יעצט איז: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:40 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

חכמתכם ובינתכם

תורה וחסידות, והמסתעף.

חכמתכם ובינתכם

הודעהדורך זייגער » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 9:29 am

דאס איז אן ארטיקל וואס מיין ברודער האט געשריבן אויף אייוועלט.


מען האט מיר געבעטען צו שרייבען א מאמר בענין הנ"ל פאר א וועכענטליכע גליון אין לשה"ק. נאך פראבירען און זעהן אז איז בין ווייט פון פליסיג אין לשה"ק, האב איך באשלאסען צו שרייבען אין יודיש און אויב זיי ווילען זאלען זיי עס איבערטייטשען. אצינד האב איך געענדיגט דעם ערשטע חלק פון דריי, און איך שטעל עס אהער לטובת הקהל.


הקדמה
ווען מיר הייבען אהן שרייבען וועגען די חשבונות פון קידוש החודש, איז כדאי צו נעמען אין אכט דאס פיהל מענטשען וועלען נישט ליינען ווייטער, ווייל ביי זיי אין די אויגען איז עס כמעט מעשה מרכבה וואס בלויז יחידי סגולה קענען פארשטיין. דער אמת איז אבער גאר ווייט פון דעם. כאטש עס איז ריכטיג אז אין די ענינים פון תקופות ומזלות זענען פארהאנען גאר קאמפליצירטע חשבונות, וועלכע זענען טאקע נישט געאייגענט פאר יעדען, איז דאס בלויז ווען מען הייבט אהן אריינקריכען אין די טיפערע חלקים פון דעם ענין. משא"כ דעם איינפאכען חשבון פונעם מולד וקביעת השנה, איז מעסיג גרינג צו פארשטיין, און יעדער וואס לייגט עטוואס צו קאפ וועט עס עררייכען. אין דעם גליון וועלען מיר נישט אויסשמועסען אלע פרטי פרטים, מפאת חוסר המקום, אבער די עיקר כללים וועלען מיר בעזה"י יא מסביר זיין, און דער וואס וויל משלים זיין זיינע ידיעות קען דורכלערנען די דריי פרקים אין משנה תורה להרמב"ם, הלכות קידוש החודש ו-ח.

ראשית כל לא'מיר פארשטיין וואס מיינט בכלל דער ווארט מולד, און אין איינוועגס וועלען מיר שוין אפטייטשען די ווערטער וואס מיר נוצען פאר מאנאט (ירח, חודש) און יאר (שנה). לצורך הענין וועלען מיר נוצען דעם מהלך וואס די ראשונים האבען אנגענומען, אז דער וועלט שטייט אינדערמיטען פונעם בריאה, און סיי די לבנה און סיי דער זון דרייען זיך ביידע ארום דער וועלט. הגם לויט די 'שיטה החדשה' איז מקובל אז בלויז די לבנה טוט אומקרייזען דער וועלט, אבער דער וועלט זעלבסט קרייזט ארום דער זון, מאכט עס אבער נישט אויס לגבי די חשבון המולד. בפרט אז לפי ראות עיני בשר זעהט טאקע אויס ווי דער זון איז דאס וואס רוקט זיך, וועלען מיר טאקע בלייבען מיט דעם צוגאנג.

חז"ל לערנען אונז אז דער זון האט קיינמאל געזעהן בושתה של לבנה, און כאטש עס האט א טיפערען פשט אויך, איז די איינפאכע הסבר אז כידוע האט די לבנה נישט קיין שום אייגענע ליכט (פונקט ווי למשל אונזער פלאנעט, ערד). דאס וואס מיר זעהן ווי די לבנה איז ליכטיג קומט פון דעם וואס דער זון באלייכט עס, און יענער ליכטיגקייט שפיגעלט זיך צוריק אפ. דער זון שיינט אויפען לבנה, און דערביי ווערט העלפט פונעם לבנה באלויכטען (דער העלפט וואס איז קעגען דעם זון), קומט אויס אז זון 'זעהט' בלויז א ליכטיגע לבנה (אזוי ווי צ.ב.ש. ווען איינער שיינט א לאמפ אויף א שפיגעל, 'זעהט' דער לאמפ ווי דער שפיגעל איז אויך ליכטיג).

לפי האמת איז די לבנה שטענדיג גענוי האלב ליכטיג און האלב טונקעל, ווייל דער העלפט וועלכע איז קעגען דעם זון איז באלויכטען, און דער אונטערשטע העלפט איז גענצליך פינסטער. פארוואס אויב אזוי זעהן מיר ווי די לבנה ווערט מער און ווייניגער באלויכטען לויט וועלכע טאג אין חודש מען האלט?
דער ענטפער דערויף איז אז אה"נ טאמער מיר וואלטען געשטאנען אויפען זון און געקוקט צום לבנה וואלט עס אלץ אויסגעזעהן ליכטיג. מיר שטיין אבער אויפען ערד און פון דא באטראכטען מיר די לבנה, און דערביי מאכט שוין אויס פון וועלכע קוק-ווינקעל מיר באטראכטען עס. אנהייב חודש איז די לבנה גענוי אינצווישען דער זון מיטען ערד. דערפאר ווען מיר קוקען דערויף קוקען מיר אויפען אונטערשטע חלק דערפון, דאס וואס איז נישט באלויכטען, און דערפאר קענען מיר עס אינגאנצען נישט זעהן (ווייל עס איז אוממעגליך צו זעהן א טונקעלע פלאנעט 300,000 קילאמעטער אוועק!).


גלגל הלבנה
בכדי ארויסצוהאבען דעם בילד דערפון איז פארשטייט זיך דער בעסטע זאך בפועל צו האבען א בילד! מיר וועלען פארט פראבירען מיט ווערטער אפ'משל'ן וויאזוי עס זעהט אויס, כאטש עס איז היבש שווער סיי צו ערקלערען און סיי צו פארשטיין. מען דארף זיך מצייר זיין א 'באל' ארומגענומען מיט צוויי קאנצענטרישע צירקלען, ד.מ. צוויי צירקלען (רונדעס) איינע גרעסער פונעם צווייטען, און דער קלענערע שטייט פונקט אינמיטען דער גרעסערע. דער באל אינדערמיט איז דער וועלט, דער אינעווייניגסטע צירקעל איז דער גלגל הלבנה (דער וועג דורך וועלכע די לבנה קרייזט), און דער דרויסענדיגע צירקעל איז דער גלגל החמה.

יעצט לא'מיר גיין א טריט ווייטער און זיך פארשטעלען אז אויפען אינווייניגסטע צירקעל איז פארהאן א קליינע באל (לבנה), און אויפען דרויסענדיגע צירקעל איז דא א ריזען באל (זון). דער זון שיקט איהר שטראלען אויפען גאנצע סביבה, און באלייכט אלעס וואס געפונט זיך אינעם געגענט. אזוי ווערט העלפט פונעם לבנה באלויכטען, און דאס ווי דערמאנט שפיגעלט צוריק צום זון.

טאמער די לבנה וועט זיך געפונען פונקט אינצווישען דער ערד אונעם זון, וועט דער גאנצע ליכטיגע העלפט זיין אוועקגעדרייט פונעם וועלט, און מען וועט עס בכלל נישט קענען זעהן. ווען די לבנה פאנגט אבער אהן אומקרייזען דער וועלט, איז שוין שייך פאר דער וואס געפונט זיך אויפען וועלט צו זעהן א 'ווינקעל' פונעם לבנה, און דארום זעהט אויס די לבנה גאר קליין אנפאנג חודש. אינמיטען חודש איז די לבנה שוין האלבוועגס ארום דער וועלט, און דאן איז דער וועלט אינצווישען דער זון מיטען לבנה. דערפאר וועט דער וואס שטייט אויפען וועלט קענען זעהן אלץ וואס דער זון זעהט – דער פולע באלויכטענע פנים פונעם לבנה (וואס מיר רופען א 'פולע' לבנה, איז בלויז א האלבע לבנה, ווייל עס איז קיינמאל נישט מעגליך צו זעהן מער ווי העלפט פון א באל אויפאמאל).

אצינד פארשטיין מיר שוין פארוואס יעדע סוף חודש ווערט די לבנה נעלם – ווייל עס איז דאן פונקט אינצווישען דער זון מיטען וועלט, און דער ליכטיגע העלפט איז גענצליך אוועקגעקערט פון אונז. אזוי באלד ווי עס רוקט זיך אבער אפ אביסעל, ווערט שוין אנטפלעקט דער מינדעסטע ווינקעל פונעם לבנה, און דאס איז וואס מיר רופען דער מולד – עס ווער 'געבוירען' א נייע לבנה.

[טאמער וועט זיך איינער וואונדערען פארוואס אויב אזוי טוט נישט יעדע אנהייב חודש די לבנה פארשטעלען דער ליכטיגקייט פונעם זון, און ווידעראום אינמיטען חודש פארוואס דער וועלט פארשטעלט נישט דער ליכטיגקייט פונעם לבנה, איז דאס צוליב דעם וואס דער ערד, זון און לבנה געפינען זיך נישט אין אלגעמיין אין איין ליניע, נאר איינס איז העכער און איינס איז נידעריגער. מפעם לפעם מאכט זיך יא אז זיי זאלען זיך געפינען אין איין ליניע, און ווען דאס פאסירט האבען מיר א ליקוי החמה אדער ליקוי לבנה.]

פון דא נעמען זיך אונזערע נעמען אויף א מאנאט, ירח און חודש. עס הייסט ירח ווייל דער מאנאט ווענדט זיך אינעם לבנה, און חודש מיינט אז די לבנה האט זיך באנייט (לפי ראות עינינו).


מהלך החמה
דער מהלך החמה ארום דער וועלט דויערט קרוב צו שס"ה ימים מיט נאך א פערטל טאג, און דאס איז די תקופה וואס מיר רופען א יאר. ווי באקאנט רעכענען די אומות העולם זייערע לוח לויטען זון, און אזוי איז טאקע אז אינעם גוי'שען יאר (יאנואר, פעברואר א.א.וו) זענען טאקע פארהאנען 365 טעג. כדי משלים צו זיין די איבעריגע שעות האבען זיי א חשבון פון עיבור, ווען בד"כ לייגט מען צו איין טאג יעדע פיהר יאר (יש בזה עוד פרטים ואכמ"ל).

לויט דעם סיסטעם האבען זיי טאקע אפגעטיילט זייערע יאר אין 12 חדשים, אבער למעשה פאסירט נישט קיין שום שינוי אויף יעדען ערשטע פונעם חודש, און דאס אז זיי פאנגען אהן צו רעכענען א נייעם חודש איז בלויז א באקוועמליכקייט, דער יאר זאל נישט זיין איין לאנגע 'חודש'. נאך מער, פון יאר צו יאר איז אויך נישט פארהאנען קיין שום אנמערקבארע זאך וואס זאל עפעס אנצייגען, דהיינו אינעם ערשטע פון יאנואר איז נישט דא קיין שינוי אינעם זון זעלבסט אנדערש פון א טאג פריער, נאר דער געדאנק איז אז דאן איז דער זון צוריקגעקומען צו זיין ארט וואו ער איז געוועהן גענוי א יאר צוריק אבער באמת וואלט מען געקענט פונקט אזוי באשטימען אז דער דריטער פון יאנואר אדער אפילו דער צענטער פון יולי זאל הייסען דעם נייעם יאר. דאס איז פשט אינעם נאמען שנה – דער זון האט זיך זיך צוריקגעקערט און איבערגע'חזר'ט צו זיין אמאליגען ארט.


מהלך ומולד הלבנה
ביי די יודען איז עס פונקט פארקערט מקצה אל הקצה. מיר רעכענען אונזער לוח לויטען מולד הלבנה, ד.מ. ווי לאנג עס דויערט פארען לבנה צו אומקרייזען דער וועלט, מיט נאך בערך צוויי טעג כדלהלן. דער קרייז פונעם לבנה ארום דער ערד-קוגעל דויערט בערך 27.3 טעג, און טאמער דער זון וואלט געשטאנען אויף איין ארט וואלט אויסגעקומען אז יעדע 27.3 טעג ווערט 'געבוירען' א נייע לבנה.

בפועל איז אבער נישט אזוי, ווייל דער זון רוקט זיך אויך ארום דער וועלט, און דערפאר ווען די לבנה קומט צוריק צום זעלבען ארט נאך 27.3 טעג, איז עס נאכנישט גענוי קעגען איבער דעם זון, ווייל דער לעצטיגע האט זיך שוין עטוואס אפגערוקט. עס דויערט בערך נאך 2.2 טעג ביז די לבנה כאפט זיך מיט מיטען זון עס זאל ווידער זיין גענוי אינצווישען דער וועלט אונעם זון – בס"ה דויערט בערך 29.5 טעג פון פון איין מולד (ווען דער ערשטע ברעקעל ליכטיגקייט פונעם לבנה ווערט אנטפלעקט) ביז צום קומענדיגען.


חדשים יתרים וחסרים
מיט דעם קען מען פארשטיין פארוואס אמאל איז דא איין טאג ראש חודש און אמאל צוויי, און אויך פארוואס אמאל איז דער חודש חסר און אמאל מלא. למשל אויב דער מולד הלבנה פון חודש ניסן וואלט אויסגעקומען גענוי אנפאנג טאג (דהיינו באלד ווען עס ווערט נאכט), וואלט לעולם געדארפט ווערען ראש חודש אייר 29.5 טעג שפעטער, דהיינו ל' ניסן גלייך אינדערפרי (ווען עס איז דורך העלפט פונעם מעת לעת). היות מיר האבען אבער א כלל אז יעדער געהייליגטע טאג באקומט די קדושה שוין פונעם נאכט פריער, מוז מען מאכען אז דער גאנצע טאג ל' ניסן זאל זיין ר"ח. חז"ל לערנען דעם דין פונעם פסוק עד חודש ימים – א חודש רעכענט זיך לויט טעג אבער נישט לויט שעות.

מען קען אבער נישט אנהייבען רעכענען א' אייר באלד פון ביינאכט, ווייל למעשה האט זיך נאכנישט געענדיגט דער חודש ניסן. וועגען דעם פאנגט מען הערשט אהן ציילען א' אייר פון א טאג דערויף, און פארשטייט זיך אלס ערשטען טאג אין חודש רופען מיר עס אויך 'ראש חודש' אייר. סוף אייר וועט מען נישט האבען דעם פראבלעם, ווייל די 29.5 טעג וועלען זיך ענדיגען גענוי ביים ענדע יום כ"ט, און דעריבער וועט דער נעקסטע טאג זיין ר"ח וא' סיון. פון דעם קומט אויס אז ווען עס זענען דא צוויי טעג ר"ח איז דער ערשטע טאג ראש למולד החודש, און דער צווייטע טאג ראש לימי החודש
זייגער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 399
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 7:01 pm
האט שוין געדאנקט: 43 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 36 מאל

Re: חכמתכם ובינתכם

הודעהדורך בארדיטשעווער בדחן » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 9:43 am

געב א דאנק פאר דיין/מיין ברודער פארן שרייבן אזא רייכע מאמר איבער קידוש החודש
בארדיטשעווער בדחן
אחראי
 
הודעות: 394
הצטרף: מיטוואך יולי 02, 2014 9:59 am
האט שוין געדאנקט: 140 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 61 מאל

Re: חכמתכם ובינתכם

הודעהדורך שלומיאל » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 10:04 am

זייגער האט געשריבן:דאס איז אן ארטיקל וואס מיין ברודער האט געשריבן אויף אייוועלט.

פשיהא, מיר האבן דא מיילעך לאנדא'ס א ברודער.
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל

Re: חכמתכם ובינתכם

הודעהדורך קנאי » פרייטאג יולי 28, 2017 4:04 am

פארוואס שרייבט מען גארנישט וועגען די ליקו החמה
קנאי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 91
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:26 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: חכמתכם ובינתכם

הודעהדורך נייעס » פרייטאג יולי 28, 2017 9:02 am

מעגסט שרייבן
דא איז דא א שיינע ארטיקל דערוועגן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=5&t=34589
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: חכמתכם ובינתכם

הודעהדורך קנאי » מוצ"ש יולי 29, 2017 4:22 pm

מיין פילטער לאזט נישט דורך איי וועלט אין איך קען מיר נישט אויס
קנאי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 91
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:26 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: חכמתכם ובינתכם

הודעהדורך סקריקין » זונטאג יולי 30, 2017 11:07 am

איך האב געהערט אז די גלעזער וואס מען פארקויפט איז בעצם א ביליגע זאך נאר מען נעמט טייער לכבוד די מאורה
סקריקין
 
הודעות: 22
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:25 am
האט שוין געדאנקט: 3 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 5 מאל

Re: חכמתכם ובינתכם

הודעהדורך קנאי » זונטאג יולי 30, 2017 11:18 am

זיי זאגען אז מען קען גארנישט זעהן מיט די גלעזער חוץ די זון אינטערסאנט
קנאי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 91
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:26 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: חכמתכם ובינתכם

הודעהדורך ידען נפלא » זונטאג יולי 30, 2017 7:11 pm

כ'האב אריינגעקוקט אין דעם גלעזער. עס איז ממש פעך שווארץ, מ'קען ממש גארנישט זען אויסער די זון.
ניק אוואטאר
ידען נפלא
 
הודעות: 14
הצטרף: דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:59 pm
האט שוין געדאנקט: 7 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 7 מאל

Re: חכמתכם ובינתכם

הודעהדורך קנאי » מאנטאג יולי 31, 2017 6:15 am

וויפיל האסטו געצאלט פאר די גלעזער?
קנאי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 91
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:26 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

ד"א

הודעהדורך נייעס » מאנטאג יולי 31, 2017 9:50 am

נעבראסקע – מען שטייט ארום דריי וואכן בעפאר עס וועט, אום כ"ט אב, פארקומען דער "סאולאר עקליפס", אדער ווי עס איז באקאנט ביי אונז אידן אלס "ליקוי חמה", ווען די לבנה וועט איבערדעקן דעם שיין פון די זון אינמיטן טאג און מען וועט דאס קענען מיטהאלטן לעבעדיג וויאזוי עס פאסירט צוביסלעך, פונעם אנהייב ווען די לבנה הייבט אן אריינבייסן און איבערדעקן טייל פון די זון, ביז אינמיטן ווען די זון וועט זיין גענצליך באדעקט, און דאן צו דער ענדע ווען די זון וועט צוביסלעך ארויסשטארן פון דער אנדערער זייט און ווערן גענצליך צוריק אויפגעדעקט. די יעצטיגע ליקוי חמה וועט זיין אזא שטארקע און היסטארישע, און דאס לעצטע מאל וואס אזוינס האט פאסירט און איז געזען געווארן איז געווען אין יאר 918', און ווי יעדע זאך, זענען שוין מענטשן ארויפגעשפרונגען און אנגעהויבן שארן גרויסע געלטער פונעם פיבער ארום דער דערווארטעטער ליקוי חמה. די אמעריקאנער סטעיטס וואו די ליקוי וועט דאס בעסטע געזען ווערן זענען ארעגאן, איידעהא, ווייאמינג, נעבראסקע, קענסאס, מיזורי, אילינאי, קענטאקי, טענעסי, נארט קאראליינע, סאוט קאראליינע און דזשארדזשיע – און אין די סטעיטס זענען האטעל צימערן שוין כמעט נישטא צו באקומען פאר געווענליכע פרייזן. מענטשן דינגען ארויס ליידיגע צימערן אין זייערע היימען פאר 5 ביז 7 טויזנט דאלער! רעסטוראנט און געשעפט אייגענטימער קאמענטירן אז זיי קוקן ארויס צו פארדינען גרויסע געלטער אין די טעג ארום דער ליקוי ערשיינונג, און זיי האבן אינוועסטירט אין פארשידענע פארריכטונגען און נייע פראיעקטן, זיך רעכענענדיג אויף דעם (שוין אפגערעדט פון די ספעציעלע "ליקוי חמה ברילן" וועלכע פארקויפן זיך אין די צענדליגער טויזנטער.)
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: חכמתכם ובינתכם

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יולי 31, 2017 1:40 pm

קנאי האט געשריבן:וויפיל האסטו געצאלט פאר די גלעזער?

איך האב געצאלט 3 דאלער
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: ד"א

הודעהדורך קנאי » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 3:53 pm

נייעס האט געשריבן:נעבראסקע – מען שטייט ארום דריי וואכן בעפאר עס וועט, אום כ"ט אב, פארקומען דער "סאולאר עקליפס", אדער ווי עס איז באקאנט ביי אונז אידן אלס "ליקוי חמה", ווען די לבנה וועט איבערדעקן דעם שיין פון די זון אינמיטן טאג און מען וועט דאס קענען מיטהאלטן לעבעדיג וויאזוי עס פאסירט צוביסלעך, פונעם אנהייב ווען די לבנה הייבט אן אריינבייסן און איבערדעקן טייל פון די זון, ביז אינמיטן ווען די זון וועט זיין גענצליך באדעקט, און דאן צו דער ענדע ווען די זון וועט צוביסלעך ארויסשטארן פון דער אנדערער זייט און ווערן גענצליך צוריק אויפגעדעקט. די יעצטיגע ליקוי חמה וועט זיין אזא שטארקע און היסטארישע, און דאס לעצטע מאל וואס אזוינס האט פאסירט און איז געזען געווארן איז געווען אין יאר 918', און ווי יעדע זאך, זענען שוין מענטשן ארויפגעשפרונגען און אנגעהויבן שארן גרויסע געלטער פונעם פיבער ארום דער דערווארטעטער ליקוי חמה. די אמעריקאנער סטעיטס וואו די ליקוי וועט דאס בעסטע געזען ווערן זענען ארעגאן, איידעהא, ווייאמינג, נעבראסקע, קענסאס, מיזורי, אילינאי, קענטאקי, טענעסי, נארט קאראליינע, סאוט קאראליינע און דזשארדזשיע – און אין די סטעיטס זענען האטעל צימערן שוין כמעט נישטא צו באקומען פאר געווענליכע פרייזן. מענטשן דינגען ארויס ליידיגע צימערן אין זייערע היימען פאר 5 ביז 7 טויזנט דאלער! רעסטוראנט און געשעפט אייגענטימער קאמענטירן אז זיי קוקן ארויס צו פארדינען גרויסע געלטער אין די טעג ארום דער ליקוי ערשיינונג, און זיי האבן אינוועסטירט אין פארשידענע פארריכטונגען און נייע פראיעקטן, זיך רעכענענדיג אויף דעם (שוין אפגערעדט פון די ספעציעלע "ליקוי חמה ברילן" וועלכע פארקויפן זיך אין די צענדליגער טויזנטער.)

נאכגעשריבען די איד ווארט ביי ווארט
קנאי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 91
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:26 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: חכמתכם ובינתכם

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 4:30 pm

נו ער'ט דאס געשריבן ד"א (דער איד)
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל


צוריק צו עולם התורה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט