יעצט איז: זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:12 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

היימישע פאליטיק איבער קהילות און הויפן

ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך ירחמיאל גלאזשניידער » מאנטאג אקטאבער 06, 2014 10:35 pm

היסטורישע אפמאך געסיינט

קהילת מהרז''ל באקומען 26 טויזענס סקווער פיס אויף מארסי
קהילת מהר''א 40 טויזענט.
ר''א די גרויסע ארמארי
רז''ל א שטיקל אויף העריסאן 100X 50.

מהר''א'ס מיזן איבערשרייבן די קעמפס אין מצה בעקערי פאר די חסידי מהרי"י מ'סאטמאר.
רז''ל'ס מיזן געבן 2.3 פאר יו"ט.
די עקסטערע 14 טויזענט ספ אויף מארסי און די גרעסערע ארמארי איז אנשטאט די קעמפס און בעקערי.

אשריך סאטמארע עסקנים פארן אהערשטעלן אזא שיינע געשעפט

Cp



עס קוקט אויס ווי א רוח פון שלום הייבט אהן הערשן ביי די סאטמארע, אוי ! ווער וועט יעצט זארגן פאר די אלע גוטע זאכן וואס די קאמפעטישען האט געברענגט?
סאטמארע פארגעסט נישט אפילו ווען מען גייט אריין אין פרידן צייטן ווייטער זיך צו בויען א פעסטער קאמעפטישען
ירחמיאל גלאזשניידער
 
הודעות: 23
הצטרף: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:38 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 0 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך לטובה » מאנטאג אקטאבער 06, 2014 11:43 pm

ק/פ
נאך לאנגע חלומות און דמיונות און צוגעזאגטע געשפרעכן איז היינט דער לאנג פארצויגענער ארמארי טרוים געקומען צו א פרייליכע ענדע. נאך וואס "דער בלאט" האט שוין טרומפירט מיט 2 יאר צוריק זומער אז דער ארמארי איז זייערס און אהרן גייט דארט טאנצן די הקפות, שטעלט זיך ארויס אז ער גייט ווייטער טאנצן הקפות אינעם ארמארי אבער מיט א שטיקל אומוועג... ס'הייסט אזוי, ער גייט אנהייבן טאנצן ביי די מארסי אריינגאנג, נאכן אפטאנצן א 50 פוס דארף ער ארויסגיין אויף די גאס, איבערהיפן דעם ערשטן ארמארי זאל, דערנאך צוריק אריינגיין פון די העיווארד אריינגאנג צום גרויסן זאל און נאכן טאנצן 100 פוס צוריק ארויסגיין אויף די גאס...

איר זענט צומישט? די אהרונים זענען נאך מער צומישט. דער געשפרעכענדיגער ארמארי בילדונג איז היינט אפגעענדיגט געווארן מיט א פארהאנדלונג אז די חסידי מהרי"י מ'סאטמאר קויפן אפ בשותפות מיט די אהרונים די ארמארי, נאך וואס דער גאווערנער האט האסטיג דערקלערט אז ער פארקויפט דאס נישט בלויז פאר די אהרונים אזוי ווי זיי האבן פרובירט צו פארקויפן זייערע קעלבער ווען מר. פעקאקא פון גאווערנערס אפיס איז מכלומרשט געקומען קיין וויליאמסבורג גערעגטערהייט אויף די חסידי מהרי"י מ'סאטמאר. אבער נישט נאר באקומען זיי נישט דעם ארמארי, נאר בכלל צו ווערן שותפים אין דעם געשעפט האבן די אהרונים געברויכט אויפגעבן זייערע אלע טענות ותביעות קעגן די 4 קעמפס און די מצה בעקעריי שע"י קהל יטב לב.

כדי צו פארשטיין דעם געשעפט לאמיר אייך מסביר זיין וויאזוי דער ארמארי פעסטונג איז צוטיילט מיט אירע 3 חלקים. די מארסי אריינגאנג מיט 3 שטאקן קלאס צומערן, דערנאך קומט דער גאנצער פאדערשטער זאל מיט 26 טויזענט סקווער פוס און א גאלערי (א פיקס פארטיגער היכל השולחנות), דערנאך קומט דער גרויסער זאל וואס די אריינגאנג איז אויף העריסאן עוועניו.

יעצט אזוי, די אהרונים באקומען די מארסי אריינגאנג מיט די קלאס צימערן (40 טויזענט סקווער פוס), די חסידי מהרי"י מ'סאטמאר באקומען דעם גאנצן פאדערשטן זאל (2 שטאק = 52 טויזענט סקווער פוס) מיט די צוויי גרויסע לאטס אויף לינטש און העיווארד (14 טויזענט סקווער פוס), די אהרונים באקומען א חלק פון די גרויסע וואס איז באהאפטן צום ערשטן זאל (200 ביי 200), אבער מוזן צואווארפן דעם בנין ווינאר דער דיעל גייט אריין אין קראפט, און די חסידי מהרי"י מ'סאטמאר באקומען דעם העריסאן אריינגאנג מיט א חלק פון דעם גרויסן זאל (200 ביי 112).

אין אידיש גערעדט. די חסידי מהרי"י מ'סאטמאר שפאצירן ארויס פון דעם געשעפט מיט א קליער טייטל אויף די קעמפס, מצה בעקעריי (פאר 2 מיליאן דאלער. בערך וויפיל ס'קאסט די לויער געלט) און א פארטיגער מעכטיגער היכל השולחנות, די אהרונים וואקן ארויס מיט עטליכע קלאס צימערן, און א שטיקל פונעם גרויסן זאל וואס איז ארומגענומען מיט זאלונישע בנינים פון פארענט און פון אונטן...

עס איז צום ערווארטן גרויס אויפברויז אין אהרונישן לאגער אז נאך 2 יאר חלומות האט זיך די גאנצע זאך געענדיגט מיט א גרויסן יחץ, און עס וועלן אודאי געוויס נאכפאלגן א רייע קרבנות וואס וועלן באשולדיגט ווערן פארן זיי אריינפירן אין אזא געשעפט טו ביגין וויט.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך ירחמיאל גלאזשניידער » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:10 am

פליז געב שענערע טיטלען פאר א רבי פון אסאך אידן, עס איז נישט פאסענד אזוי צו שרייבן כאטש א ר' לייג.
ירחמיאל גלאזשניידער
 
הודעות: 23
הצטרף: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:38 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 0 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך לטובה » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:16 am

ק/פ
קוק א חילוק צווישן די צוויי ארטיקלען!!!
איינס רייסט האסטיש אראפ די חסידי מהר"א מ'סאטמאר פרובירט זיי אראפצופליקן ווי סנאר מעגליך מסביר צו זיין ווי גרויסע דערלייגערס זיי זענען....

די צווייטע איז מסביר פשוטהו כמשמעו די צוויי צדדים...
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך ירחמיאל גלאזשניידער » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:18 am

איך זעה נישט די גרויסע שמחה פאר איין זייט מער ווי די אנדערע, למעשה האבן יעצט די חברה וואס פייטען פאר מהר''א באקומען א 'פעט ביינדל אינעם הארץ פון וויליאמסבורג, און באקומען דערפון א גרעסערע חלק, ווי עס ווייסט יעדער ארבעט אצינד די שונאים פון ר' אהרן שטארק צו בלאקירען די מקח פון ספינקא וואס די אנשי ר' אהרן ווילען איינהאנדלען לטובתו, און די איינציגע סיבה פארוואס די שונאים פון ר' אהרן ווילען שטערן די מקח איז ווייל זיי ווילען אים נישט אין די צענטער
יעצט אז ר' אהרן קריגט א שטיקעל חלק אינעם הארץ פון וויליאמסבורג, און די סוכה פון ראדני קהילה ברויך שוין מופען צו א 'דריטע לאקאציע' היי יאר זע איך נישט די גרויסע פארלוסטען פאר ר' אהרן'ס זייט און ביידע קענען רואיג ארויסגיין מיט רווח אז מען האט פאר ביליג איינגעהאנדעלט באדן אין וויליאמסבורג, און די ציבור וועט ווייטער קענען בלייבען פארזינקען אין די וויליאמסבורגע לעכער
ירחמיאל גלאזשניידער
 
הודעות: 23
הצטרף: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:38 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 0 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך נייעס » מאנטאג יוני 20, 2016 9:11 pm

וועגן די דיעל הערט מען נאכנישט

אבער הנגיד הרב בערל ווייס האט אין ארץ ישראל געטאנצען אינאיינעם מיט ביידע סאטמארע הנהגות
במהלך חתונת נכדתו של המיליארדר המפורסם הנגיד ר' בערי
וייס מלוס אנג'לס, הנמנה על חסידי סאטמר מהרי"י, הוא הרקיד את שני הצדדים
מחצרות סאטמר יחד.


הנגיד הסאטמרי ר' בערי ווייס מלוס-אנג'לס ששוהה בארץ לרגל שמחת נישואי נכדתו שהתקיימה לפני שבוע באולמי 'כתר הרימון' בבני ברק, רקם תוכנית שלום באופן עצמאי, אשר לפי המסתמן נתמך על ידי שני הצדדים בחצרות סאטמר.

בעיצומה של החתונה, כפי שנחשף בתיעוד שפורסם ב'בחדרי חרדים', הרקיד הנגיד ר' בערי ווייס את שני צדדי סאטמר בארץ, נכדי ה'ברך משה' מסאטמר - הגרח"צ טייטלבוים אב"ד סאטמר ירושלים והגרח"צ מייזליש ר"י סאטמר בני ברק. הגרח"צ טייטלבוים, רבם של חסידי סאטמר בארץ - הוא בנו בכורו של האדמו"ר מהרי"י מסאטמר, והגרח"צ מייזליש, ראש ישיבת סאטמר בני ברק, הוא אחיינו של האדמו"ר מהר"א מסאטמר, בן אחותו, ושניהם מייצגים נאמנה את שני פלגי סאטמר בארץ.

על פי מקורות בחסידות, הריקוד המשותף בחתונה לפני שבוע לא היה אקראי ותמים, וחדי עין הבחינו שהיה בריקוד 'משהוא עמוק יותר'.

מפרטים שסוכמו אמש, מדובר על התנעת תהליך של קירוב בין שני הצדדים, תחילה במסיבת שבע ברכות משותפת בה יישבו בהסכמה שני הצדדים - והיא תתקיים מחר במיקום סודי בירושלים בהשתתפות 20 איש מכל צד, ובהשתתפות גאב"ד העדה החרדית הגרי"ט וייס.

טרם ברור האם המהלך יישא פירות בסופו של דבר וישכין תחילת הליך שלום בחסידות המפולגת. כך או כך הנגיד בערי ווייס מקווה להמשיך את תהליך השלום ואישרור ההסכמים גם לאחר חזרתו למעונו בלוס אנג'לס.

בין שתי החסידויות שוררת מתיחות קבועה. אך סביב כמה נכסים, ירושות ושליטה ישינו מאבק שמפעם לפעם מועלות הצעות לפתרון, אך עד כה, הכרעות הגיעו רק בידי בתי משפט. עתה, כאמור, מנסה הנגיד שמקרב את שני הצדדים, להביא לסידור בהליך מוסכם.
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג יוני 20, 2016 9:38 pm

מיין געפיל זאגט מיר אז דאס איז אויסגעזויגן. נאכנישט קלאר צו פון א שטיין אדער פון פינגער כמנהג המדינה.

איינער פארדינט יא, רח"צ מייזליש. ער איז געווארן "א פיגור" און א "רעפרעזענטירער"...
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך נייעס » מאנטאג יוני 20, 2016 10:15 pm

ער איז אלס געווען א פרעזענטירער

קוקט אויס אין אמעריקא האט קאומא נישט געקענט דעליווערן
גייט מען קיין א"י ווי די נגיד פון אמעריקא מיט די גאב"ד העדה פרובירן דורך די ממשיכים צו שלום מאכן.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך יא יא » דינסטאג יוני 21, 2016 12:03 pm

ווען דער גאבד וויל זייער שטארק וואלט א חלק פון די סאטמארע מחלוקה געווען געסעטלט לאנג עפי ביד
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך נייעס » דינסטאג יוני 21, 2016 12:16 pm

זיסע חלומות

ביי בי"ד וואלט יעדע צד זיכער געמאכט אז די פסק קומט נישט ארויס אויב ס'נישט לטובתם
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך יא יא » מיטוואך יוני 22, 2016 11:25 am

דעס אז דו זאגסט עס איז נאך איין זאך אבער דעס אז די גרויסע גאבד זאל עס באשטעטיגן דורכדעם וואס ער האט נישט אריינגעצוואונגען די זאך צו די"ת און אדרבה ........... דעס איז א וואונדער והוא רחום יכפר עון
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך נייעס » מיטוואך יוני 22, 2016 3:51 pm

דער בג"ץ איז געווארן אפגעשטעלט און די דין תורה האט אנגעהויבן גיין נאכן הוראת הרה"צ הגרי"ט שליט"א גאבד העדה
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך יא יא » דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:08 pm

קענסט מיר אפשר אנווייזן וועלכע די"ת מ'איז ?
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך נייעס » מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:05 pm

א פרישע שלום דיעל הייסט וועט געשלאסן ווערן
אין ליכט פין א גרויסע סומע רובל וואס הרב בערל ווייס גייט שענקן פאר די ברידער הגר"א און הגרז"ל
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 11, 2017 9:28 pm

די רעדע איז פון די א.ג. "ביעם סענטער" נישט פון די ארמארי
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל


צוריק צו עולם הפאליטיק

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט