יעצט איז: פרייטאג יוני 23, 2017 7:59 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

עול"ם - ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עיים ~ JCCSG

הילף און עצות פאר אלעס און אלעמען

עול"ם - ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עיים ~ JCCSG

הודעהדורך עולם » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:14 pm

דער דיסארדער וואס רופט זיך "קראונס דיזיס" צו "קאלייטעס" איז א כראנישער געזונט-צושטאנד וואס איז שטארק פארשפרייט ביים היימישן ציבור, נאכדעם וואס מעדיצינישע און וועלטליכע שטודיעס צייגן אן אז ביים היימישן "אשכנז'ישן" ציבור איז עס פארהאן "דריי מאל מער" ווי ביי אלגעמיינע אנדערע גרופעס. ד.ה. אז דער היימישער ציבור ליידט דערפון די מערסטע, ווי עס איז טאקע עדות דער פאקט אז כמעט אין א יעדע היימישע משפחה איז פארהאן איינס/מערערע פון "קראונס-קאלייטעס" ליידענדע.

אט דער פאקט האט גורם געווען אז עס האט זיך געפאדערט קריטיש וויכטיג צו אדרעסירן דעם פראבלעם; באהאנדלען די דעטאלן דערפון; און שאפן א שטארקע באזע און "סופפארט גרופע" געווידמעט דירעקט פארן היימישן ציבור, מיטצוטיילן אינפארמאציע איינער פארן צווייטן; און וויסן וואו אנצופרעגן א יעדע פראגע/ספק וואס איז אזוי נוגע אויפן טאג טעגליכן לעבן.

מיט השי"ת'ס הילף האבן זיך אריינגעווארפן אינעם ענין א קבוצה פון חשובע היימישע עסקנים, און נאך עטליכע שווערע יארן פון פארשונג – און פראפעסיאנאלע הילף און באגלייטונג פון נאציאנאלע ארגאניזאציעס און לאנגיעריגע דאקטוירים – איז פארמירט געווארן א לעבנסוויכטיגע און העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע, אונטערן נאמען עול"ם - ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עיים ~ Jewish Crohn's & Colitis Support Group - JCCSG", ספעציעל פארן היימישן ציבור, וועלכע זאל זיך מטפל זיין מיט אלע ענינים אמבאלאנגט דעם געביט פון "קראונס און קאלייטעס".

זינט דער גרינדונג -פאר אריבער דריי יאר צוריק- פון די געוואונטשענע ארגאניזאציע זענען שוין אריבער 1,400 טעלעפאן-רופן געענטפערט געווארן; פילצאליגע מעדיקל-אפוינטמענטס זענען שוין ערלעדיגט געווארן און אראנדזשירט געווארן פאר גאר ביליגע פרייזן; אומצאליגע היימישע משפחות האבן שוין גענאסן דערפון חיזוק והדרכה; פארשידענע אינפארמאציע איז שוין אויסגעטוישט געווארן צווישן היימישע משפחות וועלכע ספראווען זיך דערמיט; און פילע קריטיש וויכטיגע פארבינדונגען זענען שוין געמאכט געווארן צו בארימטע דאקטוירים פון איבער גאנץ אמעריקע.

עס איז בכלל נישט קיין חידוש אז נאך לאנגע יארן וואס עס איז קיינמאל נישט געטון געווען קיין ערנסטע שריט אין די נושא ביים היימישן ציבור, איז דער אפקלאנג איבערן "געבורטסטאג" פון די ארגאניזאציע געווען אזוי הילכיג; אומצאליגע טעלעפאן רופן האבן אנגעהויבן אריינצושטראמען אין אפיס; פילצאליגע פראגעס; עצות און חיזוק; און אלע האבן אויסגעשריגן, כולם כאחד: "החייתנו! איר האט אונז מחי' געווען!".

איבער אלעמען האט זיך שוין ארויסגעוויזן מיט צענדליגע עפיזאדען ווי קריטיש וויכטיג די אווענטן זענען, די פארגאנגענע אווענטן –וואס די ערשטע צוויי און די פערטע זענען פארגעקומען אין וויליאמסבורג און די דריטע אין קרית יואל, און פינפטע אין בארא פארק- האבן צוזאמען געברענגט נאנטע משפחה און גאר גוטע פריינד נישט וויסענדיג בעפאר אז זיי גייען אויך אדורך מיט די שוועריקייטן, וואס ווי עס פארשטייט זיך אליין איז דאס געווען א געוואלדיגע ישועה, דאס האט געגעבן א גרויסע שטיפ פאר די עסקנים צו גיין ווייטער.

די 'עול"ם' ארגענעזאציע האט זיך בעיקר ארויסגעוויזן אויף עטליכע אופנים:
  • מעדיקל ריפורלס: פשוט, מיט זייערע גאר גוטע באציאונגן מיט גרויסע דאקטוירים, געבן זיי דעם ריכטיגן אדרעס אין יעדן קעיס, און העלפן ארויס גאר שטארק צו באקומען אן אפוינטמענט ווי פריער.
  • עדיוקעישאן: ווי די געטרייע וואלאנטירן זיצן מיט די ליידענדע צו זייערע משפחות און גייען איבער די קעיס, זיי פשוט אויסצולערנען וואס דאס איז און וואס ס'קען און דארף געטוהן ווערן צו פארגרינגערן די מצב.
  • אווענטן: איינער פון די באקאנסטע גרעסטע אויפטוען זענען טאקע די אווענטן ווי דערמאנט
  • הילף: איינער וואס גייט דאס אדורך, אין אנפאנג זיכער ברויכן זיי אסאך הילף, מיט דאקטוירים, עסן, צו מעדיקעישאן. איינע פון די זאכן וואס 'עול"ם' שטעלט צו, איינע פון די מעדיקעישאן'ס וואס געוויסע ליידענדע נעמען דארף מען נעמען אלס אינדזשעקשאן, די ארגענעזאציע האט א וואולאנטיר, א מעמבער אין די חברה הצלה וואס גייט ארום עס געבן פאר די וואס קענען עס נישט אליינס נעמען.
  • סופפארט: די ארגענעזאציע שטעלט צו סופפארט פאר די חולה ומשפחה סיי ווען, צו מ'איז אינדערהיים, צו אין שפיטאל
  • אינשורענס: נע, פרייט אייך נאכנישט מ'צאלט נאך נישט... וואס יא? אזוי ווי א גרויס חלק פון די מעדעצינען זענען גאר טייערע, און זייער אסאך אינשורענס קאמפעני'ס ווילן דאס נישט באצאלן, שלאגן זיך די עסקנים מיט די קאמפעני'ס ווי ווייט מעגליך אז זיי זאלן דאס יא קאווערן

~~~

נא פארוואס באשרייב איך דאס יעצט? אונז מאכן מיר אן אפיעל? ניין! זאג איך דיר! נאר וואס דען?
ווי איך פארשטיי, און ס'קוקט טאקע אויס, דרייען זיך דא נאר מענער אויף דעם זייטל דא, אבער כ'שטעל מיך פאר אז די אינגעלייט דא ווייזן פאר זייערע בני בית צו דערציילן וואס דא טיצעך...

דעריבער מעלד איך דא איבער אונזער נעקסטע "פרויאישע אווענט" וואס וועט פארקומען אי"ה אין די נעקסטע פאר חדשים.

אונזערע אווענטן האבן געדינט אלס שטארקע חיזוק פארברענג און גאר אינפארמעטיווע צוזאמקום‏, דאס מאל גייען מיר מיט א שטאפל העכער, און מ'וועל מיר מאכן איינס פון נאר נשים צדקניות, נאכדעם וואס איז אריינגעקומען קריטיש וויכטיגע פארלאנגן איבער געוויסע ענינים וואס זענען באקוועמער און אויסגעהאלטענער אויסצושמועסן נאר צווישן פרויען...

גראדע האבן מיר נאכנישט באשלאסן ווי מ'זאלן מיר דאס מאכן, צו אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק, און דאס איז טאקע איינע פון די זאכן וואס מיר ווילן הערן פון די האפענטליכע באטייליגטע ווי ס'איז זיי באקוועמער‏.

פארצושלאגן אייערע פארשלאנגן און הערות קען מען זיך פארבינדן מיטן אפיס, אויף 718-635-2274 אדער אן אימייל, Info@JCCSG.org

מיט דאנק, און ביטע איבערגעבן אין שטוב (אויב זענט איר אדער זי אדער א קינד פון אונזערע אויסדערוועלטע גרופע...)‏
פארראכטן געווארן צום לעצט דורך עולם אום דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:20 pm, עס איז איין מאל פארראכטן געווארן.
עולם
 
הודעות: 2
הצטרף: זונטאג יולי 20, 2014 2:28 pm
פלאצירונג: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 1 מאל

Re: עול"ם - ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עיים ~ JCCSG

הודעהדורך בארדיטשעווער בדחן » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:19 pm

ס'א שטארקע נייעס אז עול''ם האט זיך די ערשטע געוואנדען דא צו אינזער אידישע סייט בעפאר די אנדערע סייטס, העמיר אי''ה פרובירען פארשפרייטען אייער וואוילטעטיגע מסיבה
בארדיטשעווער בדחן
אחראי
 
הודעות: 394
הצטרף: מיטוואך יולי 02, 2014 9:59 am
האט שוין געדאנקט: 140 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 60 מאל


צוריק צו עולם חסד יבנה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron