יעצט איז: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 9:39 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הילף און עצות פאר אלעס און אלעמען

ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך אנפין נהירין » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 4:32 am

שלום אליכם אלע חשובע קרעטמשע מעמבערס איך וויל דא שרייבען וועגען א ענין וואס איז נוגע מיך אין אנדערע מיין גלייכען אין ווער עס קען העלפען וועט האבן א גרויסע מצוה עס איז יעדען בייקאנט אז עס פעלען שדכנים היינט איך גיי נישט אריין גיין אין די פראבלעם פארוואס עס איז אזוי למעשה איז דא א געוואלד מיד בחורים העכער 20 וואס זענען נאך ליידער נישט קיין חתן וגם אני בתוכם אין איך האלט אז מען דארף מער טין סא מיין עצה איז צי מאכען א סייט פאר שדכנים ווי זיי קענען זען די בחורים אין מיידלעך אבער נאר זיי נישט סתם מענשען זאלען קענען זען עס זאל זיין אויפ א וועג ווי אזוי מען גייט קענען אריין שיקן אינפא ביי אימעל וכדומה אדער אויפ די סייט אויס פילען א אפליקעשען יעצט מיט וועם איך רעדט וועגען דעם זאגט מיך ווארף דיך אליינס אריין אין מאך עס סא וויל איך זאגן אז מענטשען גיין אראפקיקען אויפ דעם אין נישט מיט ארבטען וויל א בחור איז אינטער דעם סא זיך איך מענטשען וואס זאלען מיך העלפען איך בין גרייט צי העלפען באט איך קען נישט זיין די גאנצע זייך אזוי מיין איך אין אויך גייען מענטשען טראכטען עס איז שוין דא געניג מענשען וואס האבן שדכנים אפיסעס, ארגנעזענשיס ( אין אויב איר ווייסט ווער עס טיט אדער האט א ארגענזעשען פאר דעם קען אויך שרייבען) פאר דעם סא פארוואס בין איך נאך א בחור אין איך בין זיכער יעדער קען אנדערע בחורים העכער 20 וואס זענען נאך נישט קיין חתנים ישר כח פין א בחור וואס קיקט ארויפ אויפ צי שטעלן א הערליכע בית נעמן בישראל
אנפין נהירין
 
הודעות: 49
הצטרף: דאנערשטאג יולי 03, 2014 4:26 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 16 מאל

Re: ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך שענקער » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:10 am

פאר מ'גייט אריין אין דיין פלאן, איז וויכטיג צו באטאנען אז אויב ביסטו נאר "העכער צוואנציג" ביסטו נאך ערענסט יונג און ס'איז נאריש זאלסט פילן אלט און דעפרעסט. מילא ווען ביסט מער ווי 25, קענסטו טענה'ן אז ביסט בארעכטיגט צו זיין פארכמארעוועט, אבער פון דיין ווערטער איז משמע אז ווי נאר מ'שטייגט איבער די נומער צוואנציג איז מען אטעמאטיש א בארעכטיגטער צו אריינפאלן אין א מרה שחורה. זיי דיך מחזק און ווארט אביסל צו. ווי נישט ווי איז עס א קריעת ים סוף.

יעצט נוגע דיין פלאן, זעהט עס אויס צו זיין היפש קיל און כ'האלט ס'וואלט טאקע געוועהן א גוטע פלאן צו בויען אזא וועבזייטל. דארף מען נאר רעדן צו די ריכטיגע פארשוינען. ווער זענען זיי?
שענקער
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 139
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 2:02 pm
האט שוין געדאנקט: 38 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 49 מאל

Re: ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך השר מקוצי » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:07 pm

אנפין ביסט יא בארעכטיגט צו זיין אנגעזעצט ווילאנג מען קומט נישט מיט א סעלושען פאר די עלטערע חסידישע בחורים זיי צו העלפן, ביסטו בארעכטיגט מיט דיין אנזעץ
אבער געדענק #ואפילו בהסתרה
מיר טראגן נישט קיין אחריות אויף אינזערע ארטיקלען און תגובות
השר מקוצי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 234
הצטרף: פרייטאג יוני 27, 2014 2:34 pm
האט שוין געדאנקט: 52 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך אנפין נהירין » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:12 pm

שענקער האט געשריבן:פאר מ'גייט אריין אין דיין פלאן, איז וויכטיג צו באטאנען אז אויב ביסטו נאר "העכער צוואנציג" ביסטו נאך ערענסט יונג און ס'איז נאריש זאלסט פילן אלט און דעפרעסט. מילא ווען ביסט מער ווי 25, קענסטו טענה'ן אז ביסט בארעכטיגט צו זיין פארכמארעוועט, אבער פון דיין ווערטער איז משמע אז ווי נאר מ'שטייגט איבער די נומער צוואנציג איז מען אטעמאטיש א בארעכטיגטער צו אריינפאלן אין א מרה שחורה. זיי דיך מחזק און ווארט אביסל צו. ווי נישט ווי איז עס א קריעת ים סוף.

יעצט נוגע דיין פלאן, זעהט עס אויס צו זיין היפש קיל און כ'האלט ס'וואלט טאקע געוועהן א גוטע פלאן צו בויען אזא וועבזייטל. דארף מען נאר רעדן צו די ריכטיגע פארשוינען. ווער זענען זיי?


גראדע בין איך העכער 25 באט איך מיין נישט נאר מיך איך רעדט בכלל
אנפין נהירין
 
הודעות: 49
הצטרף: דאנערשטאג יולי 03, 2014 4:26 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 16 מאל

Re: ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך עסקן » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:23 pm

בחור'ל טייערער הייב שוין אן צו טון דערין

אבער שוין ! !

פון מיין עקספיריענס אין עסקנות איז דייקא די וואס האבן נישט געטראכט קיין צוויי וואס יענער וועט זאגן, די זענען צום סוף סוקסעספעל
נעם דיר שוין טון דערין אויב דארפסטו א נאמען וואס זאל שטיין אינטערדעם קענסטו געבן א נאמען פון אחד מגדולי העסקנים וואס האט אויך גראדע אנגעהויבען אין די בחורישע יארן מיט עסקנות
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך זשורנאליסט » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 1:20 pm

אין איך זאג אז מען ברויך לאזען דער סייט זיין די שדכן, און יעדער וואס זוכט א שידוך זאל פאר א מינימאלער אפצאל קענען אריין אין דעם סייט אין אליינס זיכען, ס'זאל דארט זיין פראפיילס מיט בילדער פין די בחורים אין מיידלעך,

נאר וואס דען, כדי נישט יעדער זאל באקומען ציטריט דערצי וועט מען דארפען א פנים בפנים אינטערוויוא מיט א סייט שדכן, אין דערנאך וועט מען באקומען ציטריט צי דער סייט, א בחור נאר צי די מיידלעך, אין א מיידל נאר צי די בחורים, אין דערנאך וואס דער בחור אין די מיידל איז א חתן אדער כלה, וועט ער אדער זי פארלירען ציטריט, אזוי אויך זאל עס קאסטען א חודש'ליכע מינימאלע אפצאל כדי צי פארמיידען ציטריט פאר איינער וואס ברויך נישט,

די סייט וועט האבען אגענטען אין אלע אידישע געגענטער איבער די וועלט, ווי די אינטערוויואס וועלען פארקומען, אזוי אויך וועט עס האבען א וועד הרבנים כדי צי שטיל מאכען די קריטיק פין די קריטיקירער,

א מאדערנע ווערסיע פין חמשה עשר באב !, אין טאמער איינער טרעפט דארט עפעס וואס ער אדער זי טראכטען אז ס'קען זיין פאר זיי דאן קענען זיי שיקען עני שדכן, אדער אפילו סתם א מענטש עס צי אנטראגען,

ונאמר אמן,
ניק אוואטאר
זשורנאליסט
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 133
הצטרף: מיטוואך יולי 30, 2014 10:08 am
האט שוין געדאנקט: 3 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 3 מאל

Re: ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך עסקן » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 1:35 pm

דארף מען נאר זען אז די רבנים און ערליכע אידן זאלן נישט זיין דערקעגן און אפהאלטן אזעלכע שידוכים
אויב קען מען האבען פראמינענטע רבנים און פראמינענטע שדכנים וואס זאלען עס שטיצען וועט בדרך הטבע אראפגיין פון די ליסטע פון אלטע בחורים און מיידלעךמארק א גרויסע מספר

אנפין נהירין ווער ווייסט צו נישט צוליב דעם ביסטו אלט געווארן צו ראטעווען דיינע פארקלעמטע אידישע ברודער.
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך אנפין נהירין » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 2:48 pm

וועגען דעם האלט איך מען זאל נישט זיין אפען פאר יעדעם נישט יעדער זאל האבן ציטריט צים סייט
אנפין נהירין
 
הודעות: 49
הצטרף: דאנערשטאג יולי 03, 2014 4:26 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 16 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 8:20 pm

איך זעה נישט וואס אזא סייט זאל צופיל ארויסהעלפן דעם מצב. דער פראבלעם איז אז די עלטערן וועלן זיך צו שטארק, מען קוקט אויף אלעס נאר נישט אויפן עיקר, מען קוקט אויף די משפחה אויב די ביידע זייטן שטומען, מען קוקט אויף די געלט, מען קוקט אויף יחוס, מען קוקט אויף די פרענדס, נאר איין מינדערוויכטיגע זאך פארגעסט מען צו קוקן אויב דער בחור שטומט מיט די מיידל, בשעת וואס באמת איז נאר דאס די איינציגסטע זאך וואס מען דארף קוקן.
אויב די איידיע פון אזא סייט איז אז די בחורים און מיידלעך זאלן זיך אליין קלויבן די שידוכים, וואלט דאס געווען א גרויסע דורכברוך, אבער דאן דארף מען שוין קיין סייט, מען קען דאס טוהן אן דעם אויך.

בכל אופן פארשטיי איך זייער גוט א בחור העכער צוואנציג וואס איז צובראכן, ער האט אלע רעכטן צו זיין צובראכן, ער וואלט שוין לאנג געדארפט זיין חתונה געהאט. אבער פון די אנדערע זייט דארף ער וויסן אז פון זיין צובראכן וועט ער זיכער נישט געהאלפן ווערן, ווי יענער האט געזאגט "נאך א מזל אז דאגה'נען העלפט נישט. אויב ווען עס העלפט נישט דאגה'ט מען אזוי סאך, שטעל דיך שוין פאר ווי מען וואלט גע'דאגה'ט ווען עס וואלט יא געהאלפן"...
וואס מען קען יא טוהן איז יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל שוין טרעפן דעם ריכטיגן בת זוג. מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס עס טוט זיך אונטער די קוליסן, "גם מאחורי הדברים הקשים העומדים עליך, אני עומד, אני עומד, אני עומד. איך האב שוין מיטגעהאלטן עטליכע שידוכים וואו די בחורים זענען געווען מיט עטליכע יאר העכער צוואנציג און די כלות זענען נאך געווען זיבעצן יאר. דער בחור האט געוויינט ביי די אכטצן אז ער וויל א שידוך, בעת וואס ער האט נאך געקראסט זיין כלה אריבער די גאס...

נאך א סגולה בדוק ומנוסה צו טרעפן א שידוך איז, אז מען זאל זיך פארנעמען אז די ערשטע שידוך וואס מען טראגט אן, וועט מען גלייך אננעמען. מען דארף נישט מורא האבן, ווייל אויב עס איז נישט באשערט וועט עס סיי ווי נישט ווערן.
ברסלבער
 
הודעות: 1
הצטרף: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 4:24 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 7 מאל

Re: ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך ראש הקהל » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:37 pm

ברסלבר, זייער שיין צולייגט און צום אלעם ערשט שלום עליכם עס איז פריידיג צו האבן אין אונזער קרעטשמע אזא חשובער תושב.

איין הערה נאר, דאס איז קלאר אז א סייט פארגרינגערט היינט סך שנעלער און לייכטער עקסעס צו זאכן און באדערפענישען, וואס האט אמאל געדויערט אסאך יארן קען מען היינט אין עטליכע טעג אדער שעה ערייכען,

מילא איז קלאר אז א סייט מאך גרינגער און שנעלער צו זען א טשענדזש אויפן האריזאנט אינעם נושא פון שידוכים ביי עלטערע בחורים און מיידלך

בנוגע דיין טענה איבערן מחזק זיין און נאך עצות טובות ומועילות פאר די וואס ליידן, דאס איז אלץ פיין סתם אויף צו געבן יענעם א גיטע פילינג, למעשה איז דער מארקעט היינט איבערגעפילט מיט אסאך פראבלאמאטישע קעיסעס און ווען די נויטיגע חברה וואלטען געהאט פאר זייער אויגן ליגען א רייע מיט נעמען און פראפיילס פון די מארקעט וואלט בדרך הטבע געווען ווייניגער מניעות, אויסצופירן מערערע און שנעלערע שידוכים

איבערן זינגען דעם ואפילו בהסתרה, דאס איז לית מאן דפליג אז לית טב מינה, די עיקר זיך מחזק זיין און נישט אויפגעבן
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך לטובה » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 3:08 pm

ברסלבער א געשמאק אייך צו האבן דא. אריינגעשמירט א הערליכע תגובה מיט זאפט און געשמאק, שכח.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך השר מקוצי » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 2:38 pm

אנפין נהירין אפשר זע אינאיינעם מיט לבלר עפעס צו מאכן פאר די נשברי לב

קאנטאקט אים אין די אשכול
viewtopic.php?f=7&t=192
מיר טראגן נישט קיין אחריות אויף אינזערע ארטיקלען און תגובות
השר מקוצי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 234
הצטרף: פרייטאג יוני 27, 2014 2:34 pm
האט שוין געדאנקט: 52 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך שדוכים עסקן » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 4:32 am

איך וואלט געוואלט דורך שמיסן מיט דעים עולם וועיגן די פראבלעים וואס איז פארהאן ביי שידוכים, לאו דווקא א פראבלעים וואס טיט אפעקטירן די גאנץ כלל ישראל, מער איבער די אלט מאדישע מהלך וואס עס איז פארהאן ביי די קשר צווישן א שדכן מיט די וועים מען טראגט אן א שידוך, מיר וועלן אין אנריפן משידך, דער משידך וויל מען זאל אים אנטראגן א שידוך, דער שדכן וויל אויספירן א שידוך, דער שדכן'ס אינטערעסע איז פרנסה, ער וויל טאקע מקיים זיין די מצוה פון גמילת חסד, אבער אלע ווייסען אז די טאש איז די עיקר, ער וויל לייזן א פעט ביינדל.

ווען דער שדכן פאלט איין א שידוך אויף אנציטראגן, איז דא עטליכע פראבלעימען, קודם כל וויל ער זייער משדך זיין באראן ראטשילד מיטן שר מקיצי פארוואס דען נישט, אויב וועט ער אויספירן יעקלע טעקסי דרייווער מיט חצקל דער קצב, וואס וועט שוין דען בלייבן, אבער אויב פירט ער אויס די רייכסטע שידוך וועט דאך אים איבערבלייבן א שיין ביסן, אבער ווי אלע ווייסן אז דער שר מקיצי איז א שיינער איד, ער וועט זיך נישט משדך זיין אבי מיט וועים, ער וויל דער בעסטען בחור אויפן כדיר, על כן וועט דער שדכן מיזן מאכן א באשלוס אז ער גייט מיזן דערלייגן שדכנית פון צד אחד, אבער אבי ער וועט אויספירן עפעס א שידוך מיט כאטש איין זייט וואס וועט שיין געיבן, כאטשיק ער וואלט וועין יא געוואלט אויספירן די שידוך וואס ביידע זענען עשירים, מיז ער אבער זיין ציפרידן מיט איין צד וואס צאלט עשיריש.

איין גרויסע פראבלעים וואס שפראצט תיכף ארויס, איז אז דער עושר שפירט גלייך דער דריק פינעם שדכן, ער שפירט גלייך אז דער שדכן טראגט אים אן הודי מיט בוידי, אבי שיסן פייגן אפשר וועט עפעס קלעיבן, ער ווייסט אז ער האט נישט ארויס וואס דער עושר וויל, ער פראבירט צי נישטערן, זעין צי ער וויל א בן תורה, אדער א שיינע משפחה, ער ווייסט נישט צי דער עושר איז רעליסטיק, אדער ער איז נאך אין די ספערן.

עס זענען דא פיל מער ביטערע פראבלעימען ווי דאס, נעמליך די אנשים פשוטים, וואס זענען נישט פארעכנט געניג חשוב עולה צו זיין מפטיר יונה, אדער זיי זענען נישט ווערט מען זאל זיי פאריפן אויף א רייכע מאלצייט לכבוד א וויכטיגע מוסד, ווייל זיי איז נאך נישט באשערט געוועין צו זיין ראוי לאותו איצטלה, זיי זענען נאך געבינדן צי פיי סמך, זיי שוויצען נאך צו דעקן דאס טעיגליכן, זיי זענען נישט די עינגע קרייז, זיי זענען נישט געוועין פונקט ביי פרשת המן, ווען דער בורא עולם האט געטיילט, אדער ווי א לץ פלעיגט זאגן ער האט גענימען מיט א גאפל, חחח.

פאר די פשוטים איז טיען שידוכים א גיהנם, לא די זיי זענען נישט אויף קיין שום ליסטע, קיינער טראגט זיי גארנישט אן, אויב יא וואלט נאך בעסער געוועין ווען מען טראגט נישט אן, קיינער קימערט זיך נישט פאר זיי, ווייל זיי האבן נישט קיין גרויס געלט, ער האט נישט קיין יוקאן, מען ברויך די סיסטעים טוישן, ווייל למעשה איז דא א פראבלעים, מען קען קיינעם נישט פארהאלטן, דער שדכן איז קיינעם נישט שילדיג, ער ברויך טיען וואס סיז גיט פאר אים, ער וועט פארשטייט זיך נישט זיך מיטשען עפעס ציזאמענפארן פאר א פלעינע מאן, ער טיט נאר פאר די חשובה לייט.

פילע נאך שידוכים פראבלעימען ברויך ווערן געלייזט, צים ביישפיל, ווען א שדכן ריפט אן, פארוואס ברויך עס זיין א דענטיסט עפוינטמעט, יעצט מיז איך אפיר נעמען מיין צוואנג און ציען ציין, ווי אזוי הייסט די בחור, די טאטע, ווי ארבייט ער, וועלכע שיל, ווער איז זיין מחותן, איז ער א עכטע באגעבא מאן, וועלכע חלקה איז אים מער צים הארצן ביז תחית המתים, איר ווייסט וואס איך מיין, אלעס מיז מען ציען פשוט מען זאל פריוון צי כאפן בכלל פארוואס דער שדכן טראגט דאס בכלל אן, עס מאכט דאך בכלל נישט קיין צענט.

פארוואס זאל נישט זיין א אפענע קארטן, וואס מען קען אביסל ארויס האבן אינפארמאציע, וואס זענען פאבליק, למשל גייט ער א הויכע ביבר היט, שטאפן היט, קראך היט, אפענע שייטל, בענד, שפיצל, יעדער לעיבט עפעס אין א שיידל, קיינער טאר נישט אפיר נעמען געהעריג אויספארשן א שידוך, אלעס איז אזא געהיימניס, אלעס עפעס געשעיט פון זיך אליין, ווי זאגט מיר איינער, אז דער טאטע ריפט אן א בחור, לייבי זיי מוחל קים אהיים היינט ווייל איינער וויל דיך זעין ביי א חתונה, די בחור לויפט צי זיין בעסטע חבר, כאב א סוד, קיינעם טארסטע נישט זאגן אויב ווילסטו עולם הבא, איך ווער א חתן.

און אמתן אריין פארשטיי איך זייער די שדכנים, איך העט וועין נישט בעסער געוועין, זיי ברויכן פארדינען, זיי קענען אנטראגן צעינליגע שידוכים וואס ווערן נישט, זיי קענען אוועק געיבן שעות אויף שעות, און באקומען גארנישט דערפאר, חוץ א שיין ביסל שונאים, דו שעימסט זיך נישט, דעיס טראגסטו מיר אן, טי מיר טובה מחינו נא מספרך, אין נא אלא לשון נאָנאָ, טראג מיר מער גארנישט אן, א שדכן פארעדט זיך אמאל, אדער האט ער טאקע איינעם אינטערגעשאצט, אדער האט אים איינער אינטערגעשיקט, קומט אים דען מיתה, סך הכל האט ער דיר אן געטראגן א שידוך וואס דו האלטסט איז נישט פאסיג, אקעי זאג ניין און וויש דיר די נאז אפ.

טעקנאלעדשי, וואס טעכנילאגיע קען אויף טיען איז ממש א שאד נישט צי אריין ווארפן זיך דערין בלב ונפש, היינטיגע צייטן איז עס ממש גארנישט, וואס איך האלט אז מען ברויך ציטיען איז פשוט, די שדכנים ברויכן האבן א דאטא בעיס פון וואס זיי ארבייטן, א וועפ זייטל וואס שדכנים טיען מיט טיילן אינפארמאציע, אויסגלייכן אינפארמאציע, למשל אויב איינער ווייסט אז משה וואס האט א פיין מיידל איז נישט מקפיד אויף א ביבר היט טראץ וואס ער גייט א ביבר היט, פארוואס מעיג דאס נישט א אנדערע שדכן וויסן, וויל ער דען נישט אז אנדערע זאלן וויסן, ער האט אפשר נישט קיין חשק אויסצוריפן ביים בלעמער, אבער ער וואלט אפשר געוואלט אז אנדערע שדכנים זאלן וויסן, פארוואס דען נישט.

מיין פלאן, א מייסטער דאטא בעיס, יעדע נאמען איז א נאמען נישט סתם אין א טריקענע ליסטע, נאר מער ווייניגער ווי עס איז אין די אנשי שלומינו, נאר אביסל מער פארגעשריטן, און אויב ווילסטו ריסערטשן א מאן'ס משפחה זאל זיין די מעיגליכקייט צי גלייך ציזאמענשטעלן א שטיקל בילד פון אים, זיינע קינדער, עלטערן, מחותנים, א גיט בילד וואס טיט אראפ לייגן ווער אין די וועלט ער איז, מיט א קלארע בוים ארויף, אראפ, און די זייט, עס וועט פארשפארן א וועלט מיט צייט וואס עס נעמט פאר א שדכן מסביר זיין פון וועים מען רעדט, אה נישט יענער נאר יענעם'ס פיפטע קאזן, ווי אזוי זאגט מיר אמאל א חבר, ער פראבירט מיר מסביר זיין ווער איינער יואלי טייטעלבוים איז, פרעיגט ער מיר קענסט ר' אהרן ט"ב פון קרית יואל, יא זאג איך אים, אה ער איז נישט קיין קרוב מיט וועים איך רעד.

בקיצור, מען קען די איידיע נעמען גאר ווייט, די פראגראם טיט קלאסיפיצירן פערזאנען וואס א שדכן קען זיך שיין מסדר זיין, בעיטן א פילטער, מען זאל מיר פילטערן אלע וויליאמסבורגע סאטמערע, וואס די ווייב גייט א היט, און די מאן איז א ארבייטער, וואס האט שוין כאטש דריי מחותנים, עס איז אין לשער וואס מען קען אלס טיען, מען קען אפילו גלייך זעין וועלכע שידוך איז דומה און וועלכע נישט, למשל א פאפא מיט א הויכע וואס די בחור לערנט און קרית פאפא, וואלט רובה דרובה גענימין א פאפא מיידל נישט א סאטמערע בחור פון קווינס וואס האט שוין דריי איידימער פין קווינס, און א שדכן קען גלייך זעין אז עס מאכט נישט קיין צענט, און ער זאל נישט פארברעינגען א מיניט.

מען קען עפענען אזא דאטע בעיס פאר די עולם אז זיי זאלן קענען אליין שטאדירן די מארקעט, ווייל סתם א מענטש ווי איך וכדומה לי קען נישט די אפציעס אפילו, ער קען נאר זיינע צעין מענטשן מיט וואס ער קומט און בארירינג טעיגליך, און מיט זיי וועט ער זיך בדרך כלל קיין מאל נישט משדך זיין, אבער ווען ער טרעפט אן איינער וואס איז כמעט דומה מיט רוב קאטעגאריע'ס ווי אים, קען ער אליין פלעגן אויף א וועיג איינעם א שדכן אנאנימעסלי זאל ארבייטן דערויף, א שדכן ברויך קענען ווערן באצאלט פאר אנטראגן א שידוך, די סיבטעים קען האלטן א שיינעם חשבון פון שידוכים ווא, זענען אנגעטראגן געווארן, און דורך וועלכע שדכן, און א שדכן ברויך עקספייערן נאך דרייסיג טאג וואס די שידוך האט נישט געשלאגן קיין ווארצלען, ווייל וויפיל מאל האט א שדכן אנגעטראגן א שידוך וואס א אנדערע שדכן האט פינקט אנגעטראגן א יאר ציריק, און ניטאמאל נאכגעפאלגט, אבער אויב וועט א צווייטע שדכן זיך אריין לייגן אינעם שידוך וועט דער ערשטער שדכן טאנצען און זיין בא בטענה, יעדע שידוך וואס מען טראגט דיר אן מיז ווערן דאקעמענטירט אז א אנדערע שדכן זאל קענען וויסן אז עס איז שוין א אנגעטראגענע שידוך, ער מיז נישט וויסן ווער עס האט עס אנגעטראגן, נאר ער מיז וויסן אז די דאמעין גייט עקספייערן און צוויי וואכן, דאן קען ער אנטראגן די שידוך.

א שידוך קען ווערן געטריבן דורך די קאמפיוטער זעלבסט צי שדכנים וואס ווילן זיך אינטערנעמען צי אנטראגן די שידוך, ס'טייטש, למשל די סיסטעים'ס פילטער טיט פארן א שידוך משה מיט יענקל, ווייל עס טיט מעטשן ווי צוויי טראפן וואסער, בערך די סיסטעים פון לינקד אין (ווער ס'פארשטייט פארשטייט), ברויך די שידוך געשיקט ווערן יעדע מאל צי א געליסטע שדכן וואס איז אקטיוו, און ווען איינער נעמט איבער די נאמען דאן האט ער דרייסיג טאג צי מאכן פראגרעס אויפן ענין, ביז עס ווערט א שידוך אדער אויס שידוך ווען די צדדים זענען נישט מסכים.

אזא פראגראם קען גיין גג על גג, די סיסטעים קען אליין אויפאסן ווי איינער זיכט, למשל אויב די סיסטעים זעיט אז איך קיק ציפיל אויפ איין דירעקציע, קען עס אליין מאכן החלטות אז איך גלייך זייער א געוויסע משפחה, און דעריבער אויסגראדען זיינע פילטער'ס צי אינקלודן די משפחה, כאטשיג עס איז נישט דומה מיט געוויסע זאכן, אבער איך גלייך עס פארט, מיינט אפשר איז איך בין גרייט אוועקצוקיקן, אולי ווייל יענער האט עפעס וואס איך גלייך, למשל געלט.

רבותי מען ברויך טיען דערין, עס איז א גרויסע גמילת חסד, ווען א שדכן ווייסט אז ווען ער טרגט אן א שידוך, אז עס מאכט צענט מחמת צעין טעמים, וועט ער צוגיין מיט סך מער חשק, ער וועט גלייך וויסן אז די כלה מיידל הייסט גענוי ווי די מחותנס'טע, און דעריבער נישט אפילו אנטראגן, נישט אויסזעין ווי א חוזק ווען נאך א האלבע שעה מסביר'ן פרעיגט ער ווי אזוי הייסט ס'מיידל, גיטל, אה מיין ווייב הייסט דאך גיטל, עס מאכט זיך דאך אזעלכע נערישע פאנטשער'ס צי אפט, וואס מען קען פארמיידן גאר גרינג.

עס זענען כמעט אייביג פארהאן רייבערייען ביי שידוכים, נאר ציליב דעים וואס מען שמיעסט נישט אויס פאראויס ווי אזוי מען איז זיך נוהג נאכן שידוך, וואס וויל מען אז דער קינד זאל דורך גיין, צי גייט מען געיבן האלב אויף האלב, אה האט איר געוויסט אז דעיס איז זייער א ברייט ווארט, עס איז דא פיל וועיגן ווי אזוי מען טיילט זיך איין האלב אויף האלב, צי גייט מען זיך טיילן אלעס אויף האלב, מוזיק, בדחן בלימען, שטאפיר, אדער האלב אויף האלב, אז צד בכלה נעמט שטאפיר און צד החתן נעמט מוזיק בדחן בלימען, פארוואס זאל מען נישט אויסרעדן די דברים פשוטים, גייט מען מאכן תקנות חתונה, אדער נישט, גייט די כלה באקומען א סיזי אדער א דיימאנט, איז די כלה נישט בארעכטיגט צו וויסן, אלעס פארט גראד, יעדער פאלט אינעם זעלבן פאסקע, די שדכן וויל די שידוך מסיים זיין, יעדער איז שוין אויפן עק, ווייל אלע שכנים ווייסן שוין, די זיידע איז שוין אויפן וועיג, אבער די וויכטיגע זאכן וואס קען גורם זיין אן א שיעור עגמת נפש ווערט נישט פארשמיסט, און עס נעמט נישט לאנג ביז מען הערט ציריק די מחותן איז א חזר, עס איז דא מענטשן מיט קנאקעדיגע בחורים אדער מיידלעך און ווילן דערפאר פון די אנדערע צד, אבער פארפעילן צי פארשטיין אז די אנדערע צד האט אויך א מיינינג, פארוואס זאל דאס נישט איבער גערעדט ווערן מיט א שדכן נאך איידער מען הייבט אן ערענסט רעדן וועלכע סארט סוג מען איז, מען ברויך צי טיילן די סוגים יעדער מאן ברויך זיין און א סוג, למשל אויב איינער איז א סוג א' דאס מיינט ער איז א תקנות מאן, אים גייט קאסטן א חתונה ביליג, דאן דער מחותן האט א אפציע אויך צו זיין א תקנות מאן, אדער מוסף זיין צים עסק בשל עצמו, עס זענען דא וואס ווילן נישט צאלן נאך די חתונה קיין פרוטה, און עס זענען דא וואס זענען גרייט אינטערנעמען האלב רענט פאר א יאר, צוויי יאר, דריי יאר, פינף יאר, עס זענען דא וואס קענען געיבן פינף הינדערט דולר פאר פינף יאר, אבער פארלאנגען די מחותן זאל אויך קעיגן קומען, עס זענען דא גאר בעלי בתים וואס ווילן דער מחותן זאל קויפן א גאנצע הויז, אבער פארפעילן עס דורך צי רעדן צו זעין אויב ער האלט דערביי, צי ער קען בכלל, צי די פיי סמך אפיס העט עס ערלויבן.

מיט א ביסל טעכנעלאגיע קען מען זיך פארשפארן פיל הארץ וויי, ווען מען פילט אויס א בויגן וואס ענטהאלט די אלע דיטאלן און דער שדכן נאך צוויי דריי מאל גיין אהין און ציריק, קומט ארויס קלאר וואס יעדער וויל און מען וועט זיך ווייטער פארשטיין קלאר יעדער איינער זיינע התחייבות'ן.

אבער דעיס איז נאר א פועל יוצא וואס מען קען נהנה זיין פון טעכנעלאגיע, דער עיקר איז די אינפארמאציע שערינג, האבן אקאראטע אינפארמאציע, אנטראגן שנעל און קלאר און דייטליך, וויסן ווער עס איז שדכן, צי איינער האט שוין אנגעטראגן נאך איידער ער טראגט עס אן, ווייל וויפיל מאל מאכט זיך א שידוך וואס יעדע שדכן קלערט עה דעיס האט מען שוין זיכער אנגעטראגן טויעזענט מאל, אבער צים באדויערן האט עס נאך קיין איינער נישט אנגעטראגן, און נאך פילע לייסטונגען וואס אזא סארט פראגראם קען אויפטיען, וואס מיר קענען נאך נישט אפילו היינט חלומען ווען מיר זינען נאך גאר ציריקגעשטאנען און אלע הינזיכטען פון אנטראגן א שידוך ביז נעמען אינפארמאציע, ביז וויסן די התחייבות, 

אקעי אראפ נאך איין דאגה פון מיין של ראש.
שדוכים עסקן
 
הודעות: 1
הצטרף: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 3:36 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 1 מאל

Re: ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך בארדיטשעווער בדחן » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 9:26 am

די שדוכים עסקנות דארף טאקע א שטארקע אויפטרייסלונג, ווייל עס איז א פחד ווי מען האלט מיט אזא גרויסע צאל דימענדערס און ווייניג וואס קומען נאך די געברויך.
בארדיטשעווער בדחן
אחראי
 
הודעות: 394
הצטרף: מיטוואך יולי 02, 2014 9:59 am
האט שוין געדאנקט: 140 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 61 מאל

Re: ענין שידוכים ביי חסידשע בחורים

הודעהדורך קנאי » דינסטאג יולי 25, 2017 4:25 am

גראדע אז מען רעדט שוין פון שידוכים וויל איך איבער געבען אז די ניגון פון קול מבשר כשרונות וועגן אן אלטען בחור האט אסאך מחזק געווען די עלטערע בחורים עס האט גיט ארויסגעברענגט די פוינטס מיט די שוועריקייטען פון זיי אין אפי' פאר די עלטערע בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל נאך 2 זמנים ווערן זיי שוין אויך דעפרעסט
קנאי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 91
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:26 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל


צוריק צו עולם חסד יבנה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron