יעצט איז: פרייטאג יוני 23, 2017 7:58 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

טיפס פאר א ביזנעס

הילף און עצות פאר אלעס און אלעמען

טיפס פאר א ביזנעס

הודעהדורך מאשקע » דינסטאג יולי 01, 2014 8:53 pm

טיפס וואס איך האב מיר אויסגעלערנט אין די פאר יאר וואס איך בין אין ביזנעס

עדס:
א גרויסע מיסטעיק וואס אסאך מענטשן מאכן אין ביזנעס איז, אז די ערשטע פלאץ ווי מען שפארט איז אין אדווערטייזן. 

ס'דא אפילע מענטשן וואס זאגן אז אדווערטייזן איז געמאכט נאר פאר א גרויסע ביזנעס (וואס דאס אליין איז א פראבלעם, ווי מען וועט שפעטער ארויס ברענגן)

איך פלעג אויך מאכן די מיסטעיק, און מיין ביזנעס איז פשוט נישט געגאנגן! איך האב מיר ארום געמיטשעט ווי א איך ווייס נישט וואס.. ביז איינער איז מיר געקומען זאגן איך זאל אהייבן אדווערטייזן, מיין ביזנעס האט זיך געטוישט פון זילטש צו פראפיט!

יעצט צו אדווערטייזן דארפסטו וויסן וואס דיין ביזנעס איז און וויפעל דו דארפסט אדווערטייזן, א ביזנעס וואס דארף האבן אסאך קאסטעמערס יעדן טאג (למשל א סטאר א ביזנעס וואס טוט סערוויס'ס) דארף אדווערטייזן מער און גרעסער מען זאל אים זעהן
א ביזנעס וואס איז מער געמאכט פאר גרעסערע דשאבס וואס זיי האבן זיך זייערע קאסטעמערס איז גענוג א קליינע עד וואס לויפט יעדע וואך

ביים מאכן א עד זאל מען זיך נישט צו שפארן געלט און גיין צו איינער וואס איז ביליג און געט נישט קיין גוטע סחורה. דו ווילסט דאך אז מענטשן זאלן עס זעהן און קומען צו דיר (און אויך דארפסטו אויסקוקן גרויס ווי עס וועט שטיין שפעטער)

אויך דארפסטו זיכער מאכן אז דיין סערוויס איז גוט, ווייל אויב א מענטש גייט דיר קאלן ווייל ער האט געזעהן דיין עד און דו געסט אים שלעכטע סערוויס האסטו געטון די פארקערטע... פון דיין עד וואס דו האסט אריין געלייגט גייט ער וויסן נישט צו קומען צו דיר...

ווי אזוי מענטשן קוקן אן דיין ביזנעס:
ס'איז אביסל פאני אבער א פאקט! א מענטש גייט ענדערש גיין קויפן/ניצן א ביזנעס וואס גייט גוט ווי א ביזנעס וואס סאפערט.. ס'האט אויך א קליין פשט פארוואס,  ווען א מענטש זעהט א ביזנעס וואס גייט, מיינט עס אז ער געט גוטע סערוויס, און וועגן דעם ניצן אים מענטשן, נו אויב אזוי וועל איך אויך גיין צו אים..

איז וואס דו דארפסט זעהן איז אז מענטשן זאלן אייביג קוקן אויף דיר ווי דו ביסט גרויס! עס קען זיין אין אסאך משלים ווי אזוי.
 
ביי דיין אפיס ווי דו נעמסט אויף מענטשן זאל זיין שיין און קלין, און א ראיגע אטמאספער.

דיינע עדס זאלן זיין שיינע עדס, נישט סתם עפעס ביליג.

זאכן וואס מען זעהט (ארבייטערס, ווען'ס, וכו') זאלן זיין/האבן די זעלבע uniform

קיינמאל נישט רעדן מיט סתם מענטשן ווי אזוי דיין ביזנעס גייט. (אפילע ער איז דיין בעסטע חבר..)

מען קען נאך שרייבן אסאך משלים, אבער די פוינט איז מאך מענטשן זאלן זעהן אז דו ביסט גרויס, אז ווען מענטשן דארפן האבן די סערוויס/אייטעם גייט מען נאר צו דיר

אויב דו האסט א קאמפעטישן וויין נישט צו יעדעם איינעם ווי שלעכט ער איז, ער קלאפ דיר דיינע פרייזן וכו' דאס הרגעט די עימעדש פון דיין ביזנעס, און דו אדוועטייסט דיין קאמפעטישן...

פרייזן:
מאך נישט די מיסטעיק וואס איך האב געמאכט.. איך פלאג מיר נאך יעצט דערמיט.. בעטן א ביליגע פרייז צו כאפן קאסטעמערס איז נישט קיין וועג! מען זאל קומען צו דיר וועגן אנדערע זאכן, אבער נישט וועגן דו ביסט ביליג! וואס טוסטו אז דיין קאמפעטישן וועט נאך דעם בעטן ביליגער?  וועסט קיינמאל נישט ענדיגן! און דו ארבייטס דיר איבער פאר גארנישט און פאר נישט.. אז דו וועסט געבן גוטע סערוויס וועט מען צום סוף קומען צו דיר!!

דאס איז פאר יעצט אז איינער האלט אנדערש ביטע זיך לאזן הערן...
איך גלייך א לייק.. ביטע זייט מחי' א חבר..
ניק אוואטאר
מאשקע
 
הודעות: 38
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 1:23 pm
האט שוין געדאנקט: 16 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 41 מאל

Re: טיפס פאר א ביזנעס

הודעהדורך שלומיאל » דינסטאג יולי 01, 2014 8:55 pm

זאגסט זייער גוטע און אויפריכטיגע דיבורים, אבער יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל.
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: טיפס פאר א ביזנעס

הודעהדורך חנינא פלאנצמאן » דינסטאג יולי 01, 2014 9:22 pm

מאשקע זייער גוטע פוינטס. יישר כוח.
חנינא פלאנצמאן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 218
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 2:38 pm
האט שוין געדאנקט: 15 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

הודעהדורך מאשקע » מיטוואך יולי 02, 2014 2:24 pm

יעצט האט מען א שטיקעל ברעיק וועט מען וואטער ארום שמיסן פון טיפס, דאס מאל גייט מען רעדן פון ארבייטער'ס

פון א ארבייטער קען מען רעדן און רעדן און נישט פערטיג ווערן...

איז לאמיר שרייבן וואס עס ליגט מיר יעצט אין קאפ..

די ערשטע זאך דארף מען וויסן אז ווי גוט דו ביסט צו דיין ארבייטער אלץ בעסער גייט ער זיין צו דיר! אז דו ביסט שטרענג צו אים וועט ער נישט זיין געטריי צו דיר! און נישט דאס ווילסטו...

האלט אייביג פאר דיינע אויגן די עיקר הצלחה אין דיין ביזנעס איז דיין ארבייטער!

ווייז פאר דיינע ארבייטער'ס אז דו ארבעסט אויך, אז נישט וועט ער אייביג שרייען פארוואס ער דארף זיך איבער ארבייטן אין די צייט וואס דו זיצט אויפן קאוטש...

טיפן אן ארבייטער יעדע שטיק צייט (נאך א סיזען, פאר א יו"ט) געט אסאך צו ער זאל זיין א פלייסיגע ארבייטער. עס דארף נישט זיין עפעס איך ווייס וואס.. אפילע ס'איז נאר א קליינע טיפ, די ארבייטער דארף פילען אז דו האסט הנאה פון אים!

אבער פון די אנדערע זייט, טראסט נישט דיין ארבייטער,  קוק זיך אים וואס ער טוט, (פארשטייט זיך אויף א שיינער וועג ער זאל נישט פילען קיין פרעשער פון דיר)

און אין דעם גייט אויך אריין, נישט לאזן פירן א ארבייטער די ביזנעס,  דו דארפסט זיין אין טאפ אויף אלעס, ווייל אויב דו וועסט אים לאזן אלעס טון וועט קומען א צייט וואס דו וועסט נישט וויסן וואס טוט זיך אין די ביזנעס, און ער וועט קענען מאכן לצנות פון דיר..

דאס איז פאר יעצט מען דארף צוריק גיין ארבייטן..

דאס האב איך געזעהן אין די לעצטע פאר יאר, אז איר האלט אנדערש ביטע זיך לאזן הערן!
איך גלייך א לייק.. ביטע זייט מחי' א חבר..
ניק אוואטאר
מאשקע
 
הודעות: 38
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 1:23 pm
האט שוין געדאנקט: 16 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 41 מאל

Re: טיפס פאר א ביזנעס

הודעהדורך זייגער » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:59 pm

וואו, זייער שיין אראפגעלייגט.
ביטע זיי ממשיך.
זייגער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 399
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 7:01 pm
האט שוין געדאנקט: 43 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 36 מאל


צוריק צו עולם חסד יבנה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron