יעצט איז: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 7:12 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

עול"ם - JCCSG בעט: ביטע שרייבט אונטער די פעטיציע

הילף און עצות פאר אלעס און אלעמען

עול"ם - JCCSG בעט: ביטע שרייבט אונטער די פעטיציע

הודעהדורך עולם » זונטאג יולי 20, 2014 2:42 pm

‏טייערע אידן הארציגע ברודער, אידן רחמנים בני רחמנים!

מיט א שטיק צייט צוריק האב איך מיך געוואנדן מיט א בקשה (ווי שפעטער ברענג איך אראפ א טייל) און מיט די הילף פון אחינו בני ישראל זענען מיר אנגעקומען ערגעץ, יעצט דארפן מיר ממש דעם לעצטן שטיפ און האפענטליך וועט עס שטארק ארויסהעלפן צום פארענדיגן אונזער קאמפיין

דאס האבן מיר געשריבן אפאר וואכן צוריק:‏
 
איך ווענדט מיר צו אייך מיט א בקשה פון טיפן הארצן. אין די זעלבע צייט וואס איר זענט פריש און געזונט, זענען אבער פארהאן פילצאליגע אידישע קינדערליך וועלכע גייען דורך פיינפולע מיטמאכענישן און פיין. צווישן זיי זענען פארהאן אידישע קינדער, טאטעס, מאמעס, און אינגע קינדערלעך וועלכע האבן צוליב סיי וועלכע אישו - ווי ליידנדיג פון די ביטערע מחלה, קראונס, קאלייטעס, און אנדערע פיזישע פראבלעמען, -  געמוזט צוקומען צו א "אסטאמי", וואס דאס איז א זעקל! - דער פרעצעדור גייט צו אז דורך אן אפעראציע ווערט ארויסגעשניטן טיילן אדער פילע מאהל די גאנצע קישקע, אדער אנדערע קערפער טיילן - און אט דער 'בעג' טוט העלפן דער מענטש ארויסגיין.
 
די קאסטן פאר אזא בעג ציען אריין אין אסטראנאמישע סומעס, וואס זייער אסאך פון די פאציענטן ווערן אפגעזאגט דורך די אינשורענס-פירמעס וועלכע ווילן נישט צאלן דערפאר, וואס טראצדעם וואס ווען זיי צאלן ווען פאר די סופלייען פארן "אסטאמי" וואלטן עס זיי געשפארט אסאך געלט! וויבאלד א מענטש וואס האט נישט די ריכטיגע סופלייען קומט אן מער אפטער צו באזוכן אין שפיטאל, וואס דאס קאסט אין פאקט פאר די אינשורענס פירמעס אסאך מער געלט.
 
און אויסער דעם, ווען דער מענטש פארמאגט מיט זיך די ריכטיגע סופלייען דאן טוט דאס אים פיל פארגרינגערן אינעם טאג-טעגליכן לעבן. א מענטש אן די סופלייען געפונט זיך געווענליך איזאלירט און אפגעזונדערט פונעם מענטשהייט, און דערצו פארלירט ער זייער אסאך ארבעט שעה'ן.

יעצט לאמיר גיין צו די אפדעיטס:
בערך דריי וואכן צוריק איז אריינגעקומען די גאר גוטע נייעס אז דער ביל איז אדורך מיט א שטארקע מערהייט סיי אינעם ניו יארק אסעמבלי און דערנאך אינעם ניו יארק'ן סטעיט סענאט, וועלכע האבן באשטעטיגט דעם געזעץ וואס פארלאנגט די אינשורענס פירמעס, אריינגערעכנט די אינשורענס פירמעס וועלכע ווערן געשטיצט דורך די רעגירונג, צו באצאלן פאר די וויכטיגע סופלייען.

יעצט איז געבליבן פארן גאווערנער קאומאו יר"ה עס אינטערצושרייבן און עס זאל אריינגיין אין געזעץ!‏
 
דעריבער בעט איך דיר פערזענליך: נעם אראפ איין מינוט פון אייער צייט, און שרייב אונטער דער 'פאטיציע' צום גאווענער אז ער זאל דאס אינטערשרייבן און טאקע ווי פריער, און אזוי ארום וועט איר בס"ד פארגרינגערן דאס לעבן פון אזויפיל אידישע קינדערלעך.
 
צו אונטערשרייבן דער פאטיציע קענט איר גיין צו:
http://www.change.org/petitions/honorable-andrew-m-cuomo-please-sign-into-law-ny-ostomy-supplies-coverage-bill-assembly-bill-a10140-and-senate-bill-s7893-a10140

א הארציגען דאנק. אין דעם זכות זאלט איר און אייערע פאמיליע נישט וויסן פון קיין צער, און קיינמאל נישט וויסן וואס דאס מיינט, נאר קענען לעבן געזונטערהייט אין פרידן.
עולם
 
הודעות: 2
הצטרף: זונטאג יולי 20, 2014 2:28 pm
פלאצירונג: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 1 מאל

Re: עול"ם - JCCSG בעט: ביטע שרייבט אונטער די פעטיציע

הודעהדורך שלומיאל » זונטאג יולי 20, 2014 3:58 pm

אונטערגעשריבן.
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל

Re: עול"ם - JCCSG בעט: ביטע שרייבט אונטער די פעטיציע

הודעהדורך ראש הקהל » מאנטאג יולי 21, 2014 9:35 am

שלומיאל האט געשריבן:אונטערגעשריבן.
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל


צוריק צו עולם חסד יבנה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron