יעצט איז: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:41 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

תורה וחסידות, והמסתעף.

וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך לטובה » מיטוואך יולי 02, 2014 10:51 am

כדי מקיים צו זיין דעם מצוה לשמוע דברי חכמים טו איך מיטן רשות פון חברי הפורום ברענגען די פארכטיגע רייד וואס עס האט געזאגט דער הייליגער צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע איבער די גרויסקייט פון זיין ראש השנה און דער אויסטערלישער זכ'י פון וויילן במחיצתו אין די טעג.

רבותי, ס'איז נאך דא גענוג צייט זיך איינצוהאנדלן א טיקעט קיין אומאן, זייט נישט קיין צועקים על לשעבר, כאפט אייך מיט און זייט זוכה צו די געוואלדיגע הבטחות פון דעם צדיק.


אמר, הָראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכּל. וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי מֵאַחַר שֶׁהַמְּקרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי וְלָמָּה לא יִזָּהרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לא יֵעָדֵר. כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק ראשׁ הַשָּׁנָה.
וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לא יֶחְסַר אִישׁ. וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל ראשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמחַ מְאד מְאד. "אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם" וְזֶה נֶאֱמַר עַל ראשׁ הַשָּׁנָה.
***
אֶחָד אָמַר לְפָנָיו שֶׁהָיָה נִיחָא לוֹ יוֹתֵר לִהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל שַׁבַּת תְּשׁוּבָה וְלא עַל ראשׁ הַשָּׁנָה כִּי אֵין לוֹ מָקוֹם לַעֲמד שָׁם בְּבֵית הַמִּדְרָשׁ וְגַם אֵין לוֹ אַכְסַנְיָא טוֹבָה לֶאֱכל וְלָלוּן וּמֵחֲמַת זֶה דַּעְתּוֹ מְבֻלְבֶּלֶת מְאד וְאֵינוֹ יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל בְּכַוָּנָה עַל כֵּן הָיָה טוֹב לְפָנָיו יוֹתֵר לִהְיוֹת אֶצְלוֹ בִּזְמַן אַחֵר וְלא בְּראשׁ הַשָּׁנָה.
הֵשִׁיב לוֹ רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן:
אִם לֶאֱכל אִם שֶׁלּא לֶאֱכל אִם לִישׁן אִם שֶׁלּא לִישׁן אִם לְהִתְפַּלֵּל אִם שֶׁלּא לְהִתְפַּלֵּל (רְצוֹנוֹ לוֹמַר שֶׁלּא לְהִתְפַּלֵּל בְּכַוָּנָה כָּרָאוּי) אַךְ וְרַק שֶׁתִּהְיוּ אֶצְלִי עַל ראשׁ הַשָּׁנָה יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה
(וּבֶאֱמֶת כָּל דְּבָרִים אֵלּוּ הַנַּ"ל הֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּפִתּוּיִים שֶׁל הַבַּעַל דָּבָר כִּי תּוֹדָה לָאֵל נִרְאֶה בְּחוּשׁ שֶׁעַל פִּי הָרב מִתְפַּלְּלִין יוֹתֵר בְּכַוָּנָה בִּכְלַל הַקִּבּוּץ הַקָּדוֹשׁ עַל ראשׁ הַשָּׁנָה מִמַּה שֶׁהָיָה מִתְפַּלֵּל בְּבֵיתוֹ).

***
עָנָה וְאָמַר הָראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זאת בְּמַתָּנָה שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה.
לא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי.

***
עִנְיַן ראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁצְּרִיכִין לִהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל ראשׁ הַשָּׁנָה דַּיְקָא אָמַר שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אפֶן אַף עַל פִּי כֵן בְּראשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם אֲבָל בְּראשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּראשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך לייבל נסתר » מיטוואך יולי 02, 2014 10:56 am

ס'דא אומזיסטע טיקעט'ס דעי יאר ?
לייבל נסתר
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 135
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 9:17 pm
האט שוין געדאנקט: 24 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 39 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך בארדיטשעווער בדחן » מיטוואך יולי 02, 2014 10:56 am

ווי אין די וועלט שטייט אז עס איז אן ענין אויך אזויפיל יאר לאחר פטירתו???

איך פרעג נישט צו מען טרעפט עס בכתבי תלמידיו ווייל דאס האב איך שוין אסאך געזעהן, איך פרעג ווי האט עס דער צדיק רבי נחמן זצוק''ל געזאגט.
בארדיטשעווער בדחן
אחראי
 
הודעות: 394
הצטרף: מיטוואך יולי 02, 2014 9:59 am
האט שוין געדאנקט: 140 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 61 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך לטובה » מיטוואך יולי 02, 2014 10:58 am

רבי נחמן האט געזאגט "קיינער פארשטייט מיר נישט, נאר נתן." מיינענדיג זיין הייליגן תלמוד רבי נתן. קענסט זיין רואיג אז רבי נתן האט אזוי פארשטאנען פון זיין רבי'ן דעמאלטס האט ער געוויסט וואס ער רעדט.

בדרך צחות, רבי נחמן האט ווייזט אויס פארגעסן צוצולייגן אז בארדישעווער בדחן פארשטייט אים אויך.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך לטובה » מיטוואך יולי 02, 2014 11:00 am

ווי באלד און ברסלב איז שמחה א ארטיקעל דערפאר קען מען זיך מאכען פאני..
ער דארף בסך הכל איינמאל א יאר פארן קיין אומאן..
קיינער קען אים מער גארנישט זאגען אין אידשקייט ווייל ער איז ברסלב'ער..
זיין רבי/קהלה/עלטערען/מסגרת/מסורה איז אים שוין גארנישט מחייב..
מען דארף מער נישט האבן קיין פרבלעם מיט די סאטמער פרעשעור..
מען קען זיך ענשויען ר"ה..
מען דארף מער נישט זאגן תהילים שובבים..
לימוד התורה איז נישט מחייב..
תיקון הכללי אינאינעןם מיט א פרק משניות א טאג איז גענוג..
ועוד ועוד..


WOW.............. אזויפיל שטותים אויף איינמאל?
זאג מיר, פון וועלכן משפיע אין ברסלב האסטו געהערט די אלע זאכן? וויפיל ברסלבע אידן קענסטו אויסרעכענען מיט נעמען אין דיין מח, וואס זאגן די אלע זאכן?
כאטש באמת, ווי געזאגט, אז פון א פריוואטן מענטש וואס רופט זיך ברסלבער קען מען נישט דן זיין, אזוי ווי דו פארשטייסט אז מען קען נישט דן זיין גאנץ סאטמאר געבויעט אויף עטליכע קליינע מוחות וואס געפינען זיך דארט, נאר אויף שיטת סאטמאר, וכן הוא לגבי שיטת ברסלב. אבער אפילו פריוואטע מענטשן אין ברסלב האב איך אויך נאכנישט געזעהן מיט די אלע "מעלות" וואס דו האסט דא אויסגערעכנט.

נאך א נדוקה אינאכט צו נעמען, די ברסלב'ע לא בשמים הוא, לאמיר זען ביי די אלע וואס האבן זיך מיט געכאפט מיטען מאוומענט או זיך אנגעהויבן ריפען ברסלב,
מיט וופיל זענענן זיי געשטיעגן?
מיט וופיל מער האבן זיי אנגעהויבן מכבד זייער ווייב? {א שטארקע נקודה און ברסלב}
חוץ אראפ נעמען זייער שיעבוד פון אלעם ביז יעצט זענענן זיי געווארן בעסער אויך? אדער נישט?


איך קען גראדע גאר אסאך מענטשן וואס האבן זיך מיט געכאפט מיט די מאוומענט, און זיי זענען געשטיגן גאר שטארק ברוחניות, מכבד מער די ווייב, נישט אראפגענומען די שיעבוד.
יעצט טראכט דו אריין וויפיל מענטשן קענסטו וואס האבן זיך מיטגעכאפט און זיי זענען געווארן שוואכער? איך רעד נישט פון וואס מען שמועסט אין די מקוה, נאר טראכט אין דיין מח וויפיל מענטשן קענסטו אפציילן מיט נעמען וואס זענען שוואכער געווארן דורך ברסלב.

:דאס איז איז נישט אמת, ווייל אר"י איז פול מיט די סארט וואס טאנצן אן די גאסן און שרייען אז זיי זענענן ברסלב, עס איז טויזענטער פון זיי, אסאך מער וופל חסידים אלע ברסלבע רבי'ס האבן אינאיינעם... אומאן איז אויך פול מיט זיי..


אין ארץ ישראל ווייס איך נישט, אבער אין אומן בין איך שוין געווען אסאך יארן כולן שוין לטובה, און דו זאלסט מיר נישט איינרעדן וואס דארט טוט זיך, עס קומען זיך צוזאם בערך 30/40 טויזנט אידן, און פון די אלע, זענען דא א סך הכל פון בערך 200 נ נח'ס וואס מאכן זיך משוגע, דאס איז די גרעסטע נומבער וואס איך קען נאר זאגן, עס איז לכאורה נאך ווייניגער, אבער דאס איז שוין ברייט גערעדט, יעצט 30,000 מיינוס 200 =29,800 און די אלע זענען נארמאלע מענטשן וואס קומען זיך אויסבעטן ראש השנה צו האבן א גוט געבענטשט יאר, טאקע אין אומן ווי רבי נחמן האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים וועט ער אים העלפן.
יעצט די אלע גייען נישט יעדער מיט א שטריימל און לאנגע בעקיטשע, עס זענען דא אלע סארט אידן יעדער גייט כמנהג אבותיו מיט די לבוש וואס ער איז אויפגעוואקסן ביי זיינע עלטערן (מען טאר דאך נישט משנה זיין) אבער זיי טאנצן נישט אויף די גאסן, זיי מאכן זיך נישט משוגע, זיי מאכן נישט קיין פאן, זיי קומען קיין אומן מיט איין ציהל, צו תשובה טוהן און זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר, איינער וואס גייט אריין ערב ראש השנה צום ציון הקדוש אין אומן, איז נישט במציאות אז ער זאל נישט מיטוויינען מיט די טרערן וואס גיסן זיך דארט פון יעדן איינעם אן אויפהער, און דערנאך ביי תפלות יעדער ביי זיין מנין מיט השתפכות הנפש.
נאר די משוגעים שטארן ארויס מער, און פון זיי מאכט מען די בילדער, און דערפאר זעהט עס אזוי אויס.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך בארדיטשעווער בדחן » מיטוואך יולי 02, 2014 11:01 am

לטובה וועמענ'ס ציטאטען ביסטו דא מעתיק?
בארדיטשעווער בדחן
אחראי
 
הודעות: 394
הצטרף: מיטוואך יולי 02, 2014 9:59 am
האט שוין געדאנקט: 140 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 61 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך לטובה » מיטוואך יולי 02, 2014 11:02 am

אמר רבינו ז"ל שמ'היכל קן ציפור' יניח ההיכל קן ציפור - וירד להיות עם אנשיו בראש השנה. (הקדמת ציון המצוינת)
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך בארדיטשעווער בדחן » מיטוואך יולי 02, 2014 11:02 am

לטובה האט געשריבן:רבי נחמן האט געזאגט "קיינער פארשטייט מיר נישט, נאר נתן." מיינענדיג זיין הייליגן תלמוד רבי נתן. קענסט זיין רואיג אז רבי נתן האט אזוי פארשטאנען פון זיין רבי'ן דעמאלטס האט ער געוויסט וואס ער רעדט.

בדרך צחות, רבי נחמן האט ווייזט אויס פארגעסן צוצולייגן אז בארדישעווער בדחן פארשטייט אים אויך.


איך בין נישט מחולק מיט די הייליגע תלמיד רבי נתן זצוק''ל חלילה, עס קוקט נאר אויס פאר די ניי צוגעקומענע חסידי ברסלב, ווי רבי נחמן האט'ס געזאגט במפורש.
בארדיטשעווער בדחן
אחראי
 
הודעות: 394
הצטרף: מיטוואך יולי 02, 2014 9:59 am
האט שוין געדאנקט: 140 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 61 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך השר מקוצי » מיטוואך יולי 02, 2014 7:38 pm

לטובה פארוואס ברענגסטו רייד פון רבי נחמן ז''ל אויף זיין ראש השנה ער האט דאך דעמאלטס נאר גערעדט בחייו, די זאגסט דאך אז זיין עיקר פארלאנג לאחר פטירתו איז פינעם הייליגען תלמיד רבי נתן ז''ל, נו ברענג עפעס פון זיינע רייד אויף גיין קיין אומאן ר''ה.
מיר טראגן נישט קיין אחריות אויף אינזערע ארטיקלען און תגובות
השר מקוצי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 234
הצטרף: פרייטאג יוני 27, 2014 2:34 pm
האט שוין געדאנקט: 52 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 02, 2014 7:57 pm

בארדיטשעווער בדחן האט געשריבן:לטובה וועמענ'ס ציטאטען ביסטו דא מעתיק?

ריטוויט.
קנאפער ידען
 
הודעות: 16
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 9:22 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 5 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך לטובה » זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:10 pm

א קונטרס וואס ווערט פארשפרייט אין די טעג.


פאַרוואָס פּונקט אומאַן?!

יצא לאור ערב ראש השנה תשע"ה


אַן אויבערפלעכליכן בליק אויפן קאַלענדער ברענגט אונז צום אַנערקענונג אַז... יאָ... אָט אָט קלאַפּט שוין ראש-השנה פון יאָר... תשע"ה! פינף-טויזנט זיבן- הונדערט פינף-אין-זיבעציג יאָר צו בריאת העולם!
מיר שטייען שוין העט ווייט אינעם אלף השישי אַריין; און... נאָך-אַלץ געפונען מיר זיך ליידער אין ביטערן גלות. עס לויפט דורך נאָך אַ יאָר און נאָך אַ יאָר, און דער גלות נעמט נישט קיין עק. דער חשכות הגלות ווערט וואָס-אַמאָל געדעכטער און טונקעלער, די ליסטע פון געפאַלענע צום טעכנאָלאָגישן יצרא דעריות ומינות – וועלכע פירט אַראָפּ יערליך צענדליגער נשמה'לעך אין שאול תחתית אַריין – ווערט ליידער גרעסער און לענגער, אַזוי אויך די אַלגעמיינע 'ירידת הדורות' ווערט וואָס-אַמאָל נידריגער און נידריגער, דער מצב קייקלט זיך באַרג אַראָפּ מיט אַזאַ שנעלן טעמפּאָ; אַזש מען קען איר קוים נאָכיאָגן. און דאס אידישע נשמה לאָזט אַרויס אַ זיפץ פון טיפן האַרצן – וועלכע קען צוטרייסלן אַלע
וועלטן – טאַטע!!! אַלע הערצער בענקן און צאַפּלן דאָך צו דיר, נו?! "מתי תמלוך בציון"; ווען?! ווען?! ווילאַנג נאָך רבונו של עולם?! ווען קומסטו שוין צוריק אַהיים – צוזאַמען מיט דיינע קינדערלעך?!

וואָס פעלט אין אונזער דור?!


אייגענטליך אַז מען קוקט זיך אַביסל צו צום מצב הדור, מען מערקט אויף די פילע ווייטאָגליכע שמערצן וועלכע פּלאָגן אונז; פאַרשטייט מען נישט גענוי: וואָס האָט דאָ פּאַסירט מיט אונזער דור?! צוליב וועלכן אורזאַך האָבן מיר זיך דערקייקלט צו אַזאַ מצב?! וואָספאַראַ – אַזוי קריטיש-וויכטיגע אינגרידיענט – האָבן מיר פאַרפּאַסט, אַז מיר זאָלן זיך פאַרדינען אַזאַ ירידה?!
אויבנאויף איז דאָך היינט די פיזישע 'שמירת התורה' אויף אַ העכערע ניוואָ ווי אַמאָליגע יאָרן, עס איז היינט דאָ מער לומדי תורה – ווי פאַרצייטנס. דער באַגריף פון עכטע "עם-הארצות" איז שוין כמעט אונטערגעגאַנגען, פון אַלע ווינקלען הילכט אָפּ אַ קול תורה, איבעראַל דאַוונט מען ערליך, אומעטום היט מען אויף 'כשרות המאכלים' און מען פּרובירט צו זיין אויסגעהאַלטן למהדרין מן המהדרין אין אַלע ענינים; די מהודר'דיגסטע תפילין; די שענסטע אתרוג, די מערסט-אויסגעהאַלטענע סוכה און ציצית א.א.וו. טאָ וואָס האָט געברענגט דערצו אַז – מיט-
דעם-אַלעם – פאַלן היינט שטיקער פון כלל ישראל?! וואָס האָט געפירט דערצו – אַז אפילו אין אידישע היימישע שטובער כאַפּן זיך ליידער אויך אַריין די בייזע שטורמישע ווינטן פון גאַס?! ווי קען זיין אַז זאַכן וועלכע זענען אַמאָל געווען האַרבער פון האַרב; איז היינט אינגאַנצן אָפּגעקילט געוואָרן און פאַרוואַנדלט געוואָרן צו אַ "מותר לכתחלה"?! ווי צום-ביישפּיל: פאַר'גוי'אישטע מאַגאַזינען וועלכע ווירבלען מיט טומאה און זוהמא – וואס אַמאָל וואָלט מען דאָס נישט אָנגערירט מיטן בלויזן האַנט – ווערן היינט געליינט חודש'ליך אין פילע פרומע שטובער א.א.וו. אַלע צענדליגע שפלות'ן וואָס אונזער דור גייט נעבעך דורך.
]מיר מיינען דאָ בכלל נישט מקטרג צו זיין חס ושלום; פאַרקערט; מיר ווילן אַרויסברענגן אַז דאָס איז דער פאַקטישער מציאות, נישט צו באַשולדיגן קיינעם[.
טאָ ווי פאַנגט זיך דאָס אַלעס אָן?! וואָס איז דער שורש וואָס פונדעם וואַקסן אַרויס די דאָזיגע דערנער?!


עס פעלט ‘וואַרעמקייט‘


ווער עס פאַרטיפט זיך אינעם סוגיא, ווערט איבערצייגט אַז דער פּראָבלעם באַשטייט פון איין איינציגע וואָרט: "קאַלטקייט". מיר זענען ליידער פאַרוואַנדלט געוואָרן אין קאַלטע פאַרגליווערטע מענטשן. מיר האָבן פאַרלוירן אונזערע אָרגינאַלע געפילן; אַזש אַז 'האַרציגקייט' – איז היינט אַ בושה, מען דאַרף זיך היינט שעמען אַרויסציווייזן עפּעס עמאָציאָנעלע הרגשים – ווי מיר וואָלטן געווען פאַבריצירט פון אייזן אָדער שטאָל
. די הערצער היינט זענען אַזוי פאַרשטיינערט און אויסגעלאָשן; אַז אויב איינער וועט זיך ערלויבן זיך אונטערטאַנצן ביי 'בואי בשלום'
– אַביסל מער ווי דער אָנגענומענע סיסטעם – וועט מען שוין צוגיין צו אים מיט אַ צינישע הערה: עס איז נישט פורים היינט?! וואָס איז דער משוגעת פון טאַנצן יעצט?! ליידער איז דער תמימות'דיגער אידישקייט אַזוי אַראָפּ געווישט געוואָרן פון דער מאַפּע; אַז טאָמער וועט אַ אינגערמאַן לערנען 'חפץ חיים' און עס אָננעמען מיט אַ תמימות'דיגע ערנסקייט, און ער וועט אויפהערן מיטצוהאַלטן מיט די לשון-הרע'לעך וועלכע די חברים פּלוידערן, וועט זיך שוין געפונען איינער וועלכער וועט זאָרגן דערצו, אים אַריינצורוימען אין אויער אַריין: מאַך זיך נישט נאַריש, דו ביסט שוין עלטער פון דעם! דו ביסט שוין אויסגעוואָקסן דעם יאָרגאַנג פון ישיבה-קטנה! אַזוי איז דער גאַנצער הלוך-ילך פון_________אידישקייט געוואָרן אַ סיסטעמאַטישער לעבנס סטיל; דער בחור האָט זיך זיין סדר היום נאָכצוקומען, דער כולל-אינגערמאַן זיין וועג און דער מיטל-יעריגער איד זיין מהלך החיים. אונטערשטע שורה: אַלע גייען אן ווי ראָבאַטן, דער חיצוניות קלאַפּט מיטן פולסטן מאָס שיינקייט – אָבער דער האַרציגער פנימיות פעלט.

‘טרוקענע אידישקייט‘ - קעגן ‘זאַפטיגע תאוות‘?!

אָט דאָס – רייסט אַוועק שטיקער, עס פאַרלענדעט און פרעסט- אויף יונג און אַלט. ווייל דאָס אייז-קאַלטע באַנעמונג גיסט נישט אַריין קיין צופרידנקייט און פרייליכקייט אינעם פשוט'ן אידישן לעבנס שטייגער, עס זעטיגט נישט דעם הונגעריגן זעהל מיט עפּעס ליכטיגע געשמאַקע געפילן. דער האַרץ איז אָנגערייצט זיך צו שפּירן גוט, צו לעבן אין אַ געשמאַקע באַ'טעמ'טע אַטמאָספער, עס ווערט נישט דערקוויקט מיט קיין טרוקענע געזעצן פון עולם המעשה. אַזוי אַז ווען דער דאָזיגער בחור'ל גייט אַרויס אין גאַס – וועלכע שטעלט אַהער אַ קאָלירפולע אויסוואַל פון רייצנדע דמיונות וועלכע שטעלן אָן אַ פנים כאילו דאָס קען באַרוהיגן און שטילן דעם אינערליכן דורשט נאָך עפּעס וואַרעמקייט – פאַלט ער אָנמאַכט און בוקט זיך דערצו.
יעדער וויל זיין וואויל
און "מה יעשה הבן שלא יחטא?!" יעדער איד וויל אינ'אמת'ן זיין ערליך און וואויל. ווען דער בחור'ל זאָל ווען באַקומען דעם אמת'ן האַרציגקייט און אָפענע צולאָזטע געפילן – אין אידישקייט – וואָלט ער ווען קיינמאָל נישט איבערגעלאָזט זיין מסורה; "לא שביק היתרא ואכיל איסורא". דער ווייטאָג איז: מען האָט אים דאָס נעבעך קיינמאָל נישט געגעבן בהיתר, מען האָט אים קיינמאָל נישט געוויזן אַ סעמפּל פון אַ צוגאָסנקייט ביים דאַווענען, פון אַ אָרגינאַלע פרייליכע רקידה – דאָרט ווי עסבאַלאַנגט נישט לויט די געזעצן פונעם סיסטעם. פאַרוואָס האָט
מען אים דאָס נישט געגעבן?! זיינע עלטערן זענען גאָרנישט שולדיג, ווייל זיי פאַרמאָגן דאָס אויך כמעט נישט! זיי זענען שוין אויך קוים אויסגעלאָפן פון אידישע לעבעדיגע געפילן.
ממילא וויבאַלד ער האָט דאָס נישט באַקומען אינדערהיים – איז ער דאָס געגאַנגען זוכן אינדרויסן; ער רעדט זיך איין – על-כל- פנים ביז דערווייל – אַז דאָרט געפונט זיך די ריכטיגע זיסקייט, די געשמאַקע תענוגים. עס וועט נאָר נעמען אַ שטיק צייט, וואס ער וועט אויסטאַפּן איין תאוה נאָכן צווייטן און זיך איבערצייגן אין זייער לעכערליכקייט, ווי אַלץ איז איין ריזיגער בלאָף, אַ הוילע דמיון וועלכע איז ליידיג פון סיפוק און רואיגקייט.

פאַרוואָס זענען מיר אַזוי פאַרטעמפּט?!

די קושיא איז איצט נאָר שווערער געוואָרן; נו וואָס איז טאַקע די סיבה צו דעם פאַרטעמפּטקייט?! וויאַזוי זענען מיר טאַקע אַזוי קאַלט געוואָרן?! מיר קענען דאָך נישט לייקענען קיין פאַקטן אַז פאַרצייטנס פלעגן אידן זיין אַזוי וואַרעם און געפיהלפול, אידישקייט איז געווען אָנגעפולט מיט לעבהאַפט און געשמאַק; אַזוי אַז עס האָט זיך קיינעם נישט פאַרגלוסט איבערצולאָזן אַזאַ גן-עדן און גיין נאָכלויפן שטותים און הבלים. אָבער היינט שטייט דאָס נאָר איין ביי געוויסע יחידי סגולה, רוב המון-עם איז זייער ווייט פון דעם. און וויפיל מיר פּרובירן אָנציוואַרעמען אונזערע געפילן, צו לעבן מיט אַ דערהויבענעם שטימונג – האַלט זיך עס אָבער נישט, עס פליהט אַוועק אַזוי שנעל ווי עס איז געקומען.
אודאי בעסער ווי גאָרנישט איז עס – אָבער דער פאַרצייטישער תמימות קענען מיר נישט אַהערשטעלן, דער אַמאָליגער פחד פון עבירה, ליבשאַפט צו אַ מצוה און וואַרעמער געפיל צום אויבערשטן – וועלכע איז געווען איינגעפלאַנצט אינעם איד פון וויגעלע – פאַרמאָגן מיר ליידער נישט. פאַרוואָס טאַקע?!
מאַנכע ערקלערן פאַרשידענע סיבות צום ירידת הדורות; זה בכה וזה בכה, אָבער אויף די אַלע סיבות ווערט אַלץ שווער די קושיא: נו?! וואָס איז די סיבה צו דעם גופא?! פאַרוואָס אַמאָל וואָלט מען געקענט ביישטיין די אַלע היינטיגע נסיונות – ווי אינטערנעט אד"ג – און היינט איז מען נישט מצליח דערין?! מיר מוזן טרעפן אַ סיבה וועלכע האָט נישט צוטון מיט אונזער בחירה, נישט מיר זענען די וועלכע זענען שולדיג דערין. נאָר אַ געוויסע יסודות'דיגע זאַך וואָס מען קען אויפווייזן שוואַרץ- אויף-ווייס אַז אַמאָל איז דאָס יאָ געווען, און מיר האָבן – מן השמים – דאָס נישט באַקומען; וואָס דאָס איז גורם די אַלע צרות און פּראָבלעמען. און דערנאָך דאַרפן מיר זוכן דעם לעזונג אויך אויף דעם, ווייל עס קען נישט זיין אַז דער אייבערשטער האָט אונז געלאָזט הפקר אויפן וואַסער, עפּעס אַ פּלאַן האט ער זיכער אָנגעגרייט פאַר אונז, מיר דאַרפן עס נאָר זוכן און נישטערן ביז מיר וועלן עס בעז"ה טרעפן.
דער הויפּט מאַנגל - ‘צדיקים‘
דער פסוק פאַרציילט אונז דעם בילד פון אחרית הימים: "והפלה ה' את מכותך", זאָגן חז"ל דעם באַדייט דערפון: "זו מיתת צדיקים". די פלא'דיגע ירידה וועלכע קומט פאָר היינטיגע דורות, דעם שרעקליכן אויסגעלאָשנקייט וואָס הערשט היינט – וועלכע איז גורם צו אַלע פּראָבלעמען פון אַלע זייטן – האָט אַ שורש, אַלעס שטאַמט פון איין זאַך: "מיתת צדיקים", מיר פאַרמאָגן נישט קיין צדיקים וועלכע זאָלן אונז באַלייכטן און אַריינשיינען אינעם טונקלקייט. אָט דאָס איז אַמאָל יאָ געווען און היינט נישטאָ. אָט דאָס האָט געפירט דערצו אַז מיר זענען געוואָרן אַזוי אויסגעטרוקנט פון יעדן מינדעסטן געפיל.

וואָס האָט מען געזעהן ביי פאַרצייטישע צדיקים?!

פאַרצייטנס זענען געווען גרויסע לייט. אין לויף פון אַלע דורות זענען געווען פיל באַקאַנטע צדיקים – אָנגעהויבן פון משה רבינו רבן של ישראל, און אַזוי ווייטער; שופטים און נביאים, תנאים און אמוראים, גאונים און ראשונים, אחרונים און פוסקים, און שפעטער דער 'אור שבעת הימים' דער הייליגער בעש"ט און זיינע הייליגע תלמידים, דער רבי ר' אלימלך און דער רבי פון לובלין, דער ראָפּשיצער רב און דער צאַנזער רב א.א.וו. זכר כל הצדיקים וקדושים לברכה.
וואס איז געווען דער ספּעציעלער כח פון די צדיקים?! דער געוואַלדיגער מאַכט פון צדיקים איז געווען: ווער עס האָט זיי נאָר אָנגעקוקט האָט געזעהן פאַר זיך אַ מענטש וועלכע זיינע פיס רירן טאַקע אָן דעם ערד קוגל, אָבער זיין קאָפּ שוועבט אין אַ העכערע וועלט, ער האָט געזעהן מיט זיינע אויגן אַז עס איז דאָ אַ באַשעפער אויף דער וועלט, ער האָט געזעהן מיט זיינע אויגן אַז דער באַשעפער איז פאָרכטיג גרויס, ער האָט געזעהן מיט זיינע אויגן אַז דער באשעפער האָט אונז ליב, ער האָט געזעהן מיט זיינע אויגן אַז דער באַשעפער האָט נישט פאַרגעסן אין אונז, ער האָט געזעהן מיט זיינע אויגן אַז דער באַשעפער טראַכט נאָך פון אונז און וויל נאָך אונזערע מעשים טובים.

דער ספּעציעלער כח פון צדיקים


וויאַזוי האָבן זיי דאָס אויפגעוויזן?! נישט מיט קיין קונצליכע דיבורים וואָס זיי האָבן גערעדט! דאָס האָבן מיר היינט אויך, מיר פאַרמאָגן אַ ברייטן אויסוואַל פון פאַרשידענע געשליפענע בעלי-דרשנים – וועלכע קענען באַצויבערן יעדן צוהערער, און נאָך-אַלץ זעען מיר אויס ווי מען זעהט אויס. אויך – נישט פון לערנען פלייסיג, אָדער פון האָבן איידעלע מדות – האָבן זיי באַזיצט אַזאַ מעכטיגן שטויס-קראַפט! אויך דאָס קען מען היינט געפונען; תלמידי חכמים און פיינע אידן מיט גוטע מדות – און פונדעסטוועגן פאַרדינען זיי נישט דעם טיטל 'צדיק', זיי קענען נישט 'מחיה מתים' זיין אונזערע געשטאָרבענע הערצער, אַריינבלאָזן לעבהאַפט אין די 'עצמות היבשות'. דער זעלטענער כח פון די צדיקים האָט געשטאַמט פון זייער געוואַלדיגן קדושה, פון זייער מורא'דיגן צדקות, וואָס דורך דעם האָבן זיי עררייכט אַ נשמה'דיגן קראַפט אַריינצושיינען אין אַ אידישע האַרץ אַ ליכטיגקייט, אויפציוועקן זיין האַרץ צו שפּירן אַז אידישקייט לעבט! דער באַשעפער לעבט! די תורה איז אמת און פאַקטיש!
דער דאָזיגער שטראַל וואָס דער צדיק האָט אַריינגעשיינט אין זיין האַרץ, האָט געפירט דערצו אַז זיין האַרץ האָט אָנגעפאַנגען פליסן מיט האַרציגע אידישע געפילן, ער האָט אָנגעהויבן שפּירן אַן אמת'ן טעם אין שבת, אַ געשמאַק אין תפילין לייגן, אַ ברען ביים דאַווענען, אַ בענקעניש צום אויבערשטן, אַ שטענדיגע שמחה מיט זיין אידישקייט א.א.וו. און אַלעס וואָס ער האָט באַקומען פון צדיק האָט ער איבערגעגעבן ווייטער, ער האָט מחנך געווען זיינע קינדער פון פריסטן יוגנט מיט דעם ליכטיגן אור. און אַזוי איז עס איבערגעגאַנגען פון איין דור צום קומענדיגן דור, און עס זענען געוואָקסן דורות דורות ערליכע תמימות'דיגע אידן יראים ושלמים.

אַ הונגער נאָך אַן אמת‘ן צדיק


היינט לעבן מיר ליידער אין אַ פאַר'יתומ'ט דור, מיר פאַרמאָגן נישט קיין אמת'ע צדיקים וועלכע זאָלן אונז אויפלעבן, אַריינגיסן אין אונז אַ הייליג חיות, ליכטיג מאַכן אונזער האַרץ מיטן 'טעמו וראו כי טוב ה'; הגם עס זענען דאָ – אויך היינט-צוטאָג – גרויסע רבי'ס ערליכע אידן וועלכע פירן אָן הייליגע קהלות, זיי פּראַווען הייליגע 'טישן' און ברענגען אַריין אין זייערע חסידים וואַרעמע הייליגע געפילן; און עס איז טאַקע זייער הייליג און טייער; פונדעסטוועגן דאָך איז דאָס נישט דער ריכטיגער 'כח הצדיקים' וואָס איז געווען אין אַלע דורות, זיי פאַרמאָגן נישט
דעם כח השפעה וואס פריערדיגע צדיקים האבן פאַרמאָגט, אַריינצושיינען אין אַלע ווינקלען פונעם חסיד'ס נשמה, אים עלעקטריזירן און אויפשאָקלען פון שלאָף, אים איבערמאַכן פונדאָסניי און אַרויפשטעלן אויפן לייטער – וועלכע איז פאַסיג צו אים; צו שטייגן אין עבודת ה' – לויט זיין אויפגאַבע אויף דער וועלט.
]עס זענען זיכער פאַרהאַן אויך היינט גרויסע צדיקים און קדושים, נאָר בעוונותינו הרבים זענען זיי באַהאַלטן פונעם פּובליקום, זיי פירן נישט קיין געמיינדעס, און זענען נישט באַקאַנט נאָר פאַר עטליכע יחידים, אבער דער המון עם ווייסט נישט פון זיי[. דערפאַר איז היינט דאָ אַזאַ קאַלטקייט אין אידישקייט, אַזאַ מצוות אנשים מלומדה'דיגע מהלך החיים, וואָס דאָס ברענגט אַלע פאַקטישע פּראָבלעמען רח"ל.

נאָך איבערגעבליבן היינט אַ פאַרצייטישער צדיק


זייענדיג אין וואָגן אונטערוועגנס פון ברסלב קיין אומאן – וואו עס זענען געפאָרן דער הייליגער רבי מיטן הייליגן תלמידפּריוואַט – האָט דער הייליגער רבי אַריינגערוימט אין אויער פון רבי נתן'ען; דעם גרעסטן האָפענונגספולע סוד, וואָס דאָס איז דער איינציגער לעזונג פאַר אונזער אָרימער דור.
דעם שמועס האָט דער רבי אָנגעפאַנגען מיט די ווערטער: "פונדעסטוועגן דאָך העלפט אייביג דער אייבערשטער פאַר אידן, און עס עקזעסטירט נישט אַזאַ זאַך ווי אַ "דור יתום". דאַן איז דער רבי אַריין אין אַ שמועס איבער די הבטחה פון רבי שמעון בן יוחאי, אַז די תורה וועט קיינמאָל נישט פאַרגעסן ווערן פון אידן דורך אים, און דער רבי האָט אויסגעפירט: "און היינט איז דאָ אַ נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה!" ] - ראשי תיבות: נחמן[ )חיי מוהר"ן סי' קפ"ט(. אַזוי אויך האָט דער רבי אַמאָל אַרום גערעדט: "אַזויפיל צדיקים – ווי דער בעש"ט און נאָך – האָבן געהאַט אַ כח ביים לעבן אַריינצושיינען אַ ליכטיגקייט אין זייערע תלמידים, אבער ווי נאָר זיי זענען נסתלק געוואָרן האָט זיך דער ליכטיגקייט געענדיגט, עס איז נישט אָנגעגאַנגען ווייטער – נאָכן פטירה – אַזאַ סאָרט קשר ווי אַ רבי צו אַ תלמיד. אָבער איך וויל מאַכן אַזאַ סאָרט זאַך וועלכע זאָל זיך ווייטער ציען אויך שפּעטער – נאָכן הסתלקות – אַז איך וועל מאַכן תלמידים און די דאָזיגע תלמידים וועלן ווייטער מאַכן תלמידים און אַזוי ווייטער לדורי דורות" )חיי מוהר"ן סי' שע"ג(. "מיין פייערל וועט שוין טוליען ביז משיח וועט קומען" )שם; סי' רכ"ט(. און אַזוי נאָך פילע אָפענע שמועסן, וואָס פון אַלע צוזאַמען שרייט זיך אַרויס: "עוד יוסף חי – עס איז נאָך דאָ אַ האפענונג!" אויך אין יאָר תשע"ה איז דאָ אַן אמת'ע פאַרצייטישע צדיק; צו וועמען מען קען זיך מדבק זיין און זיך באַהעפטן! מען קען נאָך היינט באַקומען דעם אידישן האַרציגן תמימות – אַזויווי פאַרצייטנס! עס איז דאָ אַ רעטונגס ברעט אין וועלכע מען קען זיך קלאַמערן און זיך ראַטעווען פונעם גרויזאַמען מבול פון תאוות! דער פלא'דיגער צרה פון: "והפלה ה' את מכותך – זו מיתת צדיקים", פאַרמאָגט אַ פלא'דיגן היילונג דורכן צדיק וואס האָט מעיד געווען אויף זיך: "אני איש פלא ונשמתי פלא גדול" )חיי מוהר"ן סי' רנ"ו(.

אומאַן - ראש השנה


דער דאָזיגער גרויסער צדיק –האָט אַוועקגעשטעלט אַ יסוד: דער הויפּט צייט און פּלאַץ וואָס ער טוט און פּאָרעט זיך מיט אידן, איז אין אומאַן –ראש השנה. דאָרט האָט ער געהייסן קומען לדורות עולם, וויילן און זיך געפונען נאָנט צום מקום מנוחתו הק'. גיין ערב-ראש- השנה צום הייליגן ציון זאָגן דאָרט די באַקאַנטע צען קאַפּיטלעך תהלים – אויף וועלכע ער האט צוגעזאָגט אין געגנוואַרט פון צוויי עדים, אַז ער וועט טון אַלעס אין די וועלט אַרויסצושלעפּן פון שאול-תחתית יעדן איינציגן מענטש וואס זאָגט דאָרט די צען קאַפּיטלעך תהלים – און דאַווענען ראש-השנה צוזאַמען מיטן קיבוץ אידן וועלכע קומען צו פאָרן צו אים אויף יום-טוב. דאָרט אין דעם הייליגן פּלאַץ – און אין דעם הייליגן זמן פון ראש- השנה – שיינט ער אַריין אַזעלכע הרגשים פון תשובה, אַזעלכע משונה'דיגע חרטה געפילן – וואָס איז נישטאָ צו באַקומען ביי קיין איין 'טיש', ביי קיין איין 'התעוררות דרשה' און אויך נישט ביי קיין איין אַנדערע 'ציון' אויף דער וועלט; דאָרט עפנט זיך דער קאָפּ פון אַ מענטש, ער פאַנגט אָן טראַכטן צו זיך: פאַרוואָס בין איך באַשאַפן געוואָרן?! אויף וואָס לעב איך אויף דער וועלט?! איז דאָך נאָר - ממליך צו זיין דעם אייבערשטן אויף מיר! נו ווי קוק איך אויס?! וויאַזוי האָב איך אָפּגעפּראַוועט אַ לעבן אויף דער וועלט?! אָבער צו-די-זעלבע-צייט שפּירט מען – פון די צווייטע זייט – אַזוינע זעלטענע אהבה'דיגע און אמונה'דיגע הרגשים – וועלכע ווערן אַריינגעבויעט און איינגעפלאַנצט טיף אינערליך אין האַרץ – ווי: דער באַשעפער לעבט! ער טראַכט פון מיר פיר-אין-צוואָנציג שעה! דער אייבערשטער איז מיט מיר איבעראָל! ער וויל מיר! ער האָט מיר ליב! ער פאַרשטייט מיר מיט מיינע אַלע שוואַכקייטן! ער איז אויף מיין זייט! ער זוכט מיר נישט צו כאַפּן ביי עוולות; פאַרקערט; ער וויל מיר נאָר באַגיסן מיט גוטס – דערפאַר וויל ער איך זאָל היטן זיין זיסע תורה! א.א.וו.

פון די סימנים אויף ביאת המשיח בקרוב


אַן אור-אַלטע 'קבלה' אין ברסלב )נשמע כמ"פ מפי הרה"ח ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א( לויטעט: "איידער משיח וועט קומען וועלן פאָרן צענדליגע טויזנטע אידן קיין אומאַן – ראש-השנה, אַזש מען וועט מוזן דינגן וועכטער זאָלן שטיין ביים ציון און פאַרזיכערן אַז יעדער האָט דעם געלעגנהייט אַריבערצוגיין ערב- ראש-השנה ביים ציון". היינט איז שוין געקומען דער צייט – וואָס דער דאָזיגע נבואה ווערט פארווירקליכט פאַר אונזערע אויגן, יעדעס יאָר שטייגט דער מעגאַ נומער – כן ירבו – פון טויזנטער טויזנטער אידן פון איבער אַלע עקן וועלט – וועלכע קומען זיך צונויף אויפן רוף פונעם גרויסן פּאַסטוך, אַלע פליען קיין אומאַן זיך שיצן אונטערן שאָטן פון דעם ברייט-פאַרצווייגטן בוים – וואָס אונטער זיין שאָטן געפונט יעדער איד אַ באַשיצטע אָרט, יעדער איד שפּירט זיך אין אומאַן ווי אַ 'בן יחיד', כאילו דער צדיק האָט נאָר אים אינזין און פּאָרעט זיך מיט אים פּריוואַט. עס זעהט זיך אָן אַ קאָלירפולן עולם – פון יונגען בעלי תשובה – ביז עלטערע אידן, צדיקים, תלמידי חכמים און עובדי ה'. שטייען זיי אַלע ביים הייליגן ציון צאַמגעפּרעסט איינער צום אַנדערן, נישטאָ קיין פּלאַץ אפילו אַריינצולייגן אַ נאָדל דאָרט. שעות לאַנג שטייט מען אויף די פיס, און די צעקות און בכיות רייסן הימלען.

פון אַלעמענס אויגן גיסט זיך טרערן ווי וואַסער, יעדער רעדט זיך אויס זיין האַרץ פאַרן אייבערשטן מיטן גרעסטן מאָס אָפנקייט. עס קוקט אויס כאילו די גאַנצע וועלט איז געשטאָרבן; קיינער לויפט נישט אין ערגעץ, קיינעם אינטערסירט נישט גאָרנישט, נישטאָ קיין הו-האַ, נישטאָ קיין סעלפאָון און אימעיל. אויף וואָס שרייט מען דאָרט?! אויף געלט? געזונט? נחת? אפשר אויף דעם אויך – אָבער דאָס איז ממש נישט די זאַך דאָרט; אויב הערט מען זיך אַביסל אונטער כאַפּט מען אַ שאָק: אַלע אַלע שרייען אויף איין זאַך: 'גלות הנפש'. זיי שרייען: טאַטע! איך וויל זיין אַן ערליכער איד! איך בין אַזוי ווייט פון דיר! וואָס עס איז געווען – ביז איצט – איז געווען; העלף מיר פון יעצט און ווייטער אָנצופאַנגען אַ ניי בלעטל פון ריכטיגע נאָנטקייט צו דיר! א.א.וו. יעדער מיט זיין רוחניות'דיגע פּעקל.

מענטשן וואָס האָבן בכלל נישט געוואוסט אַז זיי פאַרמאָגן אַ האַרץ – ווערן דאָס דאָרט געוואויר – ווען פּלוצלינג נעמט זיך שטראָמען פון זייערע אויגן אַ קוואַל פון רייניגונגס טרערן, הרגשים וועלכע זיי האָבן קיינמאָל נישט געקענט מיטן נאָמען – ווערן אויפאַמאָל אַנטדעקט, וואס אויך אהיים קומענדיג באגלייטן די געפיהלן זיך אויסצורעדן דאס הארץ פארן אייבערשטן כסדר, זיך פרייען אז מען איז א אידיש קינד א.א.וו.

אויב מיר ווילן, איז היינט נישט - ‘דור יתום‘!

אומאַן ראש-השנה – דאס לעצט-פאַרבליבענע מעדיצין פאַרן דור, דער איינציגער תקוה וואָס מיר פאַרמאָגן נאָך צו ראַטעווען אונזערע קינדער פון די היינטיגע ביטערע נסיונות, דער שטערקסטער פּאַנצער אַראָפּצוגליטשן פון אונז די פאַר'סמ'טע פיילן פונעם בעל-דבר. דאָרט באַקומט מען אידישע וואַרעמקייט – אַנטקעגן די וואַרעמקייט פון גאַס, אידישע ליבשאַפט – אַנטקעגן ליבשאַפט פון די גאַס, אידישע פאַרגעניגן און געשמאַק – אַנטקעגן גוי'אישע פאַרגעניגן און געשמאַק. דאָרט הייבן מיר אָן לעבן – און באַלעבן – מיטן אייבערשטן און זיין תורה, אויף אַ געשמאַקע באַ'טעמ'טע אופן, ביז ביאת המשיח במהרה אמן.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך ראש הקהל » זונטאג אוגוסט 10, 2014 5:23 pm

ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך לטובה » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:51 pm

בס"ד
ראש השנה אין אומאן
קיין גרעסערס דערפון איז נישט פארהאנען!!!
עס איז באקאנט אז דער הייליגער צדיק הרה״ק ר' נחמן
מברסלב זצוקללה״ה האט זייער שטארק גערעדט און
אנגעזאגט צו קומען צו איהם אויף ראש השנה.
פארציילט זיין תלמיד הרה״ק ר' נתן זצ״ל אין ספר חיי
מוהר״ן, אז עס איז אמאל אריינגעקומען צו ר׳ נחמן זצ״ל
א איד, און יענער האט זיך אפגערעדט אז ער וואלט ווען
געהאט חשק צו קומען צום רבי'ן אויף א צווייטן
געלעגנהייט - נישט אויף ר״ה, ווייל ראש השנה צוליב
דעם וואס עס איז דא אזא גרויסער עולם, האט ער נישט
קיין געהעריגען פלאץ אין ביהמ״ד צו זיצן, און אויך האט
ער נישט קיין גוטן פלאץ אוואו צו שלאפן באקוועם, און
דאס נעמט איהם צו דעם רואיגקייט און עס שטערט
איהם פון דאווענען מיט כונה, דערפאר האט יענער
פארגעשלאגן פארן רבי'ן אז ער וועט קומען צו פארן
אויף שבת שובה.
ר' נחמן הערט אויס יענעם איד, און ער רופט זיך אהן
צו יענעם מיט דעם לשון: ״יא עסן נישט עסן, יא שלאפן
נישט שלאפן, יא דאווענען נישט דאווענען ]ד.מ. נישט
דאווענען מיט געהעריגע כוונה[ אבי דו זאלסט זיין ביי
מיר אויף ראש השנה, יהיה איך שיהיה"!!!
דער איד נאכן הערן אזעלכע קלארע רייד פונעם צדיק,
האט שוין גארנישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זיינע
פריוואטע גשמית'דיגע און רוחניות'דיגע
באקוועמליכקייטן, זעהענדיג אז דא רעדט זיך פון אזא
הויכן ענין וואס איז אינגאנצן העכער פון אונזער
פארשטאנד; און וויאזוי דאס דאווענען דארטן קוקט נאר
אויס, איז עס פונדעסטוועגן נאך אלץ די גרעסטע זכיה,
צו פארן אהין אויף ראש השנה.
און אינ'אמת'ן פירט אויס ר' נתן זצ״ל - זעהט מען
בחוש פונקט פארקערט, אז דארטן אין אומאן דאווענט
מען אסאך בעסער ווי אינדערהיים, און די אלע
אויבנדערמאנטע חששות זענען נאר דמיונות, וואס דער
בעל דבר מאכט אזא אויג פארבלענדעניש כדי צוריק צו
האלטן דעם מענטש פון אזא גרויסע זכיה וואס איז אין
לשער.
)חיי מוהר״ן סי׳ ת״ד(
* * *
פילע אוסדרוקן און שבחים - האט דער צדיק הרה״ק
רבי נחמן מברסלב זצוקללה״ה - זיך אויסגעדרוקט איבער
די גרויסקייט פון קומען צו איהם אויף ראש השנה,
עטוואס דערפון איז געווארן אראפ געשריבן דורך זיין
תלמיד הרה״ק ר' נתן זצ״ל, צווישען זיי איז דא א
געוואלדיגן ווארט וואס ער האט זיך איינמאל
אויסגעדרוקט מיט דעם לשון: ״מיין ראש השנה איז א
גרויסער חידוש! דער אייבערשטער ווייסט, אז דאס איז
נישט קיין ירושה פון מיינע אבות, נאר דער אייבערשטער
האט מיר דאס געגעבען א מתנה, אז איך ווייס וואס איז
ראש השנה! לא מיבעיא עטץ אלע זענט אוודאי
אפהענגיק אין מיין ראש השנה, נאר אפילו די גאנצע
וועלט איז אפהענגיק אין מיין ראש השנה!!!
ביי א צווייטע געלעגענהייט האט ער זיך אנגערופען
מיט אט דעם לשון: ״מיין ר״ה איז איבער אלעס! און איך
וואונדער מיר, וויבאלד מיינע מענטשען גלייבען דאך אין
מיר, איז פארוואס זענען זיי נישט אלע געווארנט צו זיין
ביי מיר אויף ר״ה, און קיינער זאל נישט פעלען?! ווייל
מיין גאנצע זאך איז נאר ראש השנה! און ווער ס'איז זוכה
צו זיין ביי מיר אויף ר״ה דארף זיך זייער זייער פרייען!
אכלו מעדנים ושתו ממתקים כי חדות ה' היא מעוזכם".
* * *
ערב ראש השנה שנת תקע״א. אומאן.
דער עולם חסידים שטייען מיט א ציטער און פארכט
ביים טיש פון זייער רבי'ן דער גרויסער צדיק הרה״ק רבי
נחמן ברסלב׳ער זצוקללה״ה.
דעם רבי'נס געזונד צושטאנד האט זיך לעצטענס זייער
שטארק פארערגערט, שוין א תקופה פון דריי יאר וואס
דער רבי ליידט פון א לונגען אנטצינדונג, דער מצב ווערט
נאר ערגער פון טאג צו טאג, דער רבי אליינס רעדט שוין
אפען פון דעם אז זיינע טעג זענען געציילטע און אז מען
קען זיך שוין גרייטן צו זיין הסתלקות. עטליכע טעג פאר
ראש השנה האט ער שוין אנגעזאגט ענינים אויף נאכן
פטירה. דער עולם איז שטארק פארציטערט און
באזארגט.
שטייט דער עולם ארום דעם טיש פונעם רבי'ן מיט
קוויטלעך און פדיונות אין די הענט, זיך מזכיר צו זיין
ביים רבי'ן אין אזא פארכטיגן טאג ווי ערב ראש השנה.
אט הערט מען וויאזוי דער רבי רופט זיך אהן פרעגנ'דיג:
״אוואו איז ר' ליפא נעמירובער״? ״פארוואס איז ער נישט
געקומען אויף ראש השנה״?! ר' נפתלי דער גרויסער
תלמיד - רופט זיך אהן צום רבי'ן: ״ר' ליפא האט נישט
געקענט קומען צוליב א וויכטיגער ענין״. ער פארציילט
פארן רבי'ן אלע פרטים אין וועלכע ר' ליפא איז עוסק אין
א גרויסע זאך. אבער דער רבי נעמט נישט אהן דעם
תירוץ, עס איז קענטיג אויפ'ן רבי'ן אז ער איז זייער בייז
אויף איהם.
אט פאנגט אן דער רבי צו שמועסן פון ר' אהרן ז״ל -
דער רב פון ברסלב - פונעם רבי'נס גרויסע תלמידים
וועלכער איז אויך נישט געקומען צו פארן אויף ראש
השנה. ער האט גרויסע שוועריקייטן צו קומען אויף ר״ה,
דערפאר איז ער געקומען צום רבי'ן בעפאר ר״ה, און
פארציילט פארן רבי'ן זיינע שוועריקייטן וואס ער האט
אויף צו קומען, און געפרעגט דעם רבי'ן וואס צו טון, און
דער רבי האט איהם געהייסן אהיים פארן און ער זאל
נישט קומען אויף ר״ה. אבער דער רבי האט איהם
צוגעלייגט: ״איך קען זיך נישט פארשטעלן דעם צער
וואס איך וועל האבן פון דעם אז דו וועסט נישט דא זיין
אויף ראש השנה״! אויב אזוי - האט ער גענטפערט -
בלייב איך יא דא אויף ראש השנה! אבער דער רבי איז
נישט מסכים, און ער האט איהם אהיים געשיקט.
יעצט ערב ראש השנה שטייענדיג ארום גענומען מיט
די תלמידים, צושמועסט זיך דער רבי איבער איהם,
זאגענדיג: ״אויף איהם איז א גרויס רחמנות, ער האט
דאך אמת'דיג געוואלט דא זיין אויף ר״ה, און איז געווארן
אפגעהאלטן".
דאן שטעלט זיך דער רבי אפ, און רופט אויס מיט א
שטארקן ציטערדיגן קול פון טיפעניש פון הארץ אט מיט
דעם לשון:
״ווי אזוי זאל איך אייך זאגן?! קיין גרעסערס דערפון איז
נישט פארהאנען״!!!
״איי אנדערע גוטע יודען זאגען נישט אזוי?! – ]אז ביי
זיי איז נישט אזא גרויסער חיוב צו זיין ביי זיי אויף ראש
השנה[ איז נאך א קשיא״!!!
״מיין גאנצע זאך איז נאר ראש השנה״!!!
״אויף ר״ה דארפן אלע זיין״!!!
אזוי רעדט דער רבי ארום פארשידענע לשונות פונעם
גרויסקייט און טייערקייט צו זיין ביי איהם אויף ראש
השנה, ווען בשעת'ן רעדן פאכעט דער רבי מיט זיין
הייליגן האנד מיט מורא'דיגע תנועות, אנדייטענדיג אז דא
רעדט זיך פון גאר גאר הויכע תיקונים וואס ער פירט
דורך ראש השנה - פאר די אלע וועלכע וויילן ביי אים
דעמאלט.
דער הייליגער תלמיד הרה״ק ר' נתן זצ״ל - שילדערנדיג
די מעשה - גיבט צו פארשטיין, אז ביי דעם געלעגנהייט
האט מען פארשטאנען פון זיינע ווערטער עטליכע זאכן.
ערשטנס - האט מען נאכאמאל געזען דעם געוואלדיגן
חיוב צו זיין ביי איהם אויף ר״ה. וואס מען קען עס
גארנישט מסביר זיין בכתב די געוואלדיגע תנועות וואס
דער רבי ר' נחמן זצ״ל האט דעמאלט געמאכט, ווען ער
האט מפליג געווען אינעם גרויסן זאך צו זיין ביי איהם
אויף ראש השנה.
צווייטנס - האט מען דעמאלט פארשטאנען - שרייבט
ר' נתן זצ״ל, אז ער וויל שטארק אז מען זאל קומען צו
איהם קיין אומאן אויף ראש השנה שטענדיג ״אויך היינט
נאך זיין הסתלקות״, און עס איז נישטא קיין גרעסערע
זאך פון דעם - אנזאגנדיג דערויף מיט אזעלכע מוראדיגע
ווערטער און געוואלדיגע תנועות דעם לעצטן ערב ר״ה
בחיים חיותו ווען ער איז שוין געווען אזוי סמוך
להסתלקותו הק׳ ווי ער אליינס האט שוין גערעדט
דערפון - וואס דערפאר האט זיך דאס געהערט ווי א
צוואה לדורות ״אז אויף ראש השנה דארפן אלע זיין״.

חיי מוהר״ן סי׳ ת״ו - ר״כ.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך לטובה » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:56 pm

בס"ד
בערב ראש השנה דיבר עמנו מהרב מברסלב שלא היה על
ראש השנה אז באומאן. ואמר לנו: 'מה אומר לכם אין דבר
גדול מזה - היינו להיות אצלי על ראש השנה. אף על פי ששאר
צדיקים אינם אומרים כך, כי אצלם אינו חיוב גדול כל כך
להיות אצלם על ראש השנה, הרי עוד קשיא אחת'. ]כלומר,
בלא זה כבר מקשים עליו קושיות הרבה תמיד, ויהיה קשה
עליו עוד קושיא זו גם כן - מה שהוא מזהיר ביותר להיות אצלו
על ראש השנה דייקא, יותר משאר הגדולים[.
ואמר: שכל עסקו הוא רק ראש השנה! והפליג אז מאוד מאוד
להיות אצלו בראש השנה, ואמר בלשון אשכנז בזו הלשון:
"וואס זאל איך אייך זאגין קיין גרעסערס דער פון איז ניט
פארהנדן, אי אנדערי זאגין ניט אזוי, נא איז נאך אקשיא, גאר
מיין זאך איז ראש השנה" ]מה אומר לכם, אין דבר גדול מזה!
מדוע אחרים אינם אומרים כך? נו זה עוד קושיא, כל ענייני
הוא ראש השנה![.
גם כבר אמר: "אויף ראש השנה דארפן אלע זיין" ]על ראש
השנה כולם צריכים להיות![.
וכל זה היה באומאן בראש השנה האחרון שאז דיבר עימנו
זאת, וגם מכבר דיבר עימנו הרבה, שהוא מזהיר ומצווה לכל מי
שרוצה לשמוע ולציית אותו - שיהיה אצלו על ראש השנה.
ואמר שהיו צריכין לעשות כרוז וכו' כמבואר במקום אחר;
ודיבר מזה הרבה כמה פעמים. )חיי מוהר"ן סימן רכ(.
"כל העניין שלי הוא רק ראש השנה - איש לא יעדר!"
אמר: הראש השנה שלי עולה על הכל! והיה פלא אצלי, מאחר
שהמקורבים שלי מאמינים לי ולמה לא יזהרו כל האנשים
המקורבים אלי שיהיו כולם על ראש השנה איש לא יעדר?! - כי
כל עניין שלי הוא רק ראש השנה!
והזהיר לעשות כרוז, שכל מי שסר אל משמעתו ומקורב אליו -
יהיה על ראש השנה אצלו, לא יחסר איש!
ומי שזוכה להיות על ראש השנה, ראוי לו לשמוח מאוד מאוד -
"אכלו מעדנים ושתו ממתקים כי חדוות ה' היא מעוזכם", וזה
נאמר על ראש השנה. )חיי מוהר"ן סימן תג(.
אחד אמר לפניו שהיה ניחא ]נוח[ לו יותר להיות אצלו על
'שבת תשובה' ולא על ראש השנה, כי אין לו מקום לעמוד שם
בבית המדרש וגם אין לו אכסניא טובה לאכול וללון, ומחמת
זה דעתו מבולבלת מאוד ואינו יכול להתפלל בכוונה, על כן היה
טוב לפניו יותר להיות אצלו בזמן אחר ולא בראש השנה.
השיב לו רבינו ז"ל בזו הלשון: אם לאכול אם שלא לאכול, אם
לישון אם שלא לישון, אם להתפלל אם שלא להתפלל )רצונו
לומר שלא להתפלל בכוונה כראוי( - אך ורק שתהיו אצלי על
ראש השנה יהיה איך שיהיה! ]ואמר בלשון אשכנז בזו הלשון:
יא עסין ניט עסין, יא שלאפין ניט שלאפין, יא דאווינען ניט
דאווינען, אבי דו זאלסט ביי מיר זיין אויף ראש השנה[.
)ובאמת כל דברים אלו הנ"ל הם רק דמיונות ופתויים של הבעל
דבר - כי תהילה לאל נראה בחוש שעל פי הרוב מתפללין יותר
בכוונה בכלל הקיבוץ הקדוש על ראש השנה, ממה שהיה
מתפלל בביתו(. )חיי מוהר"ן סימן תד(.
ענה ואמר: הראש השנה שלי הוא חידוש גדול, וה' יתברך יודע
שאין הדבר הזה בירושה מאבותי, רק ה' יתברך נתן לי זאת
במתנה - שאני יודע מהו ראש השנה!
לא מבעיא אתם כולכם בוודאי תלויין בראש השנה שלי - אלא
אפילו כל העולם כולו תלוי בראש השנה שלי. )חיי מוהר"ן
סימן תה(.
בערב ראש השנה האחרון באומאן, עמדנו לפניו בעת שנתנו לו
הצעטליך ]קוויטלאך[ שלנו ומעות על פדיון. אז שאל על איש
אחד מנעמרוב שלא בא על ראש השנה, והתחיל ר' נפתלי
לתרצו, ולא קיבל הדברים והקפיד עליו מאוד.
ואחר כך דיבר עוד מאחד שלא בא על ראש השנה מחמת
ריבוי מניעות, ומחמת זה נסע לרבינו ז"ל קודם ראש השנה
וסיפר לו המניעות, וציווה לו רבינו ז"ל בעצמו לשוב לביתו ולא
יהיה אצלו על ראש השנה. וזה האיש היה מגדולי החשובים,
והיה צר לו מאוד מה שלא יזכה להיות נמנה עמנו בראש השנה,
והתחיל להתעקש לפניו ז"ל שלא ישוב לביתו רק ישאר אצלו
על ראש השנה, ולא נתרצה הוא ז"ל בדבריו וגירשו לביתו. ואז
אמר לו רבינו ז"ל: 'איני יכול לצייר לעצמי הצער הזה מה
שאתה לא תהיה אצלי על ראש השנה'. ואמר לו האיש הנ"ל,
אם כן אשאר בכאן, ולא הסכים, ושב לביתו. אחר כך בערב
ראש השנה דיבר עמנו מזה, ואמר שעליו יש רחמנות גדול - כי
רצה באמת להיות כאן על ראש השנה, אך נמנע מחמת הנ"ל.
אין דבר גדול מלהיות באומאן ראש השנה
אחר כך ענה הוא ז"ל ואמר בקול חזק מעומק הלב: 'ומה אומר
לכם, אין דבר גדול מזה!' - היינו מלהיות אצלו על ראש השנה.
ואמר בזו הלשון, בקול זיע סגיא: ווי אזוי זאל איך אייך זאגין,
קיין גרעסערס דער פון איז ניט פאר האנין. איי אנדערע גוטע
יודין זאגין ניט אזוי, איז נאך אקשיא ]מה אומר לכם אין דבר
גדול מזה! ואם צדיקים אחרים אינם אומרים כך? אז עוד
קשיא[.
)כלומר, הלא בלא זה כבר מקשין עליו קושיות הרבה, ויהיה
קשה עוד קושיא זאת גם כן - מה שהקפיד כל כך להיות אצלו
על ראש השנה דייקא(.
ומכלל דבריו הקדושים שדיבר אז עמנו למדנו כמה דברים:
למדנו עוד הפעם עוצם גודל החיוב להיות אצלו על ראש
השנה, כי אף על פי שידענו זאת מכבר, אף על פי כן מריבוי
דבריו הקדושים אז בזה ומתנועותיו הנוראות אז - הבינו עוצם
החיוב יותר ויותר שאי אפשר לבאר זאת בכתב.
וגם אז למדנו, שרצונו חזק להיות אצלו באומאן על ראש
השנה תמיד לאחר הסתלקותו, ושאין דבר גדול מזה!
וגם למדנו כמה צריכין לחזק לשבר המניעות מדבר שבקדושה,
בפרט המניעות מלהיות על ראש השנה - שצריכים לשברם
ביותר ולהיות דייקא על ראש השנה, עד שאפילו אם הוא ז"ל
בעצמו מצווה ומסכים לבלי להיות אצלו על ראש השנה -
חלילה להסתכל על זה. וצריכין ליזהר מאוד לבלי לשאול אותו
שום שאלה על זה, כי הוא ישיב בוודאי לבלי להיות - ואף על
פי כן בנקודת האמת לאמתו צריכין להיות דייקא ]וכן הוא נוהג
לדורות[.
ועניין זה נוגע למה שאמרו רבותינו ז"ל: 'בדרך שאדם רוצה
לילך מוליכין אותו', כמו שפירש רש"י והוא מדברי רבותינו ז"ל
על פסוק: "לך עם האנשים", וכן בשילוח מרגלים שהוכרח
משה רבינו ע"ה בעצמו לשולחם, אף על פי שבאמת רצונו לא
היה כלל בזה. ועניין זה ראינו מרבינו ז"ל כמה פעמים בפרט
בעניין ראש השנה, שהיו אנשים שהיו להם מניעות מלהיות
אצלו על ראש השנה, ושאלו אותו בעצמו, והשיב להם שלא
יהיו על ראש השנה. והתחילו להתעקש - הלא שמענו מכם
גודל האזהרה להיות אצלכם על ראש השנה, ועשה עצמו
כמקפיד עליהם, וגער בהם שלא ידברו יותר, וכן עשו ולא באו
על ראש השנה.
ואף על פי כן אנחנו זכינו להיות רגילים לעמוד לפניו, שמענו
והבנו ברמז ובפרוש שפנימיות רצונו אינו נוחה בזה כלל - רק
הוא מוכרח לומר להם כך מחמת ששואלים אותו על זה; ויש
בזה הרבה לספר, ומעט מזה יתבאר במקום אחר.
וכן הוא נוהג לדורות, שכששואלין להרב והמנהיג על דבר שיש
בו כעין מסירות נפש - צריך להשיב לאו, אף על פי שבאמת
לאמתו רצונו שימסור נפשו וישבר כל המניעות.
על כן מי שרוצה להתקרב ולשבר המניעות באמת לאמתו,
צריך ליזהר מאוד לבלי לשאול אותו בזה כלל; ועוד תבין עניין
זה במקומות אחרים שמדברים מעניינים כאלה, והבן מאד. )חיי
מוהר"ן סימן תו(.
להיות יהודי כשר? סע לאומאן
לעניין ראש השנה שצריכין להיות אצלו על ראש השנה דייקא.
אמר שיכולין אז אנשים לקבל תיקונים, מה שבכל השנה לא
היה באפשר שיהיה להם תיקון בשום אופן - אף על פי כן
בראש השנה יכולין אפילו הם לקבל תיקון, אף על פי שבכל
השנה אפילו הוא בעצמו ז"ל לא היה יכול לתקנם, אבל בראש
השנה גם הם יכולים לקבל תיקונים! כי אמר שהוא עושה
בראש השנה עניינים ותיקונים - מה שבכל השנה גם הוא אינו
יכול לעשות. )חיי מוהר"ן סוף סימן תו(.
כל ימי הקיץ היה מצפה מאוד שנהיה שם בראש השנה - כי
העיקר הוא אצלו ראש השנה! ואמר, שכל עיסקו הוא ראש
השנה. )חיי מוהר"ן סימן ריט(.
שמעתי שפעם אחת עמד בערב ראש השנה אחר הסליחות
ואמר: אנשים אחרים היו מרוצים שיהיה להם ראש השנה -
כמו ערב ראש השנה שהיה לכם. )חיי מוהר"ן סימן שה(.
עוד שמעתי בעניין אחר: כל מה שהצדיק מצווה לעשות - צריך
לקיים. רק כשמצווה שלא ליסע על ראש השנה אצלו - זה אין
צריך לקיים. )שיחות הר"ן סימן ריד(.
אמר: אצלי העיקר הוא ראש השנה. ותיכף כשחולף ועובר
ראש השנה, אני מטה אוזני ושומע אם מכין בכותל לעורר
לסליחות לשנה הבאה - כי אין שום זמן כלל, כי כל השנה חולף
ועובר כהרף עין. )שיחות הר"ן סימן רטו(.
שמעתי מפיו הקדוש שהיה כתוב אצלו תורה על עניין ראש
השנה שצריכין לנסוע לצדיקים על ראש השנה והיה מבואר
שם מעניין שלשה ראשים שמתקבצין בראש השנה כשזוכין אז.
להיות אצל הצדיק כי הצדיק הוא בחינת ראש, כי הוא ראש בני
ישראל וראש השנה הוא גם כן בחינת ראש, כי הוא ראש השנה
וכל אחד בא עם מוחו ודעתו להצדיק ומקשר דעתו ומוחו
שבראשו שזהו גם כן בחינת ראש להצדיק שהוא ראש בני
ישראל בראש השנה נמצא שנתקבצו שלשה ראשים יחד והיה
לו בזה תורה שלמה, ולא זכיתי לקבלה. )ליקוטי מוהר"ן חלק ב,
סימן צד(.
לעניין הנסיעה לאומאן על ראש השנה אמר מוהרנ"ת זצוק"ל,
שאם היה הדרך לשם מחופה בסכינים - הייתי רוחש על ידי
ורגלי כדי לבוא לשם על ראש השנה. )אנשי מוהר"ן חלק ג, ג(.
אמר רבינו ז"ל: אצלי העיקר הוא ראש השנה! וענה בקול רם
בזה הלשון: אני הייתי רוצה שכל אחד מאנשיי מאיזה עיר
שהוא, שיבוא לביתו יעשה כרוז - שמי שמאמין בה' יתברך
ורוצה להיות 'ערליכער יוד' ]יהודי כשר[ שיסע על ראש השנה
לאומאן. )טובות זכרונות דף קכו(
אמר רבינו ז"ל שמ'היכל קן ציפור' יניח ההיכל קן ציפור - וירד
להיות עם אנשיו בראש השנה. )הקדמת ציון המצוינת(.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

אומאן ראש השנה

הודעהדורך ראש הקהל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:30 pm







ישיבת ברסלב פון רב ראטה גרייט זיך


ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה

הודעהדורך לטובה » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:02 am

אומאן, אוקריינא. — מיט גרויס התרוממות איז אויך היי–יאר אפּגעראכטן געווארן די תפילות אין די טעג פון ימי הסליחות און ראש השנה, אין בית המדרש חסידי ברסלב אויף טולסטוי 5 אין
אומאן, בשעת דעם גרויסן קיבוץ פון צענדליגער טויזעטער אידן בליעה"ר, קומען זיך צוזאם משתטח זיין על ציון הקדוש פון הרה"ק מברסלב זי"ע.

דאס בית המדרש איז מיוסד געווארן און ווערט אנגעפירט דורך הגה"צ המפורסם, מגדולי תלמידי מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, רבי שמשון שווארטץ שליט"א רב דביהמ"ד דחסידי ברסלב מאונטען ראוד
ומחשובי משפיעי ברסלב אין קרית יואל, מיט'ן ציל צו האבן א פנת יקרת, א בית המדרש על טהרת הקודש, וואו ערליכע אידן דאווענען בימי הרחמים והרצון הקדושים. סיי די טעג פאר ראש השנה די תפילות שבת און די סליחות, און סיי שפּעטער א גאנצן יום טוב ראש השנה.

דאס ביהמ"ד איז עומד על תילה לשם ולתפארת סמוך ונראה צום ציון הק' פון הרה"ק מברסלב זי"ע, מיט אלע צוגעהערן וואס א בית המדרש דארף האבן, און אין די קורצע צייט פון איר עקזיסטענץ איז זיך דאס בעז"ה צואוואקסן אלס א ריכטיגער מקום תורה ותפלה צו וועלכע עס שטראמען ערליכע אידן פון איבעראל, סיי פון אמעריקע, לאנדאן, א.א.וו. ווי אויך די ערליכע אידן פון ארץ ישראל
און נקיי הדעת מירושלים עיה"ק. דאס ביהמ"ד האט זיך אנטוויקלט אלס א פּראכט פאר חסידי ברסלב וואס זוכן דעם אמת'ן דרך אבותינו ורבותינו הק' נ"ע, דער ציבור מתפללים זענען נתרבה געווארן אין גאר א קורצע צייט עד אפס מקום כ"י.

די לעצטע יארן איז אויף דער אינציאטיוו פון בנו הרה"ח מוה"ר נחמי' צבי חיים שווארץ שליט"א אריינגעקומען א גרויסע הרחבה צוליב דעם ריבוי עם. עס האט דארט געווירבלט מיט היימישע אידן במשך פון אלע טעג ארום דעם יום טוב, וואו אידן האבן געהאט א הנאה פון דער שטארק-היימישער גייסט וואס שפּירט זיך דארט, די היימישע מקוה און די רואיגע ד' אמות.

דאס בית המדרש איז ריין פון אלע סארט השקפות און דעות זרות שאין רוח חכמים נוחה הימנו, וואו מען האלט זיך געטריי צו צו דעם צאי לך בעקבי הצאן בדרך אבותינו ורבותינו הק' זצ"ל, אזוי ווי עס ווערט נתברר בספרי מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, נישט צו האבן דאס מינדעסטע שייכות צו די וועלכע זענען ליידער נתפס געווארן ביודעים ובלא יודעים צום עגל הזהב פון קליפות הציונות וגירוריהם ה"י.
אין בית המדרש הענגט א טבלא מיט די תקנות הבית המדרש בזה"ל: "תקנות הבית המדרש: כל מי שהולך להבחירות הטמאות הציונית בארץ ישראל, לא ירד לפני התיבה להיות ש"ץ, וגם לא יעלה לתורה פה בבית מדרשינו, הנהלת הביהמ"ד". ווי מרן רביה"ק זי"ע פלעגט שטענדיג זאגן און חזר'ן אין די שלש סעודות תורה און ביי אלע געלעגנהייטן אז דאס איז געווען דער אמת'ער דעת תורה פון אלע צדיקים הקודמים, ובפרט האט מען געהערט אט די אמונה טהורה פון התרחקות מרשעים און פון פורקי עול און נישט אנטיילצונעמען אין א גאולת שוא ומדוחים פאר ביאת משיח צדקינו
בב"א, פון אלע תלמידי מרן קוה"ק הבעל שם טוב זצוקלה"ה, און אודאי איז דאס דער ריינער אמת'ער דעת קודש פון דעם גרויסן צדיק וקדוש מרן מוהר"ן מברסלב זי"ע, וואס איז ווי באקאנט אלע
זיינע טעג געווען א גאר גרויסער לוחם מלחמות ה' ביד רמה קעגן די משכילים ומפירי תורה בימיו, און אין זיינע ספרים ווערט זייער שטארק ארויסגעברענגט ווי ווייט מען זאל נזהר זיין פון התרחקות
פון אלע סארט רשעים ואפיקורסים און קליפות מצח הנחש, און אויך שפּעטער איז דאס מבאר באריכות תלמידו הגדול הגה"ק מוהרנ"ת זצ"ל אין זיינע אכט בענדער ליקוטי הלכות.

מרן רביה"ק זי"ע ברענגט אין זיינע הייליגע ספרים אין ויואל משה און אין על הגאולה ועל התמורה, די הייליגע ווערטער פון הרה"ק מוהר"ן מברסלב זי"ע אז ער האט געזאגט אז פאר עיקבתא
דמשיחא וועט אראפּ קומען א מבול פון מינות און כפירה, וואס וועט ליידער אריינדרינגען אין אידישע הערצער. הרה"ק מוהר"נ מברסלב זי"ע האט געקרעכצט: אוי! וויאזוי וועלן זיך קענען ווייניג מענטשן דערהאלטן קעגן די גאנצע וועלט. און מרן רביה"ק זי"ע פלעגט זאגן אז די הייליגע דיבורים איז אפענע רוח הקודש וואס ער האט פאראויסגעזען, ווי עס איז ליידער מקויים געווארן אין אונזער דור.
דאס עצם עקזיסטענץ פון אזא מקום קדוש אין דער ווייטער אוקריינע, איז א קידוש השם וואס ווייזט אז נצח ישראל לא ישקר, עס ווייזט אז עס איז פארבליבן א פעלזן פעסטן ציבור פון יראים
ושלמים וואס ווילן זיך מתאחד זיין תחת דגל האמת, א חשוב׳ער ציבור וואס גייען נאך בעקבי הצאן אין די פיס טריט פון דער גרויסן צדיק יסוד עולם הרה"ק מוהר"ן מברסלב זצוקלה"ה, און אין דער
זעלבער צייט קלאמערן זיי זיך ווייטער, זיך צו האלטן דבוק איתן כחלמיש, צום הייליגן דרך הסלולה לנו מאיתן אדונינו, מרן רבינו הקדוש והטהור זי"ע.

זקני חסידי ברסלב מדור הישן ונקיי הדעת בירושלים עיה"ק שליט"א זענען גאר שטארק מחזק און מעריץ דעם מקום תורה ותפלה, און זעהן דערין א המשך פון דעם דרך הראשונים כמלאכים
אשר מפיהם אנו חיים עד ביאת הגואל בב"א.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל


צוריק צו עולם התורה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט