יעצט איז: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:41 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

חיזוק אויף שמירת עינים

תורה וחסידות, והמסתעף.

חיזוק אויף שמירת עינים

הודעהדורך לטובה » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:40 pm

הערליכע געדאנקען ארויסגענומען פון דעם טעגליכן אימעיל דורך 'היט אייער אויגן'.


פאר סיי וועלכע הערה, הילף, עסקנות וכדומה, אנבאלאנגט אלעס ארום די GYE אידישע אפטיילונג און אלע אירע סערוויסעס, דרוקט דא,http://guardyoureyes.com/yid/index.php?option=com_acymailing&ctrl=url&urlid=2&mailid=27&subid=529


איין שעה/טאג אויפאמאל

העמיר אנהייבן דעם היינטיגן שיעור מיט א מעשה:

ס'איז געקומען אמאל א איד צום צאנזער רב, דער הייליגער דברי חיים זי"ע. דער צאנזער רב האט איהם זייער מקרב געווען און איהם אויסגעווענליך מכבד געווען.

דער איד האט זיך ממש געשעמט. ער האט געוואוסט ביי זיך אז ס'קומט איהם נישט אזויפיל כבוד.

גוט ער א זאג פאר'ן צאנזער רב: רבי, פארוואס איז מען מיך אזויפיל מכבד? איך קען נישט מער ווי 'איין' מסכתא!

דער הייליגער דברי חיים האט זיך צופאלאמט כדרכו בקודש, און געשריגן:

נו, ווייסטו דען נישט וויפל מ'דארף מכבד זיין פאר בלויז איין מסכתא??!!

*

כלפי מה דברים אמורים?

מיר אלע דא, וואס זענען צאמקגעקומען צו די טייערע און הייליגע קהילה, גייען דורך שווערע און ביטערע זמנים. נישט פשוט'ע נסיונות. יעדער ווייסט ווי נידריג און שוואך מען שפירט ווען מ'פאלט דורך נאך דריי, זעקס, צען, אדער צוואנציג, אפגעהיטענע טעג! אונזער גאנצער בליק אויף אונז אליין אלס א "מענטש" טראסקעט אראפ עד עפר. מיר זעען איינמאל און נאכאמאל אז מיר זענען גארנישט מיט נישט. אפילו נישט תולעת ולא איש. אפס מוחלט. ומותר האדם מן הבהמה אין! א בהמה טוט וואס ס'שמעקט איר, אָן קענען איבערקלערן וואס זי טוט צי ס'איז גוט צי נישט, און אויך אונזער מוח לאזט אונז נישט טראכטן נאר צווינגט אונז טון וואס דאס הארץ גלוסט.

אבער אויב מיר וועלן אלעמאל אזוי טראכטן, וועט מען דאך קיינמאל נישט האבן די כוחות הנפש זיך פארבעסערן!

מיט וואס קען מען זיך דאך מחזק זיין?

צדיקים האבן מסביר געווען די חילוק צווישן גשמיות און רוחניות. ביי גשמיות, אמאל איז א מענטש משקיע זיין גאנצע געלט און כוח, די גוף און די נשמה, אין א געוויסע ביזנעס, ער טוט אסאך פעולות און פלענער, ער דרייט איבער וועלטן, כדי צוקומען צו ווי ער קלערט. אבער ס'מאכט זיך זייער אסאך מאל אז נאך אפאר יאר זעט מען אז די גאנצע ארבעט און השקעה, די גאנצע שוויץ און הארעוואניע, האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט, ער האט אלעס פארלוירן! הוברר הדבר למפרע אז די גאנצע פאר יאר איז געווען אומזינסט, "לריק יגעתי לתהו והבל כחי כליתי".

אבער ביי רוחניות איז פונקט פארקערט. מאכט זיך אויך אמאל אז א מענטש האט גאנצעטע פלענער אויף עבודת ה'. א בחור אין ישיבה קלערט אז ביז סוף זמן וועט ער ענדיגן די גאנצע מסכתא. אז די וואך וועט ער מיטהאלטן אלע שיעורים און ערליך דאווענען. אדער סתם א קבלה זיך פאבעסערן מיט א מדה טובה, אז ביז סוף חודש וועט ער זיך נישט אויפרעגן, נישט רעדן לשון הרע, נישט זאגן ליגנט, וכדומה, און ער טוט שטארקע השתדלות, ער נעמט זיך מיט אייזענע כוחות, ער איז אויף ביי די נעכט כדי ענדיגן לערנען ווי מער בלעטער, ער רעדט נישט מיט מענטשן ווייל ער וויל נישט נכשל ווערן מיט לשה"ר אדער מיט שקר. אבער וואס איז למעשה? נישט אלעמאל פירט מען אויס וואס מ'קלערט. ס'קומט סוף זמן און מיט זיין גאנצע השתדלות און רצון פעלט איהם נאך 15 בלאט, און ביים לעצטן טאג פון חודש איז ער נכשל געווארן מיט א לשה"ר.

איז דען שייך זאגן אז דער גאנצער חודש וואס ער האט נישט גערעדט לשון הרע, איז להבל וריק? אז דער גאנצער זמן וואס ער האט זיך געמוטשעט און אויף געווען נעכט, איז גארנישט?! חס ושלום!

ס'טוט טאקע זייער וויי אז מ'איז געפאלן, מ'איז נכשל געווארן, אבער מ'טאר נישט פארגעסן די פאר ריינע טעג וואס מ'האט יא געהאט! עס גייט נישט לאיבוד! יעדע ריינע טאג איז א בריליאנט פאר זיך! א טייערער פערלשטיין וואס מיר קענען זיך שטאלצירן דערמוט!

מיט אזא בליק קען מען באקומען שטארקע כוחות אויף ווייטער! מ'איז נכשל געווארן? לאמיר איבערבעטן אונזער טאטן און גלייך משתדל זיין אז דער מארגנדיגער טאג זאל זיין ריין. דאס צובראכן הארץ זאל אונז נישט מונע זיין פון וועלן ווייטער זיין גוט. אזוי וועלן מיר צוזאמקלויבן אסאך בריליאנטן! איין טאג און נאך א טאג! יעדן טאג פאר זיך. איין טאג האט נישט מיטן צווייטן. היינט נישט גוט - מארגן יא גוט, און אזוי ווייטער וועט זיין מצוה גוררת מצוה.

און כעין וואס דער הייליגער דברי חיים האט געזאגט:

נו, ווייסטו דען נישט וויפל שכר ס'קומט פאר זיין בקדושה בלויז איין שעה/טאג/וואך/חודש??!!
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: חיזוק אויף שמירת עינים

הודעהדורך לטובה » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:41 pm

אם תקום עלי מלחמה בזאת אני בוטח



כ'האב געהערט נאכזאגן א שיינעם פשט פון הר"ר יוסף חיים גרינוואלד, כ'ווייס נישט פון וועם ער האט עס נאכגעזאגט. ער איז עס מסביר מיט א משל, צו צוויי אידן וועלכע זענען דורfגעפארן א וואלד. איינער איז געווען א גביר אדיר. ער האט געטראגן מיט זיך געלט, גאלד און אבנים טובים ומרגליות, און א גאנצע וועג אריבער דעם וואלד האט עם געציטערט דאס הארץ, אז ווער ווייסט צי ס'נישט באהאלטן קיין רויבערס וואס ווילן אים צונעמען זיין פארמעגן? נאר נאכדעם וואס ער איז אדורך דעם וואלד בשלום האט ער אפגעאטעמט אז ב"ה, מ'איז אנגעקומען צום ציל. דער צווייטער איז אבער געווען אן עני ואביון; ער האט קוים געהאט לחם לאכול, און ווען ער איז אדורך דעם וואלד איז ער עס אדורך זייער רואיג. ער האט נישט מורא געהאט אז איינער וועט עם באפאלן, ווייל ער האט געוואוסט אז ער האט נישט וואס מ'זאל אים צונעמען.

וועט דען זיין איינער א נאר און זאגן אז דער גביר וועט מקנא זיין דעם ארימאן, ווייל ער פארט זיך אדורך דעם וואלד אזוי רואיג?? יעדער איינער פארשטייט ער איז רואיג ווייל ער פארמאגט גארנישט.

די זעלבע איז מיט אונז אידישע קינדער: מיר פארן דורך אויף דער וועלט פיל מיט נסיונות; מ'ציטערט יעדע רגע אז ס'זאל נישט עפעס פאסירן, אז מ'זאל אונז נישט באפאלן און אונז צונעמען אלעס וואס מיר פארמאגן. פון די אנדערע זייט זענען די אומות העולם, זיי זענען זייער רוהיג, זיי האבן גארנישט מורא, ווייל זיי האבן נישט וואס מ'זאל זיי צונעמען.

דאס טייטשט ער אריין און פסוק: "אם תקום עלי מלחמה", אז איך זעה אז איך האב א מלחמה, א מלחמת היצר, פיל מיט נסיונות. "בזאת אני בוטח", פון דעם זעה איך אז איך פארמאג עפעס, אז איך האב מורא אז מ'זאל עס מיר נישט צו נעמען. ודפח"ח.


איך ווייס נישט פון וועם ער האט דאס נאכגעזאגט אבער איך האב דאס געזען - אן דעם משל - אין ספר ישמח ישראל. ער איז מחזק דעם איד אז ווען א איד טראכט ער איז שוין פארפאלן זאל ער קוקן אז אויב דער יצה"ר זיכט אים נאך מכשיל צו זיין איז א סימן אז ער האט נאך א תקוה, ווייל ווען נישט וואלט זיך דער יצר נישט מטפל געווען מיט אים. אם תקום עלי מלחמה - פונעם יצר - בזאת אני בוטח אז איך האב נאך א תקוה.

אידעלעך לאמיר זיך מחזק זיין!!!
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: חיזוק אויף שמירת עינים

הודעהדורך ראש הקהל » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:05 pm

די רבנים ועסקנים וואס טוען וועגן די צרה פון אינטערנעט, דארפן ווען אויפסיינען דעם ציבור אויף דעם פראגראם עס וואלט אסאך ארויסגעהאלפען יונגעלייט
א דאנק פאר @לטובה פארן עס מעתיק זיין, ברענג נאך
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: חיזוק אויף שמירת עינים

הודעהדורך לטובה » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 5:29 pm

נוח לו שנברא

די נישט גוטע הרגשה נאכדעם וואס מ'גייט דורך א שוואכע מינוט, איז דאך נישט משיג צו זיין!

ס'זייער שווער! אוי ווי דאס הארץ קלעמט, ווי עס רייסט אלע אברים. עס קנאקט אראפ דעם מענטשט'ס געפילן ביז צו דער ערד! ער קוקט זיך אָן ווי א קליין קינד וואס ווייסט נישט וואס ער טוט און קען נישט שולט זיין אויף זיך!

אבער פון די אנדערע זייט, אויב א קליין קינד איז ער גארנישט שולדיג ווייל אזוי איז איז ער געבוירן, זענען מיר דאך שוין דערוואקסענע מענטשן, און אזא פנים טראגט מען!

אוי ווי גרויס איז די בושה, אוי ווי גרויס איז די בזיון!

אבער וויסן דארף מען:

מיר קענען גארנישט משיג זיין ווי אונזער גרויסער באליבטער טאטע אין הימל איז זיך משתעשע מיט אונזער צובראכן און פארווייטאגטע הארץ!

ער זאגט פאר זיינע מלאכים און די פמליא של מעלה:

חזו בני חביבי! גיט א קוק אויף מיינע קינדערלעך, יצורי אנוש, בלוט און פלייש, חומר עכור און טיפה סרוחה, וואס דרייען זיך ארום אויף א טמא'דיגע און מזוהם'דיגע וועלט! אויף וואס קלאגן זיי? אויף וואס וויינען זיי? אויף וואס גיסן זיי טייכן טרערן?וואס מאכט זייער הארץ קלעמען? וואס טוהט זיי אזוי וויי? - געלט?! געזונט?! הנאות און הבלי עוה"ז?! ניין, ניין, ניין! זיי וויינען בלויז ווייל זיי ווילן זיין נאנט צו מיר! זיי וויינען ווייל זיי ווילן שפירן א קירבת אלקים! זיי וויינען ווייל זיי ווילן זיין הייליג! זיי ווילן איך זאל זיי אכטונג געבן! איך זאל משגיח זיין אויף זיי בעינא פקיחא כדי זיי זאלן קענען בלייבן בקדושה טוהן פאר מיר א נחת רוח!

און באותה שעה ווערט אין אלע הימלען און אין אלע עולמות עליונים א גרויסע שמחה - עוז וחדוה במקומו, שעשועין דמלכא! אלע כתות של מלאכים זענען דעמאלטס מודה אז "נוח לו שנברא"! "תתאה גבר"! דער "קול המכריז" רופט אויס און אלע היכלות: "צאו וראו בריות שברא הקב"ה בעולמו!"

אונזער הייליגער גרויסער טאטע, דער מלך מלכי מלכים, נעמט אונזער הארץ, אונזער [יא יא! דיינס, און מיינס, און יעדעמ'ס!] צובראכן הארץ, און ער קרוינט זיך מיט דעם! ס'ווערט פון אונזער ציפיצלטע הארץ א "קרוין", אן עטרה לראש אלקי צבקות!

און ווער איז גורם די גרויסע נחת רוח פאר אונזער טאטע? ווער איז מעורר די געוואלדיגע שמחה אויבן? מלאכים?! שרפים?! אופני הקודש?! הייליגע צדיקים, עובדי ה'?!

ניין!

נאר מיט וועם?

מיט אונז!

יא, נאכאמאל: מיט אונז!

מיר, וואס זענען ביי אונזערע אויגן אזוי אראפגעקלאפט, טראכטנדיג אז מיר זענען אזוי נידריג און ווייט פון אייבערשטן, אונז מיט אונזער צובראכן הארץ, מיט אונזער רצון און השתוקקות נענטער ווערן צו אונזער טאטע, זענען מעורר אויבן די גרויסע נחת רוח און שמחה!

די מלאכי עליון, מלאכי צבא מרום, זה אל זה יאמרו: זע ווי דער בשר ודם און ילוד אשה מאכט א נחת רוח פארן אייבישטער וואס אונז מיט אונזער שירת המלאכים קענען דאס נישט באווייזן!

ממילא, פארשטייט זיך אז דאס הארץ דארף טאקע קלעמען אויב מ'פאלט אמאל ה"י, אבער חס ושלום זיך פארלירן! נישט טראכטן אז דאס איז דאס און אז מ'קען שוין נישט!

טראכט גאר שטארק פון די שמחה וואס טוט זיך "ממש יעצט" אין אלע עולמות בזכות דיין צובראכן הארץ. טראכט אז דיין הארץ געפינט זיך יעצט ווי א קרוין פארן מלך העולם, וועסטו באקומען גאר שטארקע כוחות אויף ווייטער!
חזק חזק ונתחזק!
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: חיזוק אויף שמירת עינים

הודעהדורך לטובה » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 3:28 pm

חז"ל זאגן אונז פשט אינעם פסוק, מלחמה לד' בעמלק מדור דור, מדורו של משה עד דורו של משיח.

ווען מען שיקט סאלדאטן אין מלחמה, און זיי זעען אז די מלחמה נעמט נישט קיין עק און עס ווערט נישט פערטיג, ווערט זייער מאראל צובראכן און זיי האבן נישט קיין מוט ווייטער אנציגיין מיט די מלחמה, פארשטייט זיך אז די דאזיגע סאלדאטן וועלען שנעל פאלן און מלחמה, ווייל אן קיין מוט קען מען נישט דורכמאכן א מלחמה.

אבער, אויב פאר די מלחמה, האט מען געזאגט א דרשה פאר אלע סאלדאטן: הערט אויס, און וויסן זאלט איר! אז פאר 20 יאר גייט מען נישט אהיימקומען פון די מלחמה. די רעגירונג האט א סקעדזשועל אויף א יעדן טאג פון די 20 יאר, זיי ווילן צוקומען צו באהאלטענע צילן און זיי האבן געוויסע סטראטעגיעס, און דאס אלעס איז געשאצט אז עס וועט נעמען בערך 20 יאר. פארשטייט זיך אז די פרטים גיט מען נישט איבער פאר די סאלדאטן, ווייל נישט א יעדער סאלדאט דארף אדער מעג מיט האלטן די מלחמה סטראטעגיעס.

נאך אזא דרשה, וואס די סאלדאטן הערן, נאך איידער זיי גייען אריין און די מלחמה, דעמאלטס פארשטייט זיך, אז די סאלדאטן וועלן זיך נישט דערשרעקן, פון די לאנגע מלחמה, ווייל זיי ווייסן דאס שוין אלעס פון פאראויס, אז דאס איז פונקט אזוי ווי מען האט עס געפלאנט.

דאס איז פשט און פסוק, מדור דור מדורו של משה עד דורו של משיח. זאלסט וויסן אז די ענד פון די מלחמה איז דורו של משיח. (נישט סוף פון די טאג אדער סוף פון יענע טאג). אלעס וואס די טוסט ביז דעמאלטס, אלס סאלדאט, העלפסטו ארויס די מלחמה זאל קענען גיין מיט א סוקסעס, אפילו די פאלסט אמאל, דו ווערסט אמאל געשעדיגט במשך די מלחמה, וועט דאס נאר גורם זיין, אז דיין מעדאל זאל זיין גרעסער נאך די מלחמה. אבער איין זאך מוזטו געדענקן: דער פלאן ביי די "הויכע פענסטערס" איז, עד דורו של משיח, ממילא האלט דיך שטארק און גיי אן מיט מוט און שטייג העכער אין עבודת הבורא.

אין קורצן: אונזער תפקיד איז נישט צי ענדיגן די מלחמה, אונזער תפקיד איז נאר די מלחמה, ענדיגן וועט דער הויפט גענעראל אין די מלחמה, דער מלך המשיח. אוודאי ווערט די מלחמה גרינגער, און א סאלדאט קען באקומען א מעדאל אינמיטן די מלחמה אויך. ער קען אויך שטייגען און ווערן פון א פשוטע סאלדאט א גענעראל. אבער די מלחמה ווערט געפירט פון העכערע פענסטערס, און ווען זיי וועלן זיין פערטיג מיט אלעם, דאן וועט מען אהיימקומען. מיר דארפן דערווייל פאלגען ווי געטרייע וואוילע און איבערגעגעבענע סאלדאטן.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: חיזוק אויף שמירת עינים

הודעהדורך זייגער » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:18 pm

וואו, שיין.
זייגער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 399
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 7:01 pm
האט שוין געדאנקט: 43 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 36 מאל


צוריק צו עולם התורה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט