בלאט 1 פון 2

אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:37 pm
דורך האסטו געהערט אזאנס?
א שרעקליכע זאך האט פאסירט די וואך, ווען דער בלאט האט אויף איר פאדערשטע זייט ארויסגעשטעלט די נעמען פון ניין אידן, טייל פון זיי מנהיגים און טייל סתם אומשולדיגע מענטשן, מ'זאל זיי טעראריזירן און שאנטאזשירן, "אזויווי מ'טוט מיט פרעזידענט טראמפ"...

איך וויל פארשטיין, צום כינוס ביסטו נישט געגאנגען ווייל זיי האבן דיר געבעטן צו פארלענגערן די טערמין, און ווען דו זעסט אז מ'גיט זיך אן עצה אן דיר... אנשטאט איינצופאקן... לייגסטו זיך מער אריין אין פעקל? מה הפשט?!

איינער וויל געבן צו פארשטיין וואס איז זייער מהלך; אויב ס'איז בכלל דא אזאנ'ס?!

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יוני 15, 2017 2:14 pm
דורך שעפעלע
קום אררין קלאר אויף וועלעכע עוולה ?

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יוני 15, 2017 2:19 pm
דורך האסטו געהערט אזאנס?
שעפעלע האט געשריבן:קום אררין קלאר אויף וועלעכע עוולה ?


איך פארשטיי נישט דיין פראגע.

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יוני 15, 2017 5:44 pm
דורך נייעס
די מהלך זייערע איז ווי מער אשכולות און וועבזייטלעך זאלן רעדן אז זיי לעבן נאך
די מהלך ארבעט, ווי מען זעהט ביי טראמפ יר"ה

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:28 pm
דורך יאהאן
שוטה רשע וגס רוח זה כל הבלאט, ואידך פירושא זיל גמור.

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יוני 15, 2017 9:30 pm
דורך נייעס
שוטה?
רשע?
גס רוח?

א גיטע פאטענט פון זיי

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יוני 15, 2017 9:52 pm
דורך ספאנדזש
נייעס האט געשריבן:די מהלך זייערע איז ווי מער אשכולות און וועבזייטלעך זאלן רעדן אז זיי לעבן נאך
די מהלך ארבעט, ווי מען זעהט ביי טראמפ יר"ה

טראמפ ירום קרנו האט פארדינט פון פובליסיטי, ער איז געווארן פרעזידענט. דער רעדאקטאר פון דער בלאט איז אבער א איד, וואס פארדינט ער דערפון??

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: פרייטאג יוני 16, 2017 6:55 pm
דורך יאהאן
נייעס האט געשריבן:שוטה? אין לך שטות גדול מזה!
רשע? ע"פ רשי בפרשתינו "ורשעים הללו ראו ולא לכחו מוסר, ועוד, איינער וואס מאכט לצנות פון תלמידי חכמים קען שטאלצירן מיט אזא טיטל.
גס רוח? צום כינוס נישט געגאנגען וועגן דעם 'מי בראש' גרויל, אפציעל געזאגט אז דאס איז נישט 'די וועג', אבער "דאס", אט דאס איז טאקע די וועג שהורו לנו רבותינו, יעעע, שור, זיכער, וודאי.

א גיטע פאטענט פון זיי. צו עררייכן וועלעכע ציל?

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יוני 19, 2017 12:51 pm
דורך יא יא
מיין מיינונג : יעדער האט די פריוויליגיע צו קריגן אבער ביטע נישט שרייבן אויף מיר שוטה רשע וגס רוח ווייל איך נעם עס פרעזענליך............

די איידיע פאר זיך איז גאנץ א גוטע

די שטילקייט וואס דארט ביי די קרייזן הערשט פארלאנגט א פאדערונג פון כלל ישראל

און יא יעדער יחיד מעג אנרופן און שרייבן און פרעגן און שרייען אייכם ווי זענט איר וואס איז די שווייגעניש

דער אופן ווי זוי דער בלאט האט דאס אנאנסירט איז געווען קינדעריש אבער דער געדאנק איז א גוטע

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יוני 19, 2017 2:45 pm
דורך יאהאן
א זאך וואס איז נישט געבעקט מיט א דעת תורה איז שוין א בעד איידיע.

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יוני 19, 2017 10:36 pm
דורך מיין מיינונג
די בריוו צו די ראשי ישיבות האבן געדארפט צו דינען אלס וועקער זייגער פאר זייער ציבור?

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 20, 2017 9:43 am
דורך האסטו געהערט אזאנס?
עפעס הער איך אז די מהר"א חברה ווילן עפענען א נייע צייטונג? איינער קען באשטעטיגן אדער אפווענדן?

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 20, 2017 10:51 am
דורך ספאנדזש
שמועות אז דער בלאט האט ארויסגעווארפן זייער רעדאקטאר שמואל ווידער

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 20, 2017 1:29 pm
דורך יא יא
יאהאן האט געשריבן:א זאך וואס איז נישט געבעקט מיט א דעת תורה איז שוין א בעד איידיע.


א וודאי פעילט זיך אויס דעת תורה אזוי ווי יעדע זאך אבער דא רעד איך פון די עצם איידיע (לאמיר זאגן ס'האט דעת תורה) איז עס גאנץ א פיינע זאך

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 20, 2017 6:14 pm
דורך נייעס
יא יא האט געשריבן:מיין מיינונג : יעדער האט די פריוויליגיע צו קריגן אבער ביטע נישט שרייבן אויף מיר שוטה רשע וגס רוח ווייל איך נעם עס פרעזענליך............

די איידיע פאר זיך איז גאנץ א גוטע

די שטילקייט וואס דארט ביי די קרייזן הערשט פארלאנגט א פאדערונג פון כלל ישראל

און יא יעדער יחיד מעג אנרופן און שרייבן און פרעגן און שרייען אייכם ווי זענט איר וואס איז די שווייגעניש

דער אופן ווי זוי דער בלאט האט דאס אנאנסירט איז געווען קינדעריש אבער דער געדאנק איז א גוטע


גערעכט!
אויב קומט ביי יענע ציבור נישט קיין אויפוואכונג נאר אזוי, זאל מען אנגיין מיט דעם
דע פראבלעם איז אז די הנהגה רוחנית פינעם בלאט, וואט ליבערשט געשיקט בריוו צו הרב ש. אויערבאך
זיי גלייכען שטארק הרב א. ל. שטיינמאן
פארשטיי איך נאר נישט וואס דער רעדאקטאר האט געקלערט ?

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יוני 20, 2017 9:19 pm
דורך האסטו געהערט אזאנס?
זיי האבן די וואך אויפגענומען א נייער רעדאקטאר, דער געוועזענער איז געעעעפלויגן!

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך יוני 21, 2017 12:03 pm
דורך יא יא
נייעס האט געשריבן:
יא יא האט געשריבן:מיין מיינונג : יעדער האט די פריוויליגיע צו קריגן אבער ביטע נישט שרייבן אויף מיר שוטה רשע וגס רוח ווייל איך נעם עס פרעזענליך............

די איידיע פאר זיך איז גאנץ א גוטע

די שטילקייט וואס דארט ביי די קרייזן הערשט פארלאנגט א פאדערונג פון כלל ישראל

און יא יעדער יחיד מעג אנרופן און שרייבן און פרעגן און שרייען אייכם ווי זענט איר וואס איז די שווייגעניש

דער אופן ווי זוי דער בלאט האט דאס אנאנסירט איז געווען קינדעריש אבער דער געדאנק איז א גוטע


גערעכט!
אויב קומט ביי יענע ציבור נישט קיין אויפוואכונג נאר אזוי, זאל מען אנגיין מיט דעם
דע פראבלעם איז אז די הנהגה רוחנית פינעם בלאט, וואט ליבערשט געשיקט בריוו צו הרב ש. אויערבאך
זיי גלייכען שטארק הרב א. ל. שטיינמאן
פארשטיי איך נאר נישט וואס דער רעדאקטאר האט געקלערט ?


פון ווי נעמסטו דעס אז זיי גלייכן שטיינמאן ?

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך יוני 21, 2017 4:54 pm
דורך נייעס
עס איז נישט קיין סוד.

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יוני 22, 2017 2:07 pm
דורך יא יא
נישט קיין סוד נאר א פשוטע שקר

א סעמפל פון לא תלך רכיל בעמך

שעמאניו

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יולי 25, 2017 1:47 pm
דורך קנאי
קודם כל שמואל ווידער איז קיינמאל נישט געפלויקען דאס האב איך געהערט פון א קרוב המשפחה פון אים אבער סתם אזוי צו פרעגעו קשיות אויף די בלאט איז ווי צו פרעגען אויף זייער רבי אליין אין אפשר וועט טעללער אדער פריעדמאן וואס קומט ארויף אויף קול סאטמאר ביי די תקופה'ס וואס מען דארף ברעינוואשען דעם עולם ענטפערן !!

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יולי 25, 2017 1:51 pm
דורך קנאי
ווי אויך האב איך געהערט שמועות אז די רב פון לאנדאן ביי קהילת מהר'א ר' וואזנער גייט רעזיגנירן אין ער מופט אויף ארץ ישראל ארויסהעלפען זיין טאטען אויב איינער ווייסט עפעס מער ווי אויך ווער עס נעמט אים איבער

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יולי 25, 2017 6:09 pm
דורך האסטו געהערט אזאנס?
קנאי ביסט אן איינזייטיגער ניק מיט אגענדעס.

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יולי 25, 2017 6:21 pm
דורך נייעס
יעדער ניק האט 1 זייט און אגענדעס
איינער זאגט עס הויעך, דער צווייטער איז עס מבליע.

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך יולי 26, 2017 11:19 am
דורך קנאי
עס איז א פראבלעם צו זיין איינזאטיג ? מען דארף דאך הערן פון אלע צדדים ניין ?

Re: אויף וועמענ'ס בערדל?!

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך יולי 26, 2017 11:43 am
דורך האסטו געהערט אזאנס?
נישט געזאגט ס'איז א פרעבלעם, געמיינט צו זאגן אז ס'איז זייער דורכזיכטיג...