יעצט איז: זונטאג אוגוסט 20, 2017 4:59 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

פארשוינען פון די עדה''ח הייבן ווידער אויף זייער האק

היימישע פאליטיק איבער קהילות און הויפן

Re: פארשוינען פון די עדה''ח הייבן ווידער אויף זייער האק

הודעהדורך עסקן » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 3:36 pm

אויב קען נאר הייסן המשכת העדה החרדית צו מעודד זיין חילולי קברים און צו אפלאכען פון פריערדיגע גדולי ישראל, דאן קען מען גיין גלייך קיין בעלזא און מיט זיי מאכן א עדה/אגודה ביחד
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: פארשוינען פון די עדה''ח הייבן ווידער אויף זייער האק

הודעהדורך לטובה » פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:51 pm

באריכט חוה''ד -

בס"ד

כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים:



די הייליגע מלחמה למען אמונתינו הטהורה ועל משמר מערות קברי קדמונינו מזמן בית שני אויפן לאט פון שנלר דארט ווי די אייגענטומער פונעם פראיעקט "מרום ירושלים" פלאנען צו בויען דירות פאר פרומע אידן, און אויסצורייסן גענצליך די מערות קבורה, מיט די הילף פון די אלט פארזעצענע די אלטע מחטטי שכבי בלבוש



ארויסגענומען פון א לענגערע באריכט אויף "קול חומת הדת", איר קענט הערן דעם באריכט, ווי אויך נאך פילצאליגע באריכטן און מעלדונגען בהמערכה האדירה, אויף נומער 10-0 פונעם הויפט אויסוואל.

אינעם פלטרין של מלך ירושלים עיה"ק, אינעם צענטער פון די חרדי'שע געגענטער ווערן ליידער פארווירקליכט די ווערטער פון קאפיטל ע"ט אין ספר תהלים. 'נתנו את נבלת עבדיך מאכל לעוף השמים, בשר חסדיך לחיתו ארץ, שפכו דמם כמים סביבות ירושלים ואין קובר, היינו חרפה לשכנינו לעג וקלס לסביבותינו'.

רבבות אלפי ישראל בארה"ק ובגולה זענען אויפגעטרייסלט און אויפגעציטערט פונעם אומגלויבליכן שוד המתים וואס ווערט אפגעטון לעיני השמש דורך א באנדע פון רויבער און נידערטרעכטיגע פערשוינען שפלי אנוש וואס האבן זיך א לאז געטון אויפן בית החיים אויפן לאט פון שנעלער, און טוען שענדן די מערות קבורה, מחטט זיין בעצמות קדמונינו - ראשונים כמלאכים, רואי פני הבית, און טוען ווארפן זייערע הייליגע ביינער לאשפתות רח"ל.

אידישע קינדער די בכל אתר ואתר תמהין ושאלין לי', הזאת העיר כלילת יופי. וואו שטייען מיר, וואו זענען מיר אנגעקומען, - אידן וואס גייען אנגעטון ווי שותו"מ, ווען אזויגערופענע פערטרעטער אין די עדה החרדית שטייען און פירן זיך אויף מיט אזא אכזריות און רציחה קעגן די מתים שוכני עפר, און רייסן אויס די הייליגע אמונה בריש גלי לעיני השמש רח"ל. עולם ומלואו יזדעזע לשמע הבשורה הנוראה הזאת, און עס טוהט אויפשטורעמען די הערצער פון אלע אידישע קינדער איבעראל, סערת בית ישראל לפזוריו.

גדולי ומנהיגי ישראל לאָזן הערן דעם קול ה' ברמה מיטן קול מחאה קעגן די מעשי הפשע והשוד. אידן איבער די וועלט טוען איינרייסן און מעתיר זיין בתפלה ותחנונים שלא ישלטו ידי זדים אויף די שוכני עפר וואס האבן געזעהן א וועלט בזמן בית שני. און טאג טעגליך קומען ארויף חרדי ארה"ק למחות ולעצור בעד הפשע.

דער מציאות וואס שפילט זיך אָפּ טרייסלט און רידערט אויף יעדן רעכטדענקיגער מענטש, יעדן ערליכן איד, זיך אפצוטרייסלען פון די מחללי הקברים, און אויסצושרייען דעם קול זעקה ומחאה אדירה קעגן די מעשי השוד הנוראים.

די וואך זונטאג נאך וואס די מעשי השוד הנוראים האבן ליידער פארגעזעצט, ווען די מחללי הקברים וואס האבן ליידער א גושפנקא פון הר נוף, זענען אנגעגאנגען ווייטער מיט די חיטוטי שכבי ה''י, און צוזעהענדיג ווי די מחטטי קברים שטייען הארטנעקיג, און ווילן זיך נישט רירן פון זייער שטעלונג אנצוגיין מיט זייער רובעריי, איז אויפצומארגנס מאנטאג מיטאג אראפגעקומען אויפן פלאץ כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו, צום מקום החילול אויפן פלאץ פון שנעלער דארטן ווי עס ווערן טאג טעגליך געשענדעט די עצמות הק'.

כ"ק ירושלימ'ער רב שליט"א, טראץ חולשת גופו איז אראפגעקומען לעמוד בפרץ, און צו פארשטערקערן און באפעסטיגן דעם איסור החמור פון צורירן און טשעפענען די מתים, אין די מלחמה הק' למען הצלת מערות קברי ישראל במקום הזה אשר ספונים וטמונים שם ראשונים כמלאכים מזמן בית שני. און צואוויסן טון פאר די גאנצע וועלט אז אין לנו חלק ונחלה מיט די מחללי הקברים, און מיט די קליקע פון פון הר נוף וואס טוען מחפה זיין אויף זיי.

ווי נאר כ"ק דער רב שליט"א איז אנגעקומען אויפן פלאץ, האט דער רוצח פלאי שר"י זיך מתחצף געווען פארן רב און די רבנים, און ער האט נישט געלאזט אריינגיין אינעווייניג פאר א שטיק צייט, ער האט הילף דארטן איינע פון די הנהלת העדה החרדית, וואס האט אים דערנאך ארויסגעהאלפן וועמען יא אריינצונעמען און וועמען נישט. די חופרי הקברים פון הר נוף און אלע אנדערע פארבינדעטע וואס זייער גאנצער יחוס איז אז זיי האבן א טייל אין חפירת קברים און אין עס ארויסהעלפן זיי האט ער אריינגעלאזט אינעווייניג, זיי האבן זיך געדרייט דארטן ווי אין א פארק. און די ערליכע אידן, צו איז דאס העסקן החשוב פון אתרא קדישא ר' שמואל סאלאש שליט"א, וואס דער רב שליט"א האט געפאדערט ער זאל אריינקומען, צו איז דאס דער העסקן החשוב פון אתרא קדישא הרה"ח ר' ישראל אייזענבאך שליט"א, האט מען אים נישט אריינגעלאזט און געלאזט ווארטן אינדרויסן פאר א לענגערע צייט. כ"ק ירושלימ'ער רב שליט"א וואס האט צוגעזעהן דעם בילד, האט ער זיך אויסגעדריקט אז די סעלעקציע דערמאנט די קאפו'ס ביי די געטא'ס אונטער די נאצי'ס.

ווען כ"ק ירושלימ'ער רב שליט"א איז אריין אינווייניג און ער האט געזעהן אז אויך אנקומענדיג צום גרויסן מערה איז נאך אלס נישט אנגעקומען דער באקאנטער מומחה פון אתרא קדישא הר"ר ישראל אייזענבאך שליט"א, האט דער רב און די דיינים זיך אפגעשטעלט ביז ווען מען האט אים אריינגעלאזט. און ווי נאר זיי זענען אריינגעגאנגען דארט אינווייניג און צוגעזעהן דעם בילד זענען זיי אויפגעטרייסלט געווארן למראה עיניהם, צוזעהענדיג פונדערנאנט ווי בעוה''ר די אידישע מערות קבורה וואס ווערן נתחלל אן קיין רחמנות דורך פרומע ארכעלאגן.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז לויט אינפארמאציע וואס איז אריינגעקומען וואס קען אויפגעוויזן ווערן סיי ביי בי"ד און סיי בדינא דמלכותא האבן די בעלי הפראיעקט צוזאמען מיט זייערע צוהעלפער - די באקאנטע מחללי הקברים פון ארץ החיים - פלאי וחביריו, און בעצה אחת פון י. וואלעס און נאך פארדארבענע יונגען, האבן זיי א טאג בעפאר - זונטאג נאכמיטאג, געגעבן א הוראה צו נעמען נאך צענדליגער ארבעטער, אראבערס און ארכעלאגן אויפן פלאץ, בכדי צו פארדעקן די אלע עצמות וואס מען האט געפונען דארטן, און עס פארדעקן מיט די עפר בית הקברות וואס מען האט ארויסגענומען, אז ווען די רבנים וועלן אראפקומען אויפצומארגנס, זאלן זיי נישט זעהן אז עס איז געפונען געווארן ביינער אויפן פלאץ. זיי האבן פרובירט מיט אלע אופנים וועגן וויאזוי משמיץ צו זיין די ראיות און פאקטן וואס עס טוט זיך דארט אָפּ, וואס די רבנים האבן געדארפט צו זעהן בשעת מען קומט אן.

למעשה ברוב חסדי ה', נאך וואס דער רב שליט"א און דיינים זענען געווען אויפ'ן פלאץ און האבן גערעדט מיט ארבעטער דארטן אויפן פלאץ, - האבן זיך ארויסגעכאפט אנדערע אז זיי האבן מחלל געווען עצמות קדושות. ספעציעל איז געווען א סייעתא דשמיא ווען, פיו הכשילו פון איינעם פון די גדולי מחטטי השכבי, איינעם מיטן נאמען יודא פארקאש, וואס האט גאר אנגעוויזן די רבנים וואו ער האט געפונען די עצמות קדושות, און וויפל עצמות מען האט געטראפן - האט ער געזאגט. און ווען הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א האט אים געפרעגט וואו עס ליגן די עצמות, ער זאל דאס צוריקגעבן, בכדי מען זאל דאס מקבר זיין במקומן כדין תורה וכדת ישראל, האט ער נישט געוואלט און געזאגט אז עס איז פארשפארט אין א צימער על מנעול ובריח, און טראץ אלע הפצרות און בעטונגען ער זאל צוריקגעבן די עצמות קדושות כדי דאס צו באערדיגן כדת וכדין, האט ער איינאיינעם מיט זיינע שותפים געשטאנען מיט אן הארטנעקיגקייט און נישט געוואלט דאס צוריקגעבן.

למעשה איז נתקיים געווארן די פסוקים 'והארץ לעולם עומדת', 'קושטא קאי שיקרא לא קאי', ווען עס איז ארויסגערינען די ביטערע אמת נאך וואס ער האט אומווילנדיג זיך ארויסגעכאפט און פארציילט איבער די עצמות וואס ער זעלבסט האט ארויסגענומען פון די מערות קבורה.

ווי באריכטעט האט דער עם הארץ המשתלט על הציבור אינערהאלב די עדה אנגעפירט דארטן און ארויסגעהאלפן מיט די סעלעקציע, טיילנדיג פאר פאלעי וועמען אריינצולאזן אינעווייניג צום מקום החילול און וועמען נישט. און ווען ר' בן ציון העללער פון די חברי העדה האט געדארפט אריינקומען אויפן פאדערונג פונעם רב שליט"א, איז אלס נקמה אויפדעם וואס דער חשוב'ער עסקן האט פרובירט במשך די וואך צו ארגאניזירן זיצונגען אויף די שוד הנורא וואס קומט פאר, אז מען זאל דַן זיין דערויף אין בי"ד, האט ער באפוילן די געדינגענע סעקיורעטי דער פאלעי שר"י אז זיי זאלן זיך נעמען אויף אים, און זיי האבן אים אנגשלאגן מיט מכות, און אים ברוב עזות וחוצפה קעגן דעם ירושלימ'ער רב און די רבנים שליט"א, ארויסגענומען פאר זייערע אויגן, און אים ארויסגעשעלעפט מיט א רציחה צוה'נדיג ביי די פיס, - אז עס איז געווען אינו דומה שמיעה לראי', און די רבנים האבן בעיניהם מיטגעהאלטן די רציחה וואס ווערט אפגעטון לעיני השמש.

דער רב המתיר וואס איז געקומען אהין מיט זיינע פארבינדעטע האט זיך אפילו נישט מטריח געווען אראפצוגיין אונטן ביז צו די מערה, און נאך א שטיקל צייט וויילענדיג דארט איז ער אוועקגעגאנגען, ווען אינעם זעלבן צייט שטייען דארטן בני ציון היקרים המסולאים בפז פון אינדרויסן, און האבן אויך אויסגעשריגן דעם קול מחאה קעגן דעם מעשה השוד וההרס וואס די עזי פנים שבדור - די מחטטי שכבי, וואס אינעם זעלבן צייט וואס די רבנים האבן זיך געפונען אויפן פלאץ האבן זיי אויך מחטט געווען אין די זייטיגע מערות קבורה, און בלויז אינעם גרויסן מערה וואס האט אויף זיך שטאקן האבן זיי נישט געארבעט דעמאלס וועס די רבנים שליט"א זענען געווען אויפן פלאץ.

אין א פרישע ספינע פון חפירת קברים און חיטוטי שכבי האבן די שפלים ונבזים גענומען פאר זיך א טוען רבני, א נידריגער מענטש וואס רופט זיך זאב'לע פרענקל, וואס ער זאל באגלייטן די אלע פרואוון אויסצורייסן די קברים. ער זאל געפונען היתירים וויאזוי צו טשעפענען און באראבעווען די עצמות הק' קברי ישראל וודאים, און ער זאל באהאנדלען דעם נושא ווי כאילו עס האנדלט זיך דא פון א סכסוך בדיני תורה, צו עפעס א פרשת גיטין, צו א דין אין חושן משפט, כאילו עס איז פארהאנען צוויי צדדים דא.

אינעם צייט וואס באמת זענען דא דא צוויי צדדים, אין איין זייט שטייען די הייליגע אמונה הצרופה בהשארת הנפש און אמונתינו הטהורה בתחיית המתים, פון איין זייט שטייען די שוכני עפר - עצמות הק' מזמן הבית, קדמונים וואס האבן געקויפט זייער מקום עד לקץ התחי', צדיקים וואס מיר האבן נישט קיין השגה פון נוועמען עס האנדלט זיך, רואי פני הבית, אוכלי קרבן פסח, וואס מען קענען גארנישט האבן קיין השגה פון וועמען עס האנדלט זיך. און פון צווייטן זייט שטייען לסטים מזוין, רויבערס מיט קאפלעך און גארטלעך און מיט א איצטלא דרבנן, און די בעה"ב פונעם פראיעקט אינאיינעם מיט די באקאנטע שותפות פון די חרדי'שע ארכעלאגן, און זייערע צוהעלפער בדמות רבנים, ועל גביהם די שפלים אינערהאלב די עדה החרדית, ראטה און ווייס און די אנדערע וואס האבן נאך א קופה של שרצים אונטער זיך, איינער מיטן נאמען סאדד, און חביריו בדומה לו. וואס די צווייטע זייט טוהן בעבור תאות הבצע והנקמה והנצחון מלסטם זיין די ישיני עפר רואי פני הבית, וואס זענען נזדכך געווארן נאך אזויפיל טויזנטער יארן, ווען עס איז שוין אריבער אויף זיי אזויפיל ראש השנה'ס יום כיפור'ס, וואס עס שטייט אין חז"ל אז מען טוט דאן אויך דַן זיין די מתים, און זיי ווערן מער און מער נזדכך פון יאר צו יאר.

עס איז וויכטיג דא צו באצייכענען אז אין די פלענער פונעם פראיעקט זייערע וואס זיי פלאנען דארטן צו בויען אויף דעם פלאץ, איז אויף די גרויסע מערת קבורה און די כוכין, וואס כ"ק דער רב שליט"א און די דיינים האבן געזעהן, אינעם פלאן פון טאבאו איז דאס אויף נומער 4244772, יעדער פלאץ האט א פונקטליכער נומער און צייכן וואס עס ווערט אויף דעם אנגערופן. איז אויף דעם זעלבן פלאץ פלאנען זיי צו בויען א ביהמ"ד און א מקוה, לויטן פלאן זייערע וואס איז אנגעקומען און געזעהן געווארן פאר די עסקנים שליט"א. און זיי ווילן רח"ל דארטן אויפן בא'גזל'טן פלאץ פון די שוכני עפר בויען א מקוה און א ביהמ"ד, און די אלע מערות ארום דערנעבן בויען דירות פאר עשירים אין חו"ל.

איינער פון די דיינים וואס זיצן ביים הרכב פונעם רב המתיר פון הר נוף האט אנגעפרעגט פאר הגאון הגדול ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א מרא דאתרא קרית הרמ"א, ווי עס קען זיין אז מען איז אנגעקומען צו אזא מציאות, אזא מין מצב. האט אים הגה"צ ר' יהושע שליט"א געענטפערט, "איר ווייסט גוט ווי מען איז אנגעקומען דערצו, און ווער עס האט געברענגט דער מצב!".

דער גאנצער פלאץ דארטן איז א גרויסער ביה"ק וואו עס געפינען זיך צענדליגער מערות קבורה, גרויסע מערות מיט כוכין, עס ווערט געברענגט אין פילצאליגע מקורות. עס איז פארהאנען אן אור-אלטן מקור וואס איז געפונען געווארן דורך א חשובער ת"ח וואס האט דאס איבערגעגעבן, איבער די קברים. די ספר הייסט "ירושלים בספרתינו", וואס עס האט דאס מחבר געווען איינער מיטן נאמען הרב ישראל זאב הלוי אי"ש הורוביץ, דער מחבר פון "אנציקלופדיה ארץ־ישראל ושכנותי'". עס ווערט געברענגט דארטן א מקור ישן איבער די מערות קבורה וואס געפונען זיך אויפן לאט פון שנעלער, - וואס יעצט זענען דערויף אויפגעשודערט געווארן חרדי ירושלים עיה"ק, בית שמש, בני ברק, און ערליכע אידן איבער די גאנצע וועלט, חרדים למען מניחתה ולמען הגנתה. - שרייבט ער דארטן בסעיף י"ג בזה"ל:

מערת קברי היהודים. למזרח צפון גבעת בית היתומים הסורי של שנלר, בקרבתה, ישנן מערות חצובות בסלע לעשות וביניהן כמה מערות יפות עם אולמים, חדרים וכוכים. אבל ידועה שם בעיקר מערה אחת יפה מאד אשר הערבים יקראו לה קובור אל יהוד (- קברי היהודים), אף כי היהודים לא הקדישוה וכמעט שאינעם שמים לב אליה. למערבה ישנם שרידי בנין עתיק. לפני המערה נחצב בסלע מעין חצר מרובעת עם אצטבאות. משם נכנסים לאכסדרה חצובה בסלע והיא פתוחה כולה לצד החצר. בימינה רואים צנור החצוב בסלע והוא יורד מן ההר עד בור מים אשר במערה. פתח המערה רבוע וגבהו פחות מקומת אדם. על משקופו מפותחים עלים וציצים משולבים. סמוך לפתח פי בור פתוח. במערה ישנם כוכים גדולים וקטנים. ובקיר אשר מול הכניסה ישנו פתח המוליך למערה פנימית.

דאס מיינט אז עס איז פארהאנען נאך א אינווייניגסטע מערה, אזויווי מען זעהט דא אז עס איז דא טרעפ אראפ, עס איז אזויווי עטליכע שטאקן, ממש אקוראט, די זעלבע ווי די גרויסע מערה וואס מען האט יעצט געטראפן דארטן. וואס באמת דארף מען דא באצייכענען אז מען דארף נישט צוקומען צו די אלע חוקרים און צו די אלע וואס ברענגען דאס פון פארדעם. אבער עס ווערט דא געברענגט - בפרט נאך וואס עס איז אזוי בקבלה אין ירושלים עיה"ק, עלטערע אידן ווייסן דאס.

אבער עס זעהט זיך דא קליפ און קלאר אז די ווערטער פון הגה"צ ר' מיכאל שמידל שליט"א איז שריר וקיים, און דאס וואס ער שרייבט דארטן אז עס איז "אין וויכוח בדבר שהם קברי ישראל", און אז עס האנדלט זיך אין א פלאץ ווי עס געפונען זיך דארטן מערות קברי ישראל, מערות כוכים און נאך, איז טאקע אזוי.

דער ספר וואס מיר האבן דא פארגעליינט איז געשריבן געווארפן פאר 60 יאר צוריק, ער ברענגט מקורות פון פאר אריבער 100 יאר צוריק, וואס טוען איבערצייגן דעם קלארן פאקט איבערן מציאות וואס טוט זיך דארטן אָפּ אז עס איז א גרויסן ביה"ק, וואס דאס טוט פיל קלארער מאכן איבערן הארבן איסור שיצא מפי גדולי ישראל צו טשעפען די פלעצער.

למעשה האט כ"ק ירושלימ'ער רב געפאדערט גלייך אז מען זאל זיך צוזאמזעצן און ארויסקומען מיטן קלארן דעת תורה און פסק הלכה איבער דעם. אבער דאן האבן זיך ווידער די שועלים מחבלים כרמים, די שפלים אינערהאלב די עדה החרדית די א.ד. ראטה און ווייס, אנגעהויבן אונטערצולייגן שטיקלעך און טון וואס עס איז נאר מעגליך צו טון דאס אפצושטופן, אז מען זאל קענען ווייטער ביז דערווייל אויסרייסן מערות קבורה אינדערצייט וואס עס גייט דארטן אן די חפירות. און אזוי אויפצומארגנס דינסטאג במשך א גאנצן טאג ווען עס איז אנגעגאנגען די חפירת הקברים, האבן די שפלים נישט צוגעלאזט צוזאמצוזעצן דעם בי"ד, און האבן מיט אלע אופנים פרובירט צו רודפ'ן דעם רב שליט"א און די חשוב'ע עסקנים, נישט לאזנדיג צו ארגאניזירן א מושב מיוחד אין דעם נושא.

און בלויז נאך וואס דינסטאג האבן פילצאליגע רבנים און עסקנים פון די גאנצע וועלט געשטורעמט איבער דעם מצב, האבן זיי בלית ברירה באשטעטיגט און געלאזט מאכן דעם מושב בי"ד אויפצומארגנס.

דאס זענען די זעלבע עזי פנים - ווייס און ראטה, וואס רודפ'ן שוין יארן לאנג ירושלימ'ער רב שליט"א, די משתלטים על הציבור אינאיינעם מיט זייערע שותפים, פארברעכער פונעם נידריגסטן קלאס, וואס האבן אויך געהאט א דירעקטע שייכות מיט די חפירות ביים ביה"ק אין בי"ש, און מיטגעארבעט מיט אלעס, און אויסגעארבעט דעם וועג וויאזוי דער היתר זאל דורכגיין, און אלע אנדערע השחתות. האבן דא אויכעט די זעלבע זאך ווידערגעשפעניגט אינעם רוף פון ירושלימ'ער רב שליט"א, גענוי ווי אין בי"ש ווי עס גייט אין די פשע הנורא, די רציחה קעגן די מתים ביים מקום החילול, איז דא אויך. די איינציגסטע נפק"מ איז, אז דא זעהט דאך שוין יעדער אז אפילו ווען עס איז קברי ישראל וודאים, און דאך טוען זיי מתעתע זיין בציבור, און ווידערשפעניגן ירושלימ'ער רב שליט"א, און בעיקר בדעת תורתינו הק', און טוהן די ארבעט פון די ארכילאגן ש''ט פון מחלל זיין קברי קדמונים שוכני עפר, - ס'כאפט א ציטער אוואו מ'איז אנגעקומען.

למעשה ווי באריכטעט דא ביי די נייעס היינט אויף נומער 1-2, איז טראץ די אלע פרואוון פון די שפלים צו פארלויפן דעם וועג עס זאל נישט ארויסקומען קיין איסור אויף די חפירות, און ווי באריכטעט נאר געצוואונגענערהייט האבן זיי געלאזט מאכן דעם מושב מיוחד וואס ירושלימ'ער רב שליט"א האט אויפגעפאדערט, האבן די נחשים ועקרבים אין די עדה החרדית, נישט צוגעלאזט אז די עידי ראי' וואס האבן געזעהן דאס גאנצע וואס שפיעלט זיך אָפּ ביים מקום החילול מיט די עצמות קדושות, און געווען דארט אינעווייניג, האט מען זיי נישט געלאזט אריינגיין אינווייניג מעיד זיין אינעם בי"ד. די עידי ראי' וואס האבן געזעהן טאג טעגליך, אויך דעם היינטיגן טאג - די חפירות, צו איז דאס הרה"ג ר' יוסף טאמבאק און ווייטער די אלע אנדערע חשובע עידי ראי', האבן זיי נישט געלאזט אריינקומען.

אבער עצת ה' היא תקום, און טראץ זייערע אלע פרואוון איז ארויסגעקומען דארטן נאכן זיצונג - א קלארער איסור צו גראבן דארט, און א חיוב צו מאכן כיפין ע"ג כיפין כדין, אבער די זעלבע זאך ווי אין בית שמש ביים ביה"ק הקדמון במערכה אדירה, איז געזעהן געווארן די אלע פרוואון און דריידלעך פון די לצים און משתלטים על הציבור אין די עדה החרדית, - די זעלבע דא אויכעט נאך וואס עס איז ארויסגעקומען און גע'פסק'נט געווארן דורכן גאנצן הרכב דער איסור חמור, און די באשטעטיגונג אז עס איז א מקום ביה"ק, און מען טאר נישט טשעפען דארטן, מען דארף בויען כיפין, האבן זיי געפרואווט צו שטערן בערמימיות אויף כל מיני אופנים אז עס זאל נישט ארויסקומען דער בריוו, און צו ארבעטן אויפן זעלבן וועג ווי זיי האבן געארבעט דעמאלטס אויסצורייסן דעם ביה"ח, ווי עס ווערט געשענדעט די קברי הקדמונים אויפן לאט פון שנעלער אין ירושלים עיה"ק.

ווען עידי ראי' זענען דינסטאג געווען ביי יענעם, און זיי האבן אים מעיד געווען את אשר ראו עיניהם וואס זיי האבן צוגעזעהן מיט זייערע אויגן ווי מען ארבעט דארטן ביי די מערות קבורה, האט די עס פראבירט צו לייקענען, טראץ וואס ער איז נישט געווען דארט אויפן פלאץ בכלל. און ווען די חשוב'ע ת"ח וואס זענען געקומען מעיד זיין האבן אים אנגעפרעגט, "היתכן, איר אליין האט דאך געהערט פונעם חופר הקברים און מחטט שכבי יודא פארקאש אז ער האט בידיו ארויסגענומען פון דארטן עצמות קדושות און עס איז א מקום ביה"ק. נאך וואס יענער האט דאס פרובירט צו לייקענען האט ער אנגעהויבן צו מורמלען מיט א ליצנות אז עס איז געווען נאר קליינע ביינער און נאך ענליכע זאכן. - צום גרויסן ווייטאג טוהן יענע צושטיין צו די עזי פנים שבדור, ווען אויך ביי די פרשה פון אבא אבן האט יענער געלייגט פיסלעך און געזאגט אז מען דארף זיך מפשר זיין מיט זיי, און נאך ענליכע פראבלעמען, וואס אדאנק דעם זענען מחטט געווארן און אויסגעריסן געווארן דארטן מערות קבורה ממקום מנוחתם, קרקע עולם וואס זיי האבן קונה געווען עד לעת קץ התחי'.

עס איז אויך אנגעקומען קראנטע אינפארמאציע אז די בעלי גבעת ירושלים די מחטטי קברי ישראל אינעם ביה"ק העתיק אינעם שטאט בי"ש טוען ארבעטן אויף די בעלי הפראיעקט, און טוען זיי מסית ומדיח זיין אז זיי זאלן בשו"א נישט אפשטעלן די חפירות און עבודת ההרס, און נישט אויספאלגן די בקשה פון די גדולי ישראל און כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א ובית דינו, און זאלן זיין זייערע שותפים צום פשע הנורא. און זיי טוען זיי אונטערהעצן ווידערצושפעניגן אינעם דעת תורה און פסק הלכה פונעם גאב"ד ובית דינו און אלע גדולי ישראל.

און די פארדארבענע יונגען אינערהאלב די עדה, די וואס מצח אשה זונה הי' להם, לא ידעו הכלם, טוען ארויסהעלפן מיט די שרעקליכע מעשי השוד, און לאָזן נישט מפרסם זיין דעם דעת תורה, און טוען באופנים שונים זיין שותפים און צוהעלפער צו די פארברעכער פונעם נידריגסטן קלאס.

אין אזא צייט איז וויכטיג קלארצושטעלן אז דער יהדות החרדית אין די גאנצע וועלט וועט נישט פארשווייגן און נישט צולאזן דעם פשע הנורא פון עקירת התורה און עקירת האמונה, און אזויווי די חופרי הקברים טוען עדווערטייזן אין כל מיני בלעטער. בלויז די פארלאפענע וואך איז דאס געווען אינעם טמא'נעם "משפחה" מאגאזין עדווערטייזט די פראיעקט זייערע. אזוי אויך פלאנען די בעלי הפראיעקט צו מאכן א גרויסן יריד אין מאנהעטן, ווי אויך אין לאנדאן פלאנען זיי צו מאכן א גאנצן אווענט ווי זיי וועלן צורעדן מאדערנע מענטשן און בעלי הון זאלן קויפן דירות ביי דעם פראיעקט. און היות די חברה ווילן נישט אז מען זאל מאכן א רעש און א מהומה און א שערורי' איבער די חילולי הקברים, פארדעם פרובירן זיי צו פארדרייען מיט שקרים, מטשטש צו זיין דעם דעת הציבור.

אבער אינעם צייט וואס זיי פרובירן צו פארקויפן כאילו זיי האבן היתרים מיט זיי, פלאנען זיי אריינצואווארפן דארטן רוכשים תמימים סיי אין אמעריקע אין קאנאדא, אין אייראפא, און נאך וואס זיי וועלן שוין אריינפאלן אין פאסקטע, פלאנען זיי אויך צו מאכן כלי' אויף די אלע מערות קבורה רח"ל היל"ת.


לאור דעם ווערט געמאלדן דורך די חשוב'ע עסקנים אז עס איז געפלאנט א גרויסע פראטעסט בראשות הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א אויף יענע פלעצער ווי זיי פלאנען צו מאכן אזעלכע אווענט'ן, סיי אין אמעריקא און סיי אין אייראפא, ווי מען וועט אויסשרייען דעם וויי געשריי אויף די חילולי הקברים אויפן לאט פון שנעלער, און איבערן שפלות הנורא פון די מחטטי קברי ישראל, גוזלי מקום מנוחת שוכני עפר, און מען וועט נישט צולאזן צו פארקויפן דירות. דער יהדות החרדית וועט פירן א מלחמה עד חרמה, נישט צולאזן אז דאס שרעקליכסטע זאל געשעהן.


און כלפי די נחשים ועקרבים אינערהאלב די עדה החרדית, וואס האבן זיך געטרויעט בתוככי די חרדי'שע געגענטער וואס האבן זיך געטרויעט צוצוהעלפן צו אזעלכע פשעים חמורים אשר לא היתה כמוהם, איז דער רוף פונעם יהדות החרדית בכל רחבי תבל: הסירו טלפיכם, נעמט אראפ אייערע לאפעס פונעם מבצר קודש וואס גדולי ישראל תקיפי קמאי קדושי ארץ, בראשם הגה"ק ר' יהושע לייב דיסקין זצוק"ל מרא דארעא דישראל האבן אויפגעשטעלט די עדה החרדית, און דערנאך הגה"ק ר' יוסף חיים זונענפעלד זצוק"ל, און דערנאך הגה"ק ר' יוסף צבי דושינסקיא זצוק"ל, און אלע אנדערע גדולי ישראל, דערנאך הרב בענגיס, און דער הייליגער סאטמאר רב זצוק"ל, און דער מנחת יצחק, מרן הרמ"א פריינד און שפעטער, הטרם תדעו כי כלה אתם עושים בשארית הפליטה.

''די עדה החרדית איז נישט אויפגעשטעלט געווארן נישט פאר קיין הכשרים'' - ווי הגה"ק דער הייליגער שרף פון בריסק דער מהרי"ל דיסקין זצוק"ל האט געזאגט קלאר, "איך דארף א בי"ד פון חרמות!", און פארדעם ספעציעל האט ער אוועקגעשטעלט זיין בי"ד, לוחם צו זיין מלחמת ה' השערה.

און היינט ליידער ווי האבן מיר זיך דערלעבט ווען אזעלכע וואס טוען פארטרעטן די עכטע שטעלע פון די אפיסעס, טוען דאס אומגלויבליכע - פרסו ידיהם על מחמדינו, קברות אבותינו אויפן לאט פון שנעלער, און די ליצני הדור שפילן זיך מיט חמורות שבחמורות, ליצי ליצנות וואס די נערים המנוערים וואס האבן נישט יעדן זיק פון חרדה און יראת חטא, יעדן טראפ בושת פנים, חוצפה יסגי בעיקבתא דמשיחא, גייען זיי אן מיט אזעלכע מעשים תעתועים, און ארבעטן מיט, מיט זאכן וואס גוים און פרייע האבן געציטערט און ציטערן, צו טשעפען שוכני עפר קדמונים מזמן בית שני און פריער.

די יונגען תאבי בצע רודפי שלמונים, וואס צו דעם אלעם האבן זיי אויך א שנאת עם הארץ לת"ח, און פאר זייער תאות נקמה און נצחון זענען זיי גרייט עוקר צו זיין כל הקדוש והיקר לנו. און מיטן כח הממון, מיטן כח פון געלט פרובירן זיי דורכצופירן רעפארמעס,

ווי הגאון האדיר אחד משירי כנסת הגדולה מגדולי ראשי הישיבות אין ירושלים עיה"ק האט געזאגט, אז "זיי מאכן א היכל שלמה פון די עדה החרדית!".


אין אזא צייט טאר מען נישט שווייגן, און מיר דארפן ארויסברענגען קלאר דעם קול זעקה, און זיך אפטרייסלען פון די אלע. עס איז געקומען די צייט צו עפענען די אויגן צו זעהן ווער עס זענען אויבינו מבפנים, די וואס טוען לוחם זיין קעגן אונז פון אינווייניג און צוברעכן אלעס. ווער זענען די וואס האבן אויסגערופן א מלחמה גלוי' קעגן מתי ישראל איבער די גאנצע וועלט. ווייל ווי הגאוה"צ שליט"א ובראשם כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א האבן קלאר געלאזט הערן אין זייערע דרשות, אז דורך די חפירות קברים אין א"י, ווערט אויך הפקר אלע קברים אין חו"ל, ווייל די גוים ווייסן היינט אלעס, עס איז א קליינע וועלט. און בלויז צוליב זיי איז אין די לעצטערע פאר יאר שוין אויסגעריסן געווארן אזויפיל מערות קברי קדמונים און עצמות קדושות, הונדערטער מערות קבורה אן קיין רחמנות. און עוד ידם נטוי', זיי שטייען נאך מיטן האק קעגן די ישיני עפר, ששים עלי קבר, ווען זיי טוען נאכאנאנד ארבעטן און מיטארבעטן מיט מחטטי שכבי, און ארויסהעלפן, און העצן אז עס זאל אנגיין ווייטער, און ארויסהעלפן די מכות רצח, די מערדערליכע קלעפ וואס די מגיני הקברים באקומען. א מלחמה גלוי' קעגן דעם אייבערשטן און קעגן די תוה"ק, און קעגן אונזער גאנצער מסורה.


דער יהדות החרדית איבער די גאנצע וועלט וועט מוקיע זיין אט די שפלים, און אויסשפייען מתוך המחנה. און מיט דעם זכות פון זיך אפטיילן פון עושי רשעה און נישט האבן מיט זיי דאס מינדעסטע שייכות, זאלן קברי קדמונינו ניצול ווערן, און עס וועט ח"ו נישט פארווירקליכט ווערן א חרון אף נורא וואס אזעלכע מעשים נוראים זענען עלול צו ברענגען. ווי דער הייליגער רבן של ישראל בריסקער רב שרייבט דאס אין זיין בריוו ביי די חפירות אין טברי'.

און אין זכות פונעם שטיין על משמר הקודש, על משמר הדת, וועלן מיר זוכה זיין צו 'וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק', 'ובאלקים נעשה חיל והוא יבוס צרינו'.

י

'תולעת יעקב, אין כוחינו אלא בפה', אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט טוען אין די טעג איינרייסן בתפלה ובתחנונים פארן שוכן מרומים שלא ישלטו ידי זדים אויף די שוכני עפר, די חיות טורפות מכם ומבכם וואס טוען באראבעווען דעם נחלת המתים אויפן לאט פון שנעלער אין ירושלים עיה"ק זאלן נישט האבן קיין שליט"א. ווי הגה"צ דומ"ץ ור"מ סאטמאר מאנטריאל שליט''א האט אין זיינע פייערדיגע ווערטער געלאזט הערן איבערן ספעציעלן חוב איינצורייסן אין אזא צייט בתפלה. לאור דעם קומען פאר כינוסי תפלה אין א"י, ווי אויך דא אין חו"ל.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: פארשוינען פון די עדה''ח הייבן ווידער אויף זייער האק

הודעהדורך עסקן » פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:57 pm

ס'איז שאקירענד צו ליינען די השתלשלות הדברים
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: פארשוינען פון די עדה''ח הייבן ווידער אויף זייער האק

הודעהדורך לטובה » פרייטאג יאנואר 30, 2015 1:16 pm

ס'איז נאך אלץ נישט קיין תירוץ צו צעברעכן דעם כח פון די עדה החרדית און מבטל זיין די לעצטע מבצר היהדות צוליב א פראבלעם פון קברים.

די קברים האבן גארנישט מיט ציונות, ס'איז א פריוואטע עולה פונעם בויער, די עדה החרדית איז נישט באשאפן געווארן צו קעיר נעמען פון אלע מענטשן וואס גראבן קברים. ועל זה ידוו כל הדוים.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: פארשוינען פון די עדה''ח הייבן ווידער אויף זייער האק

הודעהדורך עסקן » זונטאג פעברואר 01, 2015 10:59 am

וואס איז דאס מבצר היהדות החרדית ?
ווער האט עס מייסד געווען ?
וואס איז געווען די מטרה פון אירע מייסדים ?
וויאזוי איז מען היינט ממשיך די זעלבע שאיפות ?

ווער זענען היינט די וואס צוברעכן דעם מבצר ??

דעם שבת האט רמ''ט זילבער אין וויליאמסבורג דאס זייער קלארגעשטעלט
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

ברעיקינג נייעס

הודעהדורך עסקן » מאנטאג פעברואר 02, 2015 8:40 am

'איחוד הקהילות' האט זיך אריבערגעצויגען קיין ארץ הקודש
https://db.tt/zOI5yFM5
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: פארשוינען פון די עדה''ח הייבן ווידער אויף זייער האק

הודעהדורך לטובה » מאנטאג פעברואר 02, 2015 12:37 pm

עסקן וואס איז פשט דערפון, קום אריין מיט א באריכט.
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

הודעהדורך לטובה » מאנטאג פעברואר 02, 2015 1:12 pm

אחר שהפגינו מתחת לבית ראב"ד העדה החרדית בירושלים לפני כשבוע, יוצא הגאון רבי משה שטרנבוך במכתב הבהרה כי הוא אינו מתיר את חפירות הקברים במתחם שנלר בבירה, ומסיים בהתבטאות נדירה וחריפה במיוחד נגד הסיקריקים. "ואני לא מוחל להם לעולם".
חזקי גולדברג
י"ג שבט תשע"ה 14:00

לפני מעט יותר משבוע, הגיעו קביצת סיקריקים והפגינו מתחת לבית מרן ראב"ד העדה החרדית בירושלים, בנימוק שקרי כי הוא תומך בהמשך הבנייה במתחם שנלר בבירה, שם התגלו קברי יהודים, לטענתם.

מדובר היה בחציית קו אדום מצד אותה קבוצה שולית וקיצונית, אשר צעקו לעבר הראב"ד באותה הפגנה "ראביי רפורמי". בתגובה מפרסם הגאון רבי משה שטרנבוך מכתב בו הוא כותב כי הוא לא מוחל להם לעולם.

במכתבו מציין הראב"ד, "אודות האסיפה בענין מתחם שנלר, ישבנו בבית דין אור ליום ד' והחלטנו שצריך השגחה ומנינו הרב ליפשיץ נ"י כמשגיח לבד כשליח בית דין".

הראב"ד מדגיש: "ויסכר פי דוברי שקר שמוציאים לעז שאני מתיר ח"ו לפגוע במקום".

ראב"ד העדה החרדית ממשיך בדבריו הנחרצים נגד מפיצי השמועות כי דעתו להתיר את המשך החפירות במתחם: "אני לא מוחל להם לעולם. ומה שעשו למחרת בבוקר בלעדי לא נוגע לי כלל ונעשה שלא בנוכחתי. והקב"ה יסיר כל לזות שפתיים וימהרו לחזור בתשובה".
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

הודעהדורך עסקן » מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:30 pm

לטובה האט געשריבן:עסקן וואס איז פשט דערפון, קום אריין מיט א באריכט.

וואס איז דען שייך צו באריכטן, מען זאל דא שרייבן חלילה פעך און שוועבל אויף א איד א רב בישראל ? עס איז נישט לפי ערך ותקנת המקום
דאס איז אבער בלי ספק אז די וואס האבן געשטערט דעם איסור, און שטערן נאך יעצט צו פאלגען די הוראות הבית דין צו באערדיגען די עצמות און צו היטן אויף די קדושת בית החיים זענען אט די זעלבע בריוו שרייבער און זייער חברייא


דא האט איר נאך רבנים ובתוכם הגה''צ רבי יעקב מאיר שליט''א וואס זענען זיך מצטרף צום חיוב שמירה על הבית החיים שנלר, אינטערסאנט אז צווישען אזויפיל רבנים האט דער רב הנ''ל נישט געפינען פאר וויכטיג זיך מצטרף צו זיין, לטובה מיר ווארטען אויף א באריכט
https://db.tt/wcVYD3o1
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

הודעהדורך לטובה » מאנטאג פעברואר 02, 2015 4:37 pm

אקעי עסקן וויל נישט ענטפערן וועל מיר זען וואס עס שרייבט איינער וואס איז באקאנט מיט די פרשה אויף בחדרי חרדים.

מעט רקע. אל ההרכב של הראב"ד והרבנים יוראוויטש ופרנקל בבית הדין של העדה החרדית, הגיעו עדים נאמנים מטעם "אתרא קדישא" להעיד שבמתחם שנלר חופרים קברים. שולחיהם של אותם עדים ידעו, כי העבודות במקום נעשות תחת פיקוח צמוד של משיחים מומחים שהראב"ד סומך עליהם, וקיוו שבמהלך הדיון ישמעו מהראב"ד שהעבודה נעשית בפיקוחו או בהשגחתו וכך יוכלו להתחיל במלחמה חדשה נגד הראב"ד.

להפתעתם ההרכב הנ"ל של הדיינים שמע את התלונה וזימן את היזמים לבא ולהעיד בפניהם על העבודות הנעשות במקום. אנשי אתרא קדישא שהבינו כי לאחר שההרכב ישמע את טענות היזמים ובניהם יוצגו שמות הרבנים המפקחים יורו כי אין בעיה בהמשך העבודות, ומזימתם להשתלט ולסחוט את בעלי המקום לא תצלח החליטו לפנות אל נשיא אתרא קדישא שיסיע בידם להיחלץ מהבעיה. הרעיו שהובא בפניו ע"י עוזרו היה, להודיע ליזמים כי הדיון אצל ההרכב של הראב"ד בוטל והדיו יערך בבית הגאב"ד.

וכך מגיע שעה לפני הדיון שנקבע בבית דין מכתב כי עקב מצב בריאותו של הגאב"ד נשיא אתרא קדישא יתקיים הדיון שנקבע בביתו ולא בבית הדין ובהרכב הכולל את כל חברי בית הדין. המכתב הגיע בכתב יד ומפק בעיר בית שמש. היזמים ששמעו מחבריהם על מעשיהם של אנשי אתרא קדישא ומעלליהם התחילו להרגיש זאת על בשרם. כיצד יתכן שהרכב שדן כבר בדבר ומזמין את הצדדים לדיון מבוטל ובמקומו נקבע הרכב שהעומד בראשו הוא נשיא אתרא קדישא. במאמר מוסגר היזמים בכל שלב התכוונו לעשות הכל ע"פ דיו תורה ללא שום התחמקויות או הנחות. ההחלטה של היזמים הייתה ברורה אנו דנים בבית הדין בפני ההרכב שאיליו הוזמנו, ולא בבית הגאב"ד.

בשעה המקורית שנקבעה לדיון בבית הדין, הגיעו היזמים אל בית הדין, בהגיעם למקום ניגש אליהם אחד מראשי הסיקיריקים בנצי הלר ושאל אותם מדוע הגעתם? אמרנו לכם לא להגיע לכאן אלא לבית הראב"ד. אותו הלר התחיל לאיים על היזמים שלא יעיזו להתחכם ולדון בבית הדין אלא בבית הגאב"ד. היזמים של חששו, הציעו לו לעזוב את המקום ולחפש מישהו אחר לאיים עליו.
כאשר נכנסו היזמים לאולם הדיונים, הסבירו היזמים כי הינם פועלים עם משגיחים מומחים שמרן הראב"ד כתב עליהם שהם מומחים והוא סומך עליהם. למרות זאת ביקש הראב"ד שבכדי שהדברים יהיו על דעת כולם יגיעו כל חברי בית הדין לראות את המקום עד ליום שני הקרוב ועד לביקורם של הרבנים, ימשכו העבודות עם המשגיחים הקיימים מלבד במערות ובמשכבים שנמצאו במקום. היזמים התחייבו במעמד הדיון לציית לכל החלטה של הרבנים והסבירו שוב כי גם אם יהיו עלויות ויגרמו הפסדים יפעלו אך ורק על פי הוראת הרבנים. את ההחלטה הוציא בית הדין בכתב.

נשיא אתרא קדישא שידע על הדיון שהתקיים ועל ההחלטה זימן את כל חברי בית הדין אל ביתו לדון בכך ולהוציא החלטה. הדיון התקיים ללא היזמים ומבלי לשמוע אותם ובו הוחלט למנות כמשגיח מטעם העדה החרדית את הרב רפאל ליפשיץ. הרב ליפשיץ נחשב למומחה ותיק בתחום, אולם היות ומדובר באיש ישר והגון, העושה מלאכתו באמונה הוא שנוא על אנשי אתרא קדישא. עם ליפשיץ אי אפשר לגנוב ולרמות. חברי בית הדין חתמו על ההחלטה ויצאו לביתם, אולם עוזרו של הגאב"ד עמרם שפירא המשמש כעושה דברו של חזקי קלמנוביץ סירב לשלוח ליזמים את המכתב. וכך בית הדין קיבל החלטה ועמרם מחליט שלא לשלוח ליזמים את ההחלטה.

אנשי אתרא קדישא החלו במסע לחצים לשנות את שם המשגיח ובמקומו למנות איש אתרא קדישא שישתף איתם פעולה. נעשו ניסיונות לעלות שמות של כל מיני "מומחים" שהמשותף לכולם הוא שהינם אנשי אתרא קדישא וחיילים של חזקי קלמנוביץ. בעוד הלחצים נמשכים, והחלטת בית הדין נשארת בידיו של עמרם שפירא, הגיעו חברי בית הדין לסיור. במהלך הסיור הוכנסו בכוח ובאיומים על היזמים אנשי אתרא קדישא שהפריעו למשגיחים המקום לספר על עבודתם. רק לקראת סוף הסיור שמע הדיין הרב אולמן סקירה מהמשגיח הרב יהודה פרקש על הנעשה במקום, הרב פרקש פירט לרב על כל תהליך העבודה וגם שרק במקום אחד מחוץ למערות נמצאו שני עצמות של כף היד. הרב אולמן ביקש מהמשגיח במקום שיזכור את הפרטים היטב כדי שבדיון שיתקיים בבית הדין לאחר הסיור יוכל לבא ולהעיד. דיון כזה מעולם לא התקיים. ומעולם לא הוזמנו היזמים או מומחים מטעם או המשגיחים במקום לבא ולהעיד.
מה שנעשה זה שוב דיון בביתו של נשיא אתרא קדישא ללא הזמנת הראב"ד וללא הזמנת היזמים או המשגיחים ובו התקבלה החלטה שנכפתה על המשתתפים ע"י נשיא אתרא קדישא, כי על היזמים להכניס למקום בנוסף להרב ליפשיץ גם את היימליך. היימליך הוא איש אתרא קדישא השותף לפינוי קברי התנאים בנשר. היזמים שקיבלו את ההחלטה שהגיע ללא חתימתו של הראב"ד הודיעו כי ההחלטה אינה מחייבת אותם, וכל עוד לא יתקיים דיון בו יוכלו להשמיע דעתם ובהשתתפות הראב"ד הם אינם מחויבים להחלטה.

הראב"ד ששמע על ההחלטה שהתקבלה הזדעזע מהתנהלות בית הדין והתבטא בחריפות על הצורה בה נעשים דיונים בבית הדין. תחילה חשב הראב"ד להתפטר מבית הדין אולם לאחר פניות של חברי ההנהלה של העדה החרדית והאדמורים מדושינסקיא ותולדות אהרון החליט שלא להתפטר. אולם, מאז המקרה לא מגיע הראב"ד יותר לדיונים בבית הדין. הראב"ד מרמז במכתבו, כי ההחלטה שהתקבלה הינה בניגוד לדעתו והדברים הכלולים במכתבם כאילו היזמים חפרו קברים ח"ו הינם שקר גמור. בשלב זה נראה כי הראב"ד מביע אי אמון בהתנהלות בית הדין הפועל כנגד סדרי הדין ותחת איומים ולחצים על חבריו.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

הודעהדורך עסקן » מאנטאג פעברואר 02, 2015 4:43 pm

טאקע א שאד ער האט נישט נאכאמאל איינגעגעבן א התפטרות ארי' דרעי האט עס גאנץ גוט איינגקעשט.



איין זאך האט דער ווייסער אויף בח''ח פארפאסט צו שרייבען וואס ח''ע שטרנבוך און יענקי פלאי די געטרייע משמשים פינעם רב המתיר וואס שטייען צו הילף פאר די קברים גראבעריי זייער חלק אין די מעשה איז גאר א וויכטיגער, א שאד אז ער ווייסט יא און פארציילט האלבע מעשיות.
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

הודעהדורך לטובה » מאנטאג פעברואר 02, 2015 4:51 pm

סארי עסקן דו קומסט נישט אריין קלאר.

די בריוו פון הגר"מ שטרנבוך איז א געווינס פאר אתרא קדישא אדער א פלאפ ? וואס דארף עס צו מיינען, ער לאזט יא גראבן אדער נישט ?
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

הודעהדורך עסקן » מאנטאג פעברואר 02, 2015 4:58 pm

עס דארף גארנישט מיינען, עס איז נישט די ערשטע מאל וואס די זעלבע מתיר שרייבט בריווען לכאן ולכאן

ווען די רוח זאגט מען האט איבערגעצויגן די שטריק זאגט מען להד''ם
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

הודעהדורך עסקן » מאנטאג פעברואר 02, 2015 7:48 pm

איינער ענטפערט צום פינטל אויף די מכתב וואס לטובה האט געברענגט
https://db.tt/ABdXgOTK
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

הודעהדורך עסקן » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:59 am

די פסק און הוראת הבי''ד איז געווארן איבערגעדריקט אויך אין די ענגלישע שפראך צו קענען מודיע זיין פאר יעדן אז מען טאר נישט קויפען די הייזער אין מחנה שנלר
https://db.tt/uBp7CZZk
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

דער שוידערליכער ''סקאנדאל'' פינעם יאר טויזענט

הודעהדורך עסקן » פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:57 am

ליינט און שטוינט וואס מען טוט היינט מיט א אלטער גאון, קודם איז זיין נאמען פארשריבן און געזיגעלט אלץ 'דירעקטער' מתיר און מעודד צו אויסרייסען די מערות אין מחנה שנלר, און פלוצים א 7 וואכן שפעטער ווערט ער אויס מתיר און איז נישט מוחל לעולם די וואס זענען אין אים תולה די היתר, אינעם זעלבן צייט וואס בלויז '6' וואכן בעפאר בית דין שרייבט א צעטיל אז מען רייסט אויס עצמות פון קברי ישראל האט דער רב קלאר געשריבן אז ער שטיצט די אנגייענדע ארבעט אויסצורייסען עפ''י הוראת קורן די קברים פון די פראיעקט מרום ירושלים, עס שטעלט זיך ארויס גאר א שווארצער בילד אז ווען בית דין האט געחתמט א צעטיל אז מען איז מחוייב צוריקצולייגען אלע געגזלטע ערד און עצמות פון די מערות קבורה האנדלט זיך פון גאר ביטערע באנדיטען און רויבער וואס האבן זיך אין די לעצטע יארן עטליכע מאל באקאנט געמאכט בגזילת מנוחת ישיני עפר ר''ל
ליינט די פאלגענדע דריי מכתבים
https://db.tt/m89xejaf

דאס איז די ריכטיגע פרצוף פון
די מבזי ומחללי התורה די משפחה זיינע וואס נעמען גרויס געלט ממציא צו זיין היתרים לכל דורש ומבקש בכל מכמני התורה און זענען מבזה יעדן ערליכע רב
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: Re:

הודעהדורך איבערלעבער » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:41 pm

עסקן האט געשריבן:די פסק און הוראת הבי''ד איז געווארן איבערגעדריקט אויך אין די ענגלישע שפראך צו קענען מודיע זיין פאר יעדן אז מען טאר נישט קויפען די הייזער אין מחנה שנלר
https://db.tt/uBp7CZZk

פארוואס טאר מען נישט קויפן? מאקסימום רעדט זיך דא פון א איסור דרבנן. און פון אנדערע דעוועלאפערס וואס זענען עובר איסורי תורה פון אונאה עשיקת שכר שכיר וכו' וכו' מעג מען יא קויפן?
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

הודעהדורך עסקן » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:47 pm

דער מנח''י האט אזוי געפסקנט
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

גביית עדות

הודעהדורך עסקן » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:26 pm

עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re:

הודעהדורך איבערלעבער » זונטאג פעברואר 15, 2015 5:16 pm

עסקן האט געשריבן:דער מנח''י האט אזוי געפסקנט

האט ער טאקע געזאגט אז פון די גראבערס נישט אבער פון די אנדערע יא? איז וואסי טאקע פשט?
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

הודעהדורך עסקן » זונטאג פעברואר 15, 2015 6:01 pm

ער האט גערעדט פון הייזער וואס זענען געבויעט אויף גזילת המתים
וואס מיינט דאס פון ''אנדערע יא'' ?
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: פארשוינען פון די עדה''ח הייבן ווידער אויף זייער האק

הודעהדורך איבערלעבער » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:30 am

מיט די '' אנדערע '' מיין איך די הייזער וואס זענען געבויט אויף גזילת החיים און אנדערע איסורי דאורייתא, למשל, רוב הייזער.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

הודעהדורך ראש הקהל » מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:11 pm

איבערלעבער האט געשריבן:מיט די '' אנדערע '' מיין איך די הייזער וואס זענען געבויט אויף גזילת החיים און אנדערע איסורי דאורייתא, למשל, רוב הייזער.


עס איז א מצוה רבה מעורר צו זיין אחינו בני ישראל אויף דעם פראבלעם לעצטענס איז געווען פעלער ווי אידן האבן גאר מיאוס דערלייגט אויף אזעלכע געשעפטן סיי בארץ ובחו"ל ביטע הייב אן מיט א קאמפיין אויפצווועקן אידן זיך צו היטן פון די אלע סארט פראבלעימען
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: פארשוינען פון די עדה''ח הייבן ווידער אויף זייער האק

הודעהדורך איבערלעבער » מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:29 pm

אמת. און דאס איז דאך די ביטערע פראבלעם, אז בשעת וואס קעגן די '' אויפגראבערס'' גייט מען ארויס בחרב ובחנית און מען אסר'ט צו קויפן זייערע הייזער, נעמט מען אויף די '' באגראבערס'' בכבודו של עולם און מ'קלאפט ביי זיי מזוזות.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

הודעהדורך עסקן » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:06 pm

היינט ביי די גרויסע מעמד כבוד התורה וקבלת פנים פאר די איינגעשפארטע בחורים וואס זענען נישט געגאנגען צום לשכת הגיוס

איז געווען ממש בזיונות פאר די ראב''ד עדה ווען בשעת זיין דרשה איז געגאנגען קולות וזעקות נוראות פון אלע זייטען ''קברי ישראל אינם הפקר'' די ראב''ד האט בהכרח געמיזט ענדיגן די דרשה, די ר' אהרלאך האבן געטיילט מכות רצח, עס איז שיעור נישט געקומען לידי פיקוח נפש

מען האט זיך דערלעבט אז אפילו ווען מען נעמט זיך שוין צואם צו לוחם זיין וועגן גיוס איז עס געמישט מיט אזעלכע..

צעטליך און פאשקעווילן איז געווען פארשפרייט ביים גאנצען שטח פון די קבלת פנים
עסקן
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 220
הצטרף: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:14 am
האט שוין געדאנקט: 26 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

פריערדיגענעקסטע

צוריק צו עולם הפאליטיק

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט