יעצט איז: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:40 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

ווערטליך און טייטשען בפרשת השבוע (פ' נח)

תורה וחסידות, והמסתעף.

ווערטליך און טייטשען בפרשת השבוע (פ' נח)

הודעהדורך א ווארט בפרשת השבוע » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 3:51 pm

בעזר ד' וועלן מיר פרובירען וועכנטליך ווי ווייט מעגליך צו שרייבען איבער די סדרה.
א ווארט בפרשת השבוע
 
הודעות: 2
הצטרף: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 5:12 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 0 מאל

Re: ווערטליך און טייטשען בפרשת השבוע (פ' נח)

הודעהדורך א ווארט בפרשת השבוע » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:22 pm

די פרשה איז א גוטער המשך פינעם גרויסען זמן העעל''ט, אין די מוספין ביום ראש השנה דערמאנט מען בראש וראשון לפני אבינו שבשמים די פרשתא דנן פינעם דור המבול כמב' בנוסח השמו''ע על כן זכרונו בא לפניך.....

אינעם מחזור המפורש טייטשט ער שיין די נוסח התפלה בביאור פרשת השבוע פסוק ז' א' בא אתה וכל ביתך.. כי אותך ראיתי צדיק לפני בדור הזה, וואס פון די פסוק זעהט זיך ארויס אז די סיבת הזכרת נח איז געקומען ווייל נח איז געווען ''בדור הזה'' צדיק
און דערפאר האט דער אייבערשטער געדענקט נח ווייל אותך ראיתי צדיק ''בדור הזה'' דאס הייסט די השחתת הדור האט געמאכט בולט זיין די צדקות פון נח, לפי''ז איז מב' די נוסח התפילה בהביאך עליהם מי המבול אז דער אייבערשטער האט געברענגט צוליב די השחתת הדור א מבול, און דערפאר ''על כן זכרונו בא'' וועגן די השחתה האט בולט געווען די גרויסקייט פון נח און עס האט געמאכט מעורר זיין דעם זכות פינעם צדיק אים אפצוראטעווען לשום לעולם שארית

לפי הנ''ל קען זיין פשוט פשט אינעם פסוק עי' רש''י אויף די פסוק הנ''ל וואס איז מעתיק דברי הגמ' עירובין י''ח ע''ב ווי די גמרא פרעגט פארוואס בהתחלת הפרשה ווערט נח גערופען צדיק 'תמים' און דא ווען די פסוק רעדט איבער די דיבור פינעם באשעפער צו נח ווערט נח גערופען בלויז 'צדיק' איז די גמרא מחלק צווישען משבח זיין א מענטש בפניו צו שלא בפניו

ולפי הנ''ל קען זיין גאר פשוט אז די דיבור ד' לנח צו אריינגיין אין די תיבה איז געווען מחמת די גרויסע השחתת הדור וואס האט געמאכט ארויסשטארען צדקות נח, און פאר די הזכרה איז גענוג דרגת 'צדיק'

בזמנינו אלה איז די דברים הנ''ל א שטארקער שטופ אויף אנצוגיין יעדער לפי דרגתו, דער השחתת העולם מאכט א יעדע תורה ומצוות ומחשבה טובה פון א איד גאר שטארק שיינען און לייכטען.
א ווארט בפרשת השבוע
 
הודעות: 2
הצטרף: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 5:12 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 0 מאל

Re: ווערטליך און טייטשען בפרשת השבוע (פ' נח)

הודעהדורך זייגער » דינסטאג יאנואר 27, 2015 3:05 pm

זייער שיין.
זייגער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 399
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 7:01 pm
האט שוין געדאנקט: 43 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 36 מאל

Re: ווערטליך און טייטשען בפרשת השבוע (פ' נח)

הודעהדורך זייגער » דינסטאג יאנואר 27, 2015 3:06 pm

אנגעהאלטן בלויז איין ווואך?
זייגער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 399
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 7:01 pm
האט שוין געדאנקט: 43 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 36 מאל

Re: ווערטליך און טייטשען בפרשת השבוע (פ' נח)

הודעהדורך שלומיאל » מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:47 pm

זייגער האט געשריבן:אנגעהאלטן בלויז איין ווואך?

זעהסט דען נישט?

ס'איז דאך זיייער א קלארע זאך ווי לאנג ס'האט אנגעהאלטן

איך פארשטיי בכלל נישט דיין פראגע
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל


צוריק צו עולם התורה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט