יעצט איז: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 7:09 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

שוויגער

הילף און עצות פאר אלעס און אלעמען

שוויגער

הודעהדורך א שטילע איד » זונטאג יוני 19, 2016 12:39 pm

איך קען זיך נישט קיין עצה געבען. איך האב ב"ה חתונה גיהאט אפאר יאר צוריק און איך קום זיך ב"ה זייער פיין אויס מיט די גאנצע משפחה ארום אין ארום אבער עס איז דא איין נושא וואס ערגעבערט מיר גאר שטארק און דאס איז מיין שוויגערס זיך אריין מישען און מיין ב"ב'ס קליידער, און ניין איך מיין נישט מיט א מוטער'ליכע ליבשאפט וואס וויל העלפען, נאר מיט קריטיק צו צוברעכען איר מאראל. שוין אלץ מיידל האט זי איר קיינמאל נישט געלאזט האב'ן די סיפוק פון אליינס אויסוועלען וכו', אבער כאטש נאכן חתונה הער אויף צו פייניגען.
א שטילע איד
 
הודעות: 15
הצטרף: זונטאג מאי 15, 2016 8:22 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 2 מאל

Re: שוויגער

הודעהדורך יאהאן » זונטאג יוני 19, 2016 1:17 pm

דאס איז א שטארקע פראבלעם וואס אסאך אידן זענען אנגעשלאסן אין דעם.

עס קומט הויפטזעכליך פון די געפיל וואס די מאמע האט אז זי האט מער נישט די קאנטראל אויף איר קינד וואס זי האט געהאט אלס מיידל ווען זי האט געהאט פולע בעלות אויף איר טאכטער, און כדי צו בארוהיגן די געפיל פראבירן מאנכע שוויגער-סארט מאמעס זיך צו לאזן הערן פון צייט צו צייט מיט דיעות און באמערקונגען זאגאר בדרך קריטיק אז איך האב נאך א ווארט אויף דיר.

עצה: איגנאר, יא איגנאר, וואס? האסט נישט געהערט, וועל איך זאגן נאכאמאל, איגנאר איר! אקעי איך מיין נישט אז מ'זאל זיך נישט מאכן וויסנדיג ווען זי זאגט עפעס אבער זיך נישט צופיל צוטון מאכן דערפון, שאקל צו מיטן קאפ בדרך הכנעה (וויכטיג) און טו ווייטער וואס דו האלטסט פאר ריכטיג, נאטורליך וועט זי די קומענדיגע מאל פרעגן הלמאי דו מאכסט זיך נישט וויסנדיג וואס איך האב 'באפוילן', אויף דעם דארף זיין די תירוץ 'אמת' מיט א שאקל מיטן קאפ... ותו לא מידי!

מיט די צייט וועט זי זעהן אז עס איז נישט קיין עסק מיט די קינד צו שפילן בעלעבאת און וועט פראבירן ביי א צווייטן קינד.
אנהויב איז עס שווער אבער סוף הכבוד לבא עס לוינט די אינוועסטמענט!

נ.ב. מיט כיבוד אם איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל ע"פ ש"ע קען א מאמע נישט הייסן א קינד צו טון עפעס וואס האט מיטן קינדס פריוואטע לעבען און האט מיט די מאמע נישט קיין שייכות.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: שוויגער

הודעהדורך א שטילע איד » זונטאג יוני 19, 2016 1:36 pm

אמת. און אזוי טוט מיין ווייב עכ"פ רוב מאל אבער יעצט איז עס גיווארען געפערליך למשל איין טאג האט זי געשיקט געלט מיט א טאכטער און זי האט געזאגט אז מאמי ווען זיין בקשר וועגען די געלט, שפעטער האט זי גערופען מיין ווייב זאגענדיג עס גיפעלט מיר נישט די קלייד וואס די האסט זיך אויפגענייעט פאר די קאזינס חתונה, דא האסטו געלט זיך צו קויפען עפעס ניי, דאס מיינט אז זי הייבט יעצט אן פון א אנדרע פראנט אז מ'זאל מוזען פאלגען, ביזדערווייל איגנארט מען אבער זי האט שוין גערופען פרעגען ווען מ'קען צוזאמען ארויס גיין קויפן און זי וועט אויך שיקן א בעבי-סיטער און אנדרע ווערטער she is very determent to win.
א שטילע איד
 
הודעות: 15
הצטרף: זונטאג מאי 15, 2016 8:22 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 2 מאל

Re: שוויגער

הודעהדורך יאהאן » זונטאג יוני 19, 2016 1:43 pm

אה דאס איז שוין א העכערע שטאפל, איך וואלט גע'עצה'ט אז דיין ווייב זאל זיין אפן, בכגון דא אין די פאל "מאמי איך וויל דווקא דאס אנטון איך האב אריינגעלייגט ארבייט און איך האב עס גאר שטארק ליב, ווילסט איך זאל הנאה האבן פון וואס איך טו אן אמת? ש'כח פאר די אפפער איך עפרישיעט עס אבער איך האב דווקא ליב דאס וואס איך האב אויפגענייט".

בדרך כלל דארפן אזאנע איפריכטיגע און קלארע ווערטער העלפן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: שוויגער

הודעהדורך איבערלעבער » זונטאג יוני 19, 2016 8:19 pm

@יאהאן, זייער גוט געזאגט. האסט די הסכּמה פון אן איבערלעבער.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: שוויגער

הודעהדורך א שטילע איד » זונטאג יוני 19, 2016 9:20 pm

ייש"כ פאר די אלע הערות מיר האלטען נאכדעם אלעם, אזוי ווי איך האב אנגעהויבן רעד איך פון א עקסטרעמע פאל
עס שטערט אונז נישט אזוי שטארק יעצט צו נאכדעם דח חשש איז נאר וואס וועט זיין שפעטער, ווען זי וועט שוין פירן נאכמער בע"ב
א שטילע איד
 
הודעות: 15
הצטרף: זונטאג מאי 15, 2016 8:22 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 2 מאל

Re: שוויגער

הודעהדורך יאהאן » זונטאג יוני 19, 2016 9:33 pm

אז מען שטעלט עס אפ בצייטנס (אפי' מיט פארס...) וועט זי נישט פילן בה"ב שפעטער, נאכדעם וואס איר האט איר געוויזן אז ענק זענען די ראנג עדרעס...

וואס הייסט איר האלט נאך אלעם? זיי מסביר.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: שוויגער

הודעהדורך א שטילע איד » מאנטאג יוני 20, 2016 10:32 am

נאך אלע עצות אין הדרכות וואס יאהאן האט מציע גיווען. מיר ב"ה מכוון גיווען אליין לדעתך הגדול
א שטילע איד
 
הודעות: 15
הצטרף: זונטאג מאי 15, 2016 8:22 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 2 מאל

Re: שוויגער

הודעהדורך שלומיאל » מאנטאג יוני 20, 2016 10:47 am

אזוי איז מען בעה"ב אויפן שוויגער ולא להיפך

בילד
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל


צוריק צו עולם חסד יבנה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron