יעצט איז: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 7:08 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הילף און עצות פאר אלעס און אלעמען

טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך ראש הקהל » פרייטאג יולי 11, 2014 11:40 am

עס איז ליידער נתרבה געווארען בימינו פילע קעיסעס און פעלער ווי אידישע זיווגים ווערן פארהאנקערט און פארפלאנטערט טיילמאל צוליב רוחניות'דיגע סיבות, און טיילמאל צוליב קינדישע אומערצויגענקייט פון איינע פון די צדדים, און טיילמאל צוליב א.ג. גיטע מענטשען מן הצד וואס מישען זיך אין יענעמ'ס לעבן און מאכען אהן חורבן און הרס בבתי בני ישראל, עס וואלט ראטזאם געווען אז דא אין עולם חסד יבנה סעקשען פינעם קרעטשמע זאלען אידען מיטיילען זייערע ידיעות, עצות, און אדרעססען וואס זיי ווייסען איבער די נושא וויאזוי צו קענען העלפן ראטעווען א שטוב וואס האלט חלילה ביים אונטערגאנג אדער א שטוב ווי עס פעלט זיך סתם אזוי אויס צו פארשטערקערן אירע יסודות, אז עס זאל קענען ערציען גוטע פירות בעזרת ד'.
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך אידיש קינד » זונטאג יולי 13, 2014 2:32 pm

קודם כל שלום עליכם פאר דער חשוב'ער ציבור דא, קודם ישר כח פאר דע חשובה הנהלה צי געבען א ערליכע פלאטפארם ארויס צי געבען מיינע געפילען

איך בין א אביסעל א פארנימער מענטש אבער איך שוין לאנג געהאט חשק צי שרייבען און דע נושא, ווייל ליידער אני הגבר ראה עני בשבט עברתו, ביי מיינע גאר נאנטע ווי ליידער אזוי געריפענע עסקנים וואס זייער גאנצע ציהל איז נאר געלט מיט הנאה פין יענעמס פריוואטע לעבען, איז ער גרייט חרוב צי מאכען גאנצע אידישע שטיבער

איך וועל אי"ה א נאך א סאך שרייבען אבער יעצט וועל איך אנהייבען...
1) קיינמאל נישט אריין מישען קיין עסקן (א רב מיינט אויך א עסקן) נאר ווען דע מצב איז שוין ממש קריטיש, דאס הייסט מען זעהט שוין נישט קיין שום וועג ארויס, מען האט שוין אלעס געטרייט, ווייל וויסען דארף מען אז איינמאל א עסקן קימט אריין און פיקטשער איז נישטא מער ווי 50% טשענס אז עס גייט בלייבען, ווייל מיינסטענס זענען זיי דא צי חרוב מאכען נישט בויען
2) ווען מען גייט שוין יא צי א עסקן, זיך אינטעסירען וויפיל שטיבער ער האט שוין געראטעוועט, דארפסט נישט מורא האבען אים צי בעטען רעפרענס
3) אז ער בעט מער ווי 125 דאלער א שעה שטיי ווייט פין אים, ווייל ער איז נאר דא צי מאכען געלט
4) קיק וואס אים אינטערסירט דע מערסטע צי הערען, אויב ציעט אים דע מערסטע דיין פריוואטע לעבען, און ווער רעדט נאך אז וויל וויסען דיטיעלס, אנטלוף ווי פייער פין אים, ער איז דא פאר איין ריזען אויסניצען דיין מצ און דיין בליט פאר זיין פערסענעל לייף, דערשרעק זיך נישט ווייל ער זיעט אויס א שיינע איד, אדער ער הייסט א אנגעזיענע מענטש און גאס

איך האף שפעטער צירוק צי קימען מיט מער פרטים, וואס ליידער האב איך אסאך עקספיריענס און דיעם פעלד
אידיש קינד
 
הודעות: 6
הצטרף: פרייטאג יולי 11, 2014 1:56 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 10 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך בארדיטשעווער בדחן » זונטאג יולי 13, 2014 2:53 pm

יישר כוח אידיש קינד פאר דיינע שיינע און לערנבארע כללים.

קודם כל עליכם שלום יהא בואכם לברכה ולהרמת ה'קרעטשמע.

מיט די נקודות פון 3 און 4 ביסטו מיליאן פראצענט גערעכט.

מיט דיינע ערשטע צוויי נקודות האב איך וואס מעיר צו זיין אביסעל זייענדיג איינער אביסעל באקאנט אין די וועלט פון עסקנות בשלום בית ווייס איך אויף דערווייל פון צוויי מיני סארט עסקנים 1) אזעלכע וואס זענען אלס נוטה פאר איין געוויסע צד וואס האט אסאך צו טון מיט די היינטיגע פעמעניזעם וועלט וואס געבט אלס דעם לעצטער ווארט פאר'ן מאן, און די חברה זענען גאר גאר מסוכן, נאכדעם איז דא סוג 2) וואס זענען אמת'ע ערליכע עסקנים וואס ווען א בר דעת כאפט א שמועס מיט די סארט קען מען זעהן פון זייער הנהגה אז זיי זיכען באמת נאר די ריכטיגע תכלית און זענען גרייט צו ספענדן אסאך שעות בלי שום תשלום גמול בלויז אויף צו העלפן א אידיש הויז.

נאך איין גאר וויכטיגע פוינט וואס איז אביסעל שווער צו בארירען בפרטיות, איז אז דאס וואס די זאגסט בנוגע די וואס קריכען אין די פערסענעל קישקעס נאך בעטענדיג 125 א שעה וואס מען ברויך צו שטיין ווייט פון זיי ווי פון פייער, די חברה זענען ליידער היינט שטארק מצוי ביי די בתי דין און די טוענים אינאיינעם מיט זיי האבען שוין אויף זייער קאנטע ליידער אסאך אומשילדיג אידיש בלוט.

זאל די ביסעל אינפא וואס דער ציבור קריגט דא זיין א הצלה פורתא פאר די וואס זענען נעבעך אנגעוויזען אויף הילף אין די פעלד וואס היינט צו טאג'ס איז די ליין פרוץ מרובה על העומד, אין ווייניג זענען אזעלכע וואס זענען באמת גרייט צו העלפן א אידיש הויז.
בארדיטשעווער בדחן
אחראי
 
הודעות: 394
הצטרף: מיטוואך יולי 02, 2014 9:59 am
האט שוין געדאנקט: 140 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 61 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך שלומיאל » זונטאג יולי 13, 2014 3:31 pm

RT
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך אידיש קינד » זונטאג יולי 13, 2014 3:37 pm

ישר פאר דעי וואס האבען מיר געגעבען חיזיק צי שרייבען, ווי נישט ווי ביך איך א פארנימער מענטש, נאר איך שפיר עס איז זאכען וואס מען מיז אדרעסירען דעים ערליכע ציבור
איך וויל נאר בעטען אנטשלדיג אויף מיין וועג פין שרייבען, איך בין נישט דער גרויסער שרייבער, אדרבה בעסערט מיר אויס נאר אזוי וועל איך מיך אויסלערענען..

דער ערשטע כלל פראביר אליין זיך צי העלפען, עס איז היינט דא הינדערטער ביכער, און אזוי אויך גיטע דרשות וואס טאמער מען זיכט באמת קען מען מען זייער ווייט אנקימען

צווייטענס, געדילד און געדילד, שלום בית איז נישט קיין קוויק פיקס, מען רעדט דא פין צוויי פארקערטע מענטשען, און עס נעמט צייט ביז מען זעהט א ישועה, אבער אויב מען גייט אויפן ריכטיגער מהלך מיט ישוב הדעת וועט מען בעזר השם זען א ישועה

דריטענס, געדענק "אין הדבר תלוי אלא בי" זאלסט זיך אויף קיינעם נישט פארלאזען אפילו אויף דייין פרוי נאר אויף דיר אליין, ווי לאנג די וועסט נישט נעמן דע זאך און דע הענט גייט נישט ווערען גיט

פערדענס, זיך נישט קיין יושר, די וועסט גארנישט האבען אז די וועסט זיין 100% גערעכט און זיך ארום דרייען א גרוש און שלאגען אויף דע קינדער, געדענק האסט איין ציהל צי האבען א געזינטע שטיב און מען מיז ליידען אנהייב, במשך דער צייט זאג איך דיר צי וועט זיך עס אויסצאלען פי כמה

המשך יבא...

נ.ב. אז איר האט הערות ביטע לאזט זיך הערען
אידיש קינד
 
הודעות: 6
הצטרף: פרייטאג יולי 11, 2014 1:56 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 10 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך בארדיטשעווער בדחן » זונטאג יולי 13, 2014 4:14 pm

אידיש קינד ביסט געוואלדיג מיט דיינע הדרכות פאר אידישע קינדער וואס נויטיגען זיך אין הילף, מען דארף אבער וויסען אז גענוי וויפיל עפערט מען לייגט אריין צו בויען דעם שטוב, מיט די זעלבע עפערט דארף מען זעהן אז די קוצים ודרדרים די בעלי בחירה זאלען זיך נישט אריינשטעקן די נאז דארט ווי זיי באלאנגען נישט.

ביטע זיי ממשיך ווייטער מיט דיין געוואלדיגע ראט פאר'ן ערליכען ציבור.
בארדיטשעווער בדחן
אחראי
 
הודעות: 394
הצטרף: מיטוואך יולי 02, 2014 9:59 am
האט שוין געדאנקט: 140 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 61 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך שלומיאל » זונטאג יולי 13, 2014 4:16 pm

בארדיטשעווער בדחן האט געשריבן:אידיש קינד ביסט געוואלדיג מיט דיינע הדרכות פאר אידישע קינדער וואס נויטיגען זיך אין הילף.

ביטע זיי ממשיך ווייטער מיט דיין געוואלדיגע ראט פאר'ן ערליכען ציבור.

גם אני מצטרף.
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך אידיש קינד » זונטאג יולי 13, 2014 5:13 pm

איינער פרעיגט מיר
ער קימט אהיים פין כולל ער טרעפט זיין אשת חיל געבען א ברוגז פנים, ער האט נישט קיין האנונג וואס ער האט נישט ריכטוג געטיען , פארוואס זי איז באבלאזען, וואס דארף ער יעצט טיען?

דע ערשטע זאך געדענק וואס דע גמרא זאגט און סהנדרין יצר תינוק ואשה תהא שמאל דוחה וימין מקרבת, דער פשט ביי א פרוי שמאל דוחה מיינט אז די מיזט ווייזען אסאך שטארקייט, די טארסט נישט ווערען פארלוירען פין אירע מצבים, די מיזט זיך האלטען זייער רואיג און קאלט, און זיך נישט דערשרעקען,
דע ערשטע זאך קיק איר דע אויגען און פרעיג איר, "איך זעי אז עפעס קוועטש דיר און עס טיט מיר זייער וויי ווען די האסט ווייטאגען, אפשר וואלט געווען כדי אז די שערסט עס מיט מיר, איך האלט אז איך וואלט דיר געקענט העלפען", מאך ניטאמאל דע אנשטעל אז כאפסט אז די ביסט דער גורם
טאמער איר אנטווארט וועט זיין "די ווייסט אליין מאך זיך נישט טעמיש" ווער נישט דערשראקען, זאג מיט דע זעלבע שטארקייט גראד און דע אויגען, "לאמיר דיר קלאר מאכען עס איז מיר א חידוש אז דיינע ווייטאגען קימט וועגען מיר און עס טיט מיר זייער וויי אז איך בין א גורם פאר דיינע ווייטאגען, און דע צייט וואס איך זיך דיר נאר צי גרינגער מאכען, אבער איך בין נאר א מענטש און איך קען מאכען א טעות, אדרבה זאג מיר וואס איך האב דיר וויי געטיען, אזוי וועל איך מיר קענען פאררעכטען, אז איך זאל דיר נישט גורם זייין קיין ווייטאגען", אבער געדענק דאס מיז געזאגט ווערן זייער ראיג, און מיט א שטארקע ליבשאפט
ווייל די ברויך'סט צי פארשטיין אז סיי א ווייבעל און סיי א קינד אויב זיי באמערקען אז יענער דערשרעקט זיך פאר אים, וועלען זיי ריייטען ביזען סויף אויף דיעם

וואס טיט מען אז העלפט נאך אלטס נישט, זי בלאזט נאך אלטס, דעשרעק זיך נישט האלט זיך רואיג, גיי ווייטער דיין וועג טי וואס די דארפסט ציטיען, אז די וועסט ווייזען שטארקייט וועט זי זיך ברעכען סוף כל סוף

אדרבה פרעיגט און שרייבט הערות צי ממשיך זיין
אידיש קינד
 
הודעות: 6
הצטרף: פרייטאג יולי 11, 2014 1:56 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 10 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך אידיש קינד » זונטאג יולי 13, 2014 8:26 pm

איינער פרעיגט
וואס טי איך אז זי ווייזט נישט ארויס קיין שום אינטרעסט און מיר?


דע קשיא איז זייער כלליות'דיגע שאלה, וואס קען האבען 100טער בחינות וואס דאס מיינט "קיין שום אינטרעסט"
לאמיר רעדען אויפן פשוט'סטען אופן, ווען די קימסט אהיים קיק זי אינגאנצען נישט אויף דיין זייט, זי וועט ווייטער רעדען מיט אירע חבר'טעס אדער געשוויסטער אויפן טעלעפאן כאילו די עקזעסטירסט נישט

וואס איך וואלט דיר געזאגט דע ערשטע זאך זייער וויכטיג הייב נישט אן צי מאכען קיין חשבונות כאילו עפעס גייט פאר, אז זי האט אויף דיר עפעס א שלעכט אויג, טראכט גיט וועט זיין גיט , עס קען זיין איר חבר'טע אדער שוועסטער איז איר פשוט מער אינטערסאנטער ווי איר מאן, און זי האט פשוט נישט דע שכל נישט ארויס צי ווייזען, און דיין ארבערט דארף פשוט זיין אז די זאלסט זיין אינטערסאנטער.

עס איז דא א גמרא איך געדענק נישט גענוי ווי דאס איז, אז דיין ווייב איז קליין בייג דיר אראפ צי איר, וואס דער פשט איז, נארמאל איז מאנספערזאן קליגער פין דע פרוי, אזוי האט דער אייבישטער באשאפען דע בריאה, כאטש און געוויסע זאכען האבען זיי א בינה יתירה, פין דעסטוועגען דאך זענען דע מענער פיל א קליגערע זאך, און דאס איז איינע פין דע טעמים פארוואס זענען מענער מחיוב און מער מצות
פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל עס מאכט זיך זייער א סאך מאל אז מענער האבען נישט קיין געדילד צי דע ווייבערישע געשמיכסעכס, און אזוי אויך פארקערט זיי האבען נישט קיין געדילד צי דע נייעס פין דע מענער, און דע פועל יוצא פין דיעם איז אז במשך דע צייט פארלירען זיי דע אינטרעסט צי פארברענגען מיט זיי.
פאר דעים איז זייער א וויכטיגע זאך א מאן זאל וויסען און וואס זיין פרוי האט א אינטרעסט און פין דיעם מאכען דע שמיעס, און מען דארף צילייגען א סאך קאפ און שכל צי דיעם, דאס גייט נישט מיט איינמאל ער דארף לאזען זייער סאך רעדען ביז ווי לאנג ער כאפט און ווספארא טעמע'ס זי גלייכט דע מערסטע, איינמאל ער כאפט דאס, דארף ער זיען אביסעלע צי פארשטיין און מאכען א שמיעס פין דיעם און ארויס ווייזען א פילע אינטרעסט און דיעם, למשל אז זיין ווייב גליייכט זייער צי טיען און רעסעפיס ברויך ער זיך אביסעל אריין לייגען און דיעם אזוי פיל אז ער זאל קענען זאגען א פאר הערות, ווייל באמת ווען מען פארברענגט מיט א פרוי דארף מען 80% הערען און נאר 20% רעדען, ווייל דע טבע פין א מענטש איז ווען איינער הערט אים אויס און איז אינטערסירט און אים באקימט ער א מורא'דיגע געפיל צי יענעם, פארדעים דארף ער זיך נישט ציפיל אריין לייגען נאר אויף אזוי פיל אז ער זאל פארשטיין וואס זי רעדט און איר קענען געבען דע געפיעל אז ער פארשטייט וואס זי זאגט

נארמאל נאך א וואך צוויי וועט זיך דער גאנצער בילד טוישען אויב דאס איז דע סיבה
אויב ח"ו עס טוישט נישט דיעם בילד וועל איך אי"ה האפענטליך מארגען ווייטער ממשיך זיין

נ.ב. באמת האב איך אינזינען געהאט ארויס ציברענגען א שטיקעלע בילד פין דע אזוי געריפענע עסקנים, זאכען וואס איך ליידער מיטגעהאלטען מיט מיינע אייגענע אויגען ר"ל, ווי אזוי זיי האבען חרוב געמאכט אידישע שטיבער פשוט צי באפרידיגען זייערע תאוות ,נאר איך קען אביסלע באשטיין צי רעדען קודם פין פאזעטיווע זאכען , ועוד חזון למועד
אידיש קינד
 
הודעות: 6
הצטרף: פרייטאג יולי 11, 2014 1:56 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 10 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך בארדיטשעווער בדחן » מאנטאג יולי 14, 2014 10:52 am

אידיש קינד האט געשריבן:
נ.ב. באמת האב איך אינזינען געהאט ארויס ציברענגען א שטיקעלע בילד פין דע אזוי געריפענע עסקנים, זאכען וואס איך ליידער מיטגעהאלטען מיט מיינע אייגענע אויגען ר"ל, ווי אזוי זיי האבען חרוב געמאכט אידישע שטיבער פשוט צי באפרידיגען זייערע תאוות ,נאר איך קען אביסלע באשטיין צי רעדען קודם פין פאזעטיווע זאכען , ועוד חזון למועד


זייער גוט, מזה ומזה אל תנח ידך, מען דארף בויען פאזיטיוו מיט גוטע עצות והדרכה דעם שטוב, און מאידך גיסא דארף מען וויסען פון וועם צו שטיין ווייט.

אידיש קינד גיי אהן מיט דיינע עצות און הדרכה פאר'ן ערליכען ציבור עס איז מורא'דיג וויכטיג בזמנינו צו האבען א שטיקעל השגה אין דעם פעלד.
בארדיטשעווער בדחן
אחראי
 
הודעות: 394
הצטרף: מיטוואך יולי 02, 2014 9:59 am
האט שוין געדאנקט: 140 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 61 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך השר מקוצי » מאנטאג יולי 14, 2014 11:24 am

שלום עליכם אידיש קינד, א דאנק פאר דיינע שיינע הדרכות, בנוגע וואס די זאגסט איבער וויאזוי צו בויען א קשר בזמן וואס די ווייבערישע געפלוידעריי קריכט אויף די נערוון פון די מאן און די מענערישע דאגות גייט אן א לאך אין קאפ פאר די פרוי, האב איך מיר נוהג געווען צו נעמען א אידישער מוסר ספר וואס די נשים לערנען צומאל אין סקול אדער אין אנדערע פלעצער, און איך האב דערמיט קובע געווען עטליכע מאל א וואך א שיעור מיט די אשת חיל, און אזוי האט זיך היבש אנגעהויבען צו בויען א ערנסטער קשר פון דורכשמועסן און דיסקוסירען פארשידענע סארט נושאים אין די וועלט.
מיר טראגן נישט קיין אחריות אויף אינזערע ארטיקלען און תגובות
השר מקוצי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 234
הצטרף: פרייטאג יוני 27, 2014 2:34 pm
האט שוין געדאנקט: 52 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך אידיש קינד » מאנטאג יולי 14, 2014 11:37 am

@השר מקוצי דאנק דעם פין אויבן פארן זוכה זיין צו אזא פרוי וואס האט אינטערעס און א מוסר ספר, ליידער איז דא פין דע סארט זייער ווייניג עכ"פ ביז מען כאפט א פאר פעטש פין אויבן ח"ו, ביז דאן ליגט ליידער רוב עולם דער גאנצער קאפ ווי אזוי צי באקליידען זיך מיט דע קליינע.
באמת דאס דארף זיין איינע פין דע עבודות פינעם מאן, איר ארויף צי ברענגען אויף א העכערע ניווא, אז איר אינטערעסע זאל זיין העכערס
אידיש קינד
 
הודעות: 6
הצטרף: פרייטאג יולי 11, 2014 1:56 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 10 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך ראש הקהל » מאנטאג יולי 14, 2014 11:48 am

א מאן מיט די קאפ אויף די פלייצע דארף קענען נעמען א אידיש ספר און לערנען מיט די פרוי, סוף כל סוף צינדט דאך יעדע אידישער פרוי שבת ליכט מיט אירע אויגן צום הימל צו זוכה זיין צו גיטע קינדער, האט דאך יעדער עפעס א פינק פון ווי צו אנהייבען שפינען עפעס א זאכליכער קשר.
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך בית נאמן » מיטוואך יולי 16, 2014 4:20 pm

אידיש קינד האט געשריבן:@השר מקוצי דאנק דעם פין אויבן פארן זוכה זיין צו אזא פרוי וואס האט אינטערעס און א מוסר ספר, ליידער איז דא פין דע סארט זייער ווייניג עכ"פ ביז מען כאפט א פאר פעטש פין אויבן ח"ו, ביז דאן ליגט ליידער רוב עולם דער גאנצער קאפ ווי אזוי צי באקליידען זיך מיט דע קליינע.
באמת דאס דארף זיין איינע פין דע עבודות פינעם מאן, איר ארויף צי ברענגען אויף א העכערע ניווא, אז איר אינטערעסע זאל זיין העכערס


אז מען וויל בויען א בית נאמן דארף די אן עס קענען אויספועלן ביי די פרוי.

@אידיש קינד נו לאמיר הערן נאך פון דיין וויסענשאפט אין די נושא.
בית נאמן
 
הודעות: 2
הצטרף: מאנטאג יולי 14, 2014 12:20 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 1 מאל

Re: טיפ'ס פאר בויען א אידישע שטוב, און עצות אין נויטפאל

הודעהדורך א שטילע איד » מיטוואך מאי 18, 2016 9:28 pm

א שאד אז אזא שיינע שמועס האט זיך אפגעהאקט אינדערמיט.
וואס איך קען נאר צולייגען פון אייגינער עקספיריענס איז אז זייער אסאך פראבלעמען הייבן זיך ווען די מאן is not a man דהיינו ער לאט זיך פירען דורך זיינע הרגשות אזוי ווי ביי נשים, און נישט מיט א שטארקייט אזוי עס איז שוין דערמאנט געווארען אויבן.
עס איז זייער וויכטיג פאר א פרוי אז איר מאן זאל זיך פירן מיט א זעלבסט זיכערקייט, כדאי זי זאל פילן secure מיט איהם.
א שטילע איד
 
הודעות: 15
הצטרף: זונטאג מאי 15, 2016 8:22 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 2 מאל


צוריק צו עולם חסד יבנה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron