בלאט 1 פון 3

גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג מערץ 01, 2015 7:35 pm
דורך איבערלעבער
דער נושא פון גראמאטיק און אויסלייג, איז א ברייטער. דא וויל איך אנהייבן אן אשכול פאר שאלות און תיקונים אין קורצען. ד''ה אויב איינער האט א ספק אויף א געוויסע ווארט קען ער דא פרעגן, אזוי? צי אזוי? אדער אויב איינער זעהט ביי א צווייטען אן איינגנ'חזר'טן טעות קען ער דא פאררעכטן דורך שרייבן, אזוי, נישט אזוי.

די אויסגע'פסק'נטע ווערטער וועל איך דא לייגן:
אויטאמאטיש
געענטפערט
וויפיל
צווינגען
צווישן

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג מערץ 01, 2015 7:39 pm
דורך איבערלעבער
צווישען, אדער צואווישען, צוווישן?
גענטפערט, אדער געענטפעעט?

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג מערץ 01, 2015 8:26 pm
דורך מיין מיינונג
צווישן, אין ערגסטן פאל צווישען (ווענדט זיך צו דו שרייבסט אידען אדער אידן ועוד).
די אנדערע וואס דו שרייבסט איז מוטעה לגמרי, די צ' איז נישט קיין מלאופים סאונד.

געענטפערט.
אויב וויל מען שרייבן מיט איין ע' דארף מעם שרייבן ג'ענטפערט.

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג מערץ 01, 2015 8:52 pm
דורך טעכנעלאגיע
צווישען און אידען זענען נישט אויסגעהאלטן.
מ'שרייבט נאר אן עי"ן ווען די אות פארדעם איז א מ"ם, נו"ן, אדער נו"ן גימ"ל.

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג מערץ 02, 2015 3:32 pm
דורך איבערלעבער
צווינגן/צוואונגן?
וויפיל /וויפול?
וויאהין/וואואהין?

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג מערץ 02, 2015 4:09 pm
דורך מיין מיינונג
1) צווינגען (מיט א י' און א ע').
2) וויפיל, פול איז נישט אסאך נאר ווען א זאך איז פול.
3) איך מיין אז די ווארט איז נישט געמאכט צו שרייבן... עס איז נאר אזא אויסדרוק אבער נישט קיין אמת'ע ווארט

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג מערץ 03, 2015 9:24 am
דורך בולעטין
א דאנק אייך עס קומט מיר צוניץ אזא אשכול

באניצען? באניצן?
שפריצען? שפריצן?
טיילען? טיילן?

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג מערץ 03, 2015 9:28 am
דורך מיין מיינונג

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 11:09 am
דורך מיין מיינונג
עס איז מער א שאלה אין אויסשפראך ווי אין שפראך, אבער כאן מצא את מקומו.

דער הייליגער שר שלום זי"ע איז געווען דער ערשטער פון די רביים פון די בעלזא גזע, זיין זוהן ר' יושע'לע האט לאחר פטירתו ממלא געווען מקום אביו, לאחר פטירתו האט זיין זוהן ר' ישכר דוב זי"ע ממלא מקומו געווען.

יעצט איז מיין שאלה, ר' ישכר דוב קען ווערן אנגערופן אלס ממלא מקום פונעם שר שלום, אדער ניין, נאר ער איז דער ממלא מקום פון ר' יושע'לע וואס האט ממלא געווען מקום השר שלום (אויף אידיש, ער איז טאקע געזיצן אויף דער שר שלום'ס פלאץ, אבער ממלא געווען זיין פלאץ האט ר' יושע'לע)?

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:14 pm
דורך איבערלעבער
ממלא מקום הייסט ער נישט, אבער יושב על כסאו יא. (אזוי ווי דו האסט טאקע געשריבן צום סוף).

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:28 pm
דורך בולעטין
אדער קען מען רופן ממשיך שושילתא קדישא

אזוי ווי היינט אין באבוב איז שווער אויף ביידע צו שרייבען ממלא מקום
אבער ממשיכי שושילתא יא

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 9:31 am
דורך איבערלעבער
אוטאמאטיש/אויטאמאטיש?

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 7:03 pm
דורך נייעס
איבערלעבער האט געשריבן:אוטאמאטיש/אויטאמאטיש?

אויטאמאטיש

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך פעברואר 24, 2016 10:57 am
דורך איבערלעבער
איבריג/איבעריג?

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 9:07 pm
דורך איבערלעבער
פרייליך/פריילעך?
גליקליך/גליקלעך?
קינדערליך/קינדערלעך?

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג מערץ 03, 2016 7:42 pm
דורך איבערלעבער
אינטרעסירט/אינטערסירט/אינטערעסירט?

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג מערץ 08, 2016 9:28 am
דורך איבערלעבער
דעמאלטס/דעמאלט/דעמאלס?

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג מערץ 08, 2016 4:04 pm
דורך איבערלעבער
מען דארף שרייבן סאטמארער חסידים.
סאטמערע חסידים איז נישט ריכטיג.

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 07, 2016 12:13 am
דורך יאהאן
איבערלעבער האט געשריבן:איבריג/איבעריג?

איבריג

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 07, 2016 12:15 am
דורך יאהאן
איבערלעבער האט געשריבן:פרייליך/פריילעך?
גליקליך/גליקלעך?
קינדערליך/קינדערלעך?

פרייליך
גליקליך

קינדערלעך (קינדערליך מיינט קינדיש (אגב: קינדעריש איז נישט ריכטיג) 'יך' שטעלט פאר א מצב.)

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 07, 2016 12:16 am
דורך יאהאן
איבערלעבער האט געשריבן:דעמאלטס/דעמאלט/דעמאלס?

דעמאלט

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 07, 2016 12:17 am
דורך יאהאן
איבערלעבער האט געשריבן:אינטרעסירט/אינטערסירט/אינטערעסירט?

אינטרעסירט

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 07, 2016 12:18 am
דורך יאהאן
איבערלעבער האט געשריבן:מען דארף שרייבן סאטמארער חסידים.
סאטמערע חסידים איז נישט ריכטיג.

נישט ריכטיג.
סאטמארע חסידים (לשון רבים)
ער איז א סאטמארער (לשון יחיד)

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 07, 2016 6:01 pm
דורך איבערלעבער
יאהאן האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:מען דארף שרייבן סאטמארער חסידים.
סאטמערע חסידים איז נישט ריכטיג.

נישט ריכטיג.
סאטמארע חסידים (לשון רבים)
ער איז א סאטמארער (לשון יחיד)

מהיכן דנתני? ווען מ'רעדט פון שטעט וכדו' בלייבט דער ריש.

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 07, 2016 10:02 pm
דורך יאהאן
יא דאס איז ריכטיג אז ווען מען רעדט פון א לאנד/שטאט איז נישט דא די כלל פון יחיד/רבים, אבער ווען מען רעדט פון א "סאטמערער" מיינט עס נישט דאס זענבע ווי א "אנגארישער"... מען מיינט די חסידות נישט די לאנד, הגם די חסידות טראגט א נאמען נאך די שטאט, אבער מען ניצט עס נישט צו רעדט פון די שטאט, און אין פאל ווען מען מיינט יא די שטאט זענט איר גערעכט.