יעצט איז: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 3:18 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

די נייע ישובים

היימישע פאליטיק איבער קהילות און הויפן

די נייע ישובים

הודעהדורך יא יא » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 2:55 pm

אין דער איד פארגאנגענע וואך איז געווען ברייט באשריבן אז סאטמאר עפנט א פרישע קהלה אין א פרישע געגנט אין לעיקוואד און אויך מוסדות תורה ויראה (אגב דוכט זיך אז סאטמאר האט שוין א מוסד אין לעיקוואד )און אויך עפנען זיי א לאקאלע קהלה אינעם נייעם יושב בלומינבירג און אזוי אויך א מוסד א שריט וואס איז באגריסט צו ווערן נאכדעם וואס חסידי סאטמאר דער איד האבן נישט געהעריג ווי זיך איינצוקוואטירן ווייל קר"י און מאנסי איז נישט גענוג א שטארקע באזע פאר זיי אויסער דעם זענען די דירות אסאך ביליגער ס'איז נאר דא דער פראבלעים אז ס'איז נאך נישט אהערגעשטעלט אינגאנצן

סיי ווי זוי וויל איך פארשטיין פארוואס העלפן זיי נישט דעם אנדערען נייע יושב זשערסי סיטי וואס איז לכוארה די גרינסטע פאר איינעם פון וויליאמסבוג וואס האט משפחה אין ווילי אהין צו מופן אויסער דעם וואס איז מער אהער געשטעלט ווי די אנדערע צוויי פלעצער איך הער אז די עסקנים פון זשערסי סיטי האבן געבעטן ביי יו טי עי זאל זיי העלפן געבן טראנפארטאציע אז מ'זאל כאטש קענען פארן קיין ווילי לערנען און מ'ההאט זיי קאטעגאריש אפגעזאגט וואז איז פשט ?

(@ מיין מיינונג איך בין זיכער אז דו האסט בכלל נישט געהערט דערפון)
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 6:47 pm

סאטמאר אין לעיקוואד האט א ביהמ"ד (א נייטראלע?), א מוסד נישט.

וואס איז דאס "חסידי סאטמאר דער איד"? דאס איז א כינוי אויף די סאטמארער חסידים וואס זענען אדוק נאר צו דער סאטמארער רבי וואס האט געהייסן אפקויפן "דער איד"?

אין מאנסי אדער אין קרית יואל איז דא עטליכע טויזענט ליידיגע דירות צו אקאמאדירן די וויליאמסבורג ארויסוואנדערער, אז איר ברויכט פאבריצירן א תירוץ? איך פארשטיי נישט, איר זאגט א תירוץ אז קיין מאנסי גייען זיי נישט ווייל עס איז נישט א גוטע באזע פאר זיי, וואו האט סאטמאר א גרעסערע באזע, אין לעיקוואד אדער אין מאנסי? (פון קרית יואל רעד איך נישט, ווייל איר גייט סייווי מכחיש זיין השמש בצהרים.)

איר האט אודאי נישט געמיינט אז איך האב נאכנישט געהערט פון די שטעטלעך פראקלאמיראציעס, דערפאר פארשטיי איך אז די שורה וואס איז געוואנדן צו מיר איז איבער די טראנספארטאציע וואס יו טי עי האט זיך אנטזאגט פון צושטעלן.
דערווייל בין איך נישט איינגעשטעלט אין קיינע פון די סאטמאר-מהרז"ל פעסיליטיס און אין יו טי עי אודאי נישט, אלזא האב איך נישט וואו איך זאל עס האבן געהערט, וכך הווה. (און ביי פשוט'ע שמועסן - מיט מיינע פריינט, חסידי מהר"א און חסידי מהרז"ל - האב איך עס אויך נישט געהערט. נאר געהערט פרעגן - דאס וואס איר פרעגט אויך - פארוואס סאטמאר-מהרז"ל בעקט נישט די דזערסי סיטי פלאן.)
אבער אז דו פרעגסט מיר וועל איך דיר זאגן וואס איך טראכט. ערשטענס אויף די עצם שמועה, עס מאכט נישט קיין סאך סענס אז די עסקנים זאלן בעטן פון זיי באסעס אנשטאט צו נעמען מיניווענס אדער 15 פעסענדזשער ווענס. פארוואס זאלן באסעס פארן צוויי מאל צוויי וועגן, אנשטאט קארס/ווענס וואס זאל ארויספארן אינדערפרי און צוריקקומען נאכמיטאג?! עס וועט זיין ביליגער, גרינגער און שנעלער.
עס קען זיין אז זיי האבן געבעטן, איך זאג נאר וואס איך טראכט.

חוץ מזה, דו קענסט פרעגן "קשיות" אויף יו טי עי'ס "אפזאגן" נאר אויב דו "ווייסט" אז יו טי עי האט כאטש 2 באסעס (איינס פאר אינגלעך און איינס פאר מיידלעך, אויב אלע עידזשעס וועלן פארן די זעלבע צייט) וואס זענען טעגליך ליידיג פאר "כאטש" 2 שעה אינדערפרי און 2 שעה נאכמיטאג, וואס דאס איז די "מינימום" צו קענען פארן קיין דזערסי סיטי און צוריק און אויפפיקן און אראפדראפן די קינדער.
אלזא, אויב פרעגסטו מן הסתם האסטו שוין דאס מברר געווען...
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך נייעס » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 12:37 pm

יא יא האט געשריבן:סיי ווי זוי וויל איך פארשטיין פארוואס העלפן זיי נישט דעם אנדערען נייע יושב זשערסי סיטי וואס איז לכוארה די גרינסטע פאר איינעם פון וויליאמסבוג וואס האט משפחה אין ווילי אהין צו מופן אויסער דעם וואס איז מער אהער געשטעלט ווי די אנדערע צוויי פלעצער


גרינגער פון לעיקוואד קען זיין

אבער פון בלומינגבורג וואס עפעס?
בלומינגבורג גייט שוין אן א רוטין א היבשער שטיק צייט ווי די קינדער לערנען אין די מוסדות קרית יואל און עס נעמט אומגעפער א "האלבע שעה" דאס זיצן אויפן באס וואס קינדער זענען געוואוינט צו זיצן דער אמאונט צייט אויף א באס

דאס איז לכאורה די סיבה פארוואס בלומינגבורג דערווייל האלט "פאקטיש" פאראויס, און דאס וועט לכאורה דאס מאכן ווייטער בליען ווייל די ערשטע געברויך ביי די סארט ציבור איז געזעצטע מוסדות החינוך ווי מען זאל האבן די אפציע פון שיקן די קינדער

מסתמא וועלן אלע נייע ישובים מיט די צייט האבן הצלחה אבער בלומינגבורג האט דערווייל דער עדיפות פון אנדערע
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך יא יא » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 1:48 pm

גרינגער מיין איך צו זאגן פאר מענטשן וואס האבן זייער פרנסה אין ווילי דארפן נישט טרעוועלען מענטשן וואס האבן פעמילי אין ווילי און זיי האבן כסדר שמחות איז פיל גרינגער זשערסי סיטי

@מיין מיינונג זעהסט איך האב געוואוסט אז דו האסט נישט געהערט.........

קען טאקע זיין זיי האבן געבעטן מיני ווענס איך ווייס נישט וואס פונקטליך זיי האבן געבעטן אפשר האבן זיי געבעטן קעמריס אפשר קרייסלער איי דאונט נאו

די פוינט איז זיי האבן געבעטן פון 82 אז ווילאנג מיר קענען נאך נישט האבן אייגענע מוסדות דא געהעריג מסודר זאלסטו אונז העלפן אנקומען אין חדר ווי מיר זענען געווען ביז יעצט און ניטעמאל דעס האבן זיי נאכגעגעבן און איך גלייב אז די עסקנים זענען געוועו גרייט צו נעמען די עקספענס אויף זיך (אזוי מאכט סענס איך האב עס נישט 100 פראצענט קאנפירעמד) און דעס האבן זיי אויך אפגעזאגט און די מרעבתן איגראדיגע קשיא איז פארוואס ?
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך מסודר » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 12:53 pm

די ביטערע מציאות פאטשט אין פנים, די דעוועלאפערס האט כוח און מאכט עס אלוועיס, און דאס איז די סיבה פארוואס די קהילה טוט אינדארסירן לעיקוואוד מיט בלומינבורג, טראץ וואס ביידע פון די ערטער זענען מסירת נפש ממש פאר א וויליאמסבורגער איינוואונער זיך א הין צוציען.

ווידיראום דזשערסי סיטי ווי די קאנדישאנס צו מופן איז כמעט נישט קיין עפארט, און די סיבה פארן נישט אינדאסירן די שטעטל "פון די פיאפל פאר די פיאפל" איז פשוט ווייל דא האנדלט זיך פון פשוטע (ערליכע) עסקנים, זיי מיינן נישט קיין מיליאנען, און די קהילה זעהט נישט ווי זיי וועלן קענען מאכן דא מיליאנען, במילא אגנארירט מען זיי.

# 99% ווס. 1%
מסודר
 
הודעות: 15
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 6:38 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך יא יא » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 3:17 pm

אומגלויבליך די דעוועלעפארס
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך נייעס » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:46 am

מסודר האט געשריבן:די ביטערע מציאות פאטשט אין פנים, די דעוועלאפערס האט כוח און מאכט עס אלוועיס, און דאס איז די סיבה פארוואס די קהילה טוט אינדארסירן לעיקוואוד מיט בלומינבורג, טראץ וואס ביידע פון די ערטער זענען מסירת נפש ממש פאר א וויליאמסבורגער איינוואונער זיך א הין צוציען.

ווידיראום דזשערסי סיטי ווי די קאנדישאנס צו מופן איז כמעט נישט קיין עפארט,


אבי געהאקט אין טשייניק
די מציאות איז א זדי בלומינגבורגע איינוואוינער האבן א הערליכע צוגעשטעלטע מוסד מטעם סאטמאר פאר אלע דריי פראקציעס וואס דאס איז די נומער 1 דאגה פאר א נייער מקום דערווייל האט דאס נאכנישט דזשערסי סיטי צוגעשטעלט איך בין ברור אז ווען די מוסדות אישו ווערט געלעזט אין עס ווערט א ריאלעטי אז מענטשן וועלן דארט זיך ציען פלאס די מוסדות וועלן זיין צוגעשטעלט וועט סאטמאר דארט זיין פונקט ווי ביי די אנדערע ישובים.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך יא יא » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 11:45 am

דעס איז דאך די קשיא פארוואס האט סאטמאר געמאכט מוסדות פאר בלומינבירג און פאר זשערסי סיטי נישט ?
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך נייעס » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 2:33 pm

יא יא האט געשריבן:דעס איז דאך די קשיא פארוואס האט סאטמאר געמאכט מוסדות פאר בלומינבירג און פאר זשערסי סיטי נישט ?
דערווייל האבן זיי נאר "געזאגט" אז מען גייט מאכן און דערווייל איז שוין דער איצטיגער ציבור פיין קווארטירט אין מוסדות החינוך דערפאר איז דא אשטארקער מקום צו גיין פאראויס, כבין זיכער ווען דזשערסי סיטי וועט בעזר השם האלטן דא וועט דארט אויך זיין מוסדות סאטמאר
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך בלומינגבורג‎? » זונטאג יאנואר 24, 2016 1:39 pm

אויף די שמחה דריידליך אין גרויסן סאטמאר בית מדרש אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג:
rodney 1.jpg
rodney 2.jpg
rodney 3.jpg


די קהילה האט דאס נישט געלייגט אליינס ווייל זיי וואלטן אויך געלייגט פון לעיקוואד, דאס איז באצאלט.
וויל איך וויסן וויפיל האט מען באצאלט און פאר וועם?
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
בלומינגבורג‎?
 
הודעות: 4
הצטרף: פרייטאג יאנואר 22, 2016 2:42 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 2 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך נייעס » זונטאג יאנואר 24, 2016 4:01 pm

10 טויזענט, פאר די אפיס פון עזר לישוב
נעקסטיים וועט עס לעיקוואד צאלן
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך יא יא » מאנטאג יאנואר 25, 2016 1:51 pm

די וואך בין איך געווען אין ווילי טאון אויף שבת בקיצור בין איך געגאנגען פרייטיג צונאכט צום שבע ברכות פון רז"ל עניוועי האב איך גערעדט מיט אפאר מענטשן וועגן די נושא

ווי איך זעי איז אז סתם המון עם ווייסן בכלל נישט וועגן די גאנצע ענין פאר וואס מ'גייט מער מיט אנדערע פראיעקטן ווי מיט זשערסי סיטי דער עולם האט הנאה אז מ'טוט אביסל אין דעם ענין

אבער פון איינעם פון די שושקעס האב איך געהערט אזוי, אז בעצם די גאנצע נושא איז נאך זייער צומישט ביי די פארטיי פירער און קהלה ווייל אמתדיג ווילן רוב היץ קעפ אז ראשית דער עולם זאל פארבלייבן אין ווילי צווייטנס ווילן זיי אז ווער עס גייט שוין יא זאל גיין קיין קר"י ווייל אזוי וועט מען אפשר קענען איבערנעמען די פירערשאפט דארט

דער עולם אבער שפירט זיך נישט באקוועם צו גיין קיין קר"י סאו רוב עולם דערווייל גייט קיין מאנסי -ווי מ'זעיט טאקע א גרויסע זשאמפ אין די נומבערס ביי רח"י'ס מוסד- אבער די פארטיי פירער און קהלה ווילן דאס נישט ווייל זיי ווילן לעבן גוט מיט רח"י ער איז פאר זיי א ביין און האלז נישט אריין צו נעמען און נישט ארויס צו שפייען

האבן זיי נישט קיין ברירה מזן זיי שטיפן פאראויס אנדערע פלעצער צו מופן סאו לכתחילה זוכן זיי א פלאץ ווי זיי זענען די פאונדערס אבער היות זשערסי סיטי האט זיך אנגעהויבן דורך איינעם וועבערמאן און ער וויל זיך נישט אונטער ווארפן אונטער סאטמאר אינגאנצן -זיי ווילן אז נאר רז"ל זאל זיין די ווארט זאגער אבער די עסקנים אין זשערסי סיטי ווילן דאס נישט- וועגן די סיבה זענען זיי צוריק געגאנגען צו בלומינבירג וואס לכתחלה האבן זיי דארט געוואלט בויען א שטעיטל אבער אזוי ווי זיי האבן זיך צוריסן מיט ר' שלום לאם גייט זיי דארט אויך נישט צו גוט האבן זיי באשלאסן צו שטיפן לעיקוואד וואס דארט האבן זיי געפילט אז זיי וועלן האבן די איינציגע בעלות אין זייער עריע און זיי וועלן זיין אנערקענט צווישן די גרויסע לעיקוואד

דא קומט אבער צוריק די פראבלעים מיטן עולם וואס מופט דהיינו אז דער ר' משה שלימאוויטש רעדט שטארק צו דעם עולם צו גיין קיין בלומינבירג און דער עולם המופערס האבן מער טראסט אין אים ווי אין די פירער פון רז"ל אויסער דעם איז צוגעקומען א פראבלעים אז ר' מלכיאל קוטלער ר"י במג איז בייז אויף די גאנצע פראיעקט פון דעם פארהאנד וואס דעס דארף זיין די מכלומרשטע סאטמארע שטעיטל און ס'טוט זיך לעבעדיג דארט ע"כ האבן זיי קודם געמאלדן ביידע און ס'איז צוויי פראקציעס אינערהאלב די פארטיי ס'איז דא וואס ציען צו בלוצינבירג און ס'איז דא וואס ציען ערגעץ אנדערש

יעצט איז געקומען הכתוב השלישי און ס'דארף צו הייסן אז ר' אליעזר קעסטענבוים גייט יעצט אינוועסטן אין זשערסי סיטי סאו ס'קען זיין אז מ'גייט צוריק גיין צו זשערסי סיטי
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך נייעס » דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:44 pm

איז דעס אמת ?
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך בלומינגבורג‎? » זונטאג פעברואר 14, 2016 5:47 pm

נייעס האט געשריבן:10 טויזענט, פאר די אפיס פון עזר לישוב
נעקסטיים וועט עס לעיקוואד צאלן

שקויעך‎
עס איז קראנט‎?
ווען איז נעקסטיים‎?
בלומינגבורג‎?
 
הודעות: 4
הצטרף: פרייטאג יאנואר 22, 2016 2:42 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 2 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך בלומינגבורג‎? » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 4:18 pm

https://www.gofundme.com/thejc-community

זשערסיסיטי עסקן האט געשריבן:שטיצט איר דעם רעיון פון זשערזי סיטי? האלט איר אז איר אדער אייערע קינדער קענען עווענטועל הנאה האבן דערפון? ווייזט אייער הכרת הטוב און זייט אייך משתתף, נישט קיין חילוק ווי קליין אדער גרויס אייער נתינה איז.

ובנוסף לזה, אויב קענט איר זיין א עושה ומעשה, און בעטען\שערן\אימעילן 5-10-15 פון אייערע קרובים, אדער ידידים, קאנטאקטס, זאלן זיך אויך משתתף זיין. נאכאמאל נישט קיין חילוק וויפיל די נתינה איז.

ובשם ה' נעשה ונצליח


http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p1201732
בלומינגבורג‎?
 
הודעות: 4
הצטרף: פרייטאג יאנואר 22, 2016 2:42 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 2 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך בלומינגבורג‎? » מאנטאג אפריל 04, 2016 4:42 pm

סאטמארע רבי שליט"א (רז"ל) גייט היינט באזוכן בלומינגבורג און ממנה זיין חברים פאר א הנהלת המוסדות און גבאים פאר התאחדות אברכים
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
בלומינגבורג‎?
 
הודעות: 4
הצטרף: פרייטאג יאנואר 22, 2016 2:42 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 2 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך נייעס » מיטוואך אפריל 06, 2016 10:14 am

@יא יא גייט נאך פרעגן פארוואס מען טוט נישט דאס זעלבע מיט א דריטע שטעטל
וויפיל קבלת פנים'ס קען מען דען מאכן , קודם זאלען די האלב געווארענע מצליח זיין וועט מען גיין דערנאך אויף א דריט פלאץ
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך אפריל 06, 2016 11:07 am

ר' נייעס, איר האט געטראכט א סעקונדע פארן שרייבן?

ווער איז יעצט ביים מצב פון האלב געווארן, לעיקוואוד אדער דזשערסי סיטי?
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך נייעס » מיטוואך אפריל 06, 2016 11:14 am

מיין מיינונג האט געשריבן:ר' נייעס, איר האט געטראכט א סעקונדע פארן שרייבן?

ווער איז יעצט ביים מצב פון האלב געווארן, לעיקוואוד אדער דזשערסי סיטי?


לעיקוואד איז א געגנט ווי אידן ציען זיך ארויס אין די מאסן
גענוי ווי מען גייט קיין מאנסי/ק"י
דזשערסי סיטי איז א ניי געבוירענע זאך ווי מען נעמט ארויס אידן צווישן גויים קען זיין ס'וועט געלונגען אבער לעיקוואד איז פארט א שטאפעל פאראויס.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך אפריל 06, 2016 11:19 am

אנטשולדיגט, דו שרייבסט יעצט גאנץ עפעס אנדערש ווי פריער.
דיין פריערדיגע תגובה איז גילטיג געווען סיי פאר בלומינגבורג און סיי פאר לעיקוואוד, און פונקט אזוי פאר דזשערסי סיטי, און דערפאר האב איך אויף דיר געפרעגט.
דיין יעצטיגע גילטעט נאר פאר לעיקוואוד, און דאן פרעגט זיך די קשיא אלס בלומינגבורג.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך נייעס » מיטוואך אפריל 06, 2016 11:25 am

מיין מיינונג האט געשריבן:דיין יעצטיגע גילטעט נאר פאר לעיקוואוד, און דאן פרעגט זיך די קשיא אלס בלומינגבורג.


בלומינגבורג איז א פלאץ ווי אידן ציען זיך שוין עטליכע יאר אהין און יעדער רעכטדענקענדער מענטש זעהט דערין א מקום אויף צו גיין וואוינען

ווען דזשערזי סיטי וועט גרייכען דעם שטאפעל וועט מען לכאורה פינקט אזוי עפענען מוסדות וכו' א חוץ אויב מען וועט זיין איבערגעשטרענגט פון די פרישע בלומיגבורגע/לעיקוואדע קהילה ומוסדות התורה
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך אפריל 06, 2016 11:33 am

קענסט נישט זאגן אז מען ציט זיך שוין עטליכע יאר קיין בלומינגבורג, ווייל די וואס האבן זיך געצויגן אהינגעצויגן עטליכע יאר צוריק זענען שוין לאנג נישט דארט... געקומען און געגאנגען, א סייקל, א וואש מאשין. און איך זע נישט פארוואס א רעכטדענקענדער מענטש זעט אין בלומינגבורג מקום צו וואוינען אבער אין דזשערסי סיטי נישט.

דאס פארשטייט יעדער אז זיי גייען עפענען דארט א מוסד ווען די מקום וועט זיין מסודר (אויב איינער פון די ארטיגע איינוואוינער וועט זיי נאך וועלן קוקן אין פנים נאכן לאזן הענגען אין די התחלות קשות צייטן) פונקט ווי זיי האבן געטוען אין בית שמש, די קשיא איז אז אויב פארשטייט עטס אז מעלדן אז מען גייט עפענען א קהילה און מוסדות העלפט צו פארשנעלערן די באזעצונג דאן פארוואס טוט מען עס נישט מיט דזשערסי סיטי.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך נייעס » מיטוואך אפריל 06, 2016 11:42 am

מיין מיינונג האט געשריבן:איך זע נישט פארוואס א רעכטדענקענדער מענטש זעט אין בלומינגבורג מקום צו וואוינען אבער אין דזשערסי סיטי נישט.
קען זיין אז די זעהסט נישט, אבער צא ובדוק ביים ציבור וועסטו זעהן די מציאות

דאס פארשטייט יעדער אז זיי גייען עפענען דארט א מוסד ווען די מקום וועט זיין מסודר (אויב איינער פון די ארטיגע איינוואוינער וועט זיי נאך וועלן קוקן אין פנים נאכן לאזן הענגען אין די התחלות קשות צייטן) פונקט ווי זיי האבן געטוען אין בית שמש, די קשיא איז אז אויב פארשטייט עטס אז מעלדן אז מען גייט עפענען א קהילה און מוסדות העלפט צו פארשנעלערן די באזעצונג דאן פארוואס טוט מען עס נישט מיט דזשערסי סיטי.
מארגען וועט עס סקולעני יישוב פאדערן
און איבער מארגען יאנקערס
און קומענדע וואך קאנעטיקוט וכו' וכו', קודם נעמט מען ביסלעך ווייז די וואס זענען די ערשטע אויף די שורה דערנאך וועט זיכער נאכפאלגען נאך.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך אפריל 06, 2016 11:49 am

סקולעני וועט עס נישט פאדערן ווייל ער איז שוין עלטער געווארן :D און אפילו אויב יא וועט מען אים נישט נאכגעבן ווייל מהרז"ל פאלגט אים שוין נישט :D

פאר יאנקערס וועט מען ענטפערן, "אנטשולדיגט, גייטס קיין דזשערסי סיטי."
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: די נייע ישובים

הודעהדורך יא יא » מיטוואך אפריל 06, 2016 2:59 pm

נייעס האט געשריבן:@יא יא גייט נאך פרעגן פארוואס מען טוט נישט דאס זעלבע מיט א דריטע שטעטל
וויפיל קבלת פנים'ס קען מען דען מאכן , קודם זאלען די האלב געווארענע מצליח זיין וועט מען גיין דערנאך אויף א דריט פלאץ


איך וויס נאך אליין נישט פונקטליך וואס איך גיי דא פרעגן...........

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט די גאנצע זאך ס'איז ביי מיר נאר א וואונדער פ"וו מ'האט נישט געטון אקוראט די זעלבע צו זשערסי סיטי דהיינו מעלדן אז די קהלה שטייט אונטער דעם און מ'גייט אהערשטעלן אלע צרכים אז מענטשן זאלן וועלן קומען אהין נישט גיין מעלדן פאר בלומינבוירג אזוי ארום צו ציען מער מענטשן אהין און נאכדעם זאגן אז דא קומען מער מענטשן

די האלב געווארן האסטו געמאכט בידים און די שאלה איז פארוואס ?

אין א סייד נאטה מיט פיל קבלת פניםס האט רז"ל נישט קיין פראבלעים ........... זשאסט פאר א ווערטל
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

נעקסטע

צוריק צו עולם הפאליטיק

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron