יעצט איז: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:00 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

תורת הנפש- קאנפידענץ -זעלבסט ווירדע וכו'

הילף און עצות פאר אלעס און אלעמען

תורת הנפש- קאנפידענץ -זעלבסט ווירדע וכו'

הודעהדורך וויין סוחר » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 7:11 am

איך וויל דא אנהייבען אביסעל צו בארירען די נושא פון תורת הנפש און בעיקר זיך אסאך באציען צו דעם שרייבער
שיעורים בתורת הנפש

ווי עס זעהט יעדער האט דער חשובער שרייבער - וואס גיבט אוועק אסאך פון זיין טייערע צייט צו העלפן פאר אידישע נפשות זיך ארויסהייבען פון זייער מצב- אנגענומען א גאנג ווי אסאך גויאישע פראפעסארען אז דער כח און שרשיותדיגע איינרעדענישען וואס ליגט באגראבען בנפש האדם שוין פון לאנגע יארען מיום הולדו, איז ממש אומרירבאר און עס העלפט נישט קיין פסיכישע און גייסטישע מעטאדען ארויסצוזעהן דעם נפש האדם פון איר אלטע זכרונות באקס וואס זי האט פראגראמירט פון די יוגנט, נאר ער גיבט אן מעטאדען וויאזוי מען זאל אינאיינעם מיט די אלטע איינגעגעסענע זכרונות זיך ספראווען מיט שוועריקייטען

לויט וויפיל איך האב דורכגעטון די נושא מיט אסאך אידישע און חשובע תורת הנפש לערנער קומט אויס אז דער אידישער נפש וואס בויעט איר זעלבסט ווירדע און שטארקייט אויפ'ן חלק אלוק ממעל וואס ליגט אין איר, ד.ה. אז נישט 'ככל הגויים בית ישראל' דער איד נעמט נישט איר שטארקייט און זעלבסט ווירדע פינעם גויאישער געדאנקען גאנג, נאר אדרבה די אידישע קשר און התקשרות צום אור אין סוף צום באשעפער דאס איז וואס עס בויעט איר שטארקייט און זעלבסט ווירדע, און לויט די גאנג איז אלע פעולות און מעטאדען ווי דער מענטש פרובירט מיט הילף פון הדרכה און ענליך זיך צו ארויסדערזעהן פון אלטע פארמאכקייטען און פארהאקטע געפילען
''יא א ווירקזאמער און נוצבארער גאנג צו גענצליך ארויסהאקען דעם אלטע איינגעגעסנע רגילות וואס טויג נישט און שאפט אים שוועריקייטען''

ווייל אויב דער אידיש נפש איז סומך שיין ווירדע אין שטארקייט אינעם בורא עולם, און זיין גאנצער סמיכת דעת אויף צו קענען באווייזען אירע רצונות און ווילען איז על דעת פינעם באשעפער, דעמאלטס זענען די מיטלען און עצות פיל טיפער און ווירקזאמער ווי דער גויאישער צוגאנג צו רפואת הנפש

פאלגט נאך די ווייטערדיגע שיעורים און מהלכים וויאזוי צו בויען און ארויפהייבען די שטארקייט פינעם אידישען גייסט
)בערך יעדע 2 וואכען וועט ארויפגיין א שיעור)
וויין סוחר
 
הודעות: 22
הצטרף: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 5:16 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 0 מאל

Re: תורת הנפש- קאנפידענץ -זעלבסט ווירדע וכו'

הודעהדורך שלומיאל » מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:33 pm

הערשט יעצט געזעהן די אשכול

ביטע ממשיך זיין, שוין לאנג נאך די צוויי וואכן.
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל


צוריק צו עולם חסד יבנה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron