Switch to full style
תורה וחסידות, והמסתעף.
שרייב א תגובה

מעג מען אפטעיפן שלא ברשות ?

מאנטאג פעברואר 16, 2015 7:39 pm

צומאל קומט אויס אז מען גייט צו לעקציעס/שיעורים וכדו' ווי מען פארבאט צו רעקארדן ווייל דער וואס גיבט די שיעור וויל נאך פארדינען פון זיינע דרשות

איז עס אסור צו רעקארדען אדער נישט ?

Re: מעג מען אפטעיפן שלא ברשות ?

דינסטאג פעברואר 17, 2015 9:13 pm

מיינסט מסתמא לצורך עצמי, יא? לכאורה איז נישט דא קיין וועג עס צו אסר'ן.

דינסטאג פעברואר 17, 2015 10:03 pm

For other ppl is usir? Y

Re: מעג מען אפטעיפן שלא ברשות ?

מוצ"ש פעברואר 21, 2015 8:16 pm

די אייגענע משפחה וכדומה הייסט צורך עצמי, צו פארשפרייטן אויפ'ן געוועב איז שוין פראבלעמאטיש.

Re: מעג מען אפטעיפן שלא ברשות ?

מוצ"ש פעברואר 21, 2015 11:01 pm

ס'איז זייער א קאמפליצירטע ענין, און בעצם וואלט איך געקענט מאריך זיין. אפשר זאל איך טאקע מאריך זיין, אבער איך ברויך האבן מער צייט פאר אזא נושא. עס זענען דא פארשידענע אנדערע חלקים אין דעם, וואס געוויסע קען מען מתיר זיין, און געוויסע נישט. ועוד חזון למועד.

Re: מעג מען אפטעיפן שלא ברשות ?

זונטאג מערץ 08, 2015 4:14 pm

זייגער האט געשריבן:ס'איז זייער א קאמפליצירטע ענין, און בעצם וואלט איך געקענט מאריך זיין. אפשר זאל איך טאקע מאריך זיין, אבער איך ברויך האבן מער צייט פאר אזא נושא. עס זענען דא פארשידענע אנדערע חלקים אין דעם, וואס געוויסע קען מען מתיר זיין, און געוויסע נישט. ועוד חזון למועד.

WOW איך האב נישט געוואוסט אז מיר האבן דא אזא גרויסן כח התורה.

Re: מעג מען אפטעיפן שלא ברשות ?

זונטאג מערץ 08, 2015 4:18 pm

איבערלעבער האט געשריבן:די אייגענע משפחה וכדומה הייסט צורך עצמי, צו פארשפרייטן אויפ'ן געוועב איז שוין פראבלעמאטיש.

פארוואס איז אייגענע משפחה מער עצמי ווי פרעמדע אידן

Re: מעג מען אפטעיפן שלא ברשות ?

מאנטאג מערץ 09, 2015 9:59 am

ס'נישט אזוי ווייט כח התורה, ווי כח הגבורה.
ויש לדקדק, וצ'ע

Re: מעג מען אפטעיפן שלא ברשות ?

מאנטאג מערץ 09, 2015 12:53 pm

זאל זיין אזוי

Re: מעג מען אפטעיפן שלא ברשות ?

מיטוואך מערץ 11, 2015 4:36 pm

בארדיטשעווער בדחן האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:די אייגענע משפחה וכדומה הייסט צורך עצמי, צו פארשפרייטן אויפ'ן געוועב איז שוין פראבלעמאטיש.

פארוואס איז אייגענע משפחה מער עצמי ווי פרעמדע אידן

א פרעמדע איד באופן אישי הייסט טאקע אויך צורך עצמי.(כ'האב דאך געשריבן וכדומה) אבער מיט פארשפרייטן פאר א רבים האקסטו אונטער זיין פרנסה. (כ'זאג נאך אלץ נישט אז ס'איז קלאר אסור, אבער פראבלעמאטיש איז עס)
שרייב א תגובה