יעצט איז: פרייטאג יוני 23, 2017 7:57 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

גראמאטיק און אויסלייג

הילף און עצות פאר אלעס און אלעמען

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך איבערלעבער » מיטוואך יוני 08, 2016 8:00 pm

איך הער, אבער פארוואס טאקע זאל מען מחלק א חסידות און א שטאט?
ועוד, כמדומני שבלשון המדוברת זאגט מען יא ביי א רבים סאַטמאַרער בעלזער וכדו'. (באמת זאגט מען אויך בעלזערס, אבער דאס איז שוין מסתמא בהשפעת ענגליש.)
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 284
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 68 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יוני 08, 2016 9:04 pm

פארוואס מען זאל מחלק זיין? ווייל עס איז צוויי באזונדערע זאכן... די 'חסידות' טראגט די נאמען פון די 'שטאט', אז איר הייסט נאר אייער זיידע וועט מען שרייבן אויף אייך "הישיש"?... ניין עס איז נישט די זעלבע... אבער די פאונט איז דאס.

לשון מדברת איז א קנאפע ראי' אויף ווי אזוי מען דארף זאגן א ווארט, כידוע ומובן...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך איבערלעבער » מיטוואך יוני 08, 2016 9:28 pm

איך ווייס עס איז נישט די זעלבע, מיין פראגע אבער איז, מהיכא תיתי אז טעמא דדא ודא לאו חד היא?

אז דו קענסט נישט זאגן פון א קלארע כלל אנדערש, איז לשון המדוברת יא א שטיקל ראַיה.
ועוד, איך האב שוין געליינט אסאך פארצייטישע ביכער, און איך געדענק נישט צו האבן געליינט פון קאצקע חסידים נאר בלויז פון קאצקער חסידים וכדומה.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 284
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 68 מאל

Re:

הודעהדורך BeeTee » דינסטאג יוני 14, 2016 4:28 pm

טעכנעלאגיע האט געשריבן:צווישען און אידען זענען נישט אויסגעהאלטן.
מ'שרייבט נאר אן עי"ן ווען די אות פארדעם איז א מ"ם, נו"ן, אדער נו"ן גימ"ל.


אויך ביי נו"ן קו"ף.
ביי למ"ד איז די כלל אז מען לייגט צו אן עי"ן אויב עס איז נישט דא א וואקאל פאר די consanant פאר דעם.
למשל: וועלן, און בעטלען
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך מיין מיינונג » דינסטאג יוני 14, 2016 8:42 pm

יעצט זיי אזוי גוט און זאג וואס וואקאל און קאנסאנאנט מיינען :oops:
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך BeeTee » מיטוואך יוני 15, 2016 4:43 pm

וואקאל- vowel
א, יי, ע, וי, ו, י
a, e, i, o, u
אלע אנדערע אותיות הייסן consonants.
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך BeeTee » מיטוואך יוני 15, 2016 4:56 pm

יאהאן האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:פרייליך/פריילעך?
גליקליך/גליקלעך?
קינדערליך/קינדערלעך?

פרייליך
גליקליך

קינדערלעך (קינדערליך מיינט קינדיש (אגב: קינדעריש איז נישט ריכטיג) 'יך' שטעלט פאר א מצב.)


נישט ריכטיג.
פריילעך
גליקלעך
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך BeeTee » מיטוואך יוני 15, 2016 4:59 pm

יאהאן האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:אינטרעסירט/אינטערסירט/אינטערעסירט?

אינטרעסירט


אויב אינטערעסירט קומט פון interested, שרייבט מען עס ווי איך האב פריער דערמאנט.
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יוני 15, 2016 5:29 pm

בי טי, איי דיסעגרי מיט דיינע ביידע תגובות.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:10 am

האסטו זיך בכלל געלערנט אידיש גראמאטיק?

איך האב יא.
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:13 am

יאהאן האט געשריבן:בי טי, איי דיסעגרי מיט דיינע ביידע תגובות.


אין אידיש איז מיין ניק בִּתִּי.
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג יוני 16, 2016 12:40 pm

איך האב געמיינט אז עס איז א ר"ת (וואס איז געווארן א סלענג), BT
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:28 pm

BeeTee האט געשריבן:האסטו זיך בכלל געלערנט אידיש גראמאטיק?

איך האב יא.

געלערנט ממש נישט, אבער איך האב געטון דערין (גאר) אסאך.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:34 pm

וואו קען מען לערנען אידיש?
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:36 pm

אין סקול אין 3טע קלאס?
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:40 pm

אין חדר האב איך געלערנט, שוין איינמאל! איך געדענק אבער נישט אז מען זאל אויסלערנען די ווערטער וואס האסט אויבן דערמאנט. אפשר אין סקול איז אנדערש
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:42 pm

עפעס דארף מען וויסן אויב מען לערנט אידיש פאר 4 שעה יעדן טאג...
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:59 pm

ביטי, איינער וואס קען אידיש גראמאטיק נאר פון דריטע קלאס איז לכאורה נישט צו גוט אין גראמאטיק...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:19 pm

*בתי

איך בין נישט קיין דראפ אוט.
כ'האב א דיפלאומא...
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך איבערלעבער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:24 pm

ס'איז א מחלוקת הפוסקים. די יידישיסטן שרייבן גליקלעך, אנ״ש שרייבן גליקליך, וואס דאס איז דער טראדיציאנעלער אויסלייג באזירט אויף דויטש.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 284
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 68 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך איבערלעבער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:42 pm

לגבי אינטרעסירט, דאס אמאל איז זיכער אז אזוי ווערט עס גערעדט, אבער לגבי שרייבן האב איך שוין געזען פארשידענס.
לכאורה ווענדט זיך עס אויב ס'שטאמט פון אינטרעסאנט, צי פון אינטערעסע.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 284
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 68 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך איבערלעבער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:47 pm

און וואס זאגן די מבינים לגבי ׳פאראינטערעסירט׳?
איז עס אפהענגיק אין אינטרעסירט, צי דא איז יעדער מודה אז ס'קומט מיט צװײ עינ׳ס?
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 284
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 68 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך איבערלעבער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:52 pm

יאהאן האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:מען דארף שרייבן סאטמארער חסידים.
סאטמערע חסידים איז נישט ריכטיג.

נישט ריכטיג.
סאטמארע חסידים (לשון רבים)
ער איז א סאטמארער (לשון יחיד)

@ביתי, וואס זאגסטו?
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 284
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 68 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 3:42 pm

סאטמארער חסיד,
סאטמארע חסידים.
די רי"ש צום סוף מאכט עס יחיד, א.וו. יאהאן האט דערמאנט.

פארוואס האבן ענק זיך פארלייגט אויף סאטמאר?
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: גראמאטיק און אויסלייג

הודעהדורך איבערלעבער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 3:55 pm

און וואס זאגסטו אויף דעם?

איבערלעבער האט געשריבן:איך ווייס עס איז נישט די זעלבע, מיין פראגע אבער איז, מהיכא תיתי אז טעמא דדא ודא לאו חד היא?

אז דו קענסט נישט זאגן פון א קלארע כלל אנדערש, איז לשון המדוברת יא א שטיקל ראַיה.
ועוד, איך האב שוין געליינט אסאך פארצייטישע ביכער, און איך געדענק נישט צו האבן געליינט פון קאצקע חסידים נאר בלויז פון קאצקער חסידים וכדומה.


האסט שוין געהערט פון ריזשינע חסידים? איך ווייס נאר פון ריזשינער חסידים.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 284
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 68 מאל

פריערדיגענעקסטע

צוריק צו עולם חסד יבנה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron