Switch to full style
היימישע פאליטיק איבער קהילות און הויפן
שרייב א תגובה

וואס מיינט נארמאל?

מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:20 pm

אין ליכט פון יאהאן'ס בקשה וויל איך עפענען דעם דעבאטע אויב דאנאלד טראמפ איז משוגע.
בעצם קעמען אנהייבן די דעבאטע מיטן פארשטיין וואס גייט אלס אריין אין די גדר פון נארמאלקייט.
איך לאז עס איבער פאר אייך צו אנהייבן.
פארראכטן געווארן צום לעצט דורך טעכנעלאגיע אום מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:28 pm, עס איז איין מאל פארראכטן געווארן.

Re: איז דאנאלד טראמפ נארמאל?

מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:22 pm

נארמאל, מיינט א זאך וואס איז 'אנגענומען' ביי רוב פון די פאפולאציע.
לענ"ד טוט טראמפ פילע זאכן אנדערש ווי רוב פון די פאפולאציע זעהט פאר 'נארמאל'

Re: איז דאנאלד טראמפ נארמאל?

מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:26 pm

סא, אידן וואס זענען א מעוט פון די וועלטס פאפולאציע זענען נישט נארמאל?

Re: איז דאנאלד טראמפ נארמאל?

מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:28 pm

אה, האסט א גוטע קשיא.
סא קומט אויס אז מיין הגדרה איז נישט ריכטיג.
סא, וואס מיינט נארמאל?

Re: וואס מיינט נארמאל?

מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:31 pm

נארמאל מיינט
ער האט א שכל הישר פון א ערוואקסענע מענטש,
ער מאכט דיסידשענס ווי א מענטש זיין עידש,
ער קען קאנטראלירן זיינע מעשים ווי א מענטש זיין גיל.

Re: וואס מיינט נארמאל?

מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:33 pm

און ווער איז מחליט צו ער נוצט נארמאל שכל?

Re: וואס מיינט נארמאל?

מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:37 pm

וואס אנדערע מענטשן מיט שכל הישר וועלן אנקוקן "פאני" און "נישט נארמאל"

אבער ווילאנג זיינע מעשים ווערן נאך 'דאבאטירט' ביי נארמאלע מענטשן צו עס איז "נארמאל" דאן איז ער נישט משוגע.

Re: וואס מיינט נארמאל?

מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:39 pm

טאטעלי דיסאגרי!

Re: וואס מיינט נארמאל?

מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:41 pm

דיין מיינונג האב איך געהערט אין די אנדערע אשכול...

דא איז א דעבאטע, מ'קען נישט אזוי ענדיגן א דעבאטע...

Re: וואס מיינט נארמאל?

מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:46 pm

שוין גענוג געזעצן דא היינט....
איך וועל לאזן אנדערע דעבאטירן ווייטער...

Re: וואס מיינט נארמאל?

זונטאג יאנואר 29, 2017 11:02 am

נארמאל מיינט מען טראכט איבער יעדע זאך 2 מאל און נישט מען כאפט אין מען טוט.

Re: וואס מיינט נארמאל?

זונטאג יאנואר 29, 2017 12:00 pm

נארמאל איז
נישט צו נתפעל ווערן וואס דער און יענער גייען זאגן

Re: וואס מיינט נארמאל?

זונטאג יאנואר 29, 2017 1:07 pm

רילי?! ווען מען טוט ריכטיג טאר מען נישט נתפעל ווערן וואס אנדערע זאגן, אבער דאס איז די מבחן צי א זאך איז נארמאל???

Re: וואס מיינט נארמאל?

זונטאג יאנואר 29, 2017 2:12 pm

אקעי, איך זעה דער עולם דא איז גוט צומישט...

עס איז נישטא "איין" זאך וואס קוואליפיצירט א מענטש צום נאמען "נארמאל" אדער "נישט נארמאל".

שלמה המלך רופט אן א "נישט נארמאלער" מיט אסאך נעמען, כסיל, אוויל, נער, פתי, וואס יעדע זאך מייינט א נישט נארמאלער מענטש, אבער פאר א אנדערע סיבה, למשל, "פתי" איז א מענטש וואס ניצט נישט זיין שכל וואס ער האט, דהיינו ער טראכט נישט פאר ער טוט עפעס (מלשון 'פתאום' - רד"ק)
"אוויל" איז א מענטש וואס קען נישט מאכן קיין דיסידשענס, אלעמאל איז ער מסופק צו יא אדער ניין (מלשון 'אולי' - מלבי"ם) וכו'
וכן בחכם, נבון, וכו' ואכמ"ל)

ביי אונז איז אויך אזוי, איינער וואס האט גאר אסאך "גאטץ" מיט ווייניג בושה קוקן מענטשן אן "נישט נארמאל", איינער וואס זאגט סטעיטמענס (מיינונג, ווייסט שוין וואס ס'מיינט?) אן טראכטן און ווען ער טראכט ווען פארדעם צוויי סקונדעס וואלט ער זיך צוריק געהאלטן פון עס זאגן, קוקן אויך מענטשן אן פאר א "נישט נארמאלער".

אלזא וואס מיינט נארמאל? נישטא קיין תירוץ ווייל כמעט יעדער איז "נארמאל" און די זעלבע צייט "נישט נארמאל" אין געוויסע הינזיכטן.. (שריי נישט!)

ווידער א "משוגענער" איז איינער וואס האט נישט קיין שכל און רוב נארמאלע מענטשן וועלן זאגן אויף זיכער אז ער איז נישט מיט אונז...

והרבה יש להאריך בענין זה... ועוד חזון למועד
שרייב א תגובה