Switch to full style
הילף און עצות פאר אלעס און אלעמען
שרייב א תגובה

א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פרייזען)

מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:07 pm

פילע טינט איז שוין פארגאסען געווארן, און צענדליגער ביימער זענען שוין פארלענדט געווארען דורכן אויסשרייען אויף איר די טייכען בלוט וואס עס קאסט אפ פאר אידישע קינדער די הימל שרייענדע דירות פראבלעים

עס וואלט געווען פאסיג ווען יעדער וואס האלט מיט א שרעקעדיגע סצענע מיט זיינע אויגען אנבאלאנגט די סקאנדאל ארום די דירות פרייזען זאל עס ביטע מיטיילען מיטן ברייטען ציבור

היינט אינדערפרי האב איך מיטגעהאלטען ווי מיינס א ידיד וואס וואוינט לעת עתה אין וויליאמסבורג האנדעלט מיט איינעם איבער די פרייז פון א דירה
און ניש מער ניש ווייניגער דער משכיר בעט פון אים ביי 'דיקאלב' געגנט ווי עס האט מיט עטליכע יאר צוריק געקאסט דמי שכירות בערך '1900' פאר פיר בעדרומס
בעט ער יעצט פינעם יונגערמאן וואס ברויך שפייזען א גרויסע שטוב מיט קינדער ''דריי טויזענט און דריי הינדערט דאלער''
מען ברויך זאפארט ארויסקומען מיט א איסור צו דינגען דירות אין אזעלכע געגנטער ווי מען שיסט לעבעדיגערהייט דעם אייגענעם ציבור.

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:52 pm

וואס איז געווארן מיט דיין ידיד? האט ער למעשה געדינגען די דירה? אדער ער האט געמופט קיין בלומינגבורג?

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:25 pm

הא?

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 10:41 am

שלומיאל האט געשריבן:וואס איז געווארן מיט דיין ידיד? האט ער למעשה געדינגען די דירה? אדער ער האט געמופט קיין בלומינגבורג?

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:15 am

שמו נאה לו, בארדיטשעווער בדחן.

ער האט סתם ליצנות געמאכט פון אונז.

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

מאנטאג מערץ 23, 2015 2:33 pm

מ'הערט כסדר אזעלכע מעשיות

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

מיטוואך מאי 13, 2015 1:48 pm

היינט איז פארגעקומען א גרויסע אסיפת רבנים אין וויליאמתבורג, ווי מען האס דיסקוסט די פראבלעם מיט דירות מאנגל און פרייסעס

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

מיטוואך מאי 13, 2015 10:20 pm

די רבנים זענען אויפגעקומען מיט עפעס פאר די וואוילזיין פינעם ציבור??
אדער נאר די דעוועלעפארס וואס טינקען זיך אין אידיש בלוט האבן עפעס ארויסגענימען פון די זיצונג היינט

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:36 pm

די מצב ווערט ענגער פון טאג צו טאג

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

מאנטאג אפריל 04, 2016 1:38 pm

מיין חבר האט זיך יעצט ארויסגעצויגן פון זיין געווינס פון א דירה. געצאלט האט ער $1300 פאר א איין רומיגע פורנישט בעיסמענט לעכל, און געהאט אן א שיעור פראבלעמען. 2 מיסקערידזעס קוים 6 חדשים פון די חתונה, און שוועריקייט מיט האבן קינדער די נעקסטע 2 יאר. ער איז יעצט געוואר געווארן אז דער דירה האט א פארבויט פענסטער.
געמופט האט ער צו א וואן בעדרום אויפן פערטן שטאק אן אן עלעוועטער, און צאלט יעצט 2,250 טאלער א חודש!
הארץ און טאשן רייסענד!

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

מאנטאג אפריל 04, 2016 2:05 pm

פארמאכן "א פענסטער פון א בעיסמענט"? צו וואס די וויליאמסבורגע לענדלארדס זענען אלס עלול.....
ער האט נישט געטראפן א 1 בעדרום פאר ביליגער ווי 2250? פאני

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

דינסטאג אפריל 05, 2016 10:48 am

מיין הארץ רייסט פאר אים, אבער ער דארף טון למעשה. לא עת לקטנות המוחין, ער קען און ער מוז טון צו דער זאך! הייב פוס און אנטלויף, והחלש יאמר גבור אני.

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

מיטוואך אפריל 06, 2016 10:11 am

מען דארף מאכן א חברה הצלה צו ראטעווען די וואס קענען זיך נישט ארויסדעזעהן פינעם סיטי/סינדראם

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

מיטוואך אפריל 06, 2016 11:38 am

קיין שום חברה הצלה וועט נישט העלפן, מען דארף אליין זיין דער הצלה מאן.

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

מיטוואך אפריל 06, 2016 11:43 am

איבערלעבער האט געשריבן:קיין שום חברה הצלה וועט נישט העלפן, מען דארף אליין זיין דער הצלה מאן.

א כח הציבור איז שטארקער ווי א יחיד

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

מיטוואך אפריל 06, 2016 8:48 pm

ממילא? זיץ און ווארט פארן כח הציבור? וועסט נישט ווארטן אליין, דער ציבור וועט מיטווארטן מיט דיר. אויף דעם איז טאקע דער כח הציבור שטערקער, אויף צו ווארטן און גארנישט טון.

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

מאנטאג מאי 30, 2016 12:33 pm

ס'איז אמת וואס איך הער, אז דיוועליפערס אין וומסב"ג האבן מורא צו נידערען א פרייז אויס מורא צו ווערען טערעזירט פון די אנדרע דיוועליפערס?

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

מאנטאג מאי 30, 2016 12:51 pm

איך ווייס נישט. אבער אמאל האב איך געהערט אז ווען ר' פישל דייטש הי"ו האט געבויעט זיין בנין און עס פארדינגען פאר ביליגערע פרייזן האט ער באקומען א טעלעפאן רוף פון איינע פון די באקאנטע נעמען פון וויליאמסבורג מיטן טענה היתכן ער בא'עול'ט זיי ווייל ער נידערט די פרייזן און מקפח זייערע פארדינסטן בלא בלא בלא.
האט אים ר' פישל געענטפערט, נאכן פארדינגען די דירות פאר ביליגער ווי אנדערע האב איך באקומען א רוף פון ווערייזען אז זיי ווילן לייגן מאשינערי אויף מיין בנין און זיי צאלן א פרייז וואס דעקט פיין דאס וואס איך האב נעכגעגעבן פאר אידן'ס וועגן. יעצט רעד איין א צווייטן אז איך האב געטון א עולה...

כך שמעתי, מיינט נישט אז עס איז אמת.

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

מאנטאג מאי 30, 2016 2:54 pm

וועלכע בנין

Re: א שרעק פון א מעשה, היינט מיטגעהאלטן (בנוגע די דירות פריי

פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:14 pm

מ'דארף ווען מאכן א קביעות שער אין וומ"ס פונקט ווי מ'מאכט יעצט אין די סיטי אוו קעי דזשעי
שרייב א תגובה