מאכט אונז שאדן אין עבודת
ה’ מער פון אלע חטאים עוונות ופשעים!
יא, יא, איר האט ריכטיג געליינט!
ווען א יונגערמאן/בחור איז מחליט ביי זיך אויף איינע פון די דברים
שבקדושה ־ עס איז נישט פאר מיר, און הערט-אויף צו וועלן די גוטער
זאך ־ ער איז מסכים מיט זיין נייער מצב, אז אזוי וועט אויך זיין ביי די
קומעדיגער תקופה. איז ער זיך אליין מזיק, און דאס רעגט-אויף און
בייזערט דער אויבישטער, מער פון אלע עבירות וואס ער האט געטוהן
אין זיין גאנצער לעבן!
און אזוי ווי ר’ נתן שרייבט צו זיך/אונזער נשמה אין זיין תפילה, און
זאגט: )ליקוטי תפילות תפילה ס’(
"זאג נישט אז עס איז אויפגעגעבן )א יאוש( ווייל דיינע עבירות גייען נאך
דיר, און מיט זיי וועסטו פארשימלט ווערן חס ושלום. און דוה קענסט
שוין מער נישט זיך אומקערן און תשובה טוהן אויף דיינע שטותים, ווייל
דוה מיינסט אז דיינע עבירות זענען ‘אריבער דיין קאפ’ און עס איז שוין
פארלוירן דיין תכלית און ווילן.
גיוואלד גיוואלד! האב רחמנות אויף דיר, און אויף דיינע קורצע טעג וואס
דוה פארזוימסט זיך ליידיג אויף דער וועלט וואס פליעט אריבער ווי א
אויגן בליק, און זאג נישט די ווערטער, )וואס איז אויבן דערמאנט( ווייל דאס
צו טראכטן איז ערגער פון אלע דיינע עבירות! ווייל אזעלכע מחשבות,
געדאנקען, און בלבולים, רעגט-אויף )-בייזערט( דער אויבישטער מער
פון אלע חטאים עוונות ופשעים וואס דוה האסט געטוהן איבער דיין
גאנצער לעבן"!
אויב ביסטו נכשל געווארן, אויב האסטו נישט מצליח געווען, אויב
האסטו אויפגערעגט דער אויבישטער רח”ל- פארמער נישט צו אים
אויפרעגן אין א ערגערע זאך! שענק נישט דיין יצר הרע א באנוס! נישט
קיין באנוס פון עבירות, נישט קיין באנוס פון עצבות, און אודאי און
אודאי נישט קיין באנוס פון יאוש...
אנשטאט’ס אז דוה זאלסט פאלן צו די פיס פון דער קעניג ‘ותבך ותתחנן
לו להעביר את רעת היצר הרע’, גייסטו און דוה שעצט דער יצר הרע,
און דוה געבסט אים באנוסעס פון חטאים עצבות און יאוש?!... אוי וויי
וואס פאר א אומגליק...
.
אבער מיר ווייסן אויך וואס האט דיך געברענגט צו דער נארישער טעות-
טיילן באנוסעס צו דער יצר הרע:
ווייל “דו ווייסט נישט דאס גרויס רחמנות און עקסטערע גוט’ס פון
דער אויבישטער פאר אלע וואס ווילן תשובה טוהן! און אלץ וואס דער
אויבישטער וויל, איז זיך צו אומקערן און נאנט זיין צו אלע וואס בענקען,
און גראבן א וועג, צו זיך ראטעווען און אנטלויפן צום אויבישטער. און
אפילו אז די עבירות שטארקן זיך מער און מער, און די עבירות לאזן
דיר נישט צוריק קערן צום אויבירשטן, נאך-אלץ דער אויבישטערס
גרויסקייט און גוט’ס שטארקט זיך זייער זייער אויף אונז אן א שיעור
און נומער. וואס דער מויל קען דאס נישט פארשטעלן, און דער הארץ
קען נישט פארשטיין דאס גרויס רחמנות”. )דארט אין ליקוטי תפילות(
און נאך א קריטישע זאך האסטו פארגעסן! דוה האסט פארגעסן אז:
"איך האב געהערט אין ליפעוויץ ווען דער הייליגער רבי’ן האט גערעדט
דארטן מיט אנשי שלומינו, אז ער האט געזאגט: אייך קענען מאכן
תשובה? איז דען גענוג אלע אייערע טעג און אלע אייערע כח צו
פאריכטן איין פגם וואס איר האט קאליע געמאכט? נאר וואס, איך מאך
תשובה פאר אייך! און איך קען פאריכטן אלעס וואס איר האט קאליע
געמאכט ביז יעצט. נאר דער עיקר אז איר זאלט שוין מער נישט טוהן
קיין עבירות; און איך מיין נישט די שגגות, נאר דער עיקר איז אז איר
זאלט זיך אכטונג געבן פון א מזיד! און ער האט גערעדט אסאך און
מסביר געווען דעם ענין מיט א טיפקייט".
]קען זיין אז איר האט נישט פארגעסן די שיחה, נאר איר האט געהאט אפאר תורה’דיגער קשיות
אויף דעם שיחה ־ און איר האט נישט געטראפן דער למדן וואס וועט אייך אויף-ווייזן פון מדרש
און כתבי אר”י אדער אפילו פון דעם רמב”ם אליינס ־ אז דער מושג איז נישט קיין סתירה מיט דעם
מצוות התשובה וואס יעדער מוז טוהן... איז ביטע זוכט דעם למדן, און ביז-דערוייל ווארט’ס מיט
אמונה, ווייל דער וואס האט געזאגט די שיחה איז געווען א למדן עצום, און ער האט נישט אוועק
געמאכט אפילו א האר פון די חובה פון תשובה ח”ו...[
און למסקנא:
אויב וועלן אונז מצליח זיין ארויס צו גיין פון דער פורים מיט א נייער
החלטה און באשלוס אז; מ’הערט אויף צו טיילן באנוסעס צום יצר הרע-
האבן אונז שוין געענדיגט, אונז האבן שוין אלעס געטוהן! אונז האבן אים
פארשטאפט פאר עמלק זיין צינור השפע...
אין די פורים וועלן אונז נאך גיין די פיס טריט פון מרדכי הצדיק, אז
אויך ווען "יָדַע אֶת כָּל אֲשֶׁר נַעֲשָׂה” און מען זעהט אז עס איז שוין
געחתמ’עט און באשטימט ווי אונז זאלן אויסזעהן, אויך דעמאלט וועלן
אונז נישט געבן א באנוס פון יאוש, נאר "וַיִּזְעַק זְעָקָה גְדלָֹה וּמָרָה”... און
ווען אסתר המלכה האט געזאגט אז "לאֹ נִקְרֵאתִי לָבואֹ אֶל הַמֶּלֶךְ”, האט
איר מרדכי אריין געשיינט, אז זי זאל זיך נישט צו טוהן מאכן, נאר זי זאל
גיין, “וְכַאֲשֶׁר אָבַדְתִּי אָבָדְתִּי”...
צו אונז אויסלערנען, אז:
אויב עמלק האט מיר אראפ געטראסקעט פון אלע טרעפ ־ ביז צום
טויט, דארף איך אים געבן א באנוס און נישט שרייען? איך מעג שוין
נישט דערציילן צום אויבישטער ווי איז מיר ביטער די תאוות? איך מעג
נישט פלאנען א ישועה? איך מעג זיך נישט פירן אנדערש? איך מוז זיך
צוברעכן, נאכדעם אדורך פאלן און זיך צוברעכן און...
צו דען אויב לאֹ נִקְרֵאתִי לָבואֹ אֶל הַמֶּלֶךְ זֶה שְׁלושִֹׁים יוםֹ אדער שְׁלושִֹׁים
שָׁנָה, מעג איך נישט אנטלויפן צו א ווינקל אין זיך אויסגיסן דאס
הארץ? מרדכי הצדיק האט דאך געזאגט “וּמִי יודֵֹעַ אִם לְעֵת כָּזאֹת הִגַּעַתְּ
לַמַּלְכוּת”?
מִי יודֵֹעַ?
אפשר?
אודאי!
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: אויפהערן טיילן בָּאנוּסֶעס

הודעהדורך ראש הקהל » מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:02 pm

וואאא דאס איז גוט @לטובה דאס איז א ק/פ?
ימח שמו דער עמלק
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: אויפהערן טיילן בָּאנוּסֶעס

הודעהדורך גרויזאמער » מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:32 pm

געגנבט פון לדעת

rps20150225_143122.jpg
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
גרויזאמער
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 110
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 4:43 pm
האט שוין געדאנקט: 34 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 27 מאל

Re: אויפהערן טיילן בָּאנוּסֶעס

הודעהדורך Yiddish » מיטוואך פעברואר 25, 2015 3:44 pm

ברענג די צווייטע אויך ביטע
Yiddish
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 208
הצטרף: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 6:59 pm
האט שוין געדאנקט: 58 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 12 מאל


צוריק צו עולם התורה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron