יעצט איז: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 2:20 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צרפת

היימישע פאליטיק איבער קהילות און הויפן

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ

הודעהדורך יא יא » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:03 pm

און וואס האט ער געטון פאר אלע חנוך עצמאי קינדער קעגן די וואס ער איז ארויס קעגן זיי מיטן שארפסטן עיי' בספה"ק ויואל משה און ער האט געשריגען אויף זיי אז ס'איז פיל מיט מינות וכפירה ? האט ער דען געשאפן אנדערע מוסדות פאר זיי ? ווי זיי זאלן קענען גיין לערנען דארט ווי עס איז נישטא קיין כפירה ?
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:09 pm

ער האט געעפנט מוסדות, און אז זיי וואלטן געקומען וואלט ער זיי אנגענומען מיט ברייטע ארעמעס און פארגרעסערט די מוסדות כפי הצורך, ליידער האבן זיי נישט בוחר געווען דערין.

זעהט אויס אז האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען. איך כאפ נישט וויאזוי זיין קאמפיינען פאר בלייבן אין חוץ לארץ ( וואס נטרונא טוט יעצט) טוט זיין א סתירה מיט וואס מהרז"ל טוט (איך ווייס נאך נישט וואס ער טוט מיט די געלט וואס ער שאפט), מהרז"ל קאמפיינט דען אז די צרפתים זאלן ארויפגיין??? ער טוט פאר די וואס גייען יא ארויף
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ

הודעהדורך יא יא » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 7:25 pm

אלזא די זעלבע מוסדות זענען אפען פאר די פראנקרייך אידן וואס ווילן קומען און מ'נעמט זיי איבעראל אויף מיט ברייטע ארעמעס מ'האט נאך פאר קיין שום פראנקרייך איד צוגעמאכט די טיר פון קיין איינע פון די מוסדות
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:30 pm

מען האט נישט פארקלאפט קיין טירן, ווייל זיי האבן נישט אנגעקלאפט דערויף. אין תשי"ב האט מען אנגענומען סיי וועם, היינט בין איך ווייט פון זיכער אז מען וועט אננעמען פראנצויזישע פרענקען אין סאטמאר...

אבער פארוואס זיך פאפן? נישט איך און נישט איר טראכטן אז איינע פון די פראנצויזישע קינדער קלערן פון גיין לערנען אין א מוסד על טהרת הקודש. איז די פראגע יעצט: איז ענדערש אז זיי זאלן אריינפאלן אין א חינוך ממלכתי מוסד און אויפוואקסן ככל הגוים, אדער איז בעסער אז זיי זאלן כאטש באקומען די אידישע חינוך וואס רוב בני ארץ ישראל באקומען, אויף וואס רביה"ק האט פארפירט אז דאס איז קאטאסטראפיש קעגן ריינע אידישע חינוך?
איז דא א איד, אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר, און ער האט אנגענומען אז אודאי איז בעסער אז זיי זאלן כאטש אויפוואקסן אידן אפילו עס איז טרייף לויט אונזער השקפה, נאכאלס בעסער ווי גוים. קול סאטמאר טענה׳ט אבער אז ניין. ח"ו. פארוואס? ווייל דער רבי ז"ל האט אין אזא פאל געזאגט "לא תעלו" בלייבט אין חו"ל, און אויף חינוך עצמאי האט ער געזאגט אז עס איז כפירות ומינות.
אויף דעם פרעג איך ווי קומט רעכל צו מעכל??? מען רעדט דאך פון די "ארויפגעגאנגענע", און זיי קענען דאך פארפאלנגיין, וואס פארפירסטו מיר מיט "לא תעלו"?
האסט א הוראה פון רבי׳ן אז אויך אין אזא פאל זאל מען זיי נישט פלאצירן אינטער די חינוך עצמאי אדער ווייסט נאר פון א "לא תעלו"?

(דאס אלעס איז געשריבן מיט מיין קליינע וויסנשאפט אין וואס די פעולות פאר וואס מהרז"ל האט געפאנדרעיזד זענען, און איידער איך האב אויסגעהערט די דרשות פון די צוויי אדמו"רים לבית סאטמאר פון דינסטאג.)
פארראכטן געווארן צום לעצט דורך מיין מיינונג אום דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:31 pm, עס איז איין מאל פארראכטן געווארן.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ

הודעהדורך יא יא » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:31 pm

יעצט בנוגע צו רז"ל קאמפיינט עולה צו זיין

די ציונים קאמפיינען און מאכן פראפעגאנדע בדרכם בטומאה מאז היתה ציוני לגוי אז מ'נעמט זיך אליין אין די הענט און מ'האט א מיליטער און מ'שיצט זיך פון די גויאשע הענט אונז זען מיר נישט סתם קיין פארלאזטע מענטשן מ'געב מיר זיך א עצה עפרא לפומיהם כפירה בהנהגת הבורא וכפירה בגזירת הגלות וכו' וכו'

זה דרכם אלעמאל זיך ארויפצוכאפן ביי יעדע צרה פון כלל ישראל שטעלן זיי זיך בראש אז זיי וועלן מציל זיין די אידן ווי די באקאנטע משל פון רבינו אין הקדמה פון על הגאולה
וזה דרכם כסל אז מ'גייט גרעסער מאכן די צרה און אפשרעקן און אריינברענגען פחד

יעצט אין פראנקרייך איז דא אסאך טעראר אזוי ווי אין אסאך מדינות אייראפע אביסל מער און אויך האט פאסירט אין פראנקרייך אז מ'האט איינמאל אנגעריפן א אידישע סופערמארקעט

נו אז מ'רעדט פון א אידישע מארקעט בין איך דאך שוין מחותן האבן די ציונים אנגעהויבן פראפעגאנדירן אז מ'קען נישט וואוינען אין פראנקרייך מער קומט צו אונז

קומט נטרונא און שרייט אויס רבותי גייט ניט קיין א"י קודם גשמיותדיג אין מציאות איז דארט ניט בעסער און וע"כ איז עס אקעגן די תורה

קומען די לינקע רעליגיעזע צייונים מיט די אגודה רבנים צוזאם און שרייען ניין גיי יא קיין א"י און דאס איז באמת ריין ציונות און צו דעם האט זיך רז"ל צוגעשטעלט

איי ווי זוי האט דאס געקענט פאסירן קודם פשוט ער איז נישט אויסגעקאכט אין זיין פעטער'ס שיטה און ער האט זיך פארלוירן ווען ער האט געזען א געלעגנהייט אז ער קען שפילן סאטמאר רבי ער גייט ראטעווען אידן ער האט דאס מדמה געווען צו מאראקא כאטש ס'איז לא קרוב ווייל דא אין פראנקרייך רעדסטו פון מענטשן וואס ווייסן וואס זיי ווילן מ'רעדט זיי גארנישט איין זיי זענען איטילעגענטע מענטשן זיי זענען הייסע ציונים הייסע מדינה אידן נאר אזויפיל האט ר' מלכיאל פראבירט צו טון דאס וואס זיין טאטע זצ"ל האט געטון און זיי פראבירט אריינצולייגן אין חנוך עצמאי וואס אין סאטמאר איז דאס אפגעפרעגט און ס'איז א חנוך פון כפירה אזוי ווי די רבי איז דאס מבאר אין ויואל משה דף שנא

עכ"פ רז"ל האט מפי השמועה געהאט נאך חשבונות און ער האט זיך נישט געכאפט וואס ער טוט

דערפאר האב איך דיר גענטווארט מיט דעם פריערדיגן תגובה די פראנצויזישע אידן זענען אזעלכע וואס גייען אינעם חנוך ווייל זיי ווילן און פאר זיי איז אויך דא מוסדות מיט אפענע טירן און זיי זענען אויך פון די אידן וואס האבן נישט בוחר געווען א וודאי איז דא צווישן זיי נאך שוואכערע וואס די סוכנות קען זיי פארכאפען און דארט פראבירט די אגודה כאטש אריינצוברענגען אינעם חנוך

ביים רבין איז די חנוך נישט געווען קיין שום מציאה און קיין שום הצלה ער האט דאס געהאלטן פאר כפירה בד' ובתורה
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:53 pm

הייסט רז"ל קאמפיינט אפן פאר עלייה אבער ר׳ מלכיאל טוט יא באגרעניצן זיינע פעולות נאר אויף וויפיל עס פעלט אויס זיי צו ראטעווען פון פרייע חינוך.

עס איז דא דרשות פון אים ווי ער קאמפיינט פאר עלייה אדער דאס איז אויך נאר מפי השמועה?



יא יא האט געשריבן:ביים רבין איז די חנוך נישט געווען קיין שום מציאה און קיין שום הצלה ער האט דאס געהאלטן פאר כפירה בד' ובתורה

איר האלט אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געהאלטן אז די אגודאים קענען שוין פאר דעם געלט לערנען אין חינוך ממלכתי שולעס?
ביטע ענטפערט מיר מיט א "יא" אדער א "ניין" ענטפער
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ

הודעהדורך יא יא » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:51 pm

ער האט קיינעם נישט געהייסן זיך שמד'ן ער האט געהייסען מ'זאל צוריק קומען צום באשעפער און צו די ריינע אמונה און דארט נישט לערנען

דו האלטסט אז די רבי וואלט גענומען די צרפת אידן און אריינגעלייגט אין חנוך עצמאי ?
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ

הודעהדורך יא יא » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:52 pm

איך האב דיר געשריבען אז רז"ל קאמפיינט פאר א עלי' ?

איך האב דיר געשריבען אז רז"ל האט בלי ידיעה זיך צוגעשטעלט צו דעם קאמפיין און דאס האט ער געטון

יעצט צוריק צום נושא ס'איז קלאר ווי דער טאג אז רבינו וואלט זיך נישט צוגעשטעלט און לכוארה לויט ווי מ'זעהיט ערגעץ אנדערש אין אזא פאל וואלט ער זיך אקעגן געשטעלט די פעולות וואס די אגודה טוען דא

סיי ער וואלט געמאכט זיכער אז מ'זאל טון אין דעם אז די אידן זאלן נישט ארויפגיין קיין א"י אזוי ווי ער האט געשריבען ביי די פליטי אונגארן אז מיט די אגודה זיכער נישט אפילו ס'איז געווען מסירות נפש ממש

און סיי פאר די עולים וואלט ער זעלבסט זיכער "נישט געהאלפן" אזעלכע וואס לייגן "לכתחלה" אין חנוך עצמאי חוץ אויב ער איז געווען אחד בלב ואחד בפה

און יעצט לגבי רז"ל דאס איז זיכער אז פון אנפאנג איז די פלאן געווען קליפ און קלאר אז מ'גייט רעדן פון עולה זיין קיין א"י און דאס איז די איינציגסטע סיבה אז מ'זאל ברויכן אזויפיל געלט דאס האבן די עסקנים געזאגט פאר סאטמאר רב שליט"א אזוי האט סאטמאר רב פארציילט פאר הר' טעלער פון לעיקוואד -ס'איז געווען אויך אזוי באשריבן אין ישיבה ווארלד נויז אזוי האב איך געהערט- און רז"ל האט זיך בשגגה קרוב למזיד זיך צוגעשטעלט צ דעם

און יעצט האט ער 100 ווערסיעס סאו ווייס איך נאך נישט קלאר וועלכע אנצונעמען ס'איז געווען אפילו געשריבען אין דער איד איינמאל אז די געלט גייט פאר די אידן וואס בלייבן אין פראנקרייך סאו קענסט אננעמען פון אים וועלכע דו ווילסט
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ

הודעהדורך מיין מיינונג » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 6:59 am

אויף ר׳ מלכיאל האט איר דאס געשריבן
אזויפיל האט ר' מלכיאל פראבירט צו טון דאס וואס זיין טאטע זצ"ל האט געטון און זיי פראבירט אריינצולייגן אין חנוך עצמאי

און אויף מהרז"ל דאס

קומען די לינקע רעליגיעזע צייונים מיט די אגודה רבנים צוזאם און שרייען ניין גיי יא קיין א"י
און דאס איז באמת ריין ציונות און צו דעם האט זיך רז"ל צוגעשטעלט

איך האב פארשטאנען פון דעם אז איר האט פארשטאנען מפי השמועה אז ר׳ מלכיאל זארגט זיך פאר די חינוך, און מהרז"ל האט זיך צוגעשטעלט צו די וואס שרייען אז די צרפתים זאלן ארויפגיין. וויאזוי דען האב איך געזאלט טייטשן אייערע ווערטער? עכ"פ איר זאגט אז כ׳האב אייך שלעכט פארשטאנען


אויף מיין שאלה האב איך נישט באקומען קיין תשובה. נישט קיין יא און נישט קיין ניין. איר האט שיין געשריבן אז דער רבי האט געוואלט אלע אידן זאלן זיך אפקערן פון יענע דרכים, אבער צי ער האט געהאלטן אז די מוסדות אינטער די חינוך עצמאי זענען "די זעלבע" ווי די פרייע רעגירונג׳ס מוסדות האט איר מיר נישט געענטפערט.

יא יא האט געשריבן:פאר די עולים וואלט ער זעלבסט זיכער "נישט געהאלפן" אזעלכע וואס לייגן "לכתחלה" אין חנוך עצמאי חוץ אויב ער איז געווען אחד בלב ואחד בפה

ווען עס איז דא א הו"א אז עולים זאלן אנקומען צו ריינע מוסדות איז דאס אז זיי לייגן זיי "לכתחילה" אין די חינוך עצמאי מוסדות א פראבלעם. מיר רעדן דאך פון אידן וואס "זענען ציונים", זיי ווייסן נישט פון קיין טהרת הקודש צו זאגן, און זיי לייגן אין חינוך עצמאי מוסדות וועט זיי נאר אפראטעווען פון פארפאלנגיין. איר ווייסט וואס די סיבאלן " > < " מיינען? "לכתחילה אין חינוך עצמאי" איז א וואפן ווען מען רעדט פון אונגארישע אידן וואס מיט אביסל אויפקלערונג וואס ציונות והנגררים אחריה איז האלט מען זיי אפ פון אריינפאלן ביי זיי, דאן איז עס סאטמאר > חינוך עצמאי, דאס זיי אריינלייגן אין חינוך עצמאי מוסדות איז א פארלוסט קעגן וואס עס קען ווען זיין מיט זיי. יעצט האנדלט מען אבער מיט א גענצליך אנדערע פאלק, עס איז א פראגע פון אדער חינוך עצמאי אדער גיין פארפאלן, חינוך על טהרת הקודש איז נישט אין באטראכט, אויף דעם ווילן מיר וויסן צי וואלט דער רבי אויך געהאלטן אז מען דארף העלפן אז זיי זאלן אנקומען כאטש אין ח"ע אבי נישט אין פרייע מוסדות.
אויף דעם זאגט איר
יא יא האט געשריבן:יעצט צוריק צום נושא ס'איז קלאר ווי דער טאג אז רבינו וואלט זיך נישט צוגעשטעלט און לכוארה לויט ווי מ'זעהיט ערגעץ אנדערש אין אזא פאל וואלט ער זיך אקעגן געשטעלט די פעולות וואס די אגודה טוען דא
א נביא בין איך נישט... איך וויל וויסן וואו מען זעט א פאל וואס דער רבי האט געהאלטן אז אידן וואס זענען ארויף זאל מען "ענדערש זיי לאזן הפקר" ווי איידער צו חינוך עצמאי, דאס אז ער וואלט געזאגט "גייט נישט ארויף" קומט נישט אריין דא.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ

הודעהדורך יא יא » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 9:53 am

על ראשון

איך האב נישט געמאכט קיין שום חלוק צווישן די צוויי אויב מחמת מיין שנעל שרייבן איז ארויסגעקומען א גרייזיגע משמעות פון מיינע ווערטער בעט איך דיר איבער

אבער אין קורצן איז אזוי

די פראפעגאנדע עולה צו זיין קומט פון די ציונים זייער ציל איז אז די אידן זאלן אנקומען צו ווערן פריי די אגודה זענען מסכים מיט די עלי' ווייל זיי האבן נישט קיין פראבלעים מיט די כפירה דערפון אבער זיי ווילן זיי זאלן זיין ערליכע ציונים -די וואס מ'קען נאך ראטעווען-פון כולו שמד- זיי זאלן זאגן שמע ישראל און לייקענען אין גזירת הגלות וכו' סאטמאר קען צו דעם נישט מסכים זיין פארשטייט זיך ווייל צו אויסוואקסן ערליכע ציונים איז נישט קיין הצלה רז"ל האט אנפארטענטלי אויך מסכים געווען סיי צום עלי' און סיי צום טריפהנעם חנוך

ועל שני

קען איך דיר נאר איבער זאגן וואס רבינו שרייבט אין ויואל משה

און די רבי שרייבט אז חנוך עצמאי איז כפירה און נאך ערגערס די רבי שרייבט נישט אז אין א פאל אז זיי גייען לכבוד דעם נישט גיין אין א ערלכע מוסד זאל מען גיין צו די כפירהדיגע מוסד דעס איז זאכן ואס די רבי שרייבט אפען מ'דארף נישט זיין קיין נביא דערפאר
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ

הודעהדורך נייעס » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 2:34 pm

@מיין מיינונג ליין ביטע די עד און זעה ווי די פראפאגאנדע צו העלפן צרפת גייט אינאיינעם מיט די ציוניסטישע כוחות
יד לאחים.jpg


אויב וויל מען העלפן די אידן אין פראנקרייך דארף מען פשוט אפשלאגען די סארט רעקלאמעס

@מיין מיינונג ביטע ענטפער סאטמאר מהרי"י ארבעט יעצט צו אפשלאגען די ציוניסטישע העצע?
עס איז א "יא" אדער "ניין" ענטפער
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 5:30 pm

דו זעסט דא פראפאגאנדע ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל? איז דאס בכלל געהאנגען געווארן אין פראנקרייך?
עס קוקט אויס ווי אן אפיל צעטל אין א היימישע געגנט פאר יד לאחים מיט היינטיגע נארישע גרעפיקס.


איך ווייס נישט פארוואס דו פרעגסט מיר, אבער איך וועל ענטפערן כפי מיעוט ידיעתי.

וויפיל איך זע טוען זיי גארנישט דערצו, אבער איך זע זייער ווייניג. איך זע נישט דער איד צו וויסן צי זיי טוען אויסלויבן נטרונא׳ס פעולות, א האטליין וואו איך זאל קענען הערן וואס זיי זאגן האבן זיי נישט. אבער איך ווייס נישט אז זיי זאלן האבן א היסטאריע פון פראפאגאנדירן פאר נטרונא, מער ווי נטרונא׳ס אייגענע צעטלעך האב איך נאכנישט געהערט אדער געזען ביי צד מהרי"י וועגן נטרונא.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ

הודעהדורך בולעטין » דאנערשטאג מאי 25, 2017 9:22 am

מהרז"ל און פשעווארסקע רבי פארן קיין פראנקרייך
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

פריערדיגע

צוריק צו עולם הפאליטיק

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 2 געסט

cron